ווילדע דעמאנסטראציעס אין כינע איבער פרייהייט רעכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

ווילדע דעמאנסטראציעס אין כינע איבער פרייהייט רעכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

מאסיווע פראטעסטן קומען פאר אין א רייע שטעט אין טשיינע קעגן די גאר שטרענגע "זירא קאוויד פאליסי" ווי גאנצע שטעט ווערן פארשלאסן פון איין מינוט צום צווייטן אויב טרעפט מען עטליכע מענטשן פאזיטיוו מיט קאראנע.

די פראטעסטן האבן זיך טאקע אנגעפאנגען קעגן די לאקדאונס אבער די פראטעסטירער פארלאנגען אויך פרי ספיעטש און מען הערט שוין געשרייען אז דזשימפינג זאל רעזיגנירן.
אזעלכע פראטעסטן אוין אזויפיל שטעט אויף איין מאל איז ממש פרעצעדענטלאז פאר טשיינע און ווייזט אז די גאווערמענט סענסערשיפ ארבעט נישט אזוי גוט ווי זיי וואלטן געוואלט.

די פראטעסטן זענען היינט די הויפט נייעס אין די מידיא עפנען מיר דעם אשכול פאר אלע נייעס און באריכטן.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
אויך נישט איך
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 5:23 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך נישט איך »

נועם המידות האט געשריבן:
מאסיווע פראטעסטן קומען פאר אין א רייע שטעט אין טשיינע קעגן די גאר שטרענגע "זירא קאוויד פאליסי" ווי גאנצע שטעט ווערן פארשלאסן פון איין מינוט צום צווייטן אויב טרעפט מען עטליכע מענטשן פאזיטיוו מיט קאראנע.

די פראטעסטן האבן זיך טאקע אנגעפאנגען קעגן די לאקדאונס אבער די פראטעסטירער פארלאנגען אויך פרי ספיעטש און מען הערט שוין געשרייען אז דזשימפינג זאל רעזיגנירן.
אזעלכע פראטעסטן אוין אזויפיל שטעט אויף איין מאל איז ממש פרעצעדענטלאז פאר טשיינע און ווייזט אז די גאווערמענט סענסערשיפ ארבעט נישט אזוי גוט ווי זיי וואלטן געוואלט.

די פראטעסטן זענען היינט די הויפט נייעס אין די מידיא עפנען מיר דעם אשכול פאר אלע נייעס און באריכטן.
דעיס האט אן אפעקט אויפן סטאק מארקעט
U.S. stocks open lower as China protests stoke fears about slowing global growth
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

כ'וויס נישט טאמער סקומט און דעם אשכול צו נישט.

אבער קוקט אויס אז די פראטעסטן אין כינע האט עטוואס מאמענטום, האמיר יעצט געזעהן א גרויסע גרופע כינעזע אין כינע טאון אין מאנהעטען אראפמארשירן די גאס מיט גרויסע פלאקאטן אין געבעטן די עולם צו אונטערשרייבן פעטיציעס צו ברענגען אן ענדע צו די קאמיוניסטישע גאווערמענט אין זייער געבורט לאנד.

לאמיר האפן ס'וועט שלאגן ווארצלען...
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8843
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אמעריקע שטייט דערונטער?....!
איראן טשיינע
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יונער האט געשריבן:
כ'וויס נישט טאמער סקומט און דעם אשכול צו נישט.

אבער קוקט אויס אז די פראטעסטן אין כינע האט עטוואס מאמענטום, האמיר יעצט געזעהן א גרויסע גרופע כינעזע אין כינע טאון אין מאנהעטען אראפמארשירן די גאס מיט גרויסע פלאקאטן אין געבעטן די עולם צו אונטערשרייבן פעטיציעס צו ברענגען אן ענדע צו די קאמיוניסטישע גאווערמענט אין זייער געבורט לאנד.

לאמיר האפן ס'וועט שלאגן ווארצלען...
אין אזוינע לענדער ארבייטן פעטישענס פונקט ווי אין די פרייע מדינות. ע"ע אבאמא צו באפרייען רובאשקין...

איראן און טשיינע וועלן ביידע טאהן מיט די אויפשטענדלער די זעלבע, און די וועלט גייט שווייגן דורך עס שטארק פארדאמען און שיקן "טראכטונגען און דאווענונגען".
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

צוויי גילדען האט געשריבן:
אמעריקע שטייט דערונטער?....!
איראן טשיינע
אויב עפעס שטייט אמעריקע צו אונטערדרוקן די פראטעסטירער. ע"ע קאנאדא
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

צד תמות האט געשריבן:
צוויי גילדען האט געשריבן:
אמעריקע שטייט דערונטער?....!
איראן טשיינע
אויב עפעס שטייט אמעריקע צו אונטערדרוקן די פראטעסטירער. ע"ע קאנאדא
:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

סזענען דא עטליכע פאקטארן וואס האט צוגעברענגט די פראטעסטן, פארשטייט זיך אז קאוויד האט עס ערגער געמאכט און איז געווען די מכה בפטיש.

טשיינע'ס עקאנאמיע הינקט אינטער די לעצטע פאר יאר זייט מהאט אנגעהויבן צו גיין קיין אינדיע - וויעטנאם - אינדעניזיע ועוד.......

טשיינע'ס אינגע איינוואוינער זענען אנגעגעסן אויף די רעזשים צוליב די ריסטריקשענס וואס זיי האבן דארט אין לאנד, א גרויס חלק פון זיי האבן שוין טועם געווען פרייהייט פון די מערב וועלט לענדער נאכן עס גיין וויזיטן אדער גאר שטודירן. און לעצטענס האט טשיינע אנגעהויבן מיט ריסטריקשענס ארויסצולאזן פון לאנד.

טייוואן מלחמה. די אינגע דור איז נישט אינטערעסירט און וויל נישט גיין מלחמה האלטן מיט טייוואן, זיי ווייסן אז סוועט זיי קאסטן א שטארקע פרייז און זענען נישט גרייט פארדעם.

די קאוויד פאלעסיס איז א קאוועראפ און א תירוץ אפצוהאלטן די רעבעלן און אינגערע טשייניזע פון טרעוולען.......
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

בילדער ?
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איך האב באקומען עפעס ווידיאוס ווי מ’קלאפט צו די טירן פון די הייזער נישט צו קענען ארויס גיין. כ’ווייס נישט אויב ס’אמת...

https://drive.google.com/file/d/11x0ql8 ... p=drivesdk

https://drive.google.com/file/d/11wH3Lj ... p=drivesdk
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

נישט פארגעסן די געוואלדיגע סוקסעס וואס די רעלאטיוו פרייע האנג קאנג האט געהאט מיט זיך אפטיילן פון די רעזשים.

לייגטס נישט צו סאך האפענונגען, גייטס ארבעטן, לערנען, א קפאיטל תהילים און טשעק אריין אין אייוועלט מיטצטהאלטן אביסל בקצה המוזלג. אבער ווערטס נישט משוגע פאר די נייעס, דא גייט גארנישט געשען.
אוועטאר
Big boy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2022 8:43 pm
לאקאציע: אין מיין טאטעס שיך

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Big boy »

בילדער איינער?
ווען איר באמערקט א תגובה ווי א ניק פרעגט סיי וואס, קענט איר אים ענטפערען אפי' עס איז שוין אריבער א לאנגע צייט!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פראקטיש האט געשריבן:
נישט פארגעסן די געוואלדיגע סוקסעס וואס די רעלאטיוו פרייע האנג קאנג האט געהאט מיט זיך אפטיילן פון די רעזשים.

לייגטס נישט צו סאך האפענונגען, גייטס ארבעטן, לערנען, א קפאיטל תהילים און טשעק אריין אין אייוועלט מיטצטהאלטן אביסל בקצה המוזלג. אבער ווערטס נישט משוגע פאר די נייעס, דא גייט גארנישט געשען.
האנג קאנג האט זיך ווען אפגעטיילט? האנג קאנג באלאנגט פאר כינע, נאר האט גענאסן פון א געוויסע זעלבסטשטענדיגקייט צוליב אן אפמאך מיט גרויס בריטאניע וואס האט געוועלטיגט איבער האנג קאנג פאר 100 יאר צוריק
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

טשיינע האט איין גרויסע אנדערלייאינג אישו. זיי האבן א ריעל עסטעיט באבל וואס פארשעמט דעם 08' קראך, און דאס איז דער שולד אין אלע פראבלעמען און איבערקערנישן.

אין טשיינע איז יארן געווען איינגעפירט צו נעמען ריזיגע דעפאזיטס פון קונים, אויף מער ווייניגער די גאנצע סכום וואס מען צאלט פאר די הויז, בעפאר מען הייבט אן בויען, און דער באנק האט געגעבן מארטגעזשעס בעפאר די שאוולען האבן אויפגעהאקט די ערד. דאס האט אויטאמאטיש געשאפן א גרינגע ריזיגע באבל, מיט מיליאנען מענטשן האבנדיג געלייגט זייער האפענונג און סעיווינגס + אויף א דבר שלא בא לעולם וואס האלט זיך אינמיטן בויען, און זיי צאלן מאנאטליכע צאלונגען בעת זיי צאלן נאך רענט. א יאר צוריק בערך האט א ריזיגע פירמע וואס בויעט על סמך פון אזוינע דעפאזיטס אנגעהויבן אונטערהינקען, זיי האבן אויפגעהערט בויען און אנגעהויבן ארומשלעפן, דאס האט געשאפן א שרעקליכע קייט רעאקציע.

דאס האט צוגעברענגט אז מיליאנען האבן אנגעהויבן כאפן אז זייער פארמארטגעדזשטע נאמען + פעימענטס פון די לעצטע עטליכע יאר איז מער ווייניגער על קרן הצבי אן קיין אויסזיכט עס צוריקצוקריגן, און דאס האט געשאפן א שרעקליכע שטורעם, מיט פראטעסטן אקעגן די רעגירונג וואס בעקט די בענק (וועלכע מאנען מאנאטליכע צאלונגען אנע רחמנות) און פייפט זיך אויס אויפן עמך בירגער, נאר יענע פראטעסטן האט מען מער ווייניגער געהאלטן אין קאנטראל.

קאוויד האט ארויפגעברענגט אויפן אויבערפלאך די אנגעגעסנקייט און דאס זענען די שטורעמישע פראטעסטן יעצט. אבער ווי פראקטיש זאגט, עס האט אויסזיכטן נענטער צו נול, א שאד צו לייגן האפענונג.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
פלעגט גיין שלאפן פרי
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעגט גיין שלאפן פרי »

ספארן ארום יעצט טאנקען פון די מיליטער אין טשיינע
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
נישט פארגעסן די געוואלדיגע סוקסעס וואס די רעלאטיוו פרייע האנג קאנג האט געהאט מיט זיך אפטיילן פון די רעזשים.

לייגטס נישט צו סאך האפענונגען, גייטס ארבעטן, לערנען, א קפאיטל תהילים און טשעק אריין אין אייוועלט מיטצטהאלטן אביסל בקצה המוזלג. אבער ווערטס נישט משוגע פאר די נייעס, דא גייט גארנישט געשען.
האנג קאנג האט זיך ווען אפגעטיילט? האנג קאנג באלאנגט פאר כינע, נאר האט גענאסן פון א געוויסע זעלבסטשטענדיגקייט צוליב אן אפמאך מיט גרויס בריטאניע וואס האט געוועלטיגט איבער האנג קאנג פאר 100 יאר צוריק
און? ווי זענען זיי אנגעקומען מיט די "געוויסע זעלבסטשטענדיקייט"? דו דענקסט די פראטעסטן א שטיק צייט צוריק ווען כינע האט פארשטערקערט זייער גריפ אויף האנק קאנג? אין ערגעץ זענען די האנג קאנג'אניעס נישט אנגעקומען.

קיינער קען נישט פארזאגן וואס גייט געשען אבער בבחינת אין לך אלא מה שעיניך רואות, זעה איך מער טשאנסן אויף אמעריקע זיך צו רוקן צו קאמוניזם ווי כינע צו דעמאקראטיע.

די זעלבע וועלט וואס האט געשטופט לאקדאונס נאך ביז א יאר צוריק פארשטייט נישט פארוואס כינע מאכט לאקדאונס, ממש ס'גייט נישט אריין אין קאפ. און איבער וויאזוי זיך אומצוגיין מיט דעמאנסטראנטן האלט איך אז דזימפינג זאל זיך איבערבעטן דעם קאנעדישן פריים מיניסטער פאר די צעהיצטע ווערטער אויסטויש די לעצטע וואכן און זיך שואל עצה זיין מיט טראודא'ן וויאזוי מ'אקטיוויזירט מארשאל לאו ווי אלע קאנסטיטוציאנעלע רעכטן פון די בירגער און אינסטיטוציעס ווערן עלימינירט פאר "נאציאנאלע אינטערעסן".

טאקע נישט קיין פארגלייך ווייל אין קאנאדע האט ביידען געלייגט דרוק נאכדעם וואס די גרעניץ בלאקאדעס האבן אימפאקטעט די עקאנאמיעס פון ביידע לענדער אבער.... אבער וואס? האט נישט יעדע מינדדעסטע בייט אין כינע'ס ווירטשאפט א דירעקטע אימפאקט אויך די אמעריקאנע סטאק מארקעט און איר עקאנאמיע בכלל?

דו האלטס אמעריקע (אלע פארטייען) שלאפן נישט רואיג ווייל מ'אונטערדריקט קעגנערשאפט אין כינע? ווילן זיי גאר שטארק אז די ליבעראלע געזעצן פאר ארבעטער רעכטן, אזא שטייגער וואס מציטערט איצט אין די רעיל אינדוסטריע זאל קענען פארקומען אין כינע? ווילן זיי עכט אז די זעלבע לעיבאר געזעצן וואס מיר האבן דא זאל זיין אין כינע? דאס וועט דאך בלויז ארוישרויפן די פרייזן פון אלע פרודוקטן וואס די אלגעמיינע אמעריקאנע יענקי איז נישט גרייט צו באצאלן.

מיר פרייע מדינות ענדזויען פרייהייט אזוי לאנג ווי ס'איז פארהאן אנדערע מדינות וואס שטעלן דעם עולם ארבעטן ווי ס'דארף צו זיין, אך און וויי מ'פארלירט דאס.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ביי די וועי, איינער דענקט די פראטעסטן אין רוסלאנד אנפאנג די ספעציעלע אפעראציע? פיין האט מען זיי שטיל געמאכט. אקעי זיי האבן נישט ממש געליטן ווייל ס'איז נישט געוועזן קיין דרעפט, ס'איז נישט געווען קיין טויטע סאלדאטן.

אה, און איצט אז ס'איז דא א מאביליזאציע און מ'רעדט פון א פרישע בעת וואס די צאל רוסישע טויטע האלט אין די שווערע צענדליגער טויזנטער איז וואס? דו זעסט די קאמוניסטישע פארטיי אין רוסלאנד הונקענען?

די חברה זענען פיין מסודר. א קאנטראלירטע מידיא, צענזורירטע סושעל מידיא און שטייפע יוסטיץ , ס'איז א מחיה.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0#p3967241
דא האסטו, איך האב דאס געזען הערשט נאכן פאוסטן די פריערדיגע צווי תגובות אבער איך בין בכלל נישט סורפרייזד אז פאוטשי זאגט הויך וואס רוב פירער אין אמעריקע האלטן און שפירן אין הארצן.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

בלומבערג באריכטעט אז די געפלאנטע דעמאנסטראציעס די פארגאנגענע נאכט האבן זיך נישט אויסגעארבעט צוליב א מאסיווע פאליציי אנוועזענהייט אין די הויפט שטעט.
אטעטשמענטס
Screenshot_20221129-061950_Twitter.jpg
Screenshot_20221129-061950_Twitter.jpg (263.69 KiB) געזען 3172 מאל
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

אינטערעסאנט אז קיינער האט דא נישט דערמאנט די שרעקליכע פייער וואס האט פארברענט 10 מענטשן אריינגערעכנט קינדער אין שינזשיאנג, נאכדעם וואס מ'האט נישט געקענט צוקומען צום געביידע ווייל ס'איז געווען הערמעטיש פארשלאסן צוליב די זערא קאוויד פאליסיס. דאס האט אפיציעל צוגעברענגט די פראטעסטן.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

תנא-קמא האט געשריבן:
אינטערעסאנט אז קיינער האט דא נישט דערמאנט די שרעקליכע פייער וואס האט פארברענט 10 מענטשן אריינגערעכנט קינדער אין שינזשיאנג, נאכדעם וואס מ'האט נישט געקענט צוקומען צום געביידע ווייל ס'איז געווען הערמעטיש פארשלאסן צוליב די זערא קאוויד פאליסיס. דאס האט אפיציעל צוגעברענגט די פראטעסטן.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p3965821
יאפ, דא צווישען די באריכט האב איך עס טאקע דערמאנט,
און טשיינע פראפאגאנדע איז נאך פארנומען מסביר זיין אז זיי ראטעווען דער עולם פון קאוויד, זיי ווייזען כלומרשט אן וויפיל טויטע ביי זיי איז דא,

קודם כל גיי גלייב זיי, קוים וואס אין די פרייע וועלט קען מען גלייבען איינעם מיט א קאמוניסטישע מיינדעסעט. אבער טשיינע? פליז?

און נאכדעם כל, אלע געהעריגע עמערזשענסי זענען שוין אפגעשטעלט פאר חדשים און געוויסע שטעט, כרעד יעצט נישט ווי א שטייגער ווי ביי אונז א דענטיסט אפוינטמענט וועלכע איז געווארען בעקט אפ ליין קרעזי,
איך רעד דא אז די גאנצע עמערזשענסי און מעדיקעל קעיר איז געווארען אפגעשפארט,

איי פארוואס גייט אים אן קאוויד בשעת א פייער מיט פארשפארטע טירען איז ח"ו א זיכערע טויט, אויב קעירט ער אזוי אויף מענטשליכע לעבענס?

די תירוץ איז אז ער קערט נישט , ער האט א מיטעל צי קאנטראלען גענצליך די מענטשען פון טשיינע,

טשיינע האט זיך שוין געהאלטען ביים ארויסברעכען עטליכע מאל פון די קאמוניסטישע דיקטאטארשיפ, און ווען שי האט אנגעפאנגען איבערצונעמען האט ער אנגעפאנגען צי טוישען די אזויגערופענע רעפארעם פון ניקסאנס צייטען; אז די ארבעט און מיש דיך נישט אריין און פאליטיק,

יעצט האט ער גענצליך איבערגענומען טשיינע (און איבערגענומען האנג קאנג פארקערט ווי די אפמאך איז געווען) און סשמעקט נישט פאר די כינעזע,

נו וואס טוט א קאמוניסט ווען און האנג קאנג איז דא מיליאנען וואס פראטעסטירען נאן סטאפ א יאר צייט זיין אומרעכט ? און סהעלפט נישט ארעסטירען קידנעפען צוזאם שלאגען?

סשווימט ארויס אין וואהאן א וויירוס..


יעצט דריי יאר שפעטער און די וועלט קריכט ארויס , און סאיז דא א ווארלד קאפ און קאטאר ווי מיליאנען דרייען זיך אן א מאסק, די וועלט גייט ווייטער,
אבער טשיינע פאנגען זיך יעצט אן לאוק דאונס..
דעס האט נאכאמאל געעפענט ברייט די שיפע כינעזע אויגען,


תירוצים און פראפאגאנדע האבען קאמוניסטען גענוג פארוואס מען שפארט צי פאר געזונטהייט מיליאנען בירגער אן קיין פלאן און אן קיין דין וחשבון

אויב די טיפיקעל קאמוניסטישע תירוץ -אז איך זארג מיר פאר דיין וואוילזיין איז אויסגעדראשען און שוין לעכעריג-
און די תירוץ -אז סקומט א קאמוניסטישע גן עדן פון פרידען און הארמאניע ווי די דיקטאטור מיט זיין קליקע גנבעט ביליאנען, וואוינט און גינגאטישע פאלאצען און דער בירגער לעבט אין ביטערע אומשטענדען- ארבעט שוין נישט
דאן באשאפט מען פרישע תירוצים,

אגב טשיינע האט מוראדיג געשטופט אויף אינטערנעט, פון די ערשטע מינוט, די לאוק דאונס,
זייערע מיליטערישע פראפאגאנדע ארעם האט געטראלט אויף אלע סאושעל מידיא זייטלעך וטעלעגראם קאנאלען אז מען ברויך גענצליך פארשפארען מענטשען אן קיין פלאן, אן קיין דין וחשבון, כאילו מקען נישט קייען גאם און שפאצירען אויפאיינמאל,
(דהיינו אויפקומען מיט א מענטשליכע סעלושען צי קאנטראלען די וויירוס)

און שפעטער האבען זיי מיט די רוסישע געשטופט אלע ווילדע קלאנגען קעגען וואקסינס, כדי די צידרייטע סדר העולם זאל ווייטער אנהאלטען, סטייטש, סי דאך דו טו קאוויד?

און ווי סארבעט ביי קאמוניסטען איז אייביג דא א באגי מען וועלכע נאר דער קלוגער דיקטאטור ווייסט וואס איז גוט פאר יעדעם, מ'רייט מיט שקרים אויף פילינגס, און ביז מכאפט עס, פאלט מען צימאל פאר זייערע שקרים , און די תוצאות זענען זייער נישט גוט

(נישט אויסמישען מיט א נארמאלע גאווערמענטס דעסיזשען און געזעצען, די דיקטאטורען גלייכען אייביג אנציווייזען מיט ליצנות אז אנדערע לענדער האבען אויך געזעצען סא וויל מען פון אונז)

אנפאנג האט מען געמיינט אז די כינעזע מיט די רוסען ווילען סתם מאכען צידרייט די מענטשהייט שטערען די ציוויליזאציע אונטער ברעכען דעמאקראטישע עקאנאמיעס ווען זיי דערשרעקען אויף אינטערנעט אז מזאל נישט אנגיין מיט די סדר היום,

אבער איצט שטעלט זיך ארויס אז שי פינגפינג האט דא נאך געמיינע כוונת , אלעס קומט צוריק צי בלויזע תאוות השררה גארנישט ניי, גארנישט סאפיסטיקירט און גארנישט עלעגאנט

מזאגט פאר גאנץ טשיינע, איך קען צישפארען יעדעם איינעם, גאנצע שטעט, ווייל איך וויל. איך דארף נישט זאגען ווען און וויאזוי סגייט זיך ענדיגען, נישטא קיין קאורט נישטא קיין קאנגערעס נישטא קיין דין וחשבון,
מטוט אן קאמוניסטישע מיליציע רוצחים, ווייסע נורס קליידער מטרייבט ליצנות פון די מענטשהייט, און קאמוניסט טשיינע גייט אן ,

נאר וואס? ער האפט אז ער האט שוין ערגעץ ווי אראפגעברענגט די איבריגע וועלט זאל שוין פארשטיין אביסעל זיין מיינדסעט "דו טו קאוויד"
דו טו קאוויד; וואס אונטער קאמוניסט טשיינע, מיינט אז יעדע סיטי באס דרייווער יעדע פשוטע סטאורד יעדע מושחת במידת הייבט זיך די קאפ דו טו קאוויד..
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

;l;p- ;l;p- @פאלעסיידס!!
Clever code does not necessarily create clever Software
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פעיק ניוז האט געשריבן:
ער זאגט גוט אבער ער זאגט עס נישט גוט, ער דארף זיך נאך צולערנען, דו זעסט אויף אים אז ער איז אינג
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ווילדע פראטעסטן אין טשיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

nodeJS האט געשריבן:
;l;p- ;l;p- @פאלעסיידס!!
גא"ם
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”