היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

יישר כח גדול לכבוד ידידינו הרב ישלהוסיף, מיר ווילן אייך בעטן אז כה יתן וכה יוסיף, אויב איר קענט ביטע ארויפשטעלן די אנדערע חלקים אויך.
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

אורח הכבוד האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:איך דארף בלויז א לינק צו קענען דאונלאודען [בחנם, פארשטייציך] א פראגראם, וואס ערלויבט מיר ארויס צו שניידן (אדער קאפי/פעיסט) פון לענגערע ווידיאוס צו קליינע קליפס.

יעדע ווינדאוס 10 קאמפיוטער האט די Photos פראגראם וואס איז זייער גרינג צו עדיטן ווידעאוס.

נאופ, איך פארמאג נישט ווינדוס 10.

איך פארמאג די קליפס:
1) דער רבי שפאצירט אליינס אינדרויסן אהין און צוריק
2) פורים טיש
3) הנחת תפילין של ראש

אהער דערמיט! איך זיך דאס שוין זייער לאנג (שוין געבעטן כמ''פ און די אשכול און אין אנדערע ווער עס האט)
אויב קענסט עס נישט דא ארויפלייגען, שיק מיר עס און אימעל
שכוח!

איצט ביומדה''ל אפשר ביזסטו מיר מזכה צו קענען זעהן אפס קצהו פון וואס מיר האבן פאלוירן?
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

אורח הכבוד האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:איך דארף בלויז א לינק צו קענען דאונלאודען [בחנם, פארשטייציך] א פראגראם, וואס ערלויבט מיר ארויס צו שניידן (אדער קאפי/פעיסט) פון לענגערע ווידיאוס צו קליינע קליפס.

יעדע ווינדאוס 10 קאמפיוטער האט די Photos פראגראם וואס איז זייער גרינג צו עדיטן ווידעאוס.

נאופ, איך פארמאג נישט ווינדוס 10.

איך פארמאג די קליפס:
1) דער רבי שפאצירט אליינס אינדרויסן אהין און צוריק
2) פורים טיש
3) הנחת תפילין של ראש

אהער דערמיט! איך זיך דאס שוין זייער לאנג (שוין געבעטן כמ''פ און די אשכול און אין אנדערע ווער עס האט)
אויב קענסט עס נישט דא ארויפלייגען, שיק מיר עס און אימעל
שכוח!

איצט ביומדה''ל אפשר ביזסטו מיר מזכה צו קענען זעהן אפס קצהו פון וואס מיר האבן פאלוירן?

גא"מ
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

די הארץ רייסט האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
יעדע ווינדאוס 10 קאמפיוטער האט די Photos פראגראם וואס איז זייער גרינג צו עדיטן ווידעאוס.

נאופ, איך פארמאג נישט ווינדוס 10.

איך פארמאג די קליפס:
1) דער רבי שפאצירט אליינס אינדרויסן אהין און צוריק
2) פורים טיש
3) הנחת תפילין של ראש

אהער דערמיט! איך זיך דאס שוין זייער לאנג (שוין געבעטן כמ''פ און די אשכול און אין אנדערע ווער עס האט)
אויב קענסט עס נישט דא ארויפלייגען, שיק מיר עס און אימעל
שכוח!

איצט ביומדה''ל אפשר ביזסטו מיר מזכה צו קענען זעהן אפס קצהו פון וואס מיר האבן פאלוירן?

גא"מ
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

רמונים האט געשריבן:אפאר יאר צוריק איז געווען ערגעץ א הערליכע באשרייבונג אויף די נסיעה, ווער געדענקט וואו?
פון דער רבי איז אנגעקומען האט ער נאר געוואלט אהיימפארן, די משמשים האבן פרובירט אלעס אין די וועלט ס'העט גארנישט געהאלפן, ווי אויך האט ער נאר געוואלט זיין אינדרויסן, מ'האט געשמועסט אז שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט היפוך הצניעות ענינים.

עס איז געווען א הערליכע באשרייבונג און דער בלאט פאר בערך 12 יאר צוריק, און עס איז אויך געווען א הערליכע באשרייבונג אין דער אוצר וואס איז געלויפען צוויי חדשים, בערך 4 יאר צוריק.
און עס איז דא א אינטערוויא אין די ספר גדולה שמושה מיט הרה"ח ר' משה גפן שליט"א
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

כ"א כסליו תשל"ב אין אריזאנע

דער רבי האט באמת געהאלטן דעם טאג כ"א כסלו אלס א יומא דפגרא. בייטאג האט דער רבי זיך געוואשן צו א געהעריגע סעודה מיט חלה און פיש. אזוי האט דער רבי זיך געווענליך נישט געוואשן משבת לשבת, און קיין פיש האט דער רבי קיינמאל נישט געגעסן אינמיטן די וואך, נאר ביי א יומא דפגרא. דאס איז געווען שפעטער אין קרית יואל אויך, ווייל ביי די גרויסע סעודת הודאה האט דער רבי זיך נישט געוואשן, אבער צומארגנס אין שטוב האט דער רבי זיך געוואשן צו א סעודה.
דעמאלט כ"א כסליו אויפדערנאכט אין אריזאנע, זענען אנגעקומען צוויי געסט פון ניו יארק, הרה"ח ר' הערש אלימלך ווערצבערגער שליט"א די ראש הקהל פון קהלתינו אין מאנסי, און להבחל"ח הרה"ח ר' משה גליק שיחי', זיי האבן געברענגט עפעס א גרויסן ספעציעלן טארט, און מען האט דאס אראפגעשטעלט אויפן טיש [דאכט זיך אז הרה"ח ר' חיים מרדכי שטיינבערג ע"ה פלעגט יעדעס יאר מאכן פארשידענע נוסחאות געשריבן אויף א טארט].
נאך מעריב איז הרה"ח רבי עזריאל גליק ז"ל צוגעגאנגען צום רבי'ן, זאגנדיג אז ס'איז כ"א כסליו, עס זענען געקומען צו פארן געסט פון ניו יארק, דער רבי האט זיי שלו' געגעבן, דערנאך איז דער רבי צוגעקומען פון עמוד צום טיש. די רביצין ע"ה האט אריינגעגעבן א היימישן טארט פאר'ן רבי'ן, און א טאץ געפילטע פיש, און מען האט געשטעלט ברוינפן, דער רבי האט געמאכט א ברכה, און געוואונטשן לחיים, דערנאך האט דער רבי געטיילט שיריים פון די מזונות און די פיש.

דערנאך האט דער רבי אנגעהובן זאגן תורה. עס איז אלעס געווען אזוי אומגערישט. דער רבי האט זיך געשטעלט בעיקר אויף דעם מדרש, וואס רש"י ברענגט, בקש יעקב לישב בשלוה קפץ עליו רוגזו של יוסף, האט דער רבי געזאגט אז עס שטייט דאך אז די 22 יאר וואס יוסף הצדיק איז נישט געווען אינדערהיים איז קעגן די 22 יאר וואס יעקב איז געווען בבית לבן. לכאורה, דארט האט דאך אים דער פאטער יצחק אבינו אוועקגעשיקט, האט ער דאך יא מקיים געווען כיבוד אב, פארוואס איז אים געקומען די שטראף. און נאכדעם ער האט דאך דאס געברויכט צו טון, ער האט געדארפט גיין אויפשטעלן שבטי קה, ער האט געדארפט חתונה האבן, הגם זאגט דער רבי ער האט דאך געקענט טון אזויווי אברהם האט געטון, שיקן אליעזר'ן און אנדערע, אבער ער האט דאך יא אליינס געדארפט גיין, עס האט געדארפט זיין מיט רחל מיט לאה, עס האט נישט געקענט גיין דורך א שליח, נאר וואס דען ביי צדיקים איז דער אייבערשטער מדקדק כחוט השערה, און וויבאלד ער האט דאך נישט מקיים געווען איז שוין געווען א שטיגל פגם, האט ער שוין צו דעם געדארפט אפקומען. דעם אוהחה"ק ברענגט אויף 'ויחי יעקב בארץ מצרים שבע עשרה שנה', האט דען יעקב געלעבט נאר שבע עשרה שנה? נאר זאגט ער אז זיינע שלוה יארן וואס ער האט געהאט איז נאר געווען די זיבעצן יאר. האט דער רבי אויסגעפירט בקש יעקב לישב בשלוה, וויאזוי איז ער צוגעקומען צו די שלוה, דורך דעם רוגזו של יוסף, דורכדעם וואס ער האט מיטגעמאכט דעם רוגזו של יוסף די 22 יאר איז ער אפגעקומען דעם פגם האט ער זוכה געווען צו די שלוה. [די תורה איז געדרוקט אין ספר טיב לבב]

דערנאך האט דער עולם דארטן ארומגעטאנצט חסדי ה', און בך בטחו, און דער רבי האט געקלאפט אויפן טיש און מיטגעזינגען, דער רבי איז געווען שטארק בדיחא דעתי', מיט א גרויסע שמחה, און דער עולם איז געווען שטארק בשמחה.
שפעטער ווען מען האט געענדיגט איז דער רבי אריין געגאנגען אין שטוב אריין, און ר' הערש אלימלך ווערצבערגער ע"ה האט ארויס מיטבאגלייט דעם רבי'ן. אזוי שפאצירנדיג אריין האט דער רבי זיך אנגערופן בלש"ק: "גרויסע נסים איז מען דורכגעגאנגען", און דער רבי האט אנגעהויבן דערציילן די מעשה מיט די תפילין, דער רבי רופט זיך אן צו ר' הערש אלימלך'ן: "איך וועל דיר דערציילן וואס איך האב געהאט מיט די תפילין!" דער רבי האט זיך אראפגעזעצט, און דער רבי האט אנגעהויבן צו פארציילן די מעשה מיט די תפילין, אז אינמיטן וועג קיין בערגן בעלזן האט מען געברויכט טוישן די באן, ס'איז געווען שבת, און דער רבי האט נישט געלאזט נעמען די פעקלעך, און ס'איז פלוצים אנגעקומען אן אלטער ערל, און ער האט אריבערגעברענגט אלע פעקלעך. שפעטער אין בערגן בעלזן האט מען זיך דערזעהן אז די תפילין פעלט, און דער רבי איז געווען שטארק בצער דערפון, אינמיטן איז עמיצער אנגעקומען און געברענגט די תפילין, דאס איז דאך געווען דעם קדושת יו"ט תפילין. נאכדעם האט דער רבי איבערגעזאגט די תורה נאכאמאל פאר ר' הערש אלימלך, די תורה וואס ער האט פריער געזאגט, איך געדענק נישט פארוואס ער האט דאס איבערגעזאגט פאר הערש אלימלך, קען זיין ער איז ארויסגעגאנגען דעמאלט..
לעצט פארראכטן דורך Ban Mazel אום מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 12:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

בענאק האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:אין בעל הארבאר איז דער רבי געווען ווינטער אויך אדער נאר זומער?
אין אריזאנע איז דער רבי געווען נאר איינמאל תשל"א אדער ל"ב (חנוכה צייט) מען האט פרובירט צו טרעפן דאס בעסטע פלאץ אבער ווי געזאגט האט זיך עס נישט אויסגעארבעט

דאס איז דער הויז
https://www.google.com/maps/@32.223853, ... 312!8i6656
איך בין שוין דארט געווען, און כמה אידן פון די נאנטע פון רבי'ן זענען דערויף מעיד
עס שטומט אויך מיט די ווידעאוי.

איין זאך וואס שטומט נישט, אז די אידן געדענקן עפעס אז דער רבי איז קיינמאל נישט אריין דורך די הויפט טויער, און די סיבה זאל זיין צוליב די געטשקע. אבער אין די ווידעאוי זעהט מען דוכט זיך יא ווי דער רבי גייט אריין אין הויפט טויער.

--

דער פלאץ איז בלויז דריי גאסן אוועק פון די היינטיגע "ברוינער'ס יושב"
אטעטשמענטס
New Picture (1).png
New Picture (1).png (333.32 KiB) געזען 6971 מאל
New Picture.png
New Picture.png (464.28 KiB) געזען 6971 מאל
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אויב עס איז אינטערסאנט ווייטער די אינטערוויא פון הרה"ח ר' משה גפן שליט"א פון חנוכה תשל"ב און אריזאנע און נאך וועל איך אי"ה ממשיך זיין צו אהער ברענגן
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יא זייער אינטערעסאנט.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די ימי החנוכה אין אריזאנע

דער רבי איז אנגעגאנגען מיט זיין הייליגע עבודה בכל מקום בואו, ווי ער איז נאר אנגעקומען איז אלעס געגאנגען מיטן זעלבן סדר בקדושה וטהרה.
עס זענען יעדן טאג געקומען אידן, פון לאס אנדזשעלעס איז מען געקומען. די מנורה האט מען מיטגעברענגט דעם רבי'נס גרויסע מנורה פון ניו יארק, אין מיאמי האט דער רבי עטליכע יאר תשכ"ט - תש"ל - תשל"א - געצינדן אין אן אנדערע מנורה, יענע מנורה האט באלאנגט פאר'ן בעל אכסני' ר' האשי מאשקאוויטש ע"ה, די רעביצין ע"ה פלעגט יעדעס יאר אים ברענגען אלס מתנה א זילבערווארג וואס דער רבי זאל קענען נוצן, אזוי האט מען געהאט דארטן אלע געברויכן פאר'ן רבי'ן און אויך א מתנה פאר'ן בעל אכסני', לכאורה איז יענע מנורה אויך געווען א מתנה פון די רביצין ע"ה. אבער אין אריזאנע האט מען מיטגענומען דעם רבי'נס מנורה וואס ער האט געצינדן דערין אלע יארן. דאס האט געהאט שיינע גרויסע בעכערלעך. עס איז אינטערסאנט צו צייכענען, אז איין יאר האט מען געברענגט פאר'ן רבי'ן די מנורה פון קדושת יום טוב און דער רבי האט געצינדן דערין, אבער היות ס'האט געהאט זייער קליינע בעכערלעך, האט מען אריינגעלייגט דערין אנדערע גרעסערע בעכערלעך.
גלייך נאך מעריב האט דער רבי זיך גענומען גרייטן צום ליכט צינדן, אבער עס האט אלס געדויערט ביז דער רבי האט זיך אויסגערישט, ביז ער האט פארענדיגט די הכנות, און ער איז שוין גרייט געווען צום ליכט צינדן האט לאנג געדויערט. די מנורה מיט די קנויטן האט די רעביצין ע"ה צוגעגרייט, אבער אויל האט זי נאר אריינגעגאסן א קליין ביסל אז די קנויט זאל איינזאפן. איידער דער רבי האט געצינדן האט דער רבי אריינגעגאסן דאס אויל אין די מנורה. די געסט וואס זענען געקומען האבן געגעבן עפעס געלט פאר'ן רבי'ן יוצא צו זיין מיט'ן רבי'נס צינדן, און האבן נישט אליינס גענצינדן.
ווען דער רבי איז שוין גרייט געווען צום צינדן פלעגט דער רבי זאגן דעם לשם יחוד אין בארדיטשובער סידור'ל. דאהי ווען דער רבי האט געצינדן אין ביהמ"ד, פלעגט דער רבי זאגן דעם לשם יחוד בעפאר דעם נאך אין שטוב. איידער דער רבי האט געמאכט די ברכה האט דער רבי זיך געשטעלט פאר'דביקות'ט מיט א מורא'דיגן דביקות אויף עטליכע מינוט, דערנאך האט דער רבי געמאכט די ברכה בלהב אש קודש וואס איז אריין אין אלע ביינער.
צום זינגען, האבן מיר געהאט צוגעגרייט קודם א טעיפ וואס זאל זינגען, מען האט מורא געהאט אז מען וועט נישט האבן ווער עס זאל זינגען די 'הנרות'. למעשה איז אנגעקומען הרה"ח ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער ע"ה אינאיינעם מיט זיינס א אינגל, און זיי האבן געזינגען, און איך האב אויך געזינגען, אויסערדעם איז געקומען חזן ווייס פון לאס אנזשעלעס, און מען האט געזינגען א שיינער 'הנרות', טייל נעכט האט דער רבי געזאגט תורה נאכן ליכט צינדן.
אויסערדעם פלעגט דער רבי אסאך לערנען אין זיינע תורות, דארטן אין אריזאנע האט דער רבי אסאך געלערנט אין די חידושי תורה (די שווארצע בענדער).
דער חנוכה בכלל איז געווען דארטן זייער געהויבן. דער רבי האט יעדן טאג געזאגט הלל פאר'ן עמוד, מיט אזא מין נעימות ומתיקות וואס מען קען נישט משער זיין.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איך האף בקרוב צולייגען פון די מערכה איבער גיוס בנות בשנת תשל"ב וואס רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט געפירט פון טוסאן אריזאנע
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מערכה איבער גיוס בנות בשנת תשל"ב וואס רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט געפירט פון טוסאן אריזאנע
יענע יאר איז דאך געווען די גרויסע מערכה וועגן "גיוס בנות" וואס די אידן אין ניו יארק האבן אפגעהאלטן גרויסע פראטעסטן. און דער רבי אין אריזאנע האט מיטגעהאלטן יעדע ריר, און אלעס איז געגאנגען מיט'ן רבי'נס הוראה. דעמאלט איז דאך געקומען די ציוניסטישע פרעמיער מיניסטארשע גאלדע מאיר שר"י. דער רבי האט געהייסן מען זאל ארויסגיין פיקעטן קעגן איר, דער מצב איז דעמאלט געווען געפערליך, סיי מיט ניתוחי מתים, און סיי וועגן שירות לאומי פאר די מיידלעך, און דער שמד פון די אלע פרישע עולים. דער רבי האט נישט געהאט קיין מנוחה.

זונטאג פ' מקץ, ערב די ערשטע ליכטל חנוכה, איז פארגעקומען א גרויסער באנד-דרייוו צו שאפן געלט פאר די ציוניסטישע מדינה אין א האטעל אמעריקאנא אין מאנהעטן, און דער רבי האט געזאגט אז עס זאל ארויסגיין פראטעסטירן אנשים נשים וטף. יענער פראטעסט איז געווען א זעלטן פייערדיגער פראטעסט. פארשטייט זיך עס איז געווארן א גרויסער איבערקערעניש, דעמאלט איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל דער חבר הכנסת שלמה לארענץ און ער איז ארומגעלאפן צו אלע קרייזן פון די אגודת הרבנים אז ער קען ערלעדיגן א דעלעגאציע וואס זאל זיך טרעפן מיט גאלדע מאיר ימ"ש פארצושטעלן די טענות פון יהדות החרדית, אבער זיי מוזן לייגן דרוק אז מ'זאל אפרופן דעם פראטעסט קעגן איר. שפעטער איז מען געוואר געווארן אז דאס אלעס איז געווען בלויזע געלט חשבונות פאר די אגודה אין ארץ ישראל.

הכלל, די 'אגודת הרבנים' זענען געקומען צו לויפן צו הרה"ח ר' שבתי מרדכי בערקאוויטש ז"ל דער מנהל פון די התאחדות הרבנים, און צו הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן ע"ה אז למען ה' מען זאל אפרופען דעם פראטעסט, און זיי האבן גלייך גערופן קיין אריזאנע צום רבי'ן אין שטוב. מען איז די גאנצע צייט געשטאנען אויפן טעלעפאן אהין און צוריק, דא איז געווען הרה"ח רבי יוסף ז"ל און הרה"ח ר' עזריאל ז"ל און כסדר איז מען אריין צום רבי'ן פרעגן. דער רבי האט גע'טענה'ט אז מען וועט גארנישט אויפטון דורכן זיך טרעפן מיט איר, זיי לאכן דאך פון יעדן ערליכן איד, די איינציגע עצה איז נאר אז מען זאל גיין פראטעסטירן אין די גאסן דאס קען נאך העלפן אביסל, אז זיי זאלן מורא האבן דערפאר אויס בושה.

מוצש"ק א נאכט פאר'ן פראטעסט האבן זיי נאך פרובירט נאכאמאל, זיי האבן דעמאלט שבת געהאט גאר אויסגערופן אין זייערע שולן אן איסור צו גיין צום פראטעסט, און מוצש"ק האט הר"ר שבתי מרדכי ז"ל גערופן טעלעפאניש קיין אריזאנע צום רבי'ן, ער האט געזאגט אז זיי בעטן זיך, און זיי זאגן אז זיי האבן ערלעדיגט א באגעגעניש פון א משלחת פון רבנים זיך צו טרעפן מיט גאלדע מאיר, און מען וועט מיט איר רעדן, און דאס וועט מער אויפטון ווי א פראטעסט, נאר מען זאל אפרופן דעם פראטעסט. דער רבי האט זיך זייער געקאכט, און געשריגן, "בשום אופן!, איך האב קיינמאל פון זיי גארנישט געהאט, קיינמאל זענען זיי נישט צוגעשטאנען צו קיין שום מערכה, פלוצלינג ווערן זיי מיר מחותנים! זיי גייען ערלעדיגן, איך וויל נישט האבן מיט זיי קיין שייכות!". און דער רבי האט נישט געוואלט בשום אופן מען זאל אפשטעלן דעם פראטעסט, דער רבי האט זייער געקאכט דערויף און בריתחא דאורייתא האט דער רבי געזאגט, איך וויל מען זאל ארויסגיין מען זאל איבערדרייען די גאס.

צומארגנס זונטאג, ערב דעם ערשטן ליכטל איז דער רבי געווען שטארק נתרגש א גאנצן טאג איבער דעם פראטעסט. נאכמיטאג איז די רעביצין ע"ה אריינגעקומען, און זי רופט זיך אן צום רבי'ן, אז זי האט יעצט גערעדט קיין ניו יארק, צו הרה"ח ר' יעקב כהנא ע"ה, און ער דערציילט אז דער גאנצער עולם לויפט צו מנחה, צו קענען גיין צום פראטעסט, מען לויפט צו מנחה מיט אזא ערנסקייט, אז עס קוקט אויס ממש אין די גאסן און די בתי מדרשים ווי עס איז געווען יעצט ערב יום כיפור'דיגע מנחה. דער רבי הערט דאס און איז איז געווארן אויסער זיך, און דער רבי רופט זיך אן מורא'דיגע דיבורים: "דו ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן?! די מנחה פאר'ן פראטעסט איז טאקע אזא בחינה ווי דעם ערב יום כיפור'דיגע מנחה!".

שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס זענען געווען 2 רבנים וואס האבן זיך געטראפן מיט גאלדע מאיר ימ"ש און זי האט זיי אפיר געהאלטן מיט א מוסר פארציע אין "חילול השם" וואס מען מאכט מיט דעם פראטעסט, און שלמה לוארענץ האט פארשטייט זיך געזאגט אז די אגודה האט נישט קיין שייכות דערמיט... און אויף די בקשות וואס זיי האבן געבעטן האט זי זיך ארויסגעדרייט מיט נארישע אויסריידן אז די רבנים אין אמעריקע ווערן פארפירט מיט פאלשע אינפארמאציע וכו'.. און ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט מיט נישט, ווידעראום דער פראטעסט האט געמאכט דעמאלט אן אויסטערלישן שטורעם, אז אלע גוי'אישע צייטונגען האבן דאן גערעדט דערפון, זי האט זיך געמוזט ארויסשלייכן באהאלטענערהייט אויס מורא פונעם שטורמישן פראטעסט, און דאס איז געווען דער איינציגער כח מבטל צו זיין די גזירות.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דברי תורה שבת חנוכה אין אריזאנע

דעמאלט אויף יענעם שבת חנוכה, זענען געקומען צו פארן קיין אריזאנע עטליכע אידן, הרה"ח ר' אלי' דוד טירנויער ז"ל, הרה"ח ר' לייביש לעפקאוויטש ז"ל, הרה"ח ר' אביגדור יאקאבאוויטש ז"ל, ר' עוזר גליק ז"ל, להבחל"ח הרה"ח ר' יעקב גליק שיחי', און נאך אידן, עס זענען אויך געקומען אידן פון לאס אנדזשעלעס.

יענעם שבת חנוכה האט דער רבי געזאגט א מורא'דיגע תורה, ווי דער רבי האט בארירט דעם ענין טאקע פון דעם פראטעסט. און דער רבי האט געטייטשט, דעם נוסח 'על הנסים', 'עמדת להם בעת צרתם, רבת את ריבם דנת את דינם', וואס איז דער בעת צרתם, און וואס איז דער רבת את ריבם וואספארא מין קריגעריי, וואס האט מען זיך ארומגעקריגט דארטן. און נאכדעם זאגט ער ווייטער, 'ולך עשית שם גדול וקדוש בעולמך', עס איז דאך ארויסגעקומען א גרויסער קידוש ה' אז דער אייבערשטער האט געהאלפן אז די קליין ביסל האט גובר געווען. 'ופורקן כהיום הזה', וואס איז דער 'ופורקן כהיום הזה'? האט דער רבי געזאגט, וואס איז די קריגעריי געווען? דארט איז געווען, זיי האבן גע'טענה'ט, נו, איך האב דאך נישט קיין ברירה, איך מוז עובר זיין על מצות ה', איך גיי מיך נישט לאזן הרג'ענען, האבן זיי אויף דעם גע'טענה'ט, איך וועל זיך ענדערש לאזן גיין הרג'ענען, איך וועל יא טון, און מען האט זיך ארומגעקריגט איינער מיטן אנדערן. דער אייבערשטער האט געהאלפן עס איז געקומען די ישועה, עס איז ארויסגעקומען א גרויסער קידוש-ה', האט דער אייבערשטער געהאלפן אז די וואס זענען גרייט געווען אויף מסירות-נפש איז.. 'ופורקן', עס קומט צום אויסלייזן, איז 'כהיום הזה', זענען זיי געווארן אזויווי די היינטיגע מחותנים, איך האלט שוין אויך אזוי מיט דיר, דער רבי איז צוריקגעקומען צו די מעשה מיט די אגודת הרבנים, פלוצלינג זענען זיי געקומען...
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

ישר כח זייער אינטרעסאנט.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

עס איז ידוע אז די רבי האט נישט הנאה געהאט דארט און כסדר זיך אינטרעסירט ווען מען פארט שוין אהיים
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אלט מאנרא האט געשריבן:עס איז ידוע אז די רבי האט נישט הנאה געהאט דארט און כסדר זיך אינטרעסירט ווען מען פארט שוין אהיים

מיטוואך פ' בשלח איז מען אהיים געקומען פון אריזאנע. באמת איז געווען געפלאנט צו בלייבן דארטן לענגער, אבער די רבי האט בשו"א נישט געוואלט בלייבן, און מען איז אהיימגעפארן ממש פון איין טאג אופן צווייטן.

תלמידי בעש"ט אין אמעריקע
א פלא'דיגע זאך איז כדאי צו דערציילן פון א שמועס חנוכה ביינאכט.
יעדע נאכט פלעגט דער רבי גיין אביסל שפאצירן אויף די פרישע לופט, צוזאמען מיט עטליכע באגלייטער.
איין נאכט חנוכה ווען דער רבי איז ארויס אביסל שפאצירן. עס איז דעמאלט דארט געווען הרה"ח ר' יחזקאל לעפקאוויטש ע"ה. האט ער זיך אנגערופן צום רבי'ן, אז עס איז זיכער דאס ערשטע מאל א חנוכה וואס אידן דאווענען אין דעם מקום און מען צינדט חנוכה ליכט, מען זאגט הלל. עס האבן דאך קיינמאל נישט געוואוינט דא קיין אידן, און תלמידי בעש"ט זענען לכאורה נאכנישט געווען אויף דעם מקום.
רופט זיך אן דער רבי: "מען קען נישט וויסן אויב די תלמידי בעל שם זענען נישט אמאל געווען דא אויף דעם מקום".
די פלא איז, אז אין בעלל-הארבער האט דער רבי איינמאל ביים שפאצירן געזאגט פונקט פארקערט. ווען מען האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז עס איז א גרויסע זאך פאר דאס ארט אין בעלל-הארבער אז אידן קומען דא וואוינען. האט איינער געזאגט: "עס קען זיין אז תלמידי בעש"ט זענען שוין אמאל דא געווען".
האט דער רבי דאן געזאגט: "מען האט נישט געהערט אז תלמידי בעל שם זאלן האבן דא געוועזן אין אמעריקע". ויהי לפלא.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יישר כח. זייער אינפארמאטיוו
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

טראק דרייווער האט געשריבן:
די הארץ רייסט האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
נאופ, איך פארמאג נישט ווינדוס 10.

איך פארמאג די קליפס:
1) דער רבי שפאצירט אליינס אינדרויסן אהין און צוריק
2) פורים טיש
3) הנחת תפילין של ראש

אהער דערמיט! איך זיך דאס שוין זייער לאנג (שוין געבעטן כמ''פ און די אשכול און אין אנדערע ווער עס האט)
אויב קענסט עס נישט דא ארויפלייגען, שיק מיר עס און אימעל
שכוח!

איצט ביומדה''ל אפשר ביזסטו מיר מזכה צו קענען זעהן אפס קצהו פון וואס מיר האבן פאלוירן?

גא"מ
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

מחצה''ק האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
די הארץ רייסט האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
אהער דערמיט! איך זיך דאס שוין זייער לאנג (שוין געבעטן כמ''פ און די אשכול און אין אנדערע ווער עס האט)
אויב קענסט עס נישט דא ארויפלייגען, שיק מיר עס און אימעל
שכוח!

איצט ביומדה''ל אפשר ביזסטו מיר מזכה צו קענען זעהן אפס קצהו פון וואס מיר האבן פאלוירן?

גא"מ

איך זעה איך בין געווארן ציטירט דא, וויל איך זאגן היות איך האב מיר ב''ה מקבל געווען בחודש אלול העעל''ט מער נישט צו קוקן קיין ווידיאוי, איז אויב איינער ברענגט אהער די ווידיאוי וואס איך האב אזוי לאנג געזיכט זאל ער מיר ביטע נישט ציטירען.. איך ברויך נישט קיין נסיון וואס גייט מיר זיין גאר גאר שווער זיך מתגבר צו זיין...
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

Ban Mazel האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:עס איז ידוע אז די רבי האט נישט הנאה געהאט דארט און כסדר זיך אינטרעסירט ווען מען פארט שוין אהיים

מיטוואך פ' בשלח איז מען אהיים געקומען פון אריזאנע. באמת איז געווען געפלאנט צו בלייבן דארטן לענגער, אבער די רבי האט בשו"א נישט געוואלט בלייבן, און מען איז אהיימגעפארן ממש פון איין טאג אופן צווייטן.

האט די רבי געזאגט א טעם פארוואס?
אני הקטן שמעתי אז אין פלארעדי האט די רבי נישט געוואלט דארט בלייבען ?
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

מחצה''ק האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
די הארץ רייסט האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
אהער דערמיט! איך זיך דאס שוין זייער לאנג (שוין געבעטן כמ''פ און די אשכול און אין אנדערע ווער עס האט)
אויב קענסט עס נישט דא ארויפלייגען, שיק מיר עס און אימעל
שכוח!

איצט ביומדה''ל אפשר ביזסטו מיר מזכה צו קענען זעהן אפס קצהו פון וואס מיר האבן פאלוירן?

גא"מ

ערראר
פייל עקסטענשן איז נישט ערלויבט: IMG_4907.MOV
אורח חדש
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 5:31 pm

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח חדש »

ישלהוסיף האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
די הארץ רייסט האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:איצט ביומדה''ל אפשר ביזסטו מיר מזכה צו קענען זעהן אפס קצהו פון וואס מיר האבן פאלוירן?

גא"מ

ערראר
פייל עקסטענשן איז נישט ערלויבט: IMG_4907.MOV

לייג ביטע אויף א דזשאמבא מעיל לינק וועט דאס בעז''ה גיין
א גרויסן יישר כח פון פאראויס.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אורח חדש
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 5:31 pm

ווידיאוס פון מרן רביה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח חדש »

ישלהוסיף האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
איך דארף בלויז א לינק צו קענען דאונלאודען [בחנם, פארשטייציך] א פראגראם, וואס ערלויבט מיר ארויס צו שניידן (אדער קאפי/פעיסט) פון לענגערע ווידיאוס צו קליינע קליפס.
איך פארמאג די קליפס:
1) דער רבי שפאצירט אליינס אינדרויסן אהין און צוריק
2) פורים טיש
3) הנחת תפילין של ראש
יעצט אין די טעג פון די יארצייט אפשר דאך קען איינער זיך מרחם זיין און ארויפלייגן די אויבערדערמאנטע קליפס?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”