אבינו אתה האט געשריבן:Clm האט געשריבן:אבינו אתה האט געשריבן:Clm האט געשריבן:געגעבּן א שׁיינע סכום, נאכען בּאקומען 3 קאלס ( מיין סעל / ווייבּ / הויז) אין 2 טעקסט, אלעס אין די זעלבּע 5 מינוט 7:30 אינמיטען לייגן די קינדער שׁלאפען, האבּין מיר disputed the charge
על פי הלכה קען מען נישט צוריקצויען פון צדקה. אפילו נאר נאכן צוזאגן, כל שכן נאכן געבן
איך האב געפרעגט. געגיבען דאס געלט פאר די ערשטע ירושלמי איך האב געטראפען
לכאורה טאר מען נישט משנה זיין מצדקה לצדקה, אבער איך מיין דו קענסט אינזין האבן א תנאי פון היינט און ווייטער, אז ווען דו געסט געסטו נאר אז מ'וועט נישט קאלן כך וכך (און אפשר האלטסו שוין נאך אזא תנאי). אבער בכל אופן רעד אלעס איבער מיט א דיין, ולא באתי רק לעורר, כי נדרי ונדבי צדקה חמור מאוד ואין זה פשוט, ושייך בזה ענין אמירתו לגבוה כמסירה להדיוט. ועיין באורך ביו"ד הלכות צדקה, ואכמ"ל
ערעב איד, טראכט אריין א מינוטקעלע בעפאר די שרייבסט!, בעפאר דו דיספיוטס!
קיין איינער פון אונז זאל ח״ו קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו א מצב וואו מען דארף דרינגענד עמערדשענסי א דאקטער א ספעציעליסט
אין מען דארף רופן
דדררייי ממאאלל, מען דארף רופן דעם דאקטער אויף זיין
סעל, זיין
ווייבס סעל מיט פראטעקציע אין זיך דערווייגן צו רופן זיין
הויז נומער..
אין איהם
טעקסטן אין אימעילן
אלעס אין קריטישע פינף מינוט, 7:30 פריימ-טיים
אני הקטן האב אויך באקומען א רוף, פון א קאל סענטער, אין איך האב געזאגט צו די סעקרעטאר אז עס איז שוין די צווייטע רוף אין מיר האבן שוין ״תורם״ געווען (אגב, מענטשן געבן נירן, צייט, עכט געלט, קרעדיט קארד פוינטס, חסד טריפס, ביקור חולים פאר חולי ישראל, וואס איז שוין מיין קליינע נדבה׳לע? אויך מיר א
תורם)
די רופערן האט זיך העפליך אנטשולדיגט אין געזאגט זו האפט אז די סיסטעם וועט נישט נאכאמאל רופן,
איך האב זיך געשעמט פאר די מציאות אז אזא הייליגע ארגעניזאציע דארף זיך אנטשולדיגן פאר מיר פאר א נערישע עקסטערע רוף,
מענטשן רופן די ארגעניזאציע פאר ״לייף סעווינג קריטיקעל סיטואציעס״, יומם ולילה באדערט מען די עסקנים,
אדרבה! לאמיר פיהלן זייער אומאנגענעמקייט פון רופערייען אדער באדערייען און זייער טעגליכען פארנימענע ווירטשאפט.
ווען די עסקניות החשיבות זענען פארנומען מיט זייערע טעגליכע ווירטשאפט, אין עס קומט אריין א חיים מעדיקעל רוף,
מיט די גרעסטע רואיגקייט ענטפערן זיי, וואס איז אייער באגער?, מיר זענען דא אייך צו העלפן!,
רופטס ווען איר ווילט, 24 שעה,
״דאונט העזיטעיט טו קאל, עניטיים, עווריוועיר…,
ביזט נערוועז? טעקסט מיך, מיין היים נומער איז….., מיין סעל נומער איז…״
די געטרייע ריפערל עסקנים מעגן זיך דערמאנען פון שנים קדמוניות, ווען די עסקנים מיט ברייטערע פלייצעס האבן נישט מורה געהאט צו רופן די פריוואטע ביפערס פון א ערענסטע גרויסע דאקטוירים מיט די באקאנטע דעמאלטסדיגע 911 ציפערן נאך די נומער, אין דער דאקטער האט נאך צוריקגערופן, אין די זעלבע סיטואציע האט זיך געקענט איבערשפילן ווען אימער, כאילו יעצט איז די גרעסטע עמערדשענסי!, א קרעכטץ פון א איד איז די גרעסטע עמערדשענסי!
מי כעמך ישראל, אומאפשטעלבאר
אנטשולדיגט פאר די קריטיק