אַרטעמיס ספעיס פראגראם: מיסיע צו די לבנה

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: אַרטעמיס ספעיס פראגראם: מיסיע צו די לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

האבעך עס פראבירט צו לאודן דא, עס איז אבער צו גרויס:
https://spacecentre.co.uk/wp-content/up ... 360p30.gif
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

nodeJS האט געשריבן:

;l;p-
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

תגובה דורך אלטער »

און דאס - די לבנה נעמט א חודש זיך צו דרייען?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: אַרטעמיס ספעיס פראגראם: מיסיע צו די לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יא 27 און א דריטל טעג
אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:15 pm

Re: אַרטעמיס ספעיס פראגראם: מיסיע צו די לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנה דוד »

nodeJS האט געשריבן:
וועלמיר ארויפשארן די ארבל.
די לבנה דרייט זיך ארום אונזער וועלטל, און אין די זעלבע צייט דרייט זיך זיך ארום זיך. די אינטעראקציע צווישן ערד'ס גראוויטי און די לבנה'ס אייגענע גראוויטי ברענגט אז די לבנה דרייט זיך ארום זיך אין די זעלבע שנעלקייט וואס זי דרייט זיך ארום אונז. וואס קומט אויס אז די זעלבע האלב פון די לבנה איז אלעמאל פעיסינג אונז, און די אנדערע האלב איז אלעמאל אוועק פון אונז. יענע האלב רופט זיך די טונקעלע זייט, כאטש די זון קומט אן צו ביידע צוגלייך.
כעין אזא געדאנק:
sample.gif
sample.gif (15.5 KiB) געזען 1396 מאל

דאס מאכט אבער עפעס אויס לגבי די סדר המולדות?
לכאורה ווען עס וואלט זיך געדרייט שנעלער וואלט נאכאלץ די לעכטיגקייט וואס קומט פון די זון געווען די זעלבע זייט....
הושענא חנה דוד, הושענא!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Borrower האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:
ניין, דער אפאללא איז נישט בכלל געפלויגן אויפן אנדערע (ווייטע-אומזעבארע) זייט פונעם לבנה.
Borrower האט געשריבן:
פיין - שוין געפרעגט ווען כינע האט געלאנדעט אויף אומזעבארע זייט פונעם לבנה. כפארשטיי דערפון אז די לבנה ספינט נישט נאר פארט אויף איר טרעק גלייכער הייט ?
די לבנה פעיסט אלעמאל די וועלט מיט די זעלבע זייט.

באמת דארף מען נישט קיין סייענס דאס צו וויסן, ניטאמאל קיין טעלעסקאפ, מען זעהט קלאר אויף די לבנה אז די טונקעלערע און ליכטיגערע חלקים זענען אלעמאל די זעלבע אויסגעשטעלט פאר אונזער בליק.

סוי פון אונזער פוינט אויף וויו, דרייט זיך עס אבסעלוטלי נישט ווי א דריידל, נאר איז אווי צוגעקלעבט אויף איין ריכטונג צו די וועלט.

ווי אזוי דאס ארבעט, לאז איך פאר די סייענטיסטן דא לעיל מסביר זיין, דאס איז פשוט פאר די נישט סייענטיסטן בתוכינו.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Borrower האט געשריבן:
כמיין - די ערד האט אויך נאר איין זייט וואס פעיסט די זון צו יעדע צייט
סאו די וועלט לגבי די זון האט אויך א טינקעלע זייט ?
ניין. אבוויעסלי, עס ווערט דאך כסדר ליכטיג און טונקל אויף אנדערע פלעצער וועלט, אבוויעסלי זעהט יעדע חלק וועלט די זון.

און ביי די לבנה איז עס באמת אויך נאר א שם המושאל, "טונקעלע זייט", ווייל באמת, די גאנצע טונקעלע זייט איז נאר אינגאנצן טונקל אינמיטן חודש, ווען די גאנצע וואס מיר זעהן איז לעכטיג. און ביים מולד איז שטייצעך פארקערט, די גאנצע אזויגערופענע "טונקעלע זייט" איז לעכטיג. אבער מיר זעהן דאס קיינמאל נישט, איך מיין אז מען האט אפילו נישט קיין מאפעס/בילדער ווי אזוי פונקטליך דאס זעהט אויס. (טעארעטיש דארף מען האבן פון אלע מאל וואס מען איז דארט דורכגעפלויגן ביים גיין צו די לבנה, מיינעך אבער אז אזוי ווי מען האט אלץ געלאנדעט ווען אויף אונזער זייט איז געווען לעכטיג, קומט אויס אז עס איז געווען מער אינמיטן חודש, ווען די אנדערע זייט איז געווען מער ווייניגער טונקל.)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

צל עובר האט געשריבן:

סוי פון אונזער פוינט אויף וויו, דרייט זיך עס אבסעלוטלי יא ווי א דריידל, נאר איז אווי צוגעקלעבט אויף איין ריכטונג צו די וועלט.
די לבנה האט 2 וואכן טאג און 2 וואכן נאכט
דאס זעהט מען מיט די בלויזע אויגן ווי די לבנה ווערט קלענער און גרעסער און דאס קען נאר אויסקומען אויב די לבנה דרייט זיך ווי א דריידל
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: אַרטעמיס ספעיס פראגראם: מיסיע צו די לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

יישר כח פאר אלע מגיבים
סנישט אז מפרובירט דא צו ווערן סייענטיסטן - נאר פאר די וואס (רעדן זיך איין) פארשטייען אביסל - און געוויסע אינפארמאציע קאנפיליקט - צו העלפן פארשטיין אביסל בעסער

יישר כח @פאטאקי
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אַרטעמיס ספעיס פראגראם: מיסיע צו די לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

Borrower האט געשריבן:
יישר כח פאר אלע מגיבים
סנישט אז מפרובירט דא צו ווערן סייענטיסטן - נאר פאר די וואס (רעדן זיך איין) פארשטייען אביסל - און געוויסע אינפארמאציע קאנפיליקט - צו העלפן פארשטיין אביסל בעסער

יישר כח @פאטאקי
גא"מ!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אַרטעמיס ספעיס פראגראם: מיסיע צו די לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

Borrower האט געשריבן:
יישר כח פאר אלע מגיבים
סנישט אז מפרובירט דא צו ווערן סייענטיסטן - נאר פאר די וואס (רעדן זיך איין) פארשטייען אביסל - און געוויסע אינפארמאציע קאנפיליקט - צו העלפן פארשטיין אביסל בעסער

יישר כח @פאטאקי
זייער שטארק, ס'דא זאכן וואס כ'האב אייביג געוואוסט, אבער ווען מ'ליינט זאכן וואס קאנפיליקטן, ווערט מען מער צומישט, דארף מען דאס אויסקלארן
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

צל עובר האט געשריבן:
סוי פון אונזער פוינט אויף וויו, דרייט זיך עס אבסעלוטלי נישט ווי א דריידל, נאר איז אזויווי צוגעקלעבט אויף איין ריכטונג צו די וועלט.
פאטאקי08 האט געשריבן:
דרייט זיך עס אבסעלוטלי יא ווי א דריידל
די לבנה האט 2 וואכן טאג און 2 וואכן נאכט
דאס זעהט מען מיט די בלויזע אויגן ווי די לבנה ווערט קלענער און גרעסער און דאס קען נאר אויסקומען אויב די לבנה דרייט זיך ווי א דריידל
בילד

רעכטס אדער לינקס?
אונז האב מיר דא צוויי וועלטן מיט צוויי לבנה׳ס, ביידע וועלטן שטייען אויף איין פלאץ [דער הוילער רינג אינדערמיט], און ביידע לבנה׳ס דרייען זיך ארום אבער; נישט אויפן זעלבן וועג.

דאס איז אמאל זיכער אז דער שפיץ פונעם לבנה בלייבט אייביג אויף ארויף נארט-פאול, און דאס איז אויך זיכער אז עס דרייט זיך ארום די וועלט דער שאלה איז נאר וויאזוי.

רעכטס דער רעכטער לבנה דרייט זיך בכלל נישט ביים ארומקרייזן די וועלט - דאגעקן פאר אונזער אויגן דרייט זיך עס יא! דהיינו מיר וועלט קענען זען מער ווי הונדערט אכציג דעגרי פונעם לבנה. [דער חשבון איז פשוט, דוגמא; צוויי קארס פארן אויפן הייוועי, איר פארט אויף א נארמאלער ספיד, פון הונטערוויילעכץ קומט צו פארן א קאר גאר שנעל, פון אנפאנג קענט איר זען דעם נאז פונעם קאר ביים אדורכפארן זעט איר דאס זייט יגער חלק פונעם קאר און צום סוף זעט איר דעם טראנק פונעם קאר, איי! דער קאר איז געפארן גראד און זיך ניטאמאל געדרייט? עם כל זה, צוויי גראדע זאכן און איינער גייט אדורך קענט איר זען דאס דאזיגע]

לויט דעם רעכטן בילד קומט אויס אז יעדער חלק פונעם לבנה לענגאויס מזרח מערב האט שוין געכאפט א בליק אויפן ערד קוגל.

לינקס דער לינקער לבנה דרייט זיך יא ביים ארומקרייזן די וועלט - דאגעקן פאר אונזער אויגן דרייט זיך עס נישט! דהיינו ביי איין פונקט איז עס אזויווי צוגעקלעבט צו דער וועלט, און אזוי דרייט זיך עס. [נעם א גראגער, צייכן אן א ערראו אויפן דאך פון גראגער ווען דער שפיץ מיטן ערראו איז געוואנדן צום צענטער, פאנג עס אן צו דרייען מיטן פולסטן קראפט, דאן וועט איר באמערקן אז דער שפיץ איז אייביג מיטן פנים צום צענטער] קומט אויס נאך א פולן קרייז ארום די וועלט האט זיך עס געדרייט בלויז איין מאל.

לויט דעם קומט אויס אז א האלבער לבנה האט נאכנישט געזען במשך 5,783 יאר דעם ערד קוגל!
◄ ווייז ספוילער
אוודאי ווען מיר רעדן איצט איז דא א טונקעלער[*] (ווייטע-אומזעבארע) זייט פון דער לבנה; אבער צו איז דאס דער אומזעבארע לבנה וואס מיר מענטשן אויפן ערד קוגל קענען דאס קיינמאל קיינמאל נישט זען? דאס בין איך נעכטן געווען אומזיכער, פארשטייט זיך אז איך האב שוין פושט געווען אז לינקס איז גערעכט, אבער איך לאז עס איבער פאר יעדעם פאר זיך צו עס פושט זיין.

[*]דאס איז אמאל זיכער סיי לויט רעכטס און סיי לויט לינקס אז יעדער שטיינדל פון דער לבנה ווערט לעכטיג מינומים איינמאל א חודש.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: אַרטעמיס ספעיס פראגראם: מיסיע צו די לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

;l;p- לינקס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאטאקי08 האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:

סוי פון אונזער פוינט אויף וויו, דרייט זיך עס אבסעלוטלי יא ווי א דריידל, נאר איז אווי צוגעקלעבט אויף איין ריכטונג צו די וועלט.
די לבנה האט 2 וואכן טאג און 2 וואכן נאכט
דאס זעהט מען מיט די בלויזע אויגן ווי די לבנה ווערט קלענער און גרעסער און דאס קען נאר אויסקומען אויב די לבנה דרייט זיך ווי א דריידל
סוי פון אונזער פוינט אויף וויו, דרייט זיך עס אבסעלוטלי נישט ווי א דריידל

(נישט דא קיין שום ענין צו מאכן זאכן קאמפליצירט, וועו מען קען עס לאזן פשוט.)

-----

@יש הנאה, יעדער קען פשוט גיין זעהן די לבנה באלד ווען עס ווערט טונקל, און ער וועט אליינס זען אז עס איז די זעלבע אויסגעדרייט ווי אלעמאל, דהיינו די לינקע.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 2:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

יש הנאה האט געשריבן:
בילד

רעכטס אדער לינקס?
אונז האב מיר דא צוויי וועלטן מיט צוויי לבנה׳ס, ביידע וועלטן שטייען אויף איין פלאץ [דער הוילער רינג אינדערמיט], און ביידע לבנה׳ס דרייען זיך ארום אבער; נישט אויפן זעלבן וועג.

דאס איז אמאל זיכער אז דער שפיץ פונעם לבנה בלייבט אייביג אויף ארויף נארט-פאול, און דאס איז אויך זיכער אז עס דרייט זיך ארום די וועלט דער שאלה איז נאר וויאזוי.

רעכטס דער רעכטער לבנה דרייט זיך בכלל נישט ביים ארומקרייזן די וועלט - דאגעקן פאר אונזער אויגן דרייט זיך עס יא! דהיינו מיר וועלט קענען זען מער ווי הונדערט אכציג דעגרי פונעם לבנה. [דער חשבון איז פשוט, דוגמא; צוויי קארס פארן אויפן הייוועי, איר פארט אויף א נארמאלער ספיד, פון הונטערוויילעכץ קומט צו פארן א קאר גאר שנעל, פון אנפאנג קענט איר זען דעם נאז פונעם קאר ביים אדורכפארן זעט איר דאס זייט יגער חלק פונעם קאר און צום סוף זעט איר דעם טראנק פונעם קאר, איי! דער קאר איז געפארן גראד און זיך ניטאמאל געדרייט? עם כל זה, צוויי גראדע זאכן און איינער גייט אדורך קענט איר זען דאס דאזיגע]

לויט דעם רעכטן בילד קומט אויס אז יעדער חלק פונעם לבנה לענגאויס מזרח מערב האט שוין געכאפט א בליק אויפן ערד קוגל.

לינקס דער לינקער לבנה דרייט זיך יא ביים ארומקרייזן די וועלט - דאגעקן פאר אונזער אויגן דרייט זיך עס נישט! דהיינו ביי איין פונקט איז עס אזויווי צוגעקלעבט צו דער וועלט, און אזוי דרייט זיך עס. [נעם א גראגער, צייכן אן א ערראו אויפן דאך פון גראגער ווען דער שפיץ מיטן ערראו איז געוואנדן צום צענטער, פאנג עס אן צו דרייען מיטן פולסטן קראפט, דאן וועט איר באמערקן אז דער שפיץ איז אייביג מיטן פנים צום צענטער] קומט אויס נאך א פולן קרייז ארום די וועלט האט זיך עס געדרייט בלויז איין מאל.

לויט דעם קומט אויס אז א האלבער לבנה האט נאכנישט געזען במשך 5,783 יאר דעם ערד קוגל!
◄ ווייז ספוילער
אוודאי ווען מיר רעדן איצט איז דא א טונקעלער[*] (ווייטע-אומזעבארע) זייט פון דער לבנה; אבער צו איז דאס דער אומזעבארע לבנה וואס מיר מענטשן אויפן ערד קוגל קענען דאס קיינמאל קיינמאל נישט זען? דאס בין איך נעכטן געווען אומזיכער, פארשטייט זיך אז איך האב שוין פושט געווען אז לינקס איז גערעכט, אבער איך לאז עס איבער פאר יעדעם פאר זיך צו עס פושט זיין.

[*]דאס איז אמאל זיכער סיי לויט רעכטס און סיי לויט לינקס אז יעדער שטיינדל פון דער לבנה ווערט לעכטיג מינומים איינמאל א חודש.

;l;p- ;l;p- שטארק און קלאר! ייש"כ!
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

צל עובר האט געשריבן:
סוי פון אונזער פוינט אויף וויו, דרייט זיך עס אבסעלוטל נישט ווי א דריידל
וואס מיינט פון אונזער פוינט אוו וויו?
ווען איך קוק אויף די לבנה יעדע נאכט זעה איך עס ווי @יש הנאה'ס לינקע פיקשטער און עס איז בכלל נישט אזוי קאמפליצירט צו פארשטיין אז עס דרייט זיך יא ווי א דריידל, אנלעסס איך כאפ נישט וואס איר מיינט...
אלענספאלס לאמיר עס לאזן ביי דעם
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

פאטאקי08 האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
דריידל
ענק ביידע האלטן דער זעלבע זאך.
ביידע האלטן לינקס פונעם בילד.
ביידע האלטן אז דער לבנה דרייט זיך ארום די וועלט.
און ביידע האלטן אז אונז זע מיר נאר איין חלק פונעם לבנה א גאנצן צייט.

ביי איין פלאץ זענט עטס יא שארף מחולק; וויאזוי מען דרייט א דריידל... און דאס איז שוין נהרא נהרא ופשטיה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאטאקי08 האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
סוי פון אונזער פוינט אויף וויו, דרייט זיך עס אבסעלוטל נישט ווי א דריידל
וואס מיינט פון אונזער פוינט אוו וויו?
ווען איך קוק אויף די לבנה יעדע נאכט זעה איך עס ווי @יש הנאה'ס לינקע פיקשטער און עס איז בכלל נישט אזוי קאמפליצירט צו פארשטיין אז עס דרייט זיך יא ווי א דריידל, אנלעסס איך כאפ נישט וואס איר מיינט...
אלענספאלס לאמיר עס לאזן ביי דעם
פוינט אויף וויו, טייטש קוק ווינקל.

דאס מיינט די וועג ווי אזוי די מענטשהייט זעהט די לבנה.

מען האט נאך קיינמאל נישט, געזען דעם בילד פון די זייט פון דעם טשארט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

צל עובר האט געשריבן:
מען האט נאך קיינמאל נישט, געזען דעם בילד פון די זייט פון דעם טשארט.
:roll:

אלענספאלס לאמיר עס לאזן ביי דעם
אדער קום אין אישי
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אַרטעמיס ספעיס פראגראם: מיסיע צו די לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואס איז שווער?

ביזטו נישט אויף דעם עולם השפל, אינאיינעם מיט די גאנצע מענטשהייט?
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

צל עובר האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
סוי פון אונזער פוינט אויף וויו, דרייט זיך עס אבסעלוטל נישט ווי א דריידל
וואס מיינט פון אונזער פוינט אוו וויו?
ווען איך קוק אויף די לבנה יעדע נאכט זעה איך עס ווי @יש הנאה'ס לינקע פיקשטער און עס איז בכלל נישט אזוי קאמפליצירט צו פארשטיין אז עס דרייט זיך יא ווי א דריידל, אנלעסס איך כאפ נישט וואס איר מיינט...
אלענספאלס לאמיר עס לאזן ביי דעם
פוינט אויף וויו, טייטש קוק ווינקל.

דאס מיינט די וועג ווי אזוי די מענטשהייט זעהט די לבנה.

מען האט נאך קיינמאל נישט, געזען דעם בילד פון די זייט פון דעם טשארט.
פרעספקעקטיוו כצ"ל אין ענגליש
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

צל עובר האט געשריבן:
(טעארעטיש דארף מען האבן פון אלע מאל וואס מען איז דארט דורכגעפלויגן ביים גיין צו די לבנה, מיינעך אבער אז אזוי ווי מען האט אלץ געלאנדעט ווען אויף אונזער זייט איז געווען לעכטיג, קומט אויס אז עס איז געווען מער אינמיטן חודש, ווען די אנדערע זייט איז געווען מער ווייניגער טונקל.)
סאיז יא דא קלארע בילדער פון די אנדערע זייט לבנה מען איז דאך שוין געגאנגען סאך ווייטער פון די פלוטא אפילו
זעה אטעטשירט
וואס מיר איז שווער געווען, מילא פאריגעס מאל, פאר 50 יאר צוריק ביי די אפאלא מיסיעס האט מען פארלוירן קאנטאקט מיטן שיף, אבער יעצט פארוואס האט מען פארלוירן קאנטאקט? מען וואלט דאך געקענט ניצן די אלע סעטעלייטס וואס דרייען זיך ארום אין ספעיס אין יענע געגענט צו האבן א קאנעקשאן
זעהט אויס זיי זענען נישט געווען אינטערסירט דערין
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (111.85 KiB) געזען 683 מאל
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: אַרטעמיס ספעיס פראגראם: מיסיע צו די לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

צל עובר האט געשריבן:
וואס איז שווער?

ביזטו נישט אויף דעם עולם השפל, אינאיינעם מיט די גאנצע מענטשהייט?
ניין, איך בין איירופע (איינע פון צדק'ס לבנה'ס) און וועגן דעם געדויערט מיר טאקע יעדע תגובה א דריי פערטל שעה צו ענטפערן
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

פאטאקי08 האט געשריבן:
מען וואלט דאך געקענט ניצן די אלע סעטעלייטס וואס דרייען זיך ארום אין ספעיס אין יענע געגענט צו האבן א קאנעקשאן
האסט פארגעסן אז אונז זעמיר יעצט אין היי-ארביט, רוב סעטעלייטס געפינען זיך אין לאו-ארביט, איך זאג נישט אז עס זענען נישט דא קיין מאשינען אינעם לבנה'ס ארביט, אבער דאך איז מעגליך אז עס זענען נישט געווען קיין סעטעלייטס אין יענע געגענט.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

פאטאקי08 האט געשריבן:
ניין, איך בין איירופע (איינע פון צדק'ס לבנה'ס) און וועגן דעם געדויערט מיר טאקע יעדע תגובה א דריי פערטל שעה צו ענטפערן
@צל דארף נעמען דיין אוועטאר פאר א דוגמא.
פאטאקי08.jpg
פאטאקי08.jpg (6.98 KiB) געזען 635 מאל
ווען אימער איך זע פאטאקי זע איך יגר'ל אביסל אויבן רעכטס. העכער אים זע איך וויכי לינקס פון אים זע איך קרעמער און פון אונטן מאשקע, אבער וואס עס גייט פאר אינעם אנדערע זייט האב איך נישט קיין השגה... כך הלבנה, מיר מענטשן וואס שטייען דא אויפן ערד קוגל זעען נאר איין חלק פונעם לבנה, מעגליך עס וואוינען גרינע פערזאנען אויפן צווייטן זייט, אלעס איז מעגליך...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”