בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

פליט קארטל פון עסטרייך
אטעטשמענטס
179F0AEA-B13F-41EA-BFFE-6CD5D6510FEB.jpeg
179F0AEA-B13F-41EA-BFFE-6CD5D6510FEB.jpeg (76.88 KiB) געזען 3469 מאל
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

עמיקא וטמירא האט געשריבן:איינער מיט א באריכט פון די מסע הלוי'?
דרך אגב שמעתי אז זיין עלטסטער אייניקל וואס איז ווארשיינליך ממשיך, רעדט מען פון גאר א ספעציעלע זאך אן עובד ה' מופלא
פירט זיך מיט א דערהויבנקייט, אן איידעם ביי אב"ד קרעטשניף מאנסי בן הרה"ק ר' דוד משה מקרעטשניף זי"ע.

איינער מיט א בילד ביטע?
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
משה הירש
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:39 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הירש »

רבותינו האט געשריבן:
ניי האט געשריבן:ברוך דיין האמת - רבי ומיודעי הכ"מ. נפטר בן 75 שנים ויטמן ע"י ציון האר''י הקדוש.
נאך א לעבן פיל מיט יסורים בגוף ובנפש, אבער געלערנט שעות על שעות יומם ולילה כפשוטו ממש נגלות ונסתר התורה. וגם תפלותיו הנעימים מיט זיין אייגענארטיגע ווארעמע נוסח התפלה (שקיבל הרבה מקאלוב). ושבת קודש היה חדוה עילאה במחיצתו בצלו בישיבה..
:oops: :-( :oops: :oops:

ער פלעגט זיך דרייען ביים קאליבער רבי ?

זיין טאטע הר"ר שם טוב ע"ה האט גיוואנט אויף היוז סט. אופן
זעלבע גאס פון ר מנחם שלמה מקאלוב און אויך דער שאפראנאר רב זצ"ל און אגאס ארויפציר סיגעט רב הברך משה זצ"ל ממילא האט ער אסאך מקבל גיווען פון די דריי הייליגע צדיקים
היה אומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:39 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היה אומר »

רבותינו האט געשריבן:
ניי האט געשריבן:ברוך דיין האמת - רבי ומיודעי הכ"מ. נפטר בן 75 שנים ויטמן ע"י ציון האר''י הקדוש.
נאך א לעבן פיל מיט יסורים בגוף ובנפש, אבער געלערנט שעות על שעות יומם ולילה כפשוטו ממש נגלות ונסתר התורה. וגם תפלותיו הנעימים מיט זיין אייגענארטיגע ווארעמע נוסח התפלה (שקיבל הרבה מקאלוב). ושבת קודש היה חדוה עילאה במחיצתו בצלו בישיבה..
:oops: :-( :oops: :oops:

ער פלעגט זיך דרייען ביים קאליבער רבי ?

איז ער נישט קיין מחותן מיט קאלוב?
ווי איז הרב שרגא יהודה אן איידעם?
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

היה אומר האט געשריבן:

ער איז א איידעם ביי קרעטשניף מאנסי הרב ראזענבוים איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען ער וואוינט אויף מאריס און ספרינג וואלי און דרייט זיך און סאלקא אויף פרענציס
ברוך פייבול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 11:56 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פייבול »

געהערט אז ער האט פארמאגט צוויי נוע''א'ס דפוס ראשון, און איינס האט מען איהם איינמאהל בא'גנב'ט ביי שלש סעודות, און זינט דאן האט אלעמאהל געארבעט איין לייט העכער זיין פלאץ.
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:בד"ה
איבערגעלאזט א שיינע דור פון תלמידים יקרים, יראים ושלמים, ממש ערליכע אידן, דביקות'דיגע אידן, חסיד'ישע חאניאקישע אידן.

איך וויל נאר פארשטיין וואס איז דאס פלוצלימ'דיגע פטירה, ווען ס'קלאר געווען, אז דער רבי איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל, וויסנדיג דעם מצב, און געוואלט נפטר ווערן דארט, מען זאל נישט דארפן פירן.

ער איז בלויז אהינגעפארן צוליב א געוויסע פראצעדור, עס איז בכלל נישט געווען עולה על הדעת אז די מצב איז אזוי געפערליך. די הסתלקות איז באמת געווען א פלוצלינג'דיגע זאך.
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

תגובה דורך בדרך »

רבותינו האט געשריבן:ווער האט מספיד גוועהן

כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א
די מחותן הגה"צ גאב"ד מירון שליט"א

טעלעפאניש : גיסו כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א חתנו הרה"צ רבי שמעון שטערן שליט"א ונכדו ממלא מקומו כ"ק הרה"צ רבי שרגא יודא שטערן שליט"א
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

איש ליזענסק האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:בד"ה
איבערגעלאזט א שיינע דור פון תלמידים יקרים, יראים ושלמים, ממש ערליכע אידן, דביקות'דיגע אידן, חסיד'ישע חאניאקישע אידן.

איך וויל נאר פארשטיין וואס איז דאס פלוצלימ'דיגע פטירה, ווען ס'קלאר געווען, אז דער רבי איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל, וויסנדיג דעם מצב, און געוואלט נפטר ווערן דארט, מען זאל נישט דארפן פירן.

ער איז בלויז אהינגעפארן צוליב א געוויסע פראצעדור, עס איז בכלל נישט געווען עולה על הדעת אז די מצב איז אזוי געפערליך. די הסתלקות איז באמת געווען א פלוצלינג'דיגע זאך.

אבער עס קוקט אויס ווי ער האט אבער יא געהאט און פלאן דארט צו בלייבן ווייל זיין הויז אויף 7 Golar און מאנסי האט ער פארקויפט פארדעם עס איז נאך גראדע און קאנטראקט.
מ׳קען אויך זעהן אויף די בילדער אפאר פון זיין מסתם קרוב צו 10 הערליכע לייבן בענקלעך נאכגעמאכט אפאר סארטן און סייזעס פארמאגט אפאר און ישיבה און אינדערהיים.

https://www.zillow.com/homedetails/7-Go ... 4916_zpid/
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

בוק קיפפער האט געשריבן:
איש ליזענסק האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:בד"ה
איבערגעלאזט א שיינע דור פון תלמידים יקרים, יראים ושלמים, ממש ערליכע אידן, דביקות'דיגע אידן, חסיד'ישע חאניאקישע אידן.

איך וויל נאר פארשטיין וואס איז דאס פלוצלימ'דיגע פטירה, ווען ס'קלאר געווען, אז דער רבי איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל, וויסנדיג דעם מצב, און געוואלט נפטר ווערן דארט, מען זאל נישט דארפן פירן.

ער איז בלויז אהינגעפארן צוליב א געוויסע פראצעדור, עס איז בכלל נישט געווען עולה על הדעת אז די מצב איז אזוי געפערליך. די הסתלקות איז באמת געווען א פלוצלינג'דיגע זאך.

אבער עס קוקט אויס ווי ער האט אבער יא געהאט און פלאן דארט צו בלייבן ווייל זיין הויז אויף 7 Golar און מאנסי האט ער פארקויפט פארדעם עס איז נאך גראדע און קאנטראקט.
מ׳קען אויך זעהן אויף די בילדער אפאר פון זיין מסתם קרוב צו 10 הערליכע לייבן בענקלעך נאכגעמאכט אפאר סארטן און סייזעס פארמאגט אפאר און ישיבה און אינדערהיים.

https://www.zillow.com/homedetails/7-Go ... 4916_zpid/

ער האט געקויפט א נייע אין מאנסי, ער האט געמופט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היה אומר האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:
ניי האט געשריבן:ברוך דיין האמת - רבי ומיודעי הכ"מ. נפטר בן 75 שנים ויטמן ע"י ציון האר''י הקדוש.
נאך א לעבן פיל מיט יסורים בגוף ובנפש, אבער געלערנט שעות על שעות יומם ולילה כפשוטו ממש נגלות ונסתר התורה. וגם תפלותיו הנעימים מיט זיין אייגענארטיגע ווארעמע נוסח התפלה (שקיבל הרבה מקאלוב). ושבת קודש היה חדוה עילאה במחיצתו בצלו בישיבה..
:oops: :-( :oops: :oops:

ער פלעגט זיך דרייען ביים קאליבער רבי ?

איז ער נישט קיין מחותן מיט קאלוב?
ווי איז הרב שרגא יהודה אן איידעם?

ר' שרגא'ס שווער, איז אן איידעם ביים אלטן סטאניסלאווער וואס איז אן איידעם פונעם אלטן קאלובער.
לייקוס
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

כהאב געהאט די זכיה אביסעל צוזעען דעם יוד די לעצטע פאר יאר,
ער איז געווען נעבעך מדוכא בייסורים,זיין גאנצע חיות איז געווען תורה ותפילה.

ער האטסיך ארומגעדרייט ביי אסאך צדיקים במשך השנים,ער האט אסאך גערעדט צומיר וועגען די ישועת משה זצ״ל ער האט מיר געזאגט אז ער האט ספעציעל ליב געהאט דיע צדיקים וואס האבען געהאט דעם פייער ביים דאווענען און לערענען,און ביי די טישען.

פארשטייטסיך עיקר תורתו איז געווען פון סאטמער רב זצ״ל ער פלעגט רעדן מיט בענקעניש און צימאון פון די תפילות און ימים טובים.

ווען מפלעגט שמועסען וועגען פריערדיגע צדיקים האט ער ממש אויפגעלעבט מהאט געקענט רעדן און רעדן אן ענדיגען.

ער האט געלעבט מיטען נועם אלימלך דאס פלעגט ער פארלערענען ביי די תורות מיט א מתיקות נפלא,ער האט אריינגעברענגט א ספעציעלע געשמאק און קשר צודעם ספר פאר אלע וואס האבען זיך געדרייט ביי עם.

ער פלעגט זאגען דאס איז די איינציגסטע זאך וואס אונז האבען נאך און די היינטיגע דור איז צושמועסען און זיך דערמאנען פון די עבודת הצדיקים,ער האט ממש אויפגעלעבט ווען מהאט גערעדט פון צדיקים.

כאב געדאווענט ביי עם די לעצטע פאר יאר ימים נוראים,די יאר פאר קאוויד יו״כ באנאכט האט ער געמאכט קולות נוראים און בכיות נוראות, רבש״ע וואס וועט זיין דא האט ער געשריגען.

איין יאר יו״כ באנאכט האט ער געזאגט אז סאיז עם אריינגעקומען אז דאס וואס סשטייט און זוהר אז סהעלפט נישט קיין תשובה איז נאר תשובה מיראה,אבער מאהבה וואס ווערטיך זכיות איז דיך אוודאי אז סהעלפט יא.

זיין דאווענען פארען עמוד איז געווען אש להבה,ער האט שטארק מאריך געווען מיט בכיות נוראות בפרט ביי עניני גלות גאולה,והתרוממות קרן ישראל האט ער פארגאסען דמעות שליש.

אזוי וואו אנדערע האבען שוין געשריבען דא ער האט ליב געהאט א געשמאקע בעל תפילה,וואס זינגט פארצייטישע תנועהלעך דאס האט עם דערהויבען פון זיין יסורי הגוף והנפש.

ער האט געהאט אויף זיך כסדר א קמיע כמיין פונעם בעלזא רב זצ״ל נישט זעכיר.
אונדערוואכען פלעגט ער זיצען און לערנען מיט חברותות כסדר,כפלעג עם זעען לערענען אסאך מאל (יא ער האטסיך נישט געשעמט צו לערנען און די בלויע גמרא ברבים)
ביי די חנוכה לעכט האט ער געגאסען בכיות נוראות ביי חשוף זרוע קדשך,

זיין נשמה גייט ארויף לויטער פון דיע אלע יסורים נוראים בגוף ובנפש וואס דיע יוד האטסיך צאמגעליטען.
לעצט פארראכטן דורך לייקוס אום מיטוואך יוני 01, 2022 9:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

גליטשעדיג האט געשריבן:בנוגע זיין קשר מיט הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
די לעצטערע יארן איז אים אסאך מאל שווער געווען צו לערנען בעיון, פלעגט ער זיצן לאנגע שעות און לערנען די קונטרסים לשון קדשו פון הרה"ק מסאטמאר און געשעפט דערפון תענוג ונחת.

איך זיך שטארק זיין בריוו (הסכמה) אויף "הגדת סאטמאר" וואס ר' אברהם דוד גליק ז"ל האט ארויסגעגעבן.
אויב קען מיר איינער עס שיקן וואלט איך שטארק מכיר טובה געווען.
שר העשר
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:50 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר העשר »

יצחקי האט געשריבן:געווען א שטארקע בעל נוסח
אפילו די הבדלה געהאט זיין אייגנארטיגן נוסח

אויב איינער האט עפעס ריקארדינגס פון די תפילות און ספירה ציילן זאל ביטע ארויפשטעלן

מען קען הערן די ספירה אויף קול בחצרות הקודש, (דאס וואס ער זאגט וועגן מ"מ, איז פארשטייט זיך אומבאשטעטיגט).
פערזשוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 7:58 am
לאקאציע: ישראל

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערזשוך »

בוק קיפפער האט געשריבן:
היה אומר האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:
ניי האט געשריבן:ברוך דיין האמת - רבי ומיודעי הכ"מ. נפטר בן 75 שנים ויטמן ע"י ציון האר''י הקדוש.
נאך א לעבן פיל מיט יסורים בגוף ובנפש, אבער געלערנט שעות על שעות יומם ולילה כפשוטו ממש נגלות ונסתר התורה. וגם תפלותיו הנעימים מיט זיין אייגענארטיגע ווארעמע נוסח התפלה (שקיבל הרבה מקאלוב). ושבת קודש היה חדוה עילאה במחיצתו בצלו בישיבה..
:oops: :-( :oops: :oops:

ער פלעגט זיך דרייען ביים קאליבער רבי ?

איז ער נישט קיין מחותן מיט קאלוב?
ווי איז הרב שרגא יהודה אן איידעם?

ער איז א איידעם ביי קרעטשניף מאנסי הרב ראזענבוים איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען ער וואוינט אויף מאריס און ספרינג וואלי און דרייט זיך און סאלקא אויף פרענציס

ביי כ"ק אדמו"ר ר' יוסף שלמה רויזנבוים מקרעטשניף מאנסי
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פערזשוך האט געשריבן:
בוק קיפפער האט געשריבן:
היה אומר האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:
ניי האט געשריבן:ברוך דיין האמת - רבי ומיודעי הכ"מ. נפטר בן 75 שנים ויטמן ע"י ציון האר''י הקדוש.
נאך א לעבן פיל מיט יסורים בגוף ובנפש, אבער געלערנט שעות על שעות יומם ולילה כפשוטו ממש נגלות ונסתר התורה. וגם תפלותיו הנעימים מיט זיין אייגענארטיגע ווארעמע נוסח התפלה (שקיבל הרבה מקאלוב). ושבת קודש היה חדוה עילאה במחיצתו בצלו בישיבה..
:oops: :-( :oops: :oops:

ער פלעגט זיך דרייען ביים קאליבער רבי ?

איז ער נישט קיין מחותן מיט קאלוב?
ווי איז הרב שרגא יהודה אן איידעם?

ער איז א איידעם ביי קרעטשניף מאנסי הרב ראזענבוים איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען ער וואוינט אויף מאריס און ספרינג וואלי און דרייט זיך און סאלקא אויף פרענציס

ביי כ"ק אדמו"ר ר' יוסף שלמה רויזנבוים מקרעטשניף מאנסי

א זוהן פון הרה"ק רבי דוד משה זי"ע פון רחובות ?
פערזשוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 7:58 am
לאקאציע: ישראל

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערזשוך »

יא יא א ברודער מיט אלע אדמורים שליט"א
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

ברוך דיין האמת

האמער געהאט א שטיקל שייכות מיטן רבי'ן

סאיז אמאל געווען א מדובר פון אוועקפירן די ישיבה אויף אן אנדערע לאקאציע האט ער מיר געזאגט בסוד אז ער האט חשק די ישיבה זאל בלייבן דא ווייל דער ריבניצער רבי איז אנגעקומען קיין מאנסי איז ער איינגעשטאנען אין דעם האטעל (דאכצעך סהאט דעמאלט געהייסן זינגערס) און ער האט געזאגט אז דא אין דעם מקום וועט נאך זיין א ישיבה און א מקום תורה, ממילא פילט ער אז די ישיבה האט דעם ריבניצערס ברכה ווילאנג סאיז דארט.

ער האט זיך זייער גע'עקשנ'ט נישט צו נעמען קיין קאלידזש פראגראמען.

געהאט אסאך אנטיק און און כתבי ידות, במשך די יארן האט מען אסאך גע'גנב'ט פון אים, געהאט א מקורית'דיגע בעכער פון בעש"ט הק' מיט א דאקומענט דור אחר דור ביז אדל בת הבע"ש, תפילין פונעם רבי'ן ר' זושא זצ"ל ועוד.

פלעגט אסאך פארציילן פון צדיקים הקודמים, פון רבי'ן און פון בעלזער רב ז"ל, אסאך ערשטהאנטיגע מעשיות האט ער מיר פארציילט.

ער האט זייער שטארק פראבירט מקרב צו זיין שוואכערע אידן, און זיי מחזיר למוטב זיין.

כהאב געכאפט אמאל א בילד צוויי פון אים (באלד אטעטשירן אי"ה)
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

בדרך האט געשריבן: ונכדו ממלא מקומו כ"ק הרה"צ רבי שרגא יודא שטערן שליט"א

ווער האט איהם מכתיר געווען?
דו אליין? אדער דו שרייבסט עס נאך פון ערגעץ?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

את פתח לו האט געשריבן:
בדרך האט געשריבן: ונכדו ממלא מקומו כ"ק הרה"צ רבי שרגא יודא שטערן שליט"א

ווער האט איהם מכתיר געווען?
דו אליין? אדער דו שרייבסט עס נאך פון ערגעץ?

בחצרות האט איהם שוין נעכטן מכתיר געוועהן
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

רבי
אטעטשמענטס
1
1
20170817_191834_copy_392x524.jpg (199.38 KiB) געזען 1077 מאל
2
2
20170817_191830_copy_385x513.jpg (199.66 KiB) געזען 1077 מאל
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אבן יקרה האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
בדרך האט געשריבן: ונכדו ממלא מקומו כ"ק הרה"צ רבי שרגא יודא שטערן שליט"א

ווער האט איהם מכתיר געווען?
דו אליין? אדער דו שרייבסט עס נאך פון ערגעץ?

בחצרות האט איהם שוין נעכטן מכתיר געוועהן

חוץ פון בחצרות איז דא נאך איינער?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אבישי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 9:00 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבישי »

געהאט די זכיה צו דאווענען פארן עמוד ביי אים אסאך מאל, ער האט ליב געהאט א שיינע בל תפילה
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

נאך א קביעת מזוזה בביתי
אטעטשמענטס
202.jpg
202.jpg (144.27 KiB) געזען 887 מאל
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

את פתח לו האט געשריבן:
בדרך האט געשריבן: ונכדו ממלא מקומו כ"ק הרה"צ רבי שרגא יודא שטערן שליט"א

ווער האט איהם מכתיר געווען?
דו אליין? אדער דו שרייבסט עס נאך פון ערגעץ?

פארשטאנען אז נאך די קבורה האט מען דאס אויסגערופן אז דאס איז געווען די רצון פון רבי'ן זצ"ל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”