מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2872
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
פתחו שערים ויבוא גוי צדיק!!
ארצינו הקדושה - א'-ד' וישלח
לאנדאן - שבת שקלים
ארצינו הקדושה - א'-ד' וישלח
לאנדאן - שבת שקלים
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2872
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
ארץ ישראל:
מיט גרויס פרייד און געהויבענקייט האבן אנשי שלומינו חסידי באבוב בארצה"ק אויפגענומען די בשורה טובה ומשמחת מבית רבינו, אז אבינו רועינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וועט אי"ה אנקומען אויף א קורצע אבער אינהאלטסרייכע באזוך פון עטליכע טעג קיין ארצנו הקדושה זיך צו טרעפן מיט עדת צאן מרעיתו אנ"ש תושבי ארצנו הקדושה און מפאר זיין בראש פון די גרויסע מעמד חנוכת הבית פאר די נייע ריזן בנין אדיר ומפואר ישיבה קטנה 'חכמת שלמה' אין צענטער פון בני ברק וואס איז געבויעט געווארן אין די לעצטע איבער פינף יאר און איז אין די יעצטיגע חדשים גענדיגט געווארן כליל בהדרו, בהשתדלות פילע נדיבים בעם ובראשם הנגידים ר' אברהם אהרן לעזער און ר' לייבל רובין שיחיו, און אזוי אויך לכבוד די חנוכת הבית פון די נייע בנין התלמוד תורה אין ירושלים עיר הקודש
אזוי אויך וועט רבינו שליט"א אי"ה אנקומען אויף א תפילת רבים ביים כותל המערבי און ביים קבר רחל
די יעצטיגע באזוך ברענגט ארויס גרויס שמחה ביי די חסידים זייענדיג שוין קרוב צו דריי גאנצע יאר זינט די רב'ס לעצטע באזוך אין ארצה"ק אדר שנת תש"פ ווען די רב האט באזוכט ביי די העפטיגע בוי ארבעט.
סדר ופרטי הנסיעה:
בס"ד, כ"ק מרן רבינו שליט"א ישם לדרך פעמיו ויסע מביתו נאוה קודש על הדרך לארצנו הק' ביום א' פרשת וישלח י' כסלו הבעל"ט
ביום ב' בבוקר יגיעו כלל אנ"ש לקרית מלך רב - קרית באבוב להתפלל עם רבינו תפילת שחרית ולעבור לשלום נעמען
ביום ב' לפנות ערב יתקיים מעמד המפואר חנוכת הבית לישיבת חכמת שלמה באולם רחב ידים שנשכר לקראת המעמד המרומם והמרכזי בהנסיעה
ביום ג' רבינו יתפלל שחרית בקרית באבוב ולאחמ"כ יצא לעיה"ק ירושלים תובב"א שם יהיה מעמד בת"ת ולאחמ"כ תפילת רבים בכותל המערבי ובקבר רחל
ביום ד' יתפלל רבינו בקרית באבוב וימסור שיחת פרידה לאנ"ש
ואח"כ בליל ד' יחזיר רבינו שליט"א לביתו נאוה קודש
צהלו ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
התעוררי התעוררי לבשי בגדי תפארתך כי בא אורח

לאנדאן:
מיט גאר זעלטענע געפילן פון התרגשות הנפש און שמחה וחדוה עלאה, האבן אנשי שלומינו חסידי באבוב תושבי לאנדאן בפרט און אנשי שלומינו פון איבער די גארער וועלט בכלל החוסים בצל"א קדישא און זענען דבוק בלב ונפש צו אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו שליט"א נארוואס אויפגענומען די בשורה טובה ומהרנינה וואס איז יעצט באשטעטיגט געווארן מבית רבינו שליט"א, אז זה היום קיווינו לו, און עטרת ראשינו ותפארתינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וועט אינטערנעמען א גאר היסטארישע 'מסע הקודש' און ביקור מרומם קיין לאנדאן און פראווענען א ערשטמאליגע היסטארישע שבת קודש במקהלות רבבות אלפי חסידים אין צענטער פון שטאט לאנדאן דאס ערשטע מאל זינטן איבערנעמען די כתר האדמורי"ת מיט אכצען יאר יאר צוריק.
דורכאויס די יארן איז די רב עטליכע מאל אנגעקומען קיין לאנדאן אויף קורצע באזוכן לכבוד שמחות בבית גיסו הגה"צ דומ"צ לאנדאן שליט"א ומשפחת המלוכה, אבער די הונדערטע חסידים תושבי לאנדאן האבן אייביג ארויסגעקוקט אויף לענגערע נסיעה מיט א שבת, דעם מוצאי שמחת תורה זענען די ראשי ועסקני הקהילה פון לאנדאן אריין אל הקודש פנימה און געבעטן אז רצוננו לראות את מלכנו און די רב זאל קומען באזוכן און זעהן פון די נאנט די קהילה און די מוסדות וואס וואקסט און בליהט לשם ולתפארת, ספיציעל מיטן פארענדיגן דעם ריזיגן מולטי מיליאן דאלערדיגן פראיעקט אויפצובויען די פרעכטיגע בנין בנות ציון אין שטאט, און דערביי איבערגעגעבן פארן רב א בריוו ווי די לאנדענע עולם שרייבט אינטער און בעט שטארק די רב זאל אינטערנעמען די נסיעה.
יעצט רוישן די געפילן און מען קען מען טאפן די שמחה אין די לופט ווען עס איז ענטגילטיג באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן רבינו שליט"א האט נעתר געווען לבקשתם און וועט ווי געזאגט אינטערנעמען א היסטארישע מסע קודש קיין לאנדאן דעם קומענדיגן סוף חודש שבט און פראווען שבת שקלים אין די שטאט לאנדאן, און מאציל זיין מהודו, און משפיע זיין הויפענעס חיזוק דקדושה.
דורכאויס די וואך וועט פארקומען א רייע מעמדי קודש אינערהאלב קהילתינו הק' אין שטאט, די הויכפונקט וועט זיין די צענטראלע מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בנין בנות ציון אין שטאט וואס איז געבויעט געווארן אין די לעצטע עטליכע יאר און איז יעצט פארענדיגט כלול בהדרו, אזוי אויך וועט פארקומען א מעמד הכנסת ספר תורה צום גרויסן ביהמ"ד, א מעמד הנחת אבן הפינה פאר א נייע פליגל וואס וועט צוגעבויעט ווערן צום ביהמ"ד, און מעמד יציקת הבורות פאר א נייע מקוה וואס וועט געבויעט ווערן אין שטאט,
אזוי אויך דורכאויס די באזוך וועט די רב באזוכן די מוסדות הקדושים אין שטאט, די תלמוד תורה, ישיבה קטנה, כולל אברכים, און פראווען דעם ציבור פון איבער אירופה.
לכבוד די רב'ס באזוך וועלן קומען צו פארן הונדרעטער אנ"ש חסידים פון איבער גאנץ אירופה און פון ארץ ישראל אזוי אויך הונדערטע חסידים פון אמעריקע און קאנאדא וואס וועלן מיטהאלטען די געהויבענע היסטארישע טעג בצל הקודש.
די עסקנים זיצן און די יעצטיגע טעג אויסצוארבעטן די הכנות פון די גרויסארטיגע נסיעה אפצודינגען בנינים פאר די מעמדים און צו קענען פלאצירן די טויזענטע געסט וואס זענען ערווארטעט צו קומען צו פארן פון איבער די גארער וועלט.
צהלו ורוני יושבת לאנדאן כי גדול בקרבך קדוש ישראל!
יהדות לאנדאן לבשו בגדי תפארתך, התעוררי התעוררי כי בא אורח, הנה מלכך יבא לך!!!

- מַחְכִּימַת פֶּתִי
- שר מאה
- תגובות: 187
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
2 מודעות בנוגע די ביידע נסיעות
- אטעטשמענטס
-
- Image 2022-11-18 at 10.02.20 AM (1).jpeg (125.71 KiB) געזען 10149 מאל
-
- Image 2022-11-18 at 10.02.20 AM.jpeg (205.18 KiB) געזען 10149 מאל
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
איז שוין דא מער באריכטן איבער די ימי הביקור אין לאנדאן ?
- מַחְכִּימַת פֶּתִי
- שר מאה
- תגובות: 187
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
אפדעיט
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20221125_095021_028.jpg (88.14 KiB) געזען 9485 מאל
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
לויט ווי ס'זעט יעצט אויס
וועט הטפסר הגדול ר' ישראל אלכסנדר הכהן (איזי) ענגלאנדער הי"ו
א טייל נעמען ביי די דערהויבענע נסיעה לארה"ק די אנדרע וואך מאנטאג!
וועט הטפסר הגדול ר' ישראל אלכסנדר הכהן (איזי) ענגלאנדער הי"ו
א טייל נעמען ביי די דערהויבענע נסיעה לארה"ק די אנדרע וואך מאנטאג!
- מַחְכִּימַת פֶּתִי
- שר מאה
- תגובות: 187
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
במוצ"ש ויצא הבעל"ט נזכה לשמוע דברי פרידה
- אטעטשמענטס
-
- msbpo.jpeg (84.36 KiB) געזען 9042 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2872
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
בנין הגדול (8 קומות) שנבנה לישיבת חכמת שלמה ד'באבוב בבני ברק שנתחדש לאחרונה ובעז"ה יתחנך בפאר והדר אצל נסיעה הרוממה בשבוע הבעל"ט
- אטעטשמענטס
-
- image (11).png (286.54 KiB) געזען 8603 מאל
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
.
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20221203_192012_292.jpg (88.08 KiB) געזען 8088 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 968
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 12:06 am
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
איז נישט געווען ביים פאריגען מסע הקודש א חנוכת הבית פאר די ישיבה אין בני ברק בנדבת הנגיד ר’ מעכי ראזענבערג לע’’נ חתנו העסקן הוותיק לבית באבוב ר’ יוסף שמואל לאנדא ז’’ל?
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
יענץ איז געווען א חנוכת הבית פאר די ישיבה גדולה יעצט איז פאר די ישיבה קטנהואתם הדבקים האט געשריבן:איז נישט געווען ביים פאריגען מסע הקודש א חנוכת הבית פאר די ישיבה אין בני ברק בנדבת הנגיד ר’ מעכי ראזענבערג לע’’נ חתנו העסקן הוותיק לבית באבוב ר’ יוסף שמואל לאנדא ז’’ל?
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
ר' מיכל האט אריינגעגעבן א ספר תורה לעילוי נשמת זיין שווער ז"ל די בנין פון די ישיבה האט מנדב געווען הנגיד ר' ישראל אלתר הכהן שלאף שליט"א
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
א 8 שטאקיגע בנין פאר די ישיבה קטנה?באנאנא האט געשריבן:בנין הגדול (8 קומות) שנבנה לישיבת חכמת שלמה ד'באבוב בבני ברק שנתחדש לאחרונה ובעז"ה יתחנך בפאר והדר אצל נסיעה הרוממה בשבוע הבעל"ט
פון וויפעל בחורים רעדט מען? דאס איז חוץ די ישיבה און קרית באבוב אדער דארט איז נאר ישיבה גדולה?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
און בת ים איז א ישיבה גדולה נאר פאר בחורי ארה"ב, משא"כ בני ברק וואס איז געאייגענט בלויז פאר בחורי ארה"ק.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2872
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
יאפ געהערט די ידיעה ממש ביים זמן, די נסיעה גייט אבער אן אלעס ווי געפלאנט, מיט איין הוספה צו גיין מנחם אבל זיין דער יושב ראש קרן הבנין הי"ובדרך האט געשריבן:.
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
קרית באבוב באצירט לכבוד דעם גרויסן גאסט
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20221203_221028_929.jpg (141.08 KiB) געזען 7684 מאל
-
- IMG_20221203_221037_292.jpg (125.07 KiB) געזען 7684 מאל
-
- IMG_20221203_221059_756.jpg (148.11 KiB) געזען 7684 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2872
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
ברכת פרידה:
היינט מוצאי שבת האט רבינו שליט"א אויפגעטרויטן מיט ווארימע ברכת פרידה איידער'ן פארן אויפן גרויסע נסיעה.
נאך 'ויתן לך' איז דער רב ארויף אויפן טרעפ פונעם ארון קודש און אנגעהויבן זאגענדיג אז מען האט אצינד מחדש געווען צוויי נייע בנינים וואס איז א גרויס הכרח און נישט קיין לוקסעס, און זייט מען האט אריינגעמופט איז שוין די כח התורה שטארק נתעלה געווארן ופנים חדשות באו לכאן.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז דאס איז א גרויסע זמן שמחה, און נישט בלויז פאר אנ"ש אין אר"י, נאר פאר יעדע באבובער חסיד וויבאלד מיר זענען אלע ברידער פון איין גרויסע משפחה, כולנו בני איש אחד נחנו, און דערפאר איז עס א שמחה אין אונזער גאנצע קהילה. דער רב האט ארויסגעברענגט אז באמת וואלטן אונז אלע געדארפט פארן אבער אזא נסיעה קאסט אסאך כוחות און געלט דאס אהערצושטעלן דערפאר פארט דער רב אלץ שליח ציבור פונעם קהילה מפאר צו זיין ביים גרויסע'ן שמחה.
דערנאך האט דער רב געזאגט אז כל הדרכים בחזקת שמירה, און וואו מען גייט און שטייט דארף מען גרויסע סייעתא דשמיא, בפרט אויף אזא נסיעה אז אלעס זאל געקרוינט ווערן מיט גרויסע הצלחה, דערפאר בעט ער אז יעדער איינער זאל דאווענען פאר אים און די הצלחה פונעם נסיעה, זאל דאס זיין ביי שמו"ע אדער א קאפיטל תהלים. אויך האט דער געזאגט אז מען זאל געבן צדקה צו די ארץ ישראל'דיגע קרן 'נפש שלמה ד'באבוב' וואס רבינו שליט"א האט מייסד געווען איידער די גרויסע נסיעה מיט אכט יאר צוריק, און אזוי מקיים זיין 'צדק לפניו יהלך' און זוכה זיין מרבה צו זיין כבוד שמים.
נאכן אראפגיין און אנהייבן זאגן 'גוט וואך' פאר'ן ציבור, איז דער רב צוריק ארויף צום ארון קודש און געזאגט אז איינער האט אמאל געפרעגט דעם טאטע'ן ז"ל אויב ער טיילט אזויפיל ברכות פאר אנדערע און מען זאגט גארנישט צוריק וויאזוי לעבט ער, ווער געבט ברכות פאר אים אליין? האט דער רב ז"ל געענפערט אז ביי א שמחה געבט מען אים ברכות און אויף דעם לעבט ער.
דער רב האט געזאגט אז אצינד, ווי געשמועסט, איז אן עת שמחה פאר די גאנצע קהילה, און דערפאר בעט ער אז ווען מען קומט יעצט זאגן גוט וואך זאל מען צולייגן א ברכה פאר זיינעט וועגן, צו 'דרך צליחה', אדער 'צאתכם לשלום' (ורבינו הוסיף בצחות: "און דער וואס וויל כ'זאל צוריקומען זאל זאגן צאתכם 'ובואכם' לשלום..."), און מיט די ברכות וועט מען פארן מחזק זיין אונזער ברידער אין ארצינו הקדושה.
דער רב האט צוגעענדיגט אז אונזער תפילה איז מען זאל בלייבן אין ירושלים און אים נאכברענגען זיינע רענצלעך בביאת משיח צדקנו בב"א, "זייטס געזונט און שטארק, שנשמע ונתבשר בשורות טובות"

'גוט וואך' זאגן האט טאקע געדויערט אביסל לענגער וויבאלד אזא גרויסע ריבוי העם האט געוואונטשן רבינו שליט"א מיט ברכות און הצלחות, ולעומתם האט רבינו שליט"א כסדר געענפערט 'אמן' אויף די ברכות.באנאנא האט געשריבן:ברכת פרידה:

ביים ארויסגיין נאך גוט וואך האבן די מלווים געזונגען די ליסטיגע ניגון 'כי במשחה תצאו' וואס רבינו שליט"א האט פארגעזינגען און אויסגעלערנט אין אתרא קדישא מירון ביים גרויסע'ן נסיעה תשע"ה, בשעת די גאסן ארום ביהמ"ד זענען געווען באלאכטן מיט די שמחה לעמפליך לכבוד דעם גרויסע שמחה אינעם קהילה.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2872
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן
ויהי בנסוע:
מארגן צופרי וועט רבינו שליט"א אריינקומען, אנדערש ווי געווענליך, אום 7:30 אינדערפרי צו שחרית בבית מדרשינו הגדול, און בערך צען צו עלף וועט רבינו שליט"א זיך ארויסלאזן צום לופטפעלד אויפן געהויבענע מסע הקודש.
יציאת צדיק מן המקום עושה רושם, הוא הודה זיוה והדרה.

דברי פרידה
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20221204_074914_744.jpg (213.83 KiB) געזען 6926 מאל
-
- IMG_20221204_074923_586.jpg (217.21 KiB) געזען 6926 מאל
-
- IMG_20221204_074930_736.jpg (180.62 KiB) געזען 6926 מאל