עמקות שלמה האט געשריבן:בעריש'ל האט געשריבן:עמקות שלמה האט געשריבן:עס איז דא עני עצה מיר צו מאכן 'גלייבן' די מיליאן נומערן?
עס מיליאנטצעך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קיינמאל נישט האבן דאס הכרת הטוב געפיל וואס צענדליגע אלפים האבן פאר בוני עולם, ובנוסף לזה איז יעצט א שעת הכושר פאר יחידים צו רעיזען פאר זייער צוועק וד"ל!!
מיר זענען א מיליטער.
סארי, איך ווייס גענוג ליידער, און איך האב נעכטן געגעבן מיין נדבה פאר איינעם פון זיי.
דאס איז נישט די נושא.
מ׳רעדט נישט דא פון וויסן,
בעריש׳ל רעדט צו די
פארשטייסט די געפיל פון א אינגערמאן וואס ווארט פאר א קינד איין יאר און נאך א יאר, "יעדן טאג" דרייעט זיך איהם איבער די קישקעס נאכאמאל,פון האפענונג צו דיסעפוינטמענט, פרובירט די מהלך מיט יענע מהלך, איינמאל און נאכאמאל,
"יעדן טאג" דרייעט ער זיך ארום מיט ווייטאג און הארץ וויי, "יעדן טאג" דארף ער פעיסן נייע טשלנדזשעס, בושות, ענטפערן פאר אן אלטע חבר אין ישיבה אין וועלכע מוסד ער שיקט זיינע קינדער, זיך טרעפן אין קיפקע וואס רעגט זיך אויף די שכר לימוד העכערונג, אדער דיסקוסריט וואקסין׳ס, וכו׳ וכו׳
דו פארשטייסט די געפיל פון אזא אינגערמאן נאכן האלטן זיין
אייגן קינד?
דו פארשטייסט וואס אזא אינגערמאן איז גרייט צו טוען פאר א מוסד וואס האט אין איהם אריינגעגאסן, צוואנציג, פופציג, הונדערט טויזנט דאלאר?
דער ענטפער איז, ניין!