בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה - א’ תמוז תשפ”ב

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

נעכטן האט געשריבן:
אבשלום האט געשריבן:
בוק קיפפער האט געשריבן:בד״ה

דר. דוב לאנדא גאר באקאנט, אסאך אויף קולמא, כהיום פון Tov Health in Pomona און די מאנסי געגנט מלפנים פון אפאר סענטערס און ווילימאסבורג איז אינטער איהם וויבאלד ער איז נאר א PA מיז ער זיין אינטער א MD און ווען מ׳ווערט א פעישאנט פון זיין אפיס האט מען געמוזט טוישן די אינשורענס און דר. זעלענקא אינטער א ספעציפישע לאקאל.
וואס ער גייט יעצט טוהן העלן מיר געוואר ווערן.

געהאט אינטער זיך טויזענטער פעישאנס לכאורה.

זיי מסביר וואס דו זאגסט דא, ער איז נאר געווען א PA און נישט א MD?

קום אריין קלאר ביטע.

לאנדא איז א PA

Correct
יישר כח פארן מסביר זיין סארי פארן נישט אריינקומען אזוי קלאר.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

הרב משה אהרן שטיינבערג זאגט פרעזענדליכע עדות אויף קולמע, אז דר' זעלענקא ע"ה האט געראטעוועט טויזענטער אידן מיט זיין קאוויד פראטאקאל.

https://www.yiddish24.com/interviews/12/64708

יהא זכרו ברוך.
#בשיטה נישט
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

Borrower האט געשריבן:וועט קומען לקבורה אין פלארידא פארשטייעך.

אוועק אין דאלאס טעקסעס

האט ער געוווינט אין דאלאס אדער דארט געווען פאר רפואה? פארוואס עפעס לייגט מען אין פלארידע?
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2683
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

נישטאמת האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:וועט קומען לקבורה אין פלארידא פארשטייעך.

אוועק אין דאלאס טעקסעס

האט ער געוווינט אין דאלאס אדער דארט געווען פאר רפואה? פארוואס עפעס לייגט מען אין פלארידע?

אין דאלאס איז ער געווען פאר רפואה.
איך מיין אז אין פלארידע האט ער לעצטענס געוואוינט.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

בד"ה
דאכט זיך זיין טאטע זז"ג וואינט ערגעץ נעבן קרית יואל
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

בוק קיפפער האט געשריבן:בד״ה

דר. דוב לאנדא גאר באקאנט, אסאך אויף קולמא, כהיום פון Tov Health in Pomona און די מאנסי געגנט מלפנים פון אפאר סענטערס און ווילימאסבורג איז אינטער איהם וויבאלד ער איז נאר א PA מיז ער זיין אינטער א MD און ווען מ׳ווערט א פעישאנט פון זיין אפיס האט מען געמוזט טוישן די אינשורענס און דר. זעלענקא אינטער א ספעציפישע לאקאל.
וואס ער גייט יעצט טוהן העלן מיר געוואר ווערן.

געהאט אינטער זיך טויזענטער פעישאנס לכאורה.

ה"ה מיט דר. מארקאוויטש
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נו שוין האט געשריבן:הרב משה אהרן שטיינבערג זאגט פרעזענדליכע עדות אויף קולמע, אז דר' זעלענקא ע"ה האט געראטעוועט טויזענטער אידן מיט זיין קאוויד פראטאקאל.

https://www.yiddish24.com/interviews/12/64708

יהא זכרו ברוך.

איך מיין אז ר' משה אהרן שליט"א האט אים אריינגעברענגט ביים היימישן עולם אין ק"י.

ער האט געדאקטערט אויף זיין סטייל. פארקוקט פיל מאל פון די פארשריפטן כדי צו ערגענצן דעם ציהל - רפואה שלימה.

ס'איז באקאנט דאס ווארט פון ר' משה אהרן: "ענדערש לעבן אומלעגאל, ווי שטארבן לעגאל"!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4623
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

נא_שכל האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:הרב משה אהרן שטיינבערג זאגט פרעזענדליכע עדות אויף קולמע, אז דר' זעלענקא ע"ה האט געראטעוועט טויזענטער אידן מיט זיין קאוויד פראטאקאל.

https://www.yiddish24.com/interviews/12/64708

יהא זכרו ברוך.

איך מיין אז ר' משה אהרן שליט"א האט אים אריינגעברענגט ביים היימישן עולם אין ק"י.

ער האט געדאקטערט אויף זיין סטייל. פארקוקט פיל מאל פון די פארשריפטן כדי צו ערגענצן דעם ציהל - רפואה שלימה.

ס'איז באקאנט דאס ווארט פון ר' משה אהרן: "ענדערש לעבן אומלעגאל, ווי שטארבן לעגאל"!

נישט ממש.
ר' משה אהרן האטמער דרציילט ווי ער האט אים די ערשטע מאל געטראפן וען דער דאקטאר איז שוין דא געווען - די זעלבע מעשה ווי אויפן אינטערוויו - ביי א BBQ ביי ר משה לייב ויטריאל אין אים געהיידזשעקט צו פארן אויף העריס ארויסצונימין א פאציענט -
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

איז שוין געווען די לוויה? עני דיטעילס?
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4623
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

שאהן הענניטי האט געשריבן:איז שוין געווען די לוויה? עני דיטעילס?

געהערט (נישא קראנט) אז מאנטיג
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

ביטע לייגן דעטאלן ווען זיי ווערן געמאלדן.

יישר כח
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

יעצט באקומען:

The funeral for Dr. Zev Zelenko, Velvel Volf Zev ben Aharon A"H
will take place TODAY
Friday, July 1st at 2:15 PM
at Star of David Memorial Gardens.
7701 Bailey Rd, North Lauderdale, FL 33068*
----
To watch the funeral live: https://us06web.zoom.us/j/86973232755
----
May G-d comfort and console the family among the mourners of Zion and Jerusalem.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

ער האט געסערוועד טויזענטער אידן מיט הארץ, געראטעוועט טויזענטער אידן מיט הארץ, עפענט אייער הארץ.

https://raisethon.com/drzelenko
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

א פיינע דאקטאר געווען,

אבדל לחיים טובים
איינמאל בין איך געווען ביי אים, ווען כ'האב מיר נישט גוט געפילט נמ"ג, און ער האט מיר געזאגט אז כאטש די דאקטוירים זאגן אז מ'קען נישט גיין אין מקוה,
איז דאך באקאנט אז די בעל שם טוב האט געזאגט אז איין טבילה שאדט נישט, און איך זאל מיר טובל'ען און ארויס

איינמאל האב איך געהאט א מורס"א נישט מער געדאכט אין די מויל די די אינעווייניגסטע חלק אויבן (אין בעק פון די שנאלצן), עשרת ימי תשובה, און האט מיר פארשריבן א אנטיביאטיק און געזאגט אז מ'דארף עס נעמען מיט אסאך טרינקען אפילו בעצם יום הכיפורים, ווען כ'האב אים איבערגערעגט צו ס'איז טאקע פייקוח נפש, האט ער געשריגן אויף מיר "חסיד שוטה",
האב איך מסביר געווען אז כדי צו טרינקען וואסער יום כיפור דארף מען זיכער מאכןן מיטן דאקטאר אז עס פיקוח נפש, ממילא זאל ער מיר מסביר זיין פארוואס ס'איז פיקוח נפש,
האט ער מיר געזאגט אז וויבאלד ס'אי זייער נאנט צום מוח, אויב מ'נעמט נישט די אנטי ביאטיק קען די אינפעקשאן ח"ו היל"ת אנקומען צום מוח,
ווען כ'האב געקלונגען דעם דיין (הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א)
האט ער מיר געפרעגט ווער ס'איז די דאקטאר וואס האט געזאגט אז עס איז פיקו"נ, האב איך געזאגט אז עס איז "זלענקא", האט מיר די דיין געפרעגט בהאי לישנא:
זלענקא האט געזאגט ס'איז פיקוח נפש?
האב איך אים געזאגט אז "יא",
ערשטע דעמאלטס ווען ער האט געהערט אזז לענקא זאגט אזוי:
האט ער מיר געזאגט די פסק, אז איך זאל עס נעמען, מיט הפסקות פון א בראנפען גלעזל וואסער יעדע 10 מינוט
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

אינטערוויו: די עולם הרפואה באוויינט די פטורה פונעם בארימטן דאקטער זאב זעלענקא ע"ה, וועלכע האט אסאך ארויסגעהאלפן אידן דורכאויס די יארן, ספעציעל איז עס א פארלוסט פאר זיין נאנטן ידיד דאקטער ר' דוב לאנדא
ו' קרח פ״ב
ר' דוב לאנדא
https://www.yiddish24.com/interviews/12/64777
פרישטיג
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 2:22 am

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישטיג »

https://raisethon.com/drzelenko/kj-hatzolah-
לינק צי מחזק זיין די ציבראכענע משפחה
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

ער האט ארויסגעגעבן א בוך מיט זיין biography.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4623
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

Kosher Travel האט געשריבן:ער האט ארויסגעגעבן א בוך מיט זיין biography.

געליינט ווען סארויס געקומען...
אומגלויבלעך ווי ער איז אנגעקומען און אזא קורצע תקופה - ניטאמאל דרייסיג יאאר
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

Borrower האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:ער האט ארויסגעגעבן א בוך מיט זיין biography.

געליינט ווען סארויס געקומען...
אומגלויבלעך ווי ער איז אנגעקומען און אזא קורצע תקופה - ניטאמאל דרייסיג יאאר

מען קען עס קויפן ערעגץ דיזשעטעל?
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4623
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

ניינער האט געשריבן:

אמאזאן
אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלצער »

יאנאש האט געשריבן:בד”ה

מען ברויך נאך באהערשן געוויסע מניעות, עסקנים ארבעטן אריין צו ערלעדיגן די נויטיגע פאפירן און טעכנישע ענינים.

וואסערע גרויסע מניעות איז געווען אנדערש ווי געווענליך ?
האט דאס א שייכות מיט זיינע טריטמענטס ?
וואס זאגט די פיקטשער פון די וואלד ? (אין די דריטע פאראגראף)
אטעטשמענטס
ivelt image.jpg
ivelt image.jpg (167.59 KiB) געזען 2622 מאל
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1708
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

סעלצער האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:בד”ה

מען ברויך נאך באהערשן געוויסע מניעות, עסקנים ארבעטן אריין צו ערלעדיגן די נויטיגע פאפירן און טעכנישע ענינים.

וואסערע גרויסע מניעות איז געווען אנדערש ווי געווענליך ?
האט דאס א שייכות מיט זיינע טריטמענטס ?
וואס זאגט די פיקטשער פון די וואלד ? (אין די דריטע פאראגראף)

not out of the woods זעט אויס צו זיין אזא מליצה ווארט ווי צו זאגן אז ער איז נישט ארויס פון די סכנה
האט מסתם גארנישט מיט די פיקטשער וואס זיי האבן צו געלייגט
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
אוועטאר
דמשק
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 3:04 pm

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמשק »

דערמאן איך מיך יעצט א זיסע מעשה וואס איך האב געהאט מיט אים
איך בין געזיצן ביי אים אין אפיס, דר זאלענקא שפאצירט אריין און רופט זיך אן: ביסט נישט קיין תלמוד חכם!! איך פרעג אים מהיכי תיתי זאגט ער מיר, אויב יא ביסטו חייב מיתה ווייזענדיג אויף מיינע שמיציגע וואלענע ציצית
געטרייער חסיד
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2020 10:04 pm

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטרייער חסיד »

געדענק מיר ווען דער דר' פלעגט טעגליך אנקומען אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י מיט א בינטל צוואנציגערס, ווער ס'איז נאר געקומען נאך געלט, זאל דאס זיין א כתה ט' בחור'ל , האט ערהאלטן א גלאטן צוואנציגער, ביז ס'האט זיך אויסגענוצט, ביי אונז בחור'לעך איז געווען א גאנצע זכי' ווער ס'קען כאפן 'דאקטער זאלענקא' בעפאר ער האט געענדיגט אויסטיילן זיינע צוואנציגערס...
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4623
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: בד”ה דר. זאב זעלענקא ע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הקמת מצבה היינט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”