ציקוועטשטער האט געשריבן:סטאפ שוין דארט. געווארן א שידוך? מזל טוב!
וואס קוועטשט מען דא זיידעס מיט עלטער זיידעס, תגובות איבער תגובות?
דער עיקר ציל פון דעם אשכול, איז נישט די שידוכים אליין. נאר פשוט מעלדונגען אז דער איז אב"ד פלוני און יענער איז ראש ישיבה אלמוני.
רובא דרובא אויפגעטייפטע נעמען אין דעם אשכול, זענען דווקא אזעלכע וואס האבן פירמע נעמען. א משפחה-נאמען געבט נישט גענוג עלידזשיביליטי פארצייכנט צו ווערן אין דעם אשכול, נאר מ'מוז האבן א טיטל פון א רבנות שטעלע וכדו'.
ממש צו שטוינען. בפרט אז טייל פון די 'פירמע' נעמען, זענען טאקע בלויז נעמען אליין... מ'רופט זיך אב"ד פלוני כאטש וואס מ'איז נישט קיין אב"ד און ניטאמאל א שול'כל האט מען. אפשר א געפרינטעטע לעטערהעד ותו לא...
די וואס פארמאגן דאס נעבעך נישט, באקומען אין דעם אשכול ע"פ רוב א כללות'דיגע מי שברך, פון א קאפי פונעם גוט מארגן וכיו"ב.
לפי זה פ'שטייט מען שוין אז די זיידעס דינען דאהי אלס סאמער יסוד...
בד"וו איינער האט א גוטע אב"ד נאמען פאר מיר? ס'הייבט מיר אן צו שמעקן...