ק.נ.א. וועטער ביורא

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
א טאנדערשטורעם מאכט זיין וועג קיין ספרינג וואלי, מאנסי
הלואי זאל קומען א גיטס, די ערד און ביימער זענען טריקן ווי די פעפער, מיר דארפן עס האבן
וועטערבאריכט
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 5:18 am

זונטאג אווענט פ׳ ואתחנן-נחמו וועטערבאריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט, הייסע און שטארק פייכטע וועטער בלייבט מיט אונז פאר כאטש ביז מיטוואך. טעגליכע טעמרעטורס וועלען זיין אין די 90׳ערס אבער מיט די הויכע יומידיטי וועט זיך עס שפירען מער ווי 100-105! מיט אזא נאסע אטמאספער וועט קומען די מעגליכקייט פאר שויערס און טאנדער-שטורמס, ספעציעל אפסטעיט. מיטטואך קומט א פראנט מיט די ערשטע עכטע ברעיק פון די היץ,עס וועט אנקומען מיט א גרעסערע טשענס פאר שויערס און שטורמס. אונטער דער פראנט וועט ענדליך אנקומען קיהלערע וועטער מיט טעמרעטורס אין די העכערע 70׳ערס אפסטעיט און ארום 80 אין שטאט. דערווייל זעהט עס אויס ווי די מער באקוועמטע וועטער וועט כאטש אנהאלטען פון דאנערשטאג ביז שבת.

דא האט איהר די 7 טעג וועטערבאריכט.
אטעטשמענטס
87E388A7-D4BC-454D-97DF-EFA0415E1032.jpeg
87E388A7-D4BC-454D-97DF-EFA0415E1032.jpeg (205.13 KiB) געזען 2397 מאל
3176EA91-A8C0-41E0-884C-E3540441990D.jpeg
3176EA91-A8C0-41E0-884C-E3540441990D.jpeg (228.82 KiB) געזען 2397 מאל
2587683D-D5B2-4EEB-BBE5-3401A7EFF503.jpeg
2587683D-D5B2-4EEB-BBE5-3401A7EFF503.jpeg (224.97 KiB) געזען 2397 מאל
https://chat.whatsapp.com/JH8WcQyKZkg7GazUQEYBZz וואטסאפפ היימישע אידישע וועטער

וועטער גערעדט-יעדער קען שרייבען , פרעגען , מעפס וועטער קליפס וכו׳ https://chat.whatsapp.com/GIhTEXA2BNTLYVyvsKmrrB

https://t.me/HeimisheWeather. טעלעגראם היימישע וועטער
וועטערבאריכט
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 5:18 am

קעטסקילס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועטערבאריכט »

————————-
‎א ? מיינט אז די מעגליכקייט פון רעגן איז אונטער 50%.
א רויטע שוויציגע פנים מיינט אז עס קען זיך שפירען ווי____.
———————
א גוטען אווענט.
אטעטשמענטס
B83CE5FC-9BE6-4D52-9066-785D11105F66.jpeg
B83CE5FC-9BE6-4D52-9066-785D11105F66.jpeg (192.29 KiB) געזען 2391 מאל
https://chat.whatsapp.com/JH8WcQyKZkg7GazUQEYBZz וואטסאפפ היימישע אידישע וועטער

וועטער גערעדט-יעדער קען שרייבען , פרעגען , מעפס וועטער קליפס וכו׳ https://chat.whatsapp.com/GIhTEXA2BNTLYVyvsKmrrB

https://t.me/HeimisheWeather. טעלעגראם היימישע וועטער
וועטערבאריכט
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 5:18 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועטערבאריכט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כבוד הרב וועטערבאריכט, ווי געזאגט עטליכע מאל, גארניש איז נישט פאליטיקל, איך האב ס"ה געוואלט די אשכול זאל זיין אפן פאר יעדן צו שרייבן נייעס איבער די וועטער, און היות נישט יעדער האצעך געהאלטן דערצו האט מען געשטעלט דעם טאאן...

אלס אדמין פון די סייט זאג איך דיר אז דו ביסט מאר דען וועלקאם דא צו שרייבן דיינע באריכטן, דער עולם קוקט שטארק ארויס דערויף...

און גענוי ווי דו זאגסט, דו טוסט איין זאך און הרב ק.נ.א. וועטער טוט א צווייטע זאך, ס'איז לגמרי נישט קיין סתירה! דער עולם וויל הערן פון ביידע!

יישר כח פארן צוריקקומען!

פאר סיי וועלעכע פראגע קענסטו מיך קאנטאקטן, כ'מיין אז דו האסט נאך מיין נאמבער...
יישר כח!
https://chat.whatsapp.com/JH8WcQyKZkg7GazUQEYBZz וואטסאפפ היימישע אידישע וועטער

וועטער גערעדט-יעדער קען שרייבען , פרעגען , מעפס וועטער קליפס וכו׳ https://chat.whatsapp.com/GIhTEXA2BNTLYVyvsKmrrB

https://t.me/HeimisheWeather. טעלעגראם היימישע וועטער
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

וויפיל אזייגער הייסט די רעגן פאר קיין ספרינג וואלי, מאנסי?
וועטערבאריכט
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 5:18 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועטערבאריכט »

ס׳איז נישט זיכער אז עס קומט אבנו צו ראקלענד קאונטי, אויב יא א-רם 8:45-9:30
https://chat.whatsapp.com/JH8WcQyKZkg7GazUQEYBZz וואטסאפפ היימישע אידישע וועטער

וועטער גערעדט-יעדער קען שרייבען , פרעגען , מעפס וועטער קליפס וכו׳ https://chat.whatsapp.com/GIhTEXA2BNTLYVyvsKmrrB

https://t.me/HeimisheWeather. טעלעגראם היימישע וועטער
אוועטאר
אזוי ארום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:51 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי ארום »

א פיינע מענטש האט געשריבן:
נאר אויף שימחות האט געשריבן:
א טאנדערשטורעם מאכט זיין וועג קיין ספרינג וואלי, מאנסי
הלואי זאל קומען א גיטס, די ערד און ביימער זענען טריקן ווי די פעפער, מיר דארפן עס האבן
ס'איז דא אויסזיכטן פאר רעגן די וואך עטליכע מאל.
קודם כל, קען יעדן טאג זיין רעגן פון די טונדערשטורמעס וואס אנטוויקלען (דעוועלאפן בלע"ז) זיך דורך דעם וואס די זון שיינט און עס טוט אנווארעמען די ערד, די ערד גיבט צוריק ארויס די היץ, און די זעלבע צייט קומט די אָן א קילע לופט'ל און א קליינע צעל פון א טונדערשטורעם ווערט געפארעמט, דאס ווערט אנגערופן pulse storms, און דאס פאסירט די לעצטערע טעג. ווילאנג א קאלט פראנט וואס וועט קומען צו גיין מיטוואך נאכט, וועט דאס האלטן אין איין געשען, טייל געגנטער קוועטשן ארויס גאר אסאך וואסער (ווי לעיקוואד די וואך ערב שבת האט ארויסגעקוועטש א קיימא לן פון 4-6 אינטשעס רעגן) וויבאלט די ווינטן אונטער די צעל בלאזט אויף מזרח און די ווינטן פארענט פונעם צעל בלאזט צו מערב, דעריבער גייט די צעל נישט אינערגעץ, נאר רעגנט זיך אויס.

דערנאך טוט די דזשי עף עס (וואס אגב טוט ער עס נישט די ערשטע מאל און עס מוז נישט זיין אזוי גייט זיך עס אויסלאזן) צייגן א מעגליכקייט פאר א טראפישע שטורעם וואס וועט זיך אנטוויקלען פון די קאלטע פראנט ביי די ברעגעס פון די קאריליינעס, און ארויפקריכן די איסט קאוסט, מעגליך אנפאלן אויף קעיפּ-קאַד קומענדיגע וואך זונטאג.

ווי אלעמאל, איז עס נישט קיין פארגעסט אויף די מינוט, און אסאך מער אינפארמאציע ליגט אין דעם אשכול, צום ביישפיל, די יורא וואס טייטל'ט אָן אז די דזשעט סטרים וועט זיין מער צפון, און אזוי ארום וועט זיך א לאו אנטוויקלען ביי די לאנג איילענד ברעגעס און ס'וועט בכלל נישט ווערן א טראפישע סיסטעם, וויבאלד די וואסערן ביי לאנג איילענד זענען קילער ווי די וואסערן פון די קאריליינע קאוסט.

אזוי צו אזוי, זעט אויס אז סוף פר ואתחנן קען זיין מער רעגן פאר די נארט איסט ראיאן.
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2601
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

בוק קיפפער האט געשריבן:
פריער איז נישט געשטאנען אויף די וועטער ז׳ עס גייט רעגענען היינט דא און מאנסי / ספרינג וואלי
אבער לויט ווי עס קוקט יעצט אויס אינדרויסן גייט זיך אראפ לאזן א גאס און עני מינוט.

איינער מיט מער פרטים?

קוים געענדיגט שרייבן און עס גיסט שוין.

#וועש אלערט

נע קוקט שוין אויס פאריבער מ׳זעהט שוין די זון צוריק ארויסקומען שוין געמיינט אז ענדליך נאכן נישט באקומען פאר א לאנגע צייט פון די לעצטיגע טאנדער סטארם׳ס וועט עס אונז כאטש אפקילן אבער קוקט אויס ווי ער האלט נישט דערביי אויף היינט דערווייל.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

די טעמפראטור אין סענטראל פארק איז אין די לעצטע שעה ארויף פון 88 צו 91, דאס מאכט עס פאר ניו יארק סיטי'ס אפיציעלע צווייטע היץ כוואליע פון דעם זומער.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובה דורך Haklal »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:

וויפיל איז די ריעל פיעל אין ברוקלין היינט? און וויפיל איז ערוואטעט מארגן?
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

וועט זיך שפירן אין ברוקלין צווישן 100 און 105 ביידע טעג היינט און מארגן.
אוועטאר
אזוי ארום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:51 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי ארום »

בוק קיפפער האט געשריבן:
בוק קיפפער האט געשריבן:
פריער איז נישט געשטאנען אויף די וועטער ז׳ עס גייט רעגענען היינט דא און מאנסי / ספרינג וואלי
אבער לויט ווי עס קוקט יעצט אויס אינדרויסן גייט זיך אראפ לאזן א גאס און עני מינוט.

איינער מיט מער פרטים?
אזוי ארום האט געשריבן:
ס'איז דא אויסזיכטן פאר רעגן די וואך עטליכע מאל.
קודם כל, קען יעדן טאג זיין רעגן פון די טונדערשטורמעס וואס אנטוויקלען (דעוועלאפן בלע"ז) זיך דורך דעם וואס די זון שיינט און עס טוט אנווארעמען די ערד, די ערד גיבט צוריק ארויס די היץ, און די זעלבע צייט קומט די אָן א קילע לופט'ל און א קליינע צעל פון א טונדערשטורעם ווערט געפארעמט, דאס ווערט אנגערופן pulse storms, און דאס פאסירט די לעצטערע טעג.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
די טעמפראטור אין סענטראל פארק איז אין די לעצטע שעה ארויף פון 88 צו 91, דאס מאכט עס פאר ניו יארק סיטי'ס אפיציעלע צווייטע היץ כוואליע פון דעם זומער.
תיקון טעות: ס'איז ניו יארק סיטי'ס אפיציעלע "דריטע" היץ כוואליע פון היי יאר זומער [די אפיציעלע וועטער פון ניו יארק סיטי ווערט גערעכענט לויט סענטראל פארק, פארוואס ס'איז אזוי, און ווער ס'האט אזוי אפגעמאכט ווייס איך נישט].

די ערשטע איז געווען אין די 3 טעג פון יולי 12-14, געווען 90, 91, 90.
די צווייטע איז געווען אין די 6 טעג פון יולי 19-24, געווען 90, 95, 92, 94, 95, 95
די דריטע האלט מען נאך אינמיטן, מארגן דינסטאג וועט ווארשיינליך זיין די לעצטע טאג פון די איצטיגע היץ כוואליע.
אוועטאר
אזוי ארום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:51 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי ארום »

אזוי ארום האט געשריבן:
בוק קיפפער האט געשריבן:
בוק קיפפער האט געשריבן:
פריער איז נישט געשטאנען אויף די וועטער ז׳ עס גייט רעגענען היינט דא און מאנסי / ספרינג וואלי
אבער לויט ווי עס קוקט יעצט אויס אינדרויסן גייט זיך אראפ לאזן א גאס און עני מינוט.

איינער מיט מער פרטים?
אזוי ארום האט געשריבן:
ס'איז דא אויסזיכטן פאר רעגן די וואך עטליכע מאל.
קודם כל, קען יעדן טאג זיין רעגן פון די טונדערשטורמעס וואס אנטוויקלען (דעוועלאפן בלע"ז) זיך דורך דעם וואס די זון שיינט און עס טוט אנווארעמען די ערד, די ערד גיבט צוריק ארויס די היץ, און די זעלבע צייט קומט די אָן א קילע לופט'ל און א קליינע צעל פון א טונדערשטורעם ווערט געפארעמט, דאס ווערט אנגערופן pulse storms, און דאס פאסירט די לעצטערע טעג.
כאפט א בליק אויפן ראדאר, א צאל איזאלירטע צעלן, דאס איז אומעגליך פאראויס זאגן מיט א פונקטליכקייט
Screenshot 2022-08-08 133330.jpg
Screenshot 2022-08-08 133330.jpg (332.2 KiB) געזען 1708 מאל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אין אנדערע וועטער נייעס, נאך עטליכע וואכן וואס ס'איז נישט געווען קיין שום טראפישע אקטיוויטעטן אינעם אטלאנטיק (אדער גאלף אוו מעקסיקא), הייבט זיך צוריק אן אויפוועקן מעגליכע טראפישע וועטער'ס.

א סיסטעם טיף אינעם אטלאנטיק, נענטער צו אפריקא ווי צו אמעריקא, האט א 40% מעגליכקייט פאר טראפישע שטורעם פארמעישאן אין די קומענדיגע 5 טעג.

[פאריאר אין די יעצטיגע צייט האט מען שוין געהאלטן נאך 5 נעימד שטורעמס, פאר 2 יאר צוריק נאך 10 נעימד שטורעמס, און היי יאר נאך 3 נעימד שטורעמס]
אטעטשמענטס
two_atl_5d0.png
two_atl_5d0.png (59.13 KiB) געזען 1613 מאל
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נאך אביסל הייבט זיך שוין אהן דיין סיזען און מען וועט צירוק קומען אהער עפטער לול
שטייטצעך דעמאלטס ווערט דא צירוק זיראנץ
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

טאנדער סטורעמס אין דעלעווער קאונטי ריקן זיך אריין קיין סאליווען, ס'קען באלד באטרעפן עטליסט די העכערע טייל פון די קעטסקילס.
וועטערבאריכט
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 5:18 am

וועטערבאריכט-מאנטאג אווענט פרשת ואתחנן/נחמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט, הייסע און שטארק פייכטע וועטער בלייבט מיט אונז נאך איין טאג. מיטוואך קומט א פראנט מיט די ערשטע עכטע ברעיק פון די היץ,עס וועט אנקומען מיט א גרעסערע טשענס פאר שויערס און שטורמס ביז דאנערשטאג נאכט. אונטער דער פראנט וועט ענדליך אנקומען קיהלערע וועטער מיט טעמפערעטארס אין די העכערע 70׳ערס אפסטעיט און ארום די נידיריגע 80׳ערס אין שטאט. דערווייל זעהט עס אויס ווי די מער באקוועמטע וועטער וועט כאטש אנהאלטען פון פרייטאג ביז נעקסטע מאנטאג.

דא האט איהר די 7 טעג וועטערבאריכט.
אטעטשמענטס
7AB375EE-3CF5-4178-A720-2A263E558968.jpeg
7AB375EE-3CF5-4178-A720-2A263E558968.jpeg (390.01 KiB) געזען 629 מאל
9C6C1E70-7A6E-4BE5-B6D9-46D80DF4479D.jpeg
9C6C1E70-7A6E-4BE5-B6D9-46D80DF4479D.jpeg (220.79 KiB) געזען 629 מאל
BF49B263-F7F1-4DAF-B87C-696AC7AC89C3.jpeg
BF49B263-F7F1-4DAF-B87C-696AC7AC89C3.jpeg (221.67 KiB) געזען 629 מאל
https://chat.whatsapp.com/JH8WcQyKZkg7GazUQEYBZz וואטסאפפ היימישע אידישע וועטער

וועטער גערעדט-יעדער קען שרייבען , פרעגען , מעפס וועטער קליפס וכו׳ https://chat.whatsapp.com/GIhTEXA2BNTLYVyvsKmrrB

https://t.me/HeimisheWeather. טעלעגראם היימישע וועטער
וועטערבאריכט
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 5:18 am

קעטסקילס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועטערבאריכט »

.
אטעטשמענטס
F769B641-9EAF-4ED9-A240-031F35281E13.jpeg
F769B641-9EAF-4ED9-A240-031F35281E13.jpeg (202.11 KiB) געזען 621 מאל
https://chat.whatsapp.com/JH8WcQyKZkg7GazUQEYBZz וואטסאפפ היימישע אידישע וועטער

וועטער גערעדט-יעדער קען שרייבען , פרעגען , מעפס וועטער קליפס וכו׳ https://chat.whatsapp.com/GIhTEXA2BNTLYVyvsKmrrB

https://t.me/HeimisheWeather. טעלעגראם היימישע וועטער
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: קעטסקילס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

וועטערבאריכט האט געשריבן:
.
א דאנק וועטערבאריכט פאר דיינע באריכטן,
מיר זענען העפי דיר צו זעהן דא צוריק!! :smile:
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אין אנדערע וועטער נייעס, נאך עטליכע וואכן וואס ס'איז נישט געווען קיין שום טראפישע אקטיוויטעטן אינעם אטלאנטיק (אדער גאלף אוו מעקסיקא), הייבט זיך צוריק אן אויפוועקן מעגליכע טראפישע וועטער'ס.

א סיסטעם טיף אינעם אטלאנטיק, נענטער צו אפריקא ווי צו אמעריקא, האט א 40% מעגליכקייט פאר טראפישע שטורעם פארמעישאן אין די קומענדיגע 5 טעג.

[פאריאר אין די יעצטיגע צייט האט מען שוין געהאלטן נאך 5 נעימד שטורעמס, פאר 2 יאר צוריק נאך 10 נעימד שטורעמס, און היי יאר נאך 3 נעימד שטורעמס]
אפדעיט: די שאנסן פאר א טראפישע שטורעם פארמעישאן אינעם אטלאנטיק אין די נעקסטע 5 טעג איז געפאלן צו 30% פראצענט [ביי מיר פערסענלי איז די שאנס 0 פראצענט, כ'גלויב אז די האריקעין סענטער וועט היינט מארגן אינגאנצן עלימינירן די שאנסן].
אטעטשמענטס
two_atl_5d0.png
two_atl_5d0.png (57.33 KiB) געזען 7969 מאל
אוועטאר
אזוי ארום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:51 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי ארום »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אין אנדערע וועטער נייעס, נאך עטליכע וואכן וואס ס'איז נישט געווען קיין שום טראפישע אקטיוויטעטן אינעם אטלאנטיק (אדער גאלף אוו מעקסיקא), הייבט זיך צוריק אן אויפוועקן מעגליכע טראפישע וועטער'ס.

א סיסטעם טיף אינעם אטלאנטיק, נענטער צו אפריקא ווי צו אמעריקא, האט א 40% מעגליכקייט פאר טראפישע שטורעם פארמעישאן אין די קומענדיגע 5 טעג.

[פאריאר אין די יעצטיגע צייט האט מען שוין געהאלטן נאך 5 נעימד שטורעמס, פאר 2 יאר צוריק נאך 10 נעימד שטורעמס, און היי יאר נאך 3 נעימד שטורעמס]
אפדעיט: די שאנסן פאר א טראפישע שטורעם פארמעישאן אינעם אטלאנטיק אין די נעקסטע 5 טעג איז געפאלן צו 30% פראצענט [ביי מיר פערסענלי איז די שאנס 0 פראצענט, כ'גלויב אז די האריקעין סענטער וועט היינט מארגן אינגאנצן עלימינירן די שאנסן].
א ערענסטע טראפישע וועיוו איז אריינגעקומען צום אטלאנטיק אקעאן פון אפריקע, וואס די דזשי עף עס האט באטיטלט אלס די 4 טראפישע סיסטעם פון די 2022 סעזאן.
די נאציאנאלע האריקעין צענטער האט ארויפגעטאנצן דעראויף, און יובלירט מיט דזשי עף עס.
זיי האבן פארקוקט די פאקט אז די פאסיפיק איז אקטיוו און געווענטליך גייט נישט די פאסיפיק מיטן אטלאנטיק אינאיינעם, ווען איינער איז אקטיוו וועט דער צווייטער רוב מאל זיין דאס פארקערטע. אויך האבן זיי פארקוקט די גאר טרוקענע לופט איבער די אטלאנטיק, אינאיינעם מיט די ווינטן וואס בלאזן אויף אזא ריכטונג אז א טראפישע שטורעם פארלירט די אפעטיט זיך צו פארעמען.

אין איין ווארט, זיי האבן געהיילייטעט א געגנט, אָנע סייענטיפישע סיבות!
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

טאנדער סטורעמס באגיסן יעצט די געגנט פון ליבערטי, וועט זיך ווארשיינליך אראפריקן צו נאך געגענטער אין די קעטסקילס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”