בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליזענסקע חסיד »

א ליזענסקע חסיד האט געשריבן:
שר העשר האט געשריבן:
attachment.jpg

היינט קומט פאר אן עצרת הספד והתעוררות צו די פטירה פון כ"ק מרן אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל, וועלכער איז נפטר געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק אין ארץ הקודש, די מעמד קומט פאר אין היכל ישיבת נועם אלימלך ליזענסק אין מאנסי, וואו גדולי הרבנים ומגידים וועלן אויפטרעטן מיט דברי זכרון. 7:00 אזייגער וועט זיין בעז"ה תפילת מנחה, בעל תפילה וועט זיין נכדו כבנו של כ"ק מרן אדמו"ר זצוק"ל הרה"צ רבי שרגא יודא שטערן שליט"א ר"מ דישיבתו, אין דערנאך וועט זיך אנהייבן דער מעמד, מען קען מיט האלטן כסדרדיגע אפדטיטס אויף מערכת 'קול ליזענסק' אויף 1716-623-4707.

אויסצאג פונעם צייטונג 'דער איד':
מיט עטליכע יאר צוריק האט דער רבי זצ"ל אנגעהויבן ליידן אויף פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס ל"ע, און מען דארף דא דערמאנען די געטרייע משמשים בקודש וואס יומם ולילה לא ישבותו זיך אוועקצוגעבן פאר'ן רבי'ן במסי"נ ממש, בעיקר דער גבאי נאמן ויד ימינו וואס ממש לא זזה ידו מתוך ידו די גאנצע צייט, אין זיך אוועק גערוסן פארן רבין זצוק"ל יעדע מינוט און טאג איז געווען דער רבי, דער רבי.
פארלאפענעם יו"ט פסח האט דער רבי זצ"ל געפראוועט אין זיין דירה און ביהמ"ד אין לעיקוואד, נאך פסח איז ער געפארן קיין ארץ ישראל וואו ער האט געדארפט דורכגיין א מעדיצינישע באהאנדלונג, דורכאויס די עטליכע וואכן האט ער געדאווענט בבית מדרשו פון ידידו וריעו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מקאזמיר שליט"א אין בני ברק.

זונטאג פ' במדבר (נשא אין ארה"ק) איז דער רבי זצ"ל אריין אין תל השומר שפיטאל אין תל-אביב זיך צו לאזן אונטערזוכן נאכ'ן ליידן אן אינפעקציע ל"ע, דינסטאג ר"ח סיון האט ער נאך געדאווענט אלע תפלות ווי געהעריג, אבער פלוצלינג איז אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב און ער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרה ובוראה.
די ביטערע בשורה איז בליץ-שנעל פארשפרייט געווארן אומעטום, און א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט ביים יהדות החרדית ובפרט ביי די צענדליגער טויזענטער תלמידים וועלכע האבן פארלוירן דעם רבי'ן און האבן געשפירט ווי מען האט נישט געהאט די געלעגנהייט געהעריג מתפלל צו זיין פאר אים.
די לוי' איז פארגעקומען אין איילעניש שפעט נאכמיטאג ביים ביה"ח אין צפת, וואו דער רבי זצ"ל האט געהאט זיך געקויפט א חלקה סמוך ונראה צום ציון פונעם אר"י הק' זי"ע, צווישן די מלוים האט זיך אנגזעהן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
עס האבן מספיד געווען: כ"ק אדמו"ר מקאזמיר שליט"א, און דעם רבי'נס מחותן הגה"צ גאב"ד מירון שליט"א, דערנאך האט מען געהערט הספדים דורכ'ן טעלעפאן פון: כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, חתנו הרה"צ ר' שמעון שטערן שליט"א, און דער אייניקל נכדו כבנו הרה"צ רבי שרגא יודא שטערן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק'. דער רבי זצ"ל לאזט איבער זיין חשוב'ע אלמנה הרבנית הצדיקת תליט"א וועלכע האט אים אויסטערליש געטריי באדינט אסאך יארן, זיין איינציגע טאכטער הרבנית שטערן תליט"א פון קרית טאהש אשת הרה"ג ר' שמעון שליט"א בן הגה"צ גאב"ד מירון שליט"א.
ער לאזט אויך איבער די פילע טויזענטער תלמידים ומעריצים וואס וועלן שטענדיג אים געדענקן, און ער וועט אוודאי זיין פאר זיי אלע א מליץ יושר מגנזי מרומים.
תנצב"ה
לעצט פארראכטן דורך א ליזענסקע חסיד אום פרייטאג יוני 24, 2022 3:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).
אוועטאר
תינוק שנולד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2022 3:43 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק שנולד »

א ליזענסקע חסיד האט געשריבן:, בעיקר דער גבאי נאמן ויד ימינו הר"ר שלום כהן שליט"א וואס ממש לא זזה ידו מתוך ידו די גאנצע צייט, אין זיך אוועק גערוסן פארן רבין זצוק"ל יעדע מינוט און טאג איז געווען דער רבי, דער רבי.

ווער איז דער איד זייענדיג א תלמיד הישיבה א שיינע פאר יאר געדענק איך נישט אזא איד איינער ווייסט פון ווען ער האט זיך געדרייט ביים רעבין ? ווען ער איז געווארן מקושר?
א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליזענסקע חסיד »

פון ה'תש"פ
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).
ווארעמער
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:27 am

תגובה דורך ווארעמער »

תינוק שנולד האט געשריבן:

גאמ

גבאי נאמן ויד ימינו וואס ממש לא זזה ידו מתוך ידו די גאנצע צייט, אין זיך אוועק גערוסן פארן רבין זצוק"ל
אטעטשמענטס
photo_2022-06-17_10-54-08.jpg
photo_2022-06-17_10-54-08.jpg (148.5 KiB) געזען 3171 מאל
לעצט פארראכטן דורך א ליזענסקע חסיד אום פרייטאג יוני 24, 2022 3:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליזענסקע חסיד »

photo_2022-06-17_05-08-51.jpg
photo_2022-06-17_05-08-51.jpg (33.54 KiB) געזען 3169 מאל
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).
א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליזענסקע חסיד »

photo_2022-06-17_10-54-12.jpg
photo_2022-06-17_10-54-12.jpg (100.54 KiB) געזען 3165 מאל
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).
א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליזענסקע חסיד »

דעקל דברות קודש_Page_2.jpg
דעקל דברות קודש_Page_2.jpg (155.97 KiB) געזען 3146 מאל
דעקל דברות קודש_Page_1.jpg
דעקל דברות קודש_Page_1.jpg (144.21 KiB) געזען 3146 מאל
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).
שר העשר
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:50 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר העשר »

יעצט ביי די עצרת הספד האט דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א מכתיר געווען חתנא דבי נשיאה הגה"צ ר' שמעון שטערן שליט"א צו ממלא זיין מקום חותנו באדמורו"ת ליזענסק.

ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א אויפגענומען בנו הגדול הרה"צ ר' שרגא יודא שליט"א צו דינען אלס ראש ישיבת ליזענסק, על פיו יצאו ועל פיו יבאו ועל פיו יושק כל דבר.

יאריכו ימים על ממלכתם
עדינו העצני
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 2:15 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדינו העצני »

א ליזענסקע חסיד האט געשריבן:
photo_2022-06-17_10-54-12.jpg

וועמענס שטריימל טראגט דא דער רבי. עס איז נישט זיינס.
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

שר העשר האט געשריבן:יעצט ביי די עצרת הספד האט דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א מכתיר געווען חתנא דבי נשיאה הגה"צ ר' שמעון שטערן שליט"א צו ממלא זיין מקום חותנו באדמורו"ת ליזענסק.

ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א אויפגענומען בנו הגדול הרה"צ ר' שרגא יודא שליט"א צו דינען אלס ראש ישיבת ליזענסק, על פיו יצאו ועל פיו יבאו ועל פיו יושק כל דבר.

יאריכו ימים על ממלכתם

בילד פון די צוויי ביטע?
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
שר העשר
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:50 pm

עצרת הספד והתעוררות בהיכל ישיבת ליזענסק א' שלח תשפ"ב לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר העשר »

כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א

דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מ'האדאס־סאלקא שליט"א

הגאון הגדול ר' יושע העשיל הירשבערג שליט"א מרמ"י הישיבה
שר העשר
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:50 pm

עצרת הספד והתעוררות בהיכל ישיבת ליזענסק א' שלח תשפ"ב לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר העשר »

כ"ק אדמו"ר מ'ליזענסק שליט"א

(אינגאנצן לינקס ווערט געזעהן בנו בכורו הרה"צ ריש מתיבתא קדישא שליט"א)

טיילווייזער בילד פון די ציבור הנאספים
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ווארעמער האט געשריבן:
תינוק שנולד האט געשריבן:
א ליזענסקע חסיד האט געשריבן:, בעיקר דער גבאי נאמן ויד ימינו הר"ר שלום כהן שליט"א וואס ממש לא זזה ידו מתוך ידו די גאנצע צייט, אין זיך אוועק גערוסן פארן רבין זצוק"ל יעדע מינוט און טאג איז געווען דער רבי, דער רבי.

ווער איז דער איד זייענדיג א תלמיד הישיבה א שיינע פאר יאר געדענק איך נישט אזא איד איינער ווייסט פון ווען ער האט זיך געדרייט ביים רעבין ? ווען ער איז געווארן מקושר?

גאמ

די "הר"ר" איז א טעות האברך הזעצער...

ער איז געווען דעם רבינ'ס "הויז בחור" ביז די לעצטע טעג.
---
בעסטע בחור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 3:45 pm

Re: עצרת הספד והתעוררות בהיכל ישיבת ליזענסק א' שלח תשפ"ב לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע בחור »

שר העשר האט געשריבן:

כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א

ווער איז דער אינגערמאן מיט די הויכע ביבער הוט אויפן צווייטן שטאק פונעם אויבן אן, רעכטע זייט כמעט אין צענטער?
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: עצרת הספד והתעוררות בהיכל ישיבת ליזענסק א' שלח תשפ"ב לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

בעסטע בחור האט געשריבן:
שר העשר האט געשריבן:

כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א

ווער איז דער אינגערמאן מיט די הויכע ביבער הוט אויפן צווייטן שטאק פונעם אויבן אן, רעכטע זייט כמעט אין צענטער?

הרב יחיאל מאיר לייפער מקרית טאהש
אן איידעם ביים נייעם רבי׳ן א שוואגער מיטן ראש ישיבה
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
בעסטע בחור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 3:45 pm

Re: עצרת הספד והתעוררות בהיכל ישיבת ליזענסק א' שלח תשפ"ב לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע בחור »

משה צימערינג האט געשריבן:
בעסטע בחור האט געשריבן:
שר העשר האט געשריבן:

כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א

ווער איז דער אינגערמאן מיט די הויכע ביבער הוט אויפן צווייטן שטאק פונעם אויבן אן, רעכטע זייט כמעט אין צענטער?

הרב יחיאל מאיר לייפער מקרית טאהש
אן איידעם ביים נייעם רבי׳ן א שוואגער מיטן ראש ישיבה

איך האב געמיינט דעם פערדען פון רעכטס, מיטן קליינעם בארד
ער הייסט לייפער?
ווארעמער
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:27 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמער »

וואו איז דעי עצרת הספד?
עס קוקט מיר נישט אויס ווי די היכל הישבה...
ווארעמער
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:27 am

Re: עצרת הספד והתעוררות בהיכל ישיבת ליזענסק א' שלח תשפ"ב לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמער »

משה צימערינג האט געשריבן:
בעסטע בחור האט געשריבן:
שר העשר האט געשריבן:

כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א

ווער איז דער אינגערמאן מיט די הויכע ביבער הוט אויפן צווייטן שטאק פונעם אויבן אן, רעכטע זייט כמעט אין צענטער?

הרב יחיאל מאיר לייפער מקרית טאהש
אן איידעם ביים נייעם רבי׳ן א שוואגער מיטן ראש ישיבה

וועלעכע רבי'ן?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ווארעמער האט געשריבן:וואו איז דעי עצרת הספד?
עס קוקט מיר נישט אויס ווי די היכל הישבה...

דאס איז אין די בית מדרש פון ישיבה.
(געוויסע תקופות האט מען גענוצט די אנדערע היכל, המכונה כולל אדער ישיבה קטנה).
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: עצרת הספד והתעוררות בהיכל ישיבת ליזענסק א' שלח תשפ"ב לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ווארעמער האט געשריבן:וועלעכע רבי'ן?

רבי שמעון שטערן-חדב"נ, כעת אדמו"ר מליזענסק.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

ווארעמער
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:27 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמער »

אויב איז עס אין ישבה, איז די היכל וואו איך האב געלערנט. וואס דאס איז א שמאלע לאנגע היכל. די אנדערע זאל וואו מען האט געגעסן שבת, האט א העכערע דאך און איז ברייטער.
די ארון הקודש איז א נייע ...
די טשענדעליר, וואס האט געמעקט זיין נאר בשעת'ן ליינען, איז אויף אנדיש ווי אזוי איך געדענק עס.
די גרויסע פייפס העכערן אויווען אן, איז מסתם פאר ערקאדישען. וואס איך געדענק אויך נישט.
און די טיר דארט ביים סוף, ווייס איך נישט ווער עס האט עס אהין געלייקט.... דארט איז געווען א קעלער אראפ צו גיין. און וויקטאר פעלגט דארט גיין כסדר, ובפרט אינמיטן לערנען...
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ווארעמער האט געשריבן:אויב איז עס אין ישבה, איז די היכל וואו איך האב געלערנט. וואס דאס איז א שמאלע לאנגע היכל. די אנדערע זאל וואו מען האט געגעסן שבת, האט א העכערע דאך און איז ברייטער.
די ארון הקודש איז א נייע ...
די טשענדעליר, וואס האט געמעקט זיין נאר בשעת'ן ליינען, איז אויף אנדיש ווי אזוי איך געדענק עס.
די גרויסע פייפס העכערן אויווען אן, איז מסתם פאר ערקאדישען. וואס איך געדענק אויך נישט.
און די טיר דארט ביים סוף, ווייס איך נישט ווער עס האט עס אהין געלייקט.... דארט איז געווען א קעלער אראפ צו גיין. און וויקטאר פעלגט דארט גיין כסדר, ובפרט אינמיטן לערנען...

מען גייט צוריק היבש יארן זע איך,
עיר קאנדישאן איז ניי, טשענדעלעיר איז נייע לעד באלבס פונקט ווי די נייע לייטס אויפן דאך, ארה"ק געדענק איך יא שוין דעם נייעם, דער טיר האט מען געמאכט פאר די חנוכה ליכט.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

אין די טרעפ אראפ איז נאך אלץ דארט נאר פארמאכט אין וויקטאר (אויב ער לעבט נאך) גייט נאך אלץ אראפ אינמיטן לערענען...
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.
כאפט דעם פערי פון גערי ביז בערי...
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שרויפל האט געשריבן:אין די טרעפ אראפ איז נאך אלץ דארט נאר פארמאכט אין וויקטאר (אויב ער לעבט נאך) גייט נאך אלץ אראפ אינמיטן לערענען...

אה, דערמאנסט מיך, דעמאלטס קומט פאר א סענזאציע מיט א טישן געריקעכטס...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”