רבותי, ממוז מאכן א ויצעקו וועגן סעקיוריטי!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

פופציגער האט געשריבן:איך קען נאכנישט כאפן מתמודד'ס תשובה.

דער קעפל איז צי אונזערע מוסדות זענען פארזיכערט, און דער ענטפער איז ניין. אבסאלוט נישט. נאו קוועסשאן אבאוט דעט.

פרעגן אויב 'להלכה' דארף מען סעקיורעטי??? המממ... דאס איז אפשר א שאלה אויב לאחר המעשה רח"ל דארף דער מנהל המוסד גיין אין ערי מקלט...

דאס איז זיכער אז מיר זענען אין א סכנה.
דאס איז זיכער אז מען קען עפעס טון דערצו.
דאס איז זיכער אז דערווייל טוט מען זילטש.

אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.

;l;p-
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

די תירוץ צום קעפל איז יא, מיטן בעסטן שומר!

און דעריבער דארף מען טון כמתמודד, און דן זיין אויב להלכה פעלט אויס מער, אויב יא איז דא א חיוב השתדלות, אבער אויב נישט זע איך נישט די פראבלעם
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ס'איז קלאר געפסקנט אין ש"ע אז אין די שלש רגלים דארף מען דינגען שומרים זיך ארומצודרייען אין שטאט אז פראסטאקעס זאלן זיך נישט צופירן די האנט. דו האסט געזען אמאל אזוינס? מ'איז ערגעץ געגאנגען נאכגעלט דערפאר? האסטו געזען א ק"ק פון התאחדות איבערדעם?

נישט קיין שאלה פון רבנים, נישט קיין לאקאלע און נישט נאציאנאלע. קלאר גע'פסק'נט איבעראל.

נאר וואס? ס'איז ביד די רבנים פון יעדן דור צו דעטעקטן וואס זענען די ניסיונות און ווי מדארף לייגן דגוש, ווי מ'דארף חיזוק און ווי מוסר.

דו ווילסט גיין פרעגן רבנים? קענסט פרעגן זיך טענהן און ארויסקוועטשן א פסק. פרעג אים ענדערש פראם וואן טו טען ווי וויכטיג די גאנצע נושא איז פאר אים ביחס צו אנדערע נושאים אויף זיין סדר היום פון הנהגת הקהל, הזמן יכלו והן לא יכלו.

דו וועלכע ליגן אין נייעס זעהן איין וועלט און פרובירן צו האבן א אידישע בליק אויף די וועלט.

די רבנים לעבן אין א אנדערע וועלט מיט אנדערע פראבלעמען, אונז דארף מיר זיי צוהעלפן צו זייערע פראבלעמען, נישט זיי דרוקן צום וואנט מיט אונדזערע.

והבן כי קצרתי.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין קרית יואל גייט מען נאך געלט פאר שמירה, און מען קוואויט יענעם שולחן ערוך אויף די וואנט פון שול.

אנדערע פלעצער, ווייס איך נישט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: רבותי, ממוז מאכן א ויצעקו וועגן סעקיוריטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

up
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:די תירוץ צום קעפל איז יא, מיטן בעסטן שומר!

און דעריבער דארף מען טון כמתמודד, און דן זיין אויב להלכה פעלט אויס מער, אויב יא איז דא א חיוב השתדלות, אבער אויב נישט זע איך נישט די פראבלעם

דיין הויז איז פארשפארט ביינאכט אדער דו פארלאזט דיך אויפן בעסטן שומר?
און ווי איינער האט שוין געפרעגט, דו האסט געפרעגט א דיין פארן ארויפלייגן דעם שלאס?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פישל גרין האט געשריבן:

ווען דו מאכסט וואכנאכט שטעלסטו א שומר?
ביינאכט זענען די מוסדות און רוב שולן אויך פארמאכט.

דו ווילסט אז אין די צייט ווען מ'קימט און גייט אין שוהלן זאל עס זיין פארמאכט אדער א שומר כאטש וואס דו טוהסט נישט אזוי אינמיטן טאג ווען מ' קומט און גייט?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פראקטיש, פיין געזאגט.

פארוואס דארפן אונזערע בתי מדרשים אלעמאל זיין די ערשטע צו רעסטריקטן?

ביי קאוויד האט א גראסערי געמעגט זיין אפן, ווייל פארקויפן און קויפן אייסקרים איז עסענטשעל, אבער א שול? נע, מנין איניש עסענשעל...

סעקיוריטי איז ווייטער אזוי, די געשעפטן דארפן נישט קיין באוואפנטע וועכטער, פארלאז דיר אויפן אויבערשטן, אבער שולן? דאס יא, עמערדשענסי....

פראקטיש האט געשריבן:

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
ווי איך האב פארשטאנען מיינט ער צו זאגן אז מיר זענען שוין פארזיכערט מיטן בעסטן שומר דהיינו דער שומר ישראל דער בוכ"ע, וויל איך פארשטיין ווי נאך ער נוצט זיין שטארקע בטחון און ווי פארשטייט ער יא אז מען דארף צולייגן אביסל שמירה בידי אדם און טון אייגענע השתדלות אפילו אן פרעגן א דעת תורה.
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פראקטיש, פיין געזאגט.

פארוואס דארפן אונזערע בתי מדרשים אלעמאל זיין די ערשטע צו רעסטריקטן?

ביי קאוויד האט א גראסערי געמעגט זיין אפן, ווייל פארקויפן און קויפן אייסקרים איז עסענטשעל, אבער א שול? נע, מנין איניש עסענשעל...

סעקיוריטי איז ווייטער אזוי, די געשעפטן דארפן נישט קיין באוואפנטע וועכטער, פארלאז דיר אויפן אויבערשטן, אבער שולן? דאס יא, עמערדשענסי....

דו פארשטייסט טאקע נישט פארוואס א שול דארף ענדערש סעקיוריטי ווי א גראסערי?
סעקיוריטי איז נישט קיין רעסטריקשען עס איז א באשיצונג
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ניין איך פארשטיי נישט, אין כשר'ע גראסעריס זענען שוין פארגעקומען מער אטאקעס ווי אין בתי מדרשים, פארוואס איז א שול ערשט ביי סעקיוריטי? און גראדע איז עס יא רעסטריקשאנס
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

בהפקירא ניחא להו שטייט אויף עבדים, נישט אויף אידן

זיך פארלאזן אויף ניסים איז ממה נפשך נישט אויסגעהאלטן, כמבואר אין די גמרא.

מיינד באגלינג צו זעהן די סארט "פרומע" עקשנות עובר צו זיין אויף יסודות'דיגע חיובי שמירה אין די תורה. דאס איז שוין איינמאל א אישו וואס ברויך די אטענשאן פון די רבנים, ספעציעל די נשיאי המוסדות , מען ברויך זיי אלערטירן אז דער עולם קומט ארויס פונעם חינוך סיסטעם גוט צומישט אין פשוט'ע, יסודות'דיגע ענינים אין לעבן על פי תורה

שולן און מוסדות התורה זענען נאטורליך די ערשטע אויף די ליסטע פאר א אידישע טארגעט ח"ו, אבער אוודאי געשעפטן אין א אידישע געגנט אדער וועלכע סימבאליזירן אידישקייט זענען אוודאי א נאנטער צווייטער און דארפן טאקע פונקט אזוי שמירה

אבער ווי געזאגט איז א שאד דאס רעדן, אויב מען פארשטייט נישט קיין דבר פשוט וואס די חילוק איז צווישן א שול און א גראסערי צו קויפן ברויט און מילך, ברויך מען אנהייבן נאכאמאל פון אנפאנג.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ניין איך פארשטיי נישט, אין כשר'ע גראסעריס זענען שוין פארגעקומען מער אטאקעס ווי אין בתי מדרשים, פארוואס איז א שול ערשט ביי סעקיוריטי? און גראדע איז עס יא רעסטריקשאנס

אטאקע אויף א כשר'ע גראסערי שוין געווען אויסער זשערסי סיטי? (וואס דארטן איז אויך ארויסגעקומען קלאר אז זייער ציל איז געווען די ת"ת נישט די גראסערי)
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

צ"ק

יא. אויב גיבט מען געלט פארן ראבא קאל.

---

איי מיען... יעדער ווייסט אז דער אויבערשטער היט. די שאלה איז וועגן די דרך הטבע.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:יא, הייפער קאושער

האלטן מיר ביי צוויי און שולן געדענק איך דריי אויפן מינוט, און אויב רעכנט מען ארץ ישראל אויך האסטו מער
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

עס איז א דבר פשוט אז אויב א שונא ישראל א רוצח זוכט א פלאץ אויסצופירן בייזוויליגע פלענער רח"ל וועט א שול זיין זיין ערשטע אפשען, איך ווייס נישט פארוואס מען דארף אפילו הוכחות אויף דעם
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נו שוין, קום מיר צוריק אן צום טענה פון דארף מען דען ווארטן ביז סיז דערנאך? די גראסעריס ברויכן שוין לייגן וועכטער, ניין?

האקט,

אפשר וועט א כשר'ע גראסערי זיין די ערשטע פלאץ?
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:נו שוין, קום מיר צוריק אן צום טענה פון דארף מען דען ווארטן ביז סיז דערנאך? די גראסעריס ברויכן שוין לייגן וועכטער, ניין?

האקט,

אפשר וועט א כשר'ע גראסערי זיין די ערשטע פלאץ?

סאו דו פארשטייסט שוין אז שולן דארפן סעקיוריטי סך הכל זאגסטו אז גראסעריס אויך?
מסכים, איך בין איינשטימיג מיט יצחק אייזיק אז נאך שולן און בניני המוסדות איז די נעקסטע אין די רייע גראסעריס
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מי חכם האט געשריבן:בהפקירא ניחא להו שטייט אויף עבדים, נישט אויף אידן

זיך פארלאזן אויף ניסים איז ממה נפשך נישט אויסגעהאלטן, כמבואר אין די גמרא.

מיינד באגלינג צו זעהן די סארט "פרומע" עקשנות עובר צו זיין אויף יסודות'דיגע חיובי שמירה אין די תורה. דאס איז שוין איינמאל א אישו וואס ברויך די אטענשאן פון די רבנים, ספעציעל די נשיאי המוסדות , מען ברויך זיי אלערטירן אז דער עולם קומט ארויס פונעם חינוך סיסטעם גוט צומישט אין פשוט'ע, יסודות'דיגע ענינים אין לעבן על פי תורה

שולן און מוסדות התורה זענען נאטורליך די ערשטע אויף די ליסטע פאר א אידישע טארגעט ח"ו, אבער אוודאי געשעפטן אין א אידישע געגנט אדער וועלכע סימבאליזירן אידישקייט זענען אוודאי א נאנטער צווייטער און דארפן טאקע פונקט אזוי שמירה

אבער ווי געזאגט איז א שאד דאס רעדן, אויב מען פארשטייט נישט קיין דבר פשוט וואס די חילוק איז צווישן א שול און א גראסערי צו קויפן ברויט און מילך, ברויך מען אנהייבן נאכאמאל פון אנפאנג.

ניסים קומט נישט דא אריין.

דערווייל איז מוסדות וויכטיגער ווי שולן, שולן ווי גראסעריס, גראסעריס ווי פארמאסיס, פארמאסיס ווי רעסטוראנטס א א וו.

איינמאל עפעס וועט זיין גוט באוואכט וועט די לייכטערע ארט ווערן א טארגעט. ווען ענדיגסטו?

ס'איז למעשה נישטא קיין שום ארגאניזירטע סכנה קעגן אידישע צענטערן דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.

די אינסטאנצן טוען די געווענליכע ארבעט פון נאכגיין און שפיאנירן פארשידענע טונקעלע גרופעס, מיר האפן זיי וועלן מצליח זיין בס"ד.

ווען ס'איז דא אן ארגאניזירטע סכנה קעגן אידישע צענטערן איז איין זאך, ב"ה אז ס'איז נישטא.

א משוגענער דא און א קוקו דארט, מ'דארף סייעתא דשמיא אזוי ווי יעדע זאך, אבער נסים קומט נישט אהער.

פאר דעם צעדרייטן אין פארשעי דארפן אלע שולן אין אמעריקע אדער די וועלט שטעלן באוואפנטע סעקיוריטי?

אין לדבר סוף
לעצט פארראכטן דורך פראקטיש אום פרייטאג מאי 27, 2022 5:37 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פישל גרין האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:נו שוין, קום מיר צוריק אן צום טענה פון דארף מען דען ווארטן ביז סיז דערנאך? די גראסעריס ברויכן שוין לייגן וועכטער, ניין?

האקט,

אפשר וועט א כשר'ע גראסערי זיין די ערשטע פלאץ?

סאו דו פארשטייסט שוין אז שולן דארפן סעקיוריטי סך הכל זאגסטו אז גראסעריס אויך?
מסכים, איך בין איינשטימיג מיט יצחק אייזיק אז נאך שולן און בניני המוסדות איז די נעקסטע אין די רייע גראסעריס

ניין, איך זאג אז די זעלבע מאס רואיגקייט וואס דו האסט ביים איינקויפן אין געשעפט האב איך אין שול... דיין בטחון נוצטו אין גראסעריי, און איך נוץ מיינס אין שול
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך וואלט געזאגט אז שולן זענען די ערשטע, נאכדעם, און כמעט די זעלבע, זענען געשעפטן, עין ערך באפעלא דזשוירזי סיטי, און ערשט נאכדעם מוסדות א נאנטער דריטער.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פארוואס דארפן אונזערע בתי מדרשים אלעמאל זיין די ערשטע צו רעסטריקטן?

ס'איז אן אנגענומענע זאך צו לייגן א באוואפאנטן גארד א פלעצער ווי אפאר הונדערט מענטשן זענען פארזאמלט. אין די גרויסע שולן קענען זיין צומאל פארזאמלט אפאר טויזנט מענטשן, און דער איינציגער געווער אין דער גאנצער געביידע זענען טישן און בענק. אין דער היינטיגער אמעריקע איז עס שרעקעדיג, פינטל.

צי גראסעריעס דארפן אויך? א קליין גראסערי מיט מאקסימום 20 מענטשן פרייטאג נאכמיטאג איז מסתמא איבערגעטריבן, והוא הדין א קליין מנחה-מעריב שולכל. א גרויסער שאפינג צענטער מיט הונדערטער מענטשן אויפאמאל וואלט געמעגט לייגן עמיצן ביים הויפט אריינגאנג.

יעדנפאלס, אין לדבר סוף קומט נישט אריין, ווייל מ'דארף טאקע נישט גיין עד הסוף און ס'איז נישט מעגליך צו גיין עד הסוף. דאס איז נישט נאר ביי גאנס, נאר ביי יעדן אינשורענס און סעקיורעטי דארף מען טון נארמאלע שריט און נישט זיין איבערגעשראקן מיט פחדים. פונקט ווי ס'איז שלעכט און איבערגעטריבן צו ציטערן אויף אן עקסטרעם, איז אויך נאריש צו גיין עד קצה האחר און זיך פירן הפקר'דיג. פאר דעם ווייסן מיר דאך אז מ'דארף גיין אויפ'ן שביל הזהב ביי יעדער זאך.

יעצט פראקטיש גערעדט: ס'איז לאגיש דא וואס צו מורא האבן ביי אונזערע גרויסע שולן אין מוסודת? אויף דעם טענה'ט מען זיך. איך קלער אז יא, און אז שטעלן א שומר איז נישט איבערגעטריבן בכלל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

דאכט זיך אז די באפעלא סופערמארקעט האט געהאט א שומר.

א שלאס איז לכאורה מער ווירקזאם, און איך מיין אז רוב מוסדות האבן דאס, און ווער נישט דארף דאס טאקע לייגן. וה' ישמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום.
----
דזשערסי סיטי אטאקע איז געווען געצילט אנטקעגן די גראסערי, די רוצחים האבן געגוגל'ט די ווארט קאושער. עס איז נאר געווען ניסים אז זיי האבן נישט באמערקט אידן אריין אדער ארויס פון די בילדיג דערנעבן.
-----
די ארטיקל וואס האט צורקעלירט איז א גועל נפש. לכאורה געשריבן געווארן דורך א זעלבסט האסענדער שוואך גלויבגיער איד, וואס די זיכערקייט פון אוזנערע קינדער אינטערסירט אים אווי עס אינטערסירט מיר ווער עס איז די פרעמיער פון אוגאנדא.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”