זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

ברוכים הבאים

די אשכול איז רעזערווירט פאר נייעס און אפדעיטס איבער די מלמדים מאנגל קריזיס.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: נייעס און קרישעלעך איבער די מלמדים מאנגל קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

אין די לעצטע יאר צוויי, מייסטנס דורכאויס די קאוויד פאנדעמיק האט אנגעהויבן ווערן א שטאארקע מאנגל פון מלמדים.

די מלמדים מאנגל קריזיס ווערט שווערע ממיט יעדן פארבייגייענדן טאג, יעצט קומט עס צום אויבערפלאך ווען די מוסדות אין וויליאמסבורג און בארא פארק מוטשענען זיך געפערליך צו טרעפן מלמדים פאר'ן זוממער.

עס זענען דא אסאך מוסדות'ער וואס הייבן אן זייער זומער סעזאן קומענדיגן זונטאג און מאנטאג, און זיי עס פעלט זיי נאך מלמדים נאכ'ן נישט קענען טרעפן מענטשן וואס זענען גרייט דערפאר, אפילו פאר שיינע וועידזשעס.

לויט ווי ס'גייט קומט א פעסטע קריזיס צום קומענדיגן שנת הלימודים תשפ"ג.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: נייעס און קרישעלעך איבער די מלמדים מאנגל קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

וועלכע אפדעיטס למשל זענען עקספעקטעד? וויפיל מוסדות זוכן מלמדים?
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: נייעס און קרישעלעך איבער די מלמדים מאנגל קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

זעלבע מיט באס דרייווערס
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: נייעס און קרישעלעך איבער די מלמדים מאנגל קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

וואס האט יעצט צוגברענגט די מאנגל?
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און קרישעלעך איבער די מלמדים מאנגל קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:זעלבע מיט באס דרייווערס

און נאך אסאך א גרעסערע קריזיס מיט באס רבי'ס.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
משה הירש
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:39 am

Re: נייעס און קרישעלעך איבער די מלמדים מאנגל קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הירש »

האלצשטיין האט געשריבן:אין די לעצטע יאר צוויי, מייסטנס דורכאויס די קאוויד פאנדעמיק האט אנגעהויבן ווערן א שטאארקע מאנגל פון מלמדים.

די מלמדים מאנגל קריזיס ווערט שווערע ממיט יעדן פארבייגייענדן טאג, יעצט קומט עס צום אויבערפלאך ווען די מוסדות אין וויליאמסבורג און בארא פארק מוטשענען זיך געפערליך צו טרעפן מלמדים פאר'ן זוממער.

עס זענען דא אסאך מוסדות'ער וואס הייבן אן זייער זומער סעזאן קומענדיגן זונטאג און מאנטאג, און זיי עס פעלט זיי נאך מלמדים נאכ'ן נישט קענען טרעפן מענטשן וואס זענען גרייט דערפאר, אפילו פאר שיינע וועידזשעס.

לויט ווי ס'גייט קומט א פעסטע קריזיס צום קומענדיגן שנת הלימודים תשפ"ג.

אז מועט באצאלן כאטשיג וויפיל מבאצאלט פאר א גוי וואס ארבעט און מוסד וועט זיין מלמדים א יונגערמאן קען היינט נישט אויסקומען מיט די גיהאלט וואס די מוסדות באצאלן

היינטיגע צייטן וואס די מוסדות האבן א איבערפלוס פון פאנדינג איז ניש דא קיין סיבה נישט בעסער צו צאלן פאר די מלמדים
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

צווישן די אינגעלייט וואס וואלטן געקענט זיין מלמדים, גייען האלב ארבעטן אין חינוך מיוחד וואו מ'קען מאכן א לעבן, און די אנדערע האלב טוען אזעלכע סייד דזשאבס ווי הג"ה טייפן, וכדומה, פון וואס מ'קען היינט מאכן א שיינע פרנסה.

מלמדים בלייבן די וואס גלייכן דעם פאסטן בעצם. זיי גלייכן דאס פירן א כיתה וכדומה.
זקן שקנה חכמה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 31, 2021 1:27 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זקן שקנה חכמה »

ממוצע האט געשריבן:צווישן די אינגעלייט וואס וואלטן געקענט זיין מלמדים, גייען האלב ארבעטן אין חינוך מיוחד וואו מ'קען מאכן א לעבן, און די אנדערע האלב טוען אזעלכע סייד דזשאבס ווי הג"ה טייפן, וכדומה, פון וואס מ'קען היינט מאכן א שיינע פרנסה.

מלמדים בלייבן די וואס גלייכן דעם פאסטן בעצם. זיי גלייכן דאס פירן א כיתה וכדומה.

געוואלט זאגן די זעלבע...
זקן שקנה חכמה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 31, 2021 1:27 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זקן שקנה חכמה »

נאך א פראבלעם אז מלמדים טרעפן זיך ביי די 45 אן א דזשאב ווייל מען וויל זיי שוין ריפלעיסן.
די סעלושן - אז די מוסד זאל מאכן א 401k ריטייערמענט פלאן
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וואס טוט זיך מיט שלאף רבי'ס אין קעמפ, איז דא געניג?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זקן שקנה חכמה האט געשריבן:נאך א פראבלעם אז מלמדים טרעפן זיך ביי די 45 אן א דזשאב ווייל מען וויל זיי שוין ריפלעיסן.
די סעלושן - אז די מוסד זאל מאכן א 401k ריטייערמענט פלאן

געוואלדיגע איידיע!!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט שלאף רבי'ס אין קעמפ, איז דא געניג?

יא.. ווי לאנג מ'שטעלט צו א באנגעלאו מיט עסן...
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8597
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט שלאף רבי'ס אין קעמפ, איז דא געניג?

אוודאי מבאקומט דאך א באנגעלאו בחינם
--
איינער האקט
רבי! פליז פאקעס...
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

נישט קיין ברירה, הייבטס אן צאלן נערמאל און א מאנגל וועט שוין נישט זיין
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

געזעהן דעם קעפל בין איך אריינגעקומען זאגן מ'זאל צאלן שענער, זעה איך אז די עולם שרייט עס שוין אין גרויסן.
דארף מען שוין טאקע אנפאנגען צאלן שענער.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

טויש קעפל בעסער צו "מאנגל אין צאלן מלמדים" (די רעזולטאט ווייסט שוין יעדער...)
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6157
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

באנאנא האט געשריבן:נישט קיין ברירה, הייבטס אן צאלן נערמאל און א מאנגל וועט שוין נישט זיין

לאו דוקא, אמאל האט "מיין זון'ס מלמד" געמיינט אן ארויפגעקוקטע מענטש.

היינט קוקט מען נאך יעדע ריר פון אונזערע קינדער'ס מלמדים מיט פארגרעסערונג גלעזער און אז א מלמד מאכט א טעות, אך און וויי, מען דארף אים ארויסווארפן שוין תיכף ומיד...

דער פראבלעם האט געברענגט אז די זכי' פון זיין א מלמד תינוקת שטייגט מער נישט איבער די ווייניג באצאלט וואס א מלמד באקומט.

איז אפי' אויב מען וועט באצאלן נארמאל, אפי' שיין און אפי' מיט א ריטייערמענט פלאן איז דא אנדערע שיין באצאלטע דזשאבס פארוואס זיך זוכן א דזשאב מיט ארום 30 בעלי בתים?

איך מיין ח"ו נישט צו זאגן אז צוליב דעם זאל מען נישט ארויפגיין מיט זייער געהאלט, ס'קומט זיך זיי ערליך און ס'איז שוין לאנג אווערדא, נאר עס איז דא א טיפערע פראבלעם וועלכע מען דארף אויך זען צו לייזן ווי אמשנעלסטן.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

תגובה דורך winner »

דאס געשריבן אינעם אנדערן אשכול אפשר קען זיך איינער נעמען דערצי?
winner האט געשריבן:
winner האט געשריבן:
אהובים האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
חכמים האט געשריבן:איך האב א געדאנק, אפשר זאל מען מאכן א קאמפיין צווישן עלטערן, ווי יעדער זאל זיך אינטערנעמען א געוויסע סכום וואס ער איז גרייט צו צאלן יעדע חודש און די גאנצע געלט דערפון זאל גיין פאר א העכערונג,
די סכום וועט נישט האבן קיין שום שייכות מיט שכר לימוד נאר איז א באזונדערע באונעס,
עס זאל גיין לפי יעדע כתה, דהיינו אויב ביי די מלמד האבן זיך 10 עלטערן אנגעשלאסן און זיי געבן 50 דאלאר א חודש באקומט ער 500 העכערונג און אזוי ווייטער
איך גלייב אז מענטשן וועלן האבן א שטארקע ווארימקייט מען וועט זיך שפירן א חלק פון די זאך, און בעיקר עס וועט אוועקפאלן אלע זייטיגע קשיות פון ווי די געלט גייט וכו'
יעדער וועט וויסן אז די זאך איז קלאר און ריין
און אפשר קען די מאנסי קאמפיין טאקע דאס טון, אויב ווילן זיי טאקע העלפן די מלמדים
וויל איינער גיין פתיחה מיט אזא געדאנק פאר א נייע אשכול?

עס קען גיין אויף א אופן אז יעדע כתה זאל האבן איין טאטע וואס ער נעמט די זאך אויף זיך, ער וועט ארום רופן אלע עלטערן און פרעגן יעדעם וויפיל ער וויל געבן א חודש, די ארגענעזאציע וועט ארויסהעלפן מיט אלע לאגיסטיקס וויאזוי די געלט זאל אנקומען וכו'
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6157
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

winner האט געשריבן:דאס געשריבן אינעם אנדערן אשכול אפשר קען זיך איינער נעמען דערצי?
winner האט געשריבן:
winner האט געשריבן:
אהובים האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:עס קען גיין אויף א אופן אז יעדע כתה זאל האבן איין טאטע וואס ער נעמט די זאך אויף זיך, ער וועט ארום רופן אלע עלטערן און פרעגן יעדעם וויפיל ער וויל געבן א חודש, די ארגענעזאציע וועט ארויסהעלפן מיט אלע לאגיסטיקס וויאזוי די געלט זאל אנקומען וכו'

נישט קיין שלעכטע געדאנק בכלל, אבער טראכט א רגע פונעם מלמד'ס קוק ויונקל, "איך וויל באקומען באצאלט, נישט צדקות".
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

דרייטצעך האט געשריבן:
winner האט געשריבן:דאס געשריבן אינעם אנדערן אשכול אפשר קען זיך איינער נעמען דערצי?
winner האט געשריבן:
winner האט געשריבן:
אהובים האט געשריבן:

נישט קיין שלעכטע געדאנק בכלל, אבער טראכט א רגע פונעם מלמד'ס קוק ויונקל, "איך וויל באקומען באצאלט, נישט צדקות".

עס וועט קיינעם נישט באדערן למעשה...
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

כ'קום נישט פאמפן יעצט באבוב נאר רעדן איבער די מציאות.
לעצטע יאר אנפאנג יאר האט זיך שוין געטון אין צו סאך חדרים, אבער אין באבוב -וואס האט 6-7 פאראלעל קלאסן א כתה- האט קיין איין איינציג מלמד נישט פארלאזט זיין דשאב. די פאקט איז אז אויב צאלט מען שיין און אין צייט (און ס'קראכט נישט) איז קיין גרויסע מאנגל נישט פארהאן.

עיין אלע מוסדות, חסידישע און נישט חסידישע, וועלכע צאלן הערליך שיין, ותמצא נחת
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דרייטצעך האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:נישט קיין ברירה, הייבטס אן צאלן נערמאל און א מאנגל וועט שוין נישט זיין

לאו דוקא, אמאל האט "מיין זון'ס מלמד" געמיינט אן ארויפגעקוקטע מענטש.

היינט קוקט מען נאך יעדע ריר פון אונזערע קינדער'ס מלמדים מיט פארגרעסערונג גלעזער און אז א מלמד מאכט א טעות, אך און וויי, מען דארף אים ארויסווארפן שוין תיכף ומיד...

דער פראבלעם האט געברענגט אז די זכי' פון זיין א מלמד תינוקת שטייגט מער נישט איבער די ווייניג באצאלט וואס א מלמד באקומט.

איז אפי' אויב מען וועט באצאלן נארמאל, אפי' שיין און אפי' מיט א ריטייערמענט פלאן איז דא אנדערע שיין באצאלטע דזשאבס פארוואס זיך זוכן א דזשאב מיט ארום 30 בעלי בתים?

איך מיין ח"ו נישט צו זאגן אז צוליב דעם זאל מען נישט ארויפגיין מיט זייער געהאלט, ס'קומט זיך זיי ערליך און ס'איז שוין לאנג אווערדא, נאר עס איז דא א טיפערע פראבלעם וועלכע מען דארף אויך זען צו לייזן ווי אמשנעלסטן.

איך טראכט גראדע, אז 'מלמדים' האט א שטיקל סטיגמע צו זיך, משום כמה סיבות. איינע פון די סיבות איז לכאורה די פעטש וואס מ'האט זעלבסט געכאפט... און אנדערע סיבות אויך.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6157
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

winner האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
winner האט געשריבן:דאס געשריבן אינעם אנדערן אשכול אפשר קען זיך איינער נעמען דערצי?
winner האט געשריבן:
winner האט געשריבן:

נישט קיין שלעכטע געדאנק בכלל, אבער טראכט א רגע פונעם מלמד'ס קוק ויונקל, "איך וויל באקומען באצאלט, נישט צדקות".

עס וועט קיינעם נישט באדערן למעשה...

אזוי אויך איז עס נישט קיין ברייטע סאלושען, ווייל וואס טוט מען אז אין א געוויסע מוסד ארבעט עס זיך נישט אויס, אדער אפי' אין א געוויסע קלאס גייט יעצט דער אדמיניסטרעיטער העכערן די געהאלט פאר יענעם מלמד? אודאי נישט!

און אין א לאנג טערם אויב די ארגענעזאציע צופאלט ח"ו פאר סיי וועלכע סיבה, גייען די מלמדים (וועלכע זענען שוין צוגעוואוינט צו א קביעות'דיגע שענערע הכנסה) צוריק צו אלף?

מען דארף העכערן זייער "געהאלט".
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

אמאל האט מען געקענט ארויסברענגען די גרויסע זכי' פונעם מלמד, היינט דארף מען דאס טוען נאכמער אבער געדענקן אז מיט א ליידיגע בערזל קען מען נישט שבת מאכן (בפרט טאקע ווי געשמועסט אז אין חינוך אליין איז דא א וועלט פון בעסער באצאלטע און גרינגערע ארבעט)
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”