מ'זאל נישט ערווארטען קיין גרויסע טויש, אפשר א קליינע צפון רוק, וואס וועט פאראורזאכן אז די אפסטעיט געגנטער זאלן זען א צוויי אדער דריי אינטשעס(?) די קאלט פראנט איז נישט ווייט פאר אונז סהאלט שוין דא.
usfntsfc15wbg.jpg
די מאדעלס האבן גאנץ א גוטע איידיע ווי עס גייט גיין, איך ווער נישט פארלוירן פאר די דזשי עף עס וואס האט די גאנצע צייט געהאט אן שוואכע אהנונג אויף די קאלט פראנט און די מיטוואך שטורעם.
לאמיר דערווייל לייגן די שניי אין א זייט, און לאמיר זיך נעמען צום מארגענדיגן רעגן. מ'איז אזוי פארנומען מיט די שניי אז מ'קען נאך אומגערישט נאס ווערן מארגן.
מארגן צופרי ווען איר שטייט אויף און איר זעהט אז די האנטוך אינדרויסן ביים פענסטער איז נאס, זאלט איר וויסן אז דאס איז נישט קיין טוי, נאר ס'איז עכטע רעגן. אבער ס'וועט ווארשיינליך נישט זיין דורכגעווייקט נאס, ווייל קיין ערענסטע רעגן וועט נישט פאלן ביז מארגן נאכמיטאג בערך אזא צייט ווי יעצט, דהיינו בערך 3:00 צו 4:00 נאכמיטאג. ביז דעמאלס וועט רוב צייט זיין פלעין פארוואלקענט אדער אמאל א דריזל אדער בלויז לייכטע רעגן.
פאר עטליכע שעה קען אנהאלטן מארגן שפעט נאכמיטאג און אנהייב נאכט א רעגן, אבער ס'איז נישט נאר די רעגן, די ווינט וועט אויך זיכער מאכן אז יעדער ווייסט אז ער איז דא...
נאכדעם הייבט אן די טעמפראטור צו פאלן, און די טעמפראטור וועט פאלן ביז סוף נאכט צו די מיטעלע דרייסיגער אין ברוקלין, און צו ארום 30 אין די האדסאן וואלי.
דינסטאג וועט זיין א טיפישע דעצעמבער טאג, טעמפראטור אין די מיטעלע הויכע דרייסיגער אין אפסטעיט, און ארום 40 צו אין די נידריגע פערציגער אין ניו יארק סיטי.