אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

פלאחותיך האט געשריבן:עטליכע שאלות
1) וואס איז דער ווייט'סטע דור ארויף וואס מ'ווייסט פון משפחת ניימאן?
אונז ווייס מיר נאר אז ס'געווען עטליכע דורות ארויף וואס זענען אינג נפטר געווארן, ר' אברהם ניסן בן משה בן אברהם ניסן בן משה

2) פון ווי קומען די ניימאן-ווערצבערגער זיידעס בעפאר די ווישאווע'ס? גאליציע, פוילן, סלאוואקיי, אונגארן?
ר' אברהם ניסן'ס פאטער ר' משה איז שוין אויך געווען אין מארמאראש?

3) ביי וועלעכע דור האט זיך אנגעהויבן די קשר לבית וויזניץ-קאסוב?

יש"כ למפרע פאר סיי וועלכע פרטים

די ניימאן משפחה שטאמט במקורם פון דעליטין / קאלאמייע.
כך שמעתי מזקני משפחת ניימאן (ר' אברהם ניסן הדומ"ץ, ר' אברהם ניסן מוומסב"ג)

איבער ווי ווייט ארויף - איך האב נאר געהערט פון אברהם ניסן בן משה בן אברהם ניסן, ווייטער האב איך נישט געהערט.
ביי דע וועי, ר' דוד הערש מערץ אין זיין ביכל שרייבט אז ר' אברהם ניסן איז געווען א בן יחיד צו זיין טאטע ר' משה, אבער אין די מעטריקל פון אויבער ווישיווא איז משמע אז ס'געווען נאך א זון מיט'ן נאמען דוד הערש.

ר' משה ניימאן'ס ווייב האט געהייסן טויבא - לבית שטיינבערגער.
הנותן לשכוי בינה...
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מ'זעט שוין אין תר"ל א שידוך ווערצבערגער ניימאן

הילד Itzik / Bendet
נולד 21-Jan-1870
אביו M WERTZBERGER, Zalman
אמו NEIMAN, Blima
מקום לידה Felsövissó
Vişeu de Sus
Visói

Máramaros HOFMAN, Hers

Died 18-Jun-1871. House #656
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

גלאזער האט געשריבן:מ'זעט שוין אין תר"ל א שידוך ווערצבערגער ניימאן

הילד Itzik / Bendet
נולד 21-Jan-1870
אביו M WERTZBERGER, Zalman
אמו NEIMAN, Blima
מקום לידה Felsövissó
Vişeu de Sus
Visói

Máramaros HOFMAN, Hers

Died 18-Jun-1871. House #656

אפשר האט דאס מיט דאס?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנפין נהירין »

איז דא ערגץ א יחוס פון ניימאן משפחה?

פלאחותיך האט געשריבן:ווי באקאנט איז דא א לעגענדע אז משפחת ניימאן'ס ארגינעלע נאמען איז געווען ווערצבערגער, און איין זיידע וואס איז געווען כמו באנקיר מ'האט ביי אים באהאלטן געלט, ער איז געווען א באגלייבטער - נאמן (ליינט: נעמאן) ועל שם זה האט זיך עס געביטן צו ניימאן, ווער איז דאס געווען דער זיידע ר' אברהם ניסן' דער לעצטער אדער זיין פאטער ר' משה אדער נאך פריער?
און וואס איז די פונקטליכע מעשה, אזוי ווי איך שרייב דא?

בעיקר וויל איך אויפברענגען א פראגע, וואס איך געדענק שוין נישט פון וועם כ'האב עס געהערט, אז אין וויזניץ מאנסי איז כהיום דא א משפחת ווערצערגער וואס ווייסן (האבן אזוי מקבל געווען פון זייער'ס א זיידע) אז זיי זענען אונזערע קרובים, אייניקלעך פון דעם ארגינעלע משפחת ווערצבערגער

און ליינענדיג דעם אשכול וועגן די יכולת דורך DNA צו טרעיסן א בן אחר בן
למשפחותם לבית אבותם

האב איך געטראכט אז מ'קען נעמען א ווערצבערגער און א ניימאן אייניקל בן אחר בן און באשטעטיגן די השערה
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

פלאחותיך האט געשריבן:ווי באקאנט איז דא א לעגענדע אז משפחת ניימאן'ס ארגינעלע נאמען איז געווען ווערצבערגער, און איין זיידע וואס איז געווען כמו באנקיר מ'האט ביי אים באהאלטן געלט, ער איז געווען א באגלייבטער - נאמן (ליינט: נעמאן) ועל שם זה האט זיך עס געביטן צו ניימאן, ווער איז דאס געווען דער זיידע ר' אברהם ניסן' דער לעצטער אדער זיין פאטער ר' משה אדער נאך פריער?
און וואס איז די פונקטליכע מעשה, אזוי ווי איך שרייב דא?

בעיקר וויל איך אויפברענגען א פראגע, וואס איך געדענק שוין נישט פון וועם כ'האב עס געהערט, אז אין וויזניץ מאנסי איז כהיום דא א משפחת ווערצערגער וואס ווייסן (האבן אזוי מקבל געווען פון זייער'ס א זיידע) אז זיי זענען אונזערע קרובים, אייניקלעך פון דעם ארגינעלע משפחת ווערצבערגער

און ליינענדיג דעם אשכול וועגן די יכולת דורך DNA צו טרעיסן א בן אחר בן
למשפחותם לבית אבותם

האב איך געטראכט אז מ'קען נעמען א ווערצבערגער און א ניימאן אייניקל בן אחר בן און באשטעטיגן די השערה

מאי הוה עלה?
אויב איר דארפט הילף צו מאכן די דנא טעסטס קענט איר זיך פארבינדן מיט מיר אין אישי.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

למעלה משבעים האט געשריבן:אין די בעק פון דעם בילד שטייט אזוי: דער פעטער הגהקוה"ט ר' יעקב יוסף ניימאן זי"ע חתן זקני ומורי הרה"צ חיים צבי שעהנפעלד זי"ע.

איינער האט א מושג ווער דאס איז?

בילד

איינער האט צוגעצייכנט צו דעם אשכול, ברענג איך עס צוריק ארויף, אולי יחוס...
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

moishy56 האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:ר' צבי און ר' ישראל


ר' ישראל ניימאן ז״ל, איז די טאטע פון:

הנגיד הרה״ח ר׳ פנחס ניימאן הי״ו
מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג

הרה״ח ר׳ אברהם ניסן ניימאן הי״ו
מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג

אשת הג''ר אפרים פישל סענדעראוויטש ז״ל
מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג
--

האט ער געהאט נאך קינדער?

ניין
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מהיות טוב האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:ר' צבי און ר' ישראל


ר' ישראל ניימאן ז״ל, איז די טאטע פון:

הנגיד הרה״ח ר׳ פנחס ניימאן הי״ו
מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג

הרה״ח ר׳ אברהם ניסן ניימאן הי״ו
מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג

אשת הג''ר אפרים פישל סענדעראוויטש ז״ל
מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג
--

האט ער געהאט נאך קינדער?

ניין


וויליאמסבורג:

חסידי וויזשניץ די בכל אתר ואתר מקבלים ברוב צער ויגון הבשורה הלא טובה, שבסוף זמן שמחתנו באה השמועה על פטירת
האשה מרת שרה טילה יהודית ניימאן ע״ה (89)
בת הרה"ח ר' יצחק אייזיק (וויזניצער) ע״ה,
אשת חבר של הרב החסיד הישיש ר' פנחס ניימאן שליט"א
ראש הקהל דקהלתינו בוויליאמסבורג
ויד ימינו של כ"ק אדמו"ר שליט''א ולהבח"ל כ"ק אדמו"ר זצוק"ל.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

א צאל אייניקלעך / מיטגלידער מיוצאי חלציו של הרה"ח ר' אברהם ניסן ניימאן ז"ל זענען ליידער שבק לן חיים אין דעם פארגאנגענעם יאר:
הרה"ח ר' יעקב ניימאן ע"ה מוומסב"ג בן ר' הערשל ע"ה, וזוגתו ע"ה
מרת זילבערשטיין ע"ה אשת יבלח"ט ר' יודל הי"ו, בת ר' משה דוד פערל הי"ו חתן ר' יעקב ניימאן הנ"ל
הרה"ח ר' יוסף צבי הכהן פערל ע"ה מב"פ, וזוגתו בת ר' הערשל ניימאן ע"ה
הר"ר צבי (הערשל) ראובן טרעינער ע"ה מב"פ - טרעינער סטודיא - חתן (בזוו"ר) ר' הערשל ניימאן ע"ה
הרה"ח ר' ליפא מערץ ע"ה מב"פ, חתן ר' שלמה וועג ע"ה חתן ר' אברהם ניסן ניימאן ע"ה
הרה"ח ר' יעקב דוד ניימאן ע"ה ממאנסי, ב"ר שלמה ב"ר ברוך ניימאן ע"ה
הרה"ח ר' אליעזר האלברעכט ע"ה ממאנסי, חתן יבלח"ט ר' מרדכי יודא אבערלענדער הי"ו חתן ר' יעקב דוד ניימאן הנ"ל
הרה"ח ר' אלי' ניימאן ע"ה מוומסב"ג (אלול תשע"ט), ב"ר חיים אלכסנדר ב"ר יעקב ניימאן ע"ה
מרת ניימאן ע"ה, אשת הרה"ח ר' פנחס הי"ו מוומסב"ג ב"ר ישראל ניימאן ע"ה
הנותן לשכוי בינה...
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

די מעשה וואס ווערט דערציילט איבער די טויש אין נאמען פון "ווערצבערגער" צו "ניימאן" איז מקובל דורי דורות אין די משפחה, און עס איז וואר.
ר' משה ווערצבערגער האט געוואוינט אין שטאט דעלאטין אין גאליציע, אין יענע יארן האט מען געדארפט זיך ראטעווען פון מיליטער, און ער האט זיך אריבערגעשווערצט צו די מארמאראשע געגנט, און דערביי זיך געטוישט די נאמען צו "ניימאן".
ער האט זיך דאן באזעצט אין די ווישאווא'ס, און דארט איז פארבליבן די ניימאן משפחה, ביז זיי זענען ארויסגעקומען קיין אמעריקע.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

תרנגול האט געשריבן:א צאל אייניקלעך / מיטגלידער מיוצאי חלציו של הרה"ח ר' אברהם ניסן ניימאן ז"ל זענען ליידער שבק לן חיים אין דעם פארגאנגענעם יאר:
הרה"ח ר' יעקב ניימאן ע"ה מוומסב"ג בן ר' הערשל ע"ה, וזוגתו ע"ה
מרת זילבערשטיין ע"ה אשת יבלח"ט ר' יודל הי"ו, בת ר' משה דוד פערל הי"ו חתן ר' יעקב ניימאן הנ"ל
הרה"ח ר' יוסף צבי הכהן פערל ע"ה מב"פ, וזוגתו בת ר' הערשל ניימאן ע"ה
הר"ר צבי (הערשל) ראובן טרעינער ע"ה מב"פ - טרעינער סטודיא - חתן (בזוו"ר) ר' הערשל ניימאן ע"ה
הרה"ח ר' ליפא מערץ ע"ה מב"פ, חתן ר' שלמה וועג ע"ה חתן ר' אברהם ניסן ניימאן ע"ה
הרה"ח ר' יעקב דוד ניימאן ע"ה ממאנסי, ב"ר שלמה ב"ר ברוך ניימאן ע"ה
הרה"ח ר' אליעזר האלברעכט ע"ה ממאנסי, חתן יבלח"ט ר' מרדכי יודא אבערלענדער הי"ו חתן ר' יעקב דוד ניימאן הנ"ל
הרה"ח ר' אלי' ניימאן ע"ה מוומסב"ג (אלול תשע"ט), ב"ר חיים אלכסנדר ב"ר יעקב ניימאן ע"ה
מרת ניימאן ע"ה, אשת הרה"ח ר' פנחס הי"ו מוומסב"ג ב"ר ישראל ניימאן ע"ה

Wow! כאפט א פחד!
והחי יתן אל לבו!
אלע גאר חשוב'ע ווארעמע חסידישע יודן
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

שירו לו האט געשריבן:די מעשה וואס ווערט דערציילט איבער די טויש אין נאמען פון "ווערצבערגער" צו "ניימאן" איז מקובל דורי דורות אין די משפחה, און עס איז וואר.
ר' משה ווערצבערגער האט געוואוינט אין שטאט דעלאטין אין גאליציע, אין יענע יארן האט מען געדארפט זיך ראטעווען פון מיליטער, און ער האט זיך אריבערגעשווערצט צו די מארמאראשע געגנט, און דערביי זיך געטוישט די נאמען צו "ניימאן".
ער האט זיך דאן באזעצט אין די ווישאווא'ס, און דארט איז פארבליבן די ניימאן משפחה, ביז זיי זענען ארויסגעקומען קיין אמעריקע.



אדרבה ברענג די מקור הדברים. ביי אונז ווייסט מען אויך אז עס וואר אבער כ'האב נאך נישט געזען קיין געשריבענע אינפארמאציע דערוועגן , און דאס שמעלצט שטארק צאם די ווערצבערגער - ניימאן משפחה פון וויזשניץ
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

איך האב נישט קיין מקור געשריבענערהייט, אבער עס איז מקובל דור אחר דור
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

shimon7323 האט געשריבן:
שירו לו האט געשריבן:די מעשה וואס ווערט דערציילט איבער די טויש אין נאמען פון "ווערצבערגער" צו "ניימאן" איז מקובל דורי דורות אין די משפחה, און עס איז וואר.
ר' משה ווערצבערגער האט געוואוינט אין שטאט דעלאטין אין גאליציע, אין יענע יארן האט מען געדארפט זיך ראטעווען פון מיליטער, און ער האט זיך אריבערגעשווערצט צו די מארמאראשע געגנט, און דערביי זיך געטוישט די נאמען צו "ניימאן".
ער האט זיך דאן באזעצט אין די ווישאווא'ס, און דארט איז פארבליבן די ניימאן משפחה, ביז זיי זענען ארויסגעקומען קיין אמעריקע.



אדרבה ברענג די מקור הדברים. ביי אונז ווייסט מען אויך אז עס וואר אבער כ'האב נאך נישט געזען קיין געשריבענע אינפארמאציע דערוועגן , און דאס שמעלצט שטארק צאם די ווערצבערגער - ניימאן משפחה פון וויזשניץ


עס איז דא עטליכע ווערצבערגער משפחות פון מארמאראש און ראמעניע
איך מיין אז ס'נישט קלאר אויפגעוויזן אז די היינטיגע ווערצבערגערס פון וויזשניץ (נכדי הגה"צ ר' יצחק זצ"ל דומ"ץ בארשע ובניו) זענען פארבינדן מיט די היינטיגע משפחת ניימאן - מלפנים ווערצבערגער.
הנותן לשכוי בינה...
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

היינט כ"ג חשון איז געווען די 78'סטע יארצייט פון הרה"ח ר' ברוך ניימאן ב"ר אברהם ניסן ע"ה.
צום ערשטן מאל (אזוי מיין איך) איז היינט געפארן א מנין אייניקלעך צו זיין ציון אין וואשינגטאן ביה"ח אין ניו דזשערסי.
יהא זכרו ברוך.
הנותן לשכוי בינה...
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

יוראפ האט געשריבן:ר' ברוך [וזוגתו?]
לפי דברי ידידינו הרב קיקיון איז עס נישט זיין ווייב

די צווייטע מציבה פון האה"ח רבקה בת ר' שלום איז נישט די ווייב פון ר' ברוך, עס איז די ווייב פון זיין מחותן ר' אליעזר צבי אייזענבערגער ע"ה.
ר' ברוך האט געקויפט דעם קרקע צו קענען האבן א אייגן ווינקל, אן קיין מורא פון ליגן לעבן נישט ערליכע אידן. ער האט אנגעטראגן פאר זיין מחותן ר' אליעזר צבי אייזענבערגער ער זאל דארט קויפן א חלקה, וויבאלד דארט וועלן ליגן נאר ערליכע אידן, ר' אליעזר צבי האט טאקע דארט געקויפט, און רבקה בת ר' שלום איז זיין פרוי.
ר' אליעזר צבי אליין ליגט אויך דארט, אויך זיין צווייטע ווייב "חנה שרה" ליגט דארט, און אויך א טייל פון זיינע קינדער און אייניקלעך.
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

ר' אליעזר צבי אייזענבערגער איז געווען א מחותן מיט ר' ברוך ניימאן, וויבאלד ר' שלמה ניימאן ע"ה בן ר' ברוך איז געווען אן איידעם ביי ר' אליעזר צבי.
ר' שלמה זעלבסט ליגט אין וויזניצע בית החיים אין מאנסי, טראץ וואס זיין טאטע און שווער און אלע בני המשפחה ליגן אין ניו דזשערזי, וויבאלד ער האט ליבערשט געוואלט ליגן אין מאנסי, כרצון רבו הרה"ק מוויזניץ וואס האט געהאלטן אז די קינדער דארפן קענען גרינג אנקומען צו א טאטע.
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

זיידע ר' יעקב דוד באש, זיין איידעם ר' ברוך ניימאן, זיין זון ר' אייזיק באש און זיין קינד.PNG
זיידע ר' יעקב דוד באש, זיין איידעם ר' ברוך ניימאן, זיין זון ר' אייזיק באש און זיין קינד.PNG (569.66 KiB) געזען 4640 מאל
אטעטשמענטס
זיידע ר' יעקב דוד באש, זיין איידעם ר' ברוך ניימאן, זיין זון ר' אייזיק באש און זיין קינד.PNG
זיידע ר' יעקב דוד באש, זיין איידעם ר' ברוך ניימאן, זיין זון ר' אייזיק באש און זיין קינד.PNG (569.66 KiB) געזען 4640 מאל
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

שירו לו האט געשריבן:די מעשה וואס ווערט דערציילט איבער די טויש אין נאמען פון "ווערצבערגער" צו "ניימאן" איז מקובל דורי דורות אין די משפחה, און עס איז וואר.
ר' משה ווערצבערגער האט געוואוינט אין שטאט דעלאטין אין גאליציע, אין יענע יארן האט מען געדארפט זיך ראטעווען פון מיליטער, און ער האט זיך אריבערגעשווערצט צו די מארמאראשע געגנט, און דערביי זיך געטוישט די נאמען צו "ניימאן".
ער האט זיך דאן באזעצט אין די ווישאווא'ס, און דארט איז פארבליבן די ניימאן משפחה, ביז זיי זענען ארויסגעקומען קיין אמעריקע.

עס איז געפינען געווארן לעצטנס די death record פון ר' משה ניימאן, דער טאטע פון ר' אברהם ניסן.
ער איז אוועק אין יאר 1906.
דארט שטייט אז ר' משה'ס טאטע האט געהייסן 'אברהם ניסן ניימאן' פון 'דעלאטין'
און זיין מאמע האט געהייסן 'רבקה', פון די משפחה 'ווערצבערגער' פון דעלאטין.
איז דאס א ראי' נישט ווי די אנגענומענע מסורה אז די ניימאנס אליינס האבן לכתחילה געהייסן ווערצבערגער?
נאך א פראגע, ווערצבערגער פון דעלאטין, האט דאס עפעס א שייכות מיט ר' יצחק ווערצבערגער שו"ב דעלאטין, (דער זיידע פון משפחת ביטמאן פון סאטמאר, ועוד)?
הנותן לשכוי בינה...
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=49130
אוועטאר
שם בן נח
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 23, 2021 5:56 pm
לאקאציע: אויף די הרי אררט

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם בן נח »

WOW WOW!!! הערליך! כ'האב קיינמאל נישט געוויסט פונעם אשכול צו זאגן. איך בין אן אייניקל פון ר' אברהם ניסן ניימאן ז"ל דאכט זיך סיעצט דא א קאמפיין איבערצומאכן די ביה"ח ווי ער ליגט.
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה. (מדרש לקח טוב)

ווילסט מיר מענשענען? לייג אן אנדערע נאמאן און טויש זיין ID צו 19796. און טויש די נאמען צו מיין'ס.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ברוך דיין האמת
היינט איז נפטר געווארן האשה החשובה מרת מרים פערל מערץ ע"ה, טאכטער פון הרה"ח ר' שלמה וועג ז"ל ממיטל-ווישיווא, איידעם פון הרה"ח ר' אברהם ניסן ניימאן ז"ל.
זי איז לכאורה געווען די לעצט פארבליבענע אייניקל פון ר' אברהם ניסן וואס איז נאך פארבליבן פון דערהיים אין מארמאראש, און דורכגעמאכט די מלחמה יארן מיט מסירות נפש. אלע איבריגע וואס לעבן נאך היינט לאויט"א זענען שוין געבוירן / אויפגעוואקסן דא אין אמעריקא.
עס איז דא פון איר א געוואלד מיט זכרונות וואס זי האט איבערגעבן פון די אמאליגע היים, איר זון ר' דוד הערש הי"ו האט פארשריבן אסאך וואס זי האט דערציילט אין זיין הערליכע קונטרס דורות ישרים ומבורכים.
זי האט איבערגעלאזט בליעה"ר א הערליכע דור בנים ובנים בנים עוסקים בתורה ובמצוות. יהא זכרה ברוך.
לעצט פארראכטן דורך תרנגול אום זונטאג יולי 17, 2022 2:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנותן לשכוי בינה...
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

תרנגול האט געשריבן:ברוך דיין האמת
היינט איז נפטר געווארן האשה החשובה מרת מרים פערל פערץ ע"ה, טאכטער פון הרה"ח ר' שלמה וועג ז"ל ממיטל-ווישיווא, איידעם פון הרה"ח ר' אברהם ניסן ניימאן ז"ל.
זי איז לכאורה געווען די לעצט פארבליבענע אייניקל פון ר' אברהם ניסן וואס איז נאך פארבליבן פון דערהיים אין מארמאראש, און דורכגעמאכט די מלחמה יארן מיט מסירות נפש. אלע איבריגע וואס לעבן נאך היינט לאויט"א זענען שוין געבוירן / אויפגעוואקסן דא אין אמעריקא.
עס איז דא פון איר א געוואלד מיט זכרונות וואס זי האט איבערגעבן פון די אמאליגע היים, איר זון ר' דוד הערש הי"ו האט פארשריבן אסאך וואס זי האט דערציילט אין זיין הערליכע קונטרס דורות ישרים ומבורכים.
זי האט איבערגעלאזט בליעה"ר א הערליכע דור בנים ובנים בנים עוסקים בתורה ובמצוות. יהא זכרה ברוך.

יאפ, זי איז געבליבן נאך די מלחמה מיט איר שוועסטער, אלט זייענדיג 16 יאר.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

איינער האט אפשר א לינק צו די ביכל פון ר' דוד הערש מערץ ?
אוועטאר
שם בן נח
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 23, 2021 5:56 pm
לאקאציע: אויף די הרי אררט

Re: אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם בן נח »

צווייפעל האט געשריבן:
איינער האט אפשר א לינק צו די ביכל פון ר' דוד הערש מערץ ?
די גאנצע אדער נאר די מדור פון ר' אברהם ניסן?
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה. (מדרש לקח טוב)

ווילסט מיר מענשענען? לייג אן אנדערע נאמאן און טויש זיין ID צו 19796. און טויש די נאמען צו מיין'ס.
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”