אזוי ארום האט געשריבן:מרדכי ש האט געשריבן:נאר אויף שימחות האט געשריבן:איש חמודות האט געשריבן:אזוי ארום האט געשריבן:איך וועל עס פראבירן צו מאכן זייער פשוט.
ס'איז דא קאלטע לופט (גאר קאלט) אין קאנאדע און אין אלאסקא. די פראבלעם איז נאר, אז די לופט דארף ווערן אראפקומען סאוט, צו אונזער געגנט.
אפילו ווען ער קומט אראפ, איז עס זייער שנעל, און אויף א קורצע וויילע.
צום ביישפיל, אין נארדערן טעקסעס וועט היינט מארגן זיין אין די 70'ער, אבער ביי שבת וועט זיין אין די 40'ער (יא! אין טעקסעס) אבער מאנטאג דינסטאג וועט שוין זיין צוריק אין די 70'ער. דאס טייטשט אז די קעלט זיצט נישט אויף איין פלאץ, נאר עס גייט אהין און צוריק. ס'איז נישטא קיין אויסזיכט אויף די מינוט אז די קעלט וועט זיך אריינזעצן צו אונזער געגנט, נישטא קיין באווייז אז אלאסקא וועט זיך אנווארעמען, וואס אויב דאס געשעהט קען די קעלט זיך באזעצן צו אונזער געגנט (ווי האב איך געהערט אויף די קול מבשר אינטערוויו מיט קרעיג אלען "אויב באַרני איז אין אלאסקא, איז די שניי מענטש נישט אין ניו יארק סיטי". אני הקטן: ס'איז נישט ממש אזוי, אבער בערך)
למעשה: ס'איז בכלל זייער נאריש צו דיסקוסירן א שטורעם פון א וואך ארום (נישט די שטורעם, אבער די אימפעקט פונעם שטורעם) אבער איך גיי טון די נארישקייט.
א קאלטע פראנט פון אלאסקא און קאנאדע וועט קומען צו גיין אויף קומענדיגע וואך מאנטאג, דערנאך וועט א שטורעם קומען אויף מיטוואך. היצט, די טרעק פונעם שטורעם ווענט זיך אויף די טרעק פונעם מאנטיג'דיגע קאלט פראנט (און נאך פאקטארן) לויט וויאזוי די מאנטאג'דיגע שטורעם וועט טרעקן, קען די מיטוואך שטורעם זיין אדער א קאוסטל שטורעם (ד.ה. אז די לאו פרעשור וועט זיין רעכטס פון די יבשה) אדער וועט דאס זיין א קאטטער (ד.ה. די לאו פרעשור וועט פארבייגיין און דורכהאקן ניו יארק סטעיט).
אויב די שטורעם וועט זיין א קאוסטל שטורעם, דעמאלטס איז דא א גרעסערע שאנס פאר שניי פאר די היימישע געגנטער, אבער אויב די שטורעם גייט זיין א קאטטער, וועלן מערסנטס פון היימישע געגנטער זען מאקסימום א מיקס פון שניי/רעגן/אייז.
גייט מען אוודאי פרעגן. נאָ, גייט די שטורעם זיין א קאטטער אבער קאוסטל? אויף דעם האבן מיר געשריבן, אז עס ווענט זיך אסאך אונעם שטורעם פון מאנטאג, און וויבאלט מיר זענען נאך 5-6 טעג אוועק פון מאנטאג, האט אני הקטן נישט גיין אנונג צו עס גייט זיין א קאטטער אדער קאוסטל...
איך וועל עס מאכן נאך פשוט'ער הגם ס'איז מער ווי 5 טעג ארום, אבער איך וועל אויך טוהן די נארישקייט, אבי צו טוהן א טובה פאר א איד וואס לעכצעט אזוי שטארק צו וויסן אויב מיטוואך גייט שנייען אדער נישט.
לאמיר אנהייבן מיט מאנטאג, איינער דענקט נאך ווען מאדלס האבן געוויזן אז ס'וועט זיין א גרויסע שניי שטורעם?
דאס גייט בעז"ה זיין א רעגן שטורעם, פינטל.
לגבי מיטוואך, לעת עתה איז מיין געס [נישט קיין פארקעסט, נאר א געס] אז דאס וועט זיך אנהייבן מיט פארפרוירענס, אבער וועט זיך עווענטועל אריבערטוישן צו רעגן.
איך מיין אז סזעט אויס צי זיין היפש קעלטער ווי געשאצט אנהייב מיטוואך
איך זעי אויך אזוי
ווענט זיך וואספארא וועג די ווינטן בלאזן, און די ווינטן בלאזן וויאזוי די פרעשור'ס זענען אויסגעשטעלט.
א לאו גייט אנטקעגן די זייגער, וואס מיינט אז אויב די לאו גייט טרעקן אינלאנד, וועט די ווינטן זיין פון די סאוט, און דאס איז ווארימע ווינטן.
אויב גייט די לאו זיין אויפ'ן וואסער צו אונזער רעכטס, וועט די ווינטן קומען פון נארט (איסט) וואס דאס איז קעלטערע לופט.
קלאר. הגם ס'איז נאך 6 טעג פרי וויאזוי זעט עס יעצט אויס?