טאטאלע ליקוי החמה כ"ט אדר ב' תשפ"ד - April 8 2024

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:קען מען מאכן פעסט פארווארד צו צ''ה און צוריק?
אינאיינוועגס שוין א סטאפ ביי פ''ד אויכעט מעהייכעטייסע

אויב מען קען שוין, דאן פארוואס צוריק? וואס איז שלעכט דארט צו בלייבן?...
דו ווייסט וואספארא פאנטאזיעס וועלן שוין זיין דעמאלטס?
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

וואס האב איך פון פאנטאזיעס?
וואס יא אז צוריק קען איך קומען מיט מיין אייניקעלס 2035 פולי לאודעד פערד און וואגן וואס וועט שוין דעמאלטס זיין צוריק אין סטייל דורך די פרישע טעכנאלאגיע פון פארן געהעריג אויפן שאסיי אנשטאט דארפן זיך הייבן אין די לופטן מיט די אויטאמעטעד g&g סוט (אזוי פלעגט זיין אין די מיטעלע תש''פ יארן פאר די וואס געדענקען דאס)

דאס וועט זיין אויסגעשטאטעט מיט שיינע סחורה ארום (טינטעד ווינדאוס) און די עיקר מעלה דערפון אז מ'וועט עס קענען אליינס דרייווען און פירן ווי אימער מ'וויל אנקומען, אן זיך צוקריגן מיטן ראבאט און פארשפעטיגן יעדן אפוינטמענט.
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

אזוי ווי עס וועט זיין אנהייב בין הזמנים ער"ח ניסן וועט אי"ה ר' יונה לאנדא וועט מאכן פאר די בחורים א נסיעה קיין באפעלא צום צדיק מליניץ זצ"ל אויספועל'ן שידוכים ועוד און אינאיינוועגס אריינכאפן די ליקוי חמה.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

למדן וצדיק האט געשריבן:אגב האב איך אן אינטערסאנטע שאלה, ווי באקאנט איז בשעת די ליקוי איז דעמאלט אויך די מולד (האמיתי), איז די שאלה בזמן שביהמ״ק היה קיים און צוויי עדים האבן געזען א ליקוי חמה צו איז דאס גוט צו קומען עדות זאגן פארן בי״ד אז זיי האבן געזען די מולד, אדער אפשר דארף מען זען די נייע לבנה דוקא, וצ״ע.



מ'דארף נישט זהן די מולד, מ'דארף זעהן די לבנה

דער אויבערשטער האט געוויזן פאר משה רבינו, כזה ראה וקדש, ער האט געוויזן אויף די לבנה. ס'איז נישט גענוג צו וויסן אז ס'איז שוין געווען די מולד.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ביי א ליקוי חמה זעהט מען געהעריג די לבנה
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

אפשר ווייסט איינער די פונקטליכע זייגער פון די קומענדיגע ליקוי? מ'ברויך מיר אויסשטעלן די סדר היום באצייטנס.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

.
אטעטשמענטס
IMG_1049.JPG
IMG_1049.JPG (44.72 KiB) געזען 3231 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

נאך א רעסט עריע אראפ די I-87 הארט ביי די צענטער פון די טאטאלעטי פעט
https://goo.gl/maps/kmsNqQpJk1z

א גרויסע שאפינג צענטער מיט א ריזיגע פארקינג לאט גלייך אראפ די I-87 אויך הארט ביי די צענטער פון די טאטאלעטי פעט
https://goo.gl/maps/CSnkNGSp3Rs

נאך איינס
https://goo.gl/maps/cQdGmfdterw

בית חב״ד אין פלאטסבורג
https://goo.gl/maps/uy9KuuqxLZz
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

למדן וצדיק האט געשריבן:ביי א ליקוי חמה זעהט מען געהעריג די לבנה



מ'זעהט נישט די לבנה. מ'זעהט א שווארצע ארט אין ספעיס ווי מ'זעהט 'נישט' די זון.

די לבנה איז צו ווייט פון אונז אז מיר זאלן איר קענען זעהן ווען זי איז טונקל.

ועוד, דער באשעפער האט געוויזן פאר משה רבינו וואס מ'דארף זעהן, מ'דארף זעהן לבנה 'בחידושה' דאס הייסט די פרישע לבנה ווען זי איז שוין באניט און זי שיינט שוין
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

כ׳הער, א שטארקע סברא
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

ווערעצקי האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער די פונקטליכע זייגער פון די קומענדיגע ליקוי? מ'ברויך מיר אויסשטעלן די סדר היום באצייטנס.

וויפיל אזייגער קומט די פלאמבער?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:וואו! נישט געוויסט. אן ענולער ליקוי איז אין א געוויסע זין נאך אינטערסאנטער שאפנדיג א גאר ערהאבענע בילד פון די שוארצע לבנה ארום גענומען מיט די ליכטיגע זון רינג.

גערעכט, אן ענולער ליקוי איז אינטערעסאנטער, אבער נאר קוקנדיג אויפ'ן זון, ווייל אונטן זעהט זיך עס נישט אן עפ"י רוב אפילו ביזט אינעם וועג פונעם ליקוי (עיין ערך ענולער ליקוי בשנת תשנ"ד ווי גרויסע חלקים פון ניו יארק זענען געווען אויפן path).
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער די פונקטליכע זייגער פון די קומענדיגע ליקוי? מ'ברויך מיר אויסשטעלן די סדר היום באצייטנס.

וויפיל אזייגער קומט די פלאמבער?



כככ..

מיט א פרעזידענט טראמפ וואס איז פארקויפט פאר רוסלאנד...
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:ביי א ליקוי חמה זעהט מען געהעריג די לבנה



מ'זעהט נישט די לבנה. מ'זעהט א שווארצע ארט אין ספעיס ווי מ'זעהט 'נישט' די זון.

די לבנה איז צו ווייט פון אונז אז מיר זאלן איר קענען זעהן ווען זי איז טונקל.

ועוד, דער באשעפער האט געוויזן פאר משה רבינו וואס מ'דארף זעהן, מ'דארף זעהן לבנה 'בחידושה' דאס הייסט די פרישע לבנה ווען זי איז שוין באניט און זי שיינט שוין

ביידע ריכטיגע נקודות. מיר ארויסגעכאפט פון די פענע...

א שטיקל הוספה, לויט ווי ס'ווערט ערקלערט איז די עדות החודש נישט דווקא א בירור ווען ס'געווען די מולד, ווייל די חכמים האבן געוואוסט דעם מולד, נאר וואס דען ס'איז א מצוה לקדש דוקא ע"י ראיית מולד הלבנה (היינו התחלת האור של הלבנה) אזוי ווי דער אויבערשטער האט מצווה געווען משה כזה ראה וקדש. ממילא אפילו מ'ווייסט ווען די מולד איז געווען בכל אופן שיהיה איז נאכאלס די מצוה לקדש עפ"י ראיית הלבנה בחידושה.

נאך א נקודה אין די גמ' ווערט מבואר אז זעקס שעה נאך די מולד איז עס נתכסה פון יעדעם און מ'קען נישט עדות זאגן אז מ'האט עס געזען. אויב אבער קען מען עדות זאגן דורך די ליקוי החמה דאן קען מען דאך גלייך וויסן ווען ס'די מולד.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

די דריטע ראיה איז לכאורה לאו דוקא, די גמרא רעדט פון געווענדליכע פעלער



(ביסט זיכער נאר זעקס שעה?)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

Mens Vintage Total Solar Eclipse Cleveland - April 8th, 2024 Tee Medium Heather Blue https://www.amazon.com/dp/B074SJL73G/re ... Nzb0R8CEVB
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

למדן וצדיק האט געשריבן:נאך א רעסט עריע אראפ די I-87 הארט ביי די צענטער פון די טאטאלעטי פעט
https://goo.gl/maps/kmsNqQpJk1z

בית חב״ד אין פלאטסבורג
https://goo.gl/maps/uy9KuuqxLZz

ביי די צוויי פלעצער גייט ווארשיינליך זיין פארוואלקנט צווישן צווייע און זעקסע. אויף די איבריגע נעם איך נישט קיין אחריות.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

דא האט איר די וועטער פאר אפריל 8 אין פלאטסבורג
https://weatherspark.com/d/24980/4/8/Av ... ted-States
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bookkeeper »

נא_שכל האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:די נעקסטע ליקוי חמה אין ירושלים עיה״ק וואס וועט אודאי זיין מיט משיח אינאיינעם גייט פארקומען מאנטאג דברים כ״ח תמוז תשפ״ז (פונקט 10 יאר פןן יעצט), אין ירושלים גייט די זון ווערן פארדעקט 80 פראצענט בערך, כדי צו צופארן צו די טאטאלעטי פעט וועט מען דארפן פארן קיין צענטראל מצרים א וועג וואס נעמט היינט בערך 11 א האלב שעה, אבער אזוי ווי משיח גייט שוין אודאי דא זיין און עס גייט הערשן שלום אויף די וועלט וועט מען נישט דארפן אדורך פארן ביי די גרעניץ וואך וואס דאס וועט מאכן די וועג סאך שנעלער, ווי אויך איז היינט דא א פראבלעם אז די ים סוף בלאקט די וועג אינמיטן ממילא מוז מען מאכן א שטיקל רינג, אויב וועט מען דעמאלט קענען שפאלטן די ים סוף וועט די וועג נעמען נאך שנעלער.

די שאלה איז נאר צו ווען משיח גייט קומען גייט נאך זיין ליקוי חמה׳ס.

והיה אור הלבנה כאור החמה וכו'.

אבער, אפשר רעדט די פסוק נאר פון ימות חיי עולם הבא.


אפילו די לבנה וועט זיין ווי די זון איז אפשר יתכן א אנדער סארט ליקוי , דהיינו פון די גאר שטארקע ליכטיגקייט , ווייל די זון וועט דאך זיין 7 מאל אזויפיל "קוק דעם זעלבן פסוק וואס זאגט אזוי
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Bookkeeper האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו ווען משיח גייט קומען גייט נאך זיין ליקוי חמה׳ס.

והיה אור הלבנה כאור החמה וכו'.

אבער, אפשר רעדט די פסוק נאר פון ימות חיי עולם הבא.


אפילו די לבנה וועט זיין ווי די זון איז אפשר יתכן א אנדער סארט ליקוי , דהיינו פון די גאר שטארקע ליכטיגקייט , ווייל די זון וועט דאך זיין 7 מאל אזויפיל "קוק דעם זעלבן פסוק וואס זאגט אזוי

אזוי ווי אונז ווייס מיר דאך נישט קען יעדער דמיונ'ן, מיר איז מסתבר אז די זון און די לבנה גייען נישט בלייבן אויף זייער יעצטיגע מסלולים, סיי ווייל די לבנה גייט ווערן ווי די זון קען דאך עס נישט זיין אויף זיין יעצטיג גלגל אזוי נאנט צו די וועלט, ועוד זין וועט דאך זיין זיבן מאל אזוי שטארק וועט דאך עס מוזן זייט נאכווייטער פון די וועלט.

ועוד, ס'יתכן אז די זון און די לבבנה וועלן בכלל נישט לויפן און איין שפאן, ווייל דער לבנה וועט דאך שוין האבן אייגענע ליכטיגקייט און וועט מער נישט דארפן צו קומען צו די זון.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

מצב כללי האט געשריבן:די נענטסע אין בעסטע פלאץ מיטצוהאלטן די לענגסטע די טאטעל ליקו וועט זיין אין פלאטסבורג ניו יארק, א וועג ווייניגער פון 4 שעה פון קרית יואל.

אימעזשן'ט אייך די פיר שעה'יגע וועג אויפן טרווועי ערב'ן ליקוי.. מיר איז פונקט גענוג א בליק צו טאן אויפן 17 אינעם זומערדיגן פרייטאגס און זונטאגס..
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער די פונקטליכע זייגער פון די קומענדיגע ליקוי? מ'ברויך מיר אויסשטעלן די סדר היום באצייטנס.

וויפיל אזייגער קומט די פלאמבער?


ס'נישט די פלאמבער, ס'דאך ערב ראש חודש, מ'דארף איינזייערן די בארשט... ס'איז א העווי סקעזשול
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:ביי א ליקוי חמה זעהט מען געהעריג די לבנה



מ'זעהט נישט די לבנה. מ'זעהט א שווארצע ארט אין ספעיס ווי מ'זעהט 'נישט' די זון.

די לבנה איז צו ווייט פון אונז אז מיר זאלן איר קענען זעהן ווען זי איז טונקל.

ועוד, דער באשעפער האט געוויזן פאר משה רבינו וואס מ'דארף זעהן, מ'דארף זעהן לבנה 'בחידושה' דאס הייסט די פרישע לבנה ווען זי איז שוין באניט און זי שיינט שוין


כיהודה ועוד ...
מקודש החודש_ רוזנבוים, פנחס מאיר (1){14} עמוד 303.pdf
(101.08 KiB) געווארן דאונלאודעד 95 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אה, א גרויסע ייש״כ
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

סוף זמן קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:אגב האב איך אן אינטערסאנטע שאלה, ווי באקאנט איז בשעת די ליקוי איז דעמאלט אויך די מולד (האמיתי), איז די שאלה בזמן שביהמ״ק היה קיים און צוויי עדים האבן געזען א ליקוי חמה צו איז דאס גוט צו קומען עדות זאגן פארן בי״ד אז זיי האבן געזען די מולד, אדער אפשר דארף מען זען די נייע לבנה דוקא, וצ״ע.



מ'דארף נישט זהן די מולד, מ'דארף זעהן די לבנה

דער אויבערשטער האט געוויזן פאר משה רבינו, כזה ראה וקדש, ער האט געוויזן אויף די לבנה. ס'איז נישט גענוג צו וויסן אז ס'איז שוין געווען די מולד.

אגב, לגבי סוף זמן קידוש לבנה, גערעכנט פון די ליקוי חמה, מלשון הבית יוסף אורח חיים סי' תכ"ו בשם המהרי"ל;

ולע"ד נראה אם היה לקוי לבנה שאנו רואים ניגוד אמיתי אמצעות הלקות, בודאי שאין לברך אח"כ, אבל סתמא סמכינן אחשבוננו שמסרו לנו רבותינו שהוא מולד השוה, אפי' אם היה לקוי חמה שהוא מולד אמיתי קודם לשלנו או אחריו, כי הרמב"ם כתב שרבותינו כוונו לפגוע באמיתי ע"י הדחיות עכ"ל.


האט אבער נישט ממש מיט אייער שאלה...
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”