רבותי, ממוז מאכן א ויצעקו וועגן סעקיוריטי!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מזאל ווארטן אויף א טראגעדיע און אויך ניש אוועקגעמאכט פשוטע גענדאנקען ווי שלעסער, אין די שטאט ווי איך וואוין זענען אלע שולן פארשלאסן מיט נומער שלעסער און סאיז גאר א געוואונטשענע זאך.

כרעד פון דינגען סעקיוריטי וועכטער וכדומה, דאס צו "מחייב" זיין דארף מען הבאן דעת תורה.

אדרבה, כרוף צו אלע פאראנטווארטליכע אנצופרעגן ביי גרעסערע תורה אויטאריטעטן צו דאס מציאות איז מחייב סעקיוריטי ועל פיהם יישק הדבר.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
פעמון ורמון
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 5:28 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעמון ורמון »

מען דארף נישט ווארטן אז עס זאך געשען, עס איז שוין ליידער געשען אין דזשערסי סיטי, ממש מיט ניסים זענען די רוצחים נישט ארויפגעגאנגען צו די חדר אדער די דערנעבענדיגע שול

מען האט דאן געהערט פון אסאך רבנישע אטאריטעטן וועגן טון די מינעמאלע השתדלות פאר בעסערע סעקיורעטי, די רעגירונג האט אפילו געגעבן ספעציעלע געלטער דערפאר, די שאלה איז נאר ווי די געלט גייט באמת
ווי ווייטאגליך דער אמת זאל נאר נישט זיין, בלייבט עס פארט דעם אמת! נישט קיין חילוק וויפול מען פראבירט עס צו באגראבן, וועט עס אייביג ארויפשווימען אויפן אויבערפלאך... 'אמת מארץ תצמח'!
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

וואס איז מיט ליע עוועניו?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

איך לאז די אלע גוישע סקולס זיין פארזיכערט און אלע שיסערייען זאלן דארט פארקימען
איך מיין קען מען דען עפעס טיהן אויף זיך אפהיטן פון א צודרייטן פארשוין
און אויב יא לאמיר זעהן ווי זיי קימען אן מיט זייערע אלע סעפטי רולס ביי זייערע סקלוס און פאבליק ערטער
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אלט מאנרא האט געשריבן:איך לאז די אלע גוישע סקולס זיין פארזיכערט און אלע שיסערייען זאלן דארט פארקימען

און טאמער זיי קומען נישט אן איז נישט פארהאן קיין חיוב צו זיין פארזיכערט?

די תורה זאגט ונשמרתם (אדער השמר לך..) אבער יעדער שטארבט דאך סייווי...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:

פון נארמאלע זאכן יא נישט פון דעם

אלט מאנרא האט געשריבן:

מאסן שיסערייען איז היינט נארמאל אין אמעריקע. שולעס בכלליות ווערן געצילט גאר אפט, און אפילו שולן ווערן געצילט יאר נאך יאר.

און אלעס וואס זיי טרייען פאר דעם העלפט טאקע א מכה

ווער זאגט? דו האסט אן אהנונג וויפיל שיסערייען ווערן פארמיטן טעגליך דורך סעקיוריטי?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

אלט מאנרא האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:איך לאז די אלע גוישע סקולס זיין פארזיכערט און אלע שיסערייען זאלן דארט פארקימען
איך מיין קען מען דען עפעס טיהן אויף זיך אפהיטן פון א צודרייטן פארשוין
און אויב יא לאמיר זעהן ווי זיי קימען אן מיט זייערע אלע סעפטי רולס ביי זייערע סקלוס און פאבליק ערטער

און טאמער זיי קומען נישט אן איז נישט פארהאן קיין חיוב צו זיין פארזיכערט?

די תורה זאגט ונשמרתם (אדער השמר לך..) אבער יעדער שטארבט דאך סייווי...

פון נארמאלע זאכן יא נישט פון דעם

כ’קוק אן זייער נארמאל און וויכטיג צו האבן א געהעריגע באוואפענטע שומר ביים טיר.

א שומר ביים טיר איז נישט קיין נייע זאך. מ’האט עס אנפאנג יאר צו נישט אריינלאזן ווער ס’האט נישט באצאלט שכר לימוד... און ס’ארבעט...
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:און טאמער זיי קומען נישט אן איז נישט פארהאן קיין חיוב צו זיין פארזיכערט?

די תורה זאגט ונשמרתם (אדער השמר לך..) אבער יעדער שטארבט דאך סייווי...

פון נארמאלע זאכן יא נישט פון דעם

מאסן שיסערייען איז היינט נארמאל אין אמעריקע. שולעס בכלליות ווערן געצילט גאר אפט, און אפילו שולן ווערן געצילט יאר נאך יאר.

און אלעס וואס זיי טרייען פאר דעם העלפט טאקע א מכה

ווער זאגט? דו האסט אן אהנונג וויפיל שיסערייען ווערן פארמיטן טעגליך דורך סעקיוריטי?

שיסערייען הערט מען כסדר און די נייעס אבער פארקערט הערט מען עפעס נישט אויף אזא פארנעם
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

וואס איז אפילו דער שאלה, אוודאי דארף מען שטעלן מינימאלע סעקיוריטי, מיר לעבן דאך אין א דזאנגעל!

איז דער שאלה צו מען מעג שטעלן סעקיוריטי? וואס זענען די צדדים אז נישט?
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום פרייטאג מאי 27, 2022 1:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אלט מאנרא האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:פון נארמאלע זאכן יא נישט פון דעם

מאסן שיסערייען איז היינט נארמאל אין אמעריקע. שולעס בכלליות ווערן געצילט גאר אפט, און אפילו שולן ווערן געצילט יאר נאך יאר.

און אלעס וואס זיי טרייען פאר דעם העלפט טאקע א מכה

ווער זאגט? דו האסט אן אהנונג וויפיל שיסערייען ווערן פארמיטן טעגליך דורך סעקיוריטי?

שיסערייען הערט מען כסדר און די נייעס אבער פארקערט הערט מען עפעס נישט אויף אזא פארנעם

זיכער הערט מען עס נישט, ס'איז נישט אזא אינטערעסאנטע נייעס ס'זאל ארומפארן אויף אזא פארנעם.

פונקט ווי מ'הערט נישט אזוי אפט ווען א מצה שיבער כאפט א פלעט טייער, הגם ס'פאסירט אפט...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

זארג נישט האט געשריבן:וואס איז אפילו דער שאלה, אוודאי דארף מען שטעלן מינימאלע סעקיוריטי, מיר לעבן דאך אין א דזאנגעל!

איז דער שאלה צו מען מעג שטעלן סעקיוריטי? וואס זענען די צדדים אז נישט?
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

איך פארשטיי נישט וואס איז דער צאמשטעל, נאך יעדער אזא סקול אטאקע רעדט מען איבער אונזערע מוסדות, אין אונזערע מוסדות ב”ה רודפט מען נישט די קינדער צווישן זיך בלע”ז בוליאינג (איך וואוין נאענט צו א פאבליק סקול פארק, מיר זעהן עס, דעם שלא עשני גוי כמעט טעגליך), און ס’איז נישט דא דעי קאמפעטישן וואס איז דא דארט וד”ל, און דער גוי גייט אריין אין א כעס און נקמה געפילן ביז רציחה,

ב”ה מיר זענען ווייט דערפון עד קצה השמים, פארוואס דארף מען עס אלץ צאמשטעלן, זאג אפען פארן גוי אין פנים אריין, יא מיר דארפן עס נישט ווייל מיר זענען ב”ה מחנך אינזערע קינדער לויט אונזערע מסורה און תוה”ק, און נישט לויט אייערע סטאנדארטן וואס איר ווילט ארויפצווינגען אויף אונז....
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

דארף מען דאך וויסן, אויב איז יא וויכטיג צו שטעלן סעקיוריטי, ווי איין און ווי אויס. בתי מדרשים - ישיבות, חדרים - גרעסערע געשעפטן - חתונה זאלן - אויפן גאס - באסעס - אפאטמענט בילדינגס וכו'. און וואס טוט זיך מיט קעמפס? קאנטריס? אא"וו...

באמת זעהט מען אין שו"ע יו"ד סי' רמ"ג (ומקורו מגמ' בבא בתרא דף ח.) אז מ'פלעגט דינגען שומרים אפצוהיטן די שטאט, און יעדע איינוואוינער האט זיך געמוזט משתתף זיין מיט די הוצאות, אויסער א תלמיד חכם וויבאלד די תורה היט אים אפ.
(אבל דבר שהוא צריך לשמירת העיר, כגון חומות העיר ומגדלותיה. ושכר השומרים, לא היו חייבין לתת להם כלום, שאין צריכין שמירה, שתורתן שמירתם. ולכן היו פטורים מכל מיני מסים וכו'.)

נא דארף מען דאך טאקע פארשטיין פארוואס האט מען נישט געהערט די אלע יארן מען זאל שטעלן סעקיוריטי אין די היימישע געגענטער? ובפרט נאך אזא שרעקעדיגע וועלט מלחמה וואס מען האט געלעבט מיט פחד און שרעק, האט מען נישט געדינגן סעקיוריטי (און זיכער נישט געהייסן די ציבור זאל האבן ביקסן ביי זיך) - וצ"ע
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

Joe the Farmer האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איז דער צאמשטעל, נאך יעדער אזא סקול אטאקע רעדט מען איבער אונזערע מוסדות, אין אונזערע מוסדות ב”ה רודפט מען נישט די קינדער צווישן זיך בלע”ז בוליאינג (איך וואוין נאענט צו א פאבליק סקול פארק, מיר זעהן עס, דעם שלא עשני גוי כמעט טעגליך), און ס’איז נישט דא דעי קאמפעטישן וואס איז דא דארט וד”ל, און דער גוי גייט אריין אין א כעס און נקמה געפילן ביז רציחה,

ב”ה מיר זענען ווייט דערפון עד קצה השמים, פארוואס דארף מען עס אלץ צאמשטעלן, זאג אפען פארן גוי אין פנים אריין, יא מיר דארפן עס נישט ווייל מיר זענען ב”ה מחנך אינזערע קינדער לויט אונזערע מסורה און תוה”ק, און נישט לויט אייערע סטאנדארטן וואס איר ווילט ארויפצווינגען אויף אונז....

באמת אין צריכין ראיה - אבער צו באשטעטיגן דאס, לפי ידיעתי זעהט מען זייער אפט פאליצייאישע אנוועזנהייט ווען די קינדער גייען אהיים פון סקול ודו"ק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

Joe the Farmer האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איז דער צאמשטעל, נאך יעדער אזא סקול אטאקע רעדט מען איבער אונזערע מוסדות, אין אונזערע מוסדות ב”ה רודפט מען נישט די קינדער צווישן זיך בלע”ז בוליאינג (איך וואוין נאענט צו א פאבליק סקול פארק, מיר זעהן עס, דעם שלא עשני גוי כמעט טעגליך), און ס’איז נישט דא דעי קאמפעטישן וואס איז דא דארט וד”ל, און דער גוי גייט אריין אין א כעס און נקמה געפילן ביז רציחה,

ב”ה מיר זענען ווייט דערפון עד קצה השמים, פארוואס דארף מען עס אלץ צאמשטעלן, זאג אפען פארן גוי אין פנים אריין, יא מיר דארפן עס נישט ווייל מיר זענען ב”ה מחנך אינזערע קינדער לויט אונזערע מסורה און תוה”ק, און נישט לויט אייערע סטאנדארטן וואס איר ווילט ארויפצווינגען אויף אונז....

דו לייגסט אראפ א הנחה אז שיסערייען פאסירן נאר דורך סטודענטן פון דעם שולע... איר האט א שטיקל טעות.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

מארמאראש האט געשריבן:דארף מען דאך וויסן, אויב איז יא וויכטיג צו שטעלן סעקיוריטי, ווי איין און ווי אויס. בתי מדרשים - ישיבות, חדרים - גרעסערע געשעפטן - חתונה זאלן - אויפן גאס - באסעס - אפאטמענט בילדינגס וכו'. און וואס טוט זיך מיט קעמפס? קאנטריס? אא"וו...

נא דארף מען דאך טאקע פארשטיין פארוואס האט מען נישט געהערט די אלע יארן מען זאל שטעלן סעקיוריטי אין די היימישע געגענטער? ובפרט נאך אזא שרעקעדיגע וועלט מלחמה וואס מען האט געלעבט מיט פחד און שרעק, האט מען נישט געדינגן סעקיוריטי (און זיכער נישט געהייסן די ציבור זאל האבן ביקסן ביי זיך) - וצ"ע

הייזער האבן שלעסער, אפארטמענט געביידעס האבן אויך שלעסער עפי"ר, און חתונה זאלן וואלטן טאקע אויך געדארפט סעקיוריטי, פונקט ווי מוסדות און שולן.

דיין וצ"ע פארשטיי איך בכלל נישט, חוץ אויב דו רעדסט דווקא סארקאסטיש. א ביקס אדער א סעקיוריטי וועכטער וואלט איינעם געהאלפן ביים קריג? איין זאך וואס וואלט געהאלפן איז פאספארטן. און דאס האבן טאקע אלע עלטערע אידן געמאכט נאכן קריג. די אידן וואס האבן געלעבט אין פחד פון מלחמה האבן אלץ באנייט זייערע פאספארטן איידער ס'איז אויסגעלאפן. כי שאל נא...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אני מצטרף למתמודד

דו פרעגסט א דעת תורה בעפאר'ן צושפארן דיין קאר? אונזערע גופים זענען נאך אזוי חשוב ווי אונזער געלט.

די מוסדות זענען טאקע כמעט אלע אפגעשפארט דורכ'ן טאג זייט די דזשערזי סיטי תקופה, ברוך ה' פאר דעם.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מתמודד האט געשריבן:אין וואס טוט מען אז דער רוצח קלוגט איבער די סעקיוריטי מאסנאמען?

דער וואס האלט אז אלעס קען מען סאלוון בדרך הטבע איז נישט קיין כופר, נאר א נאר.

מדארף טון וואס מקען און וואס מדארף, אויב דארף מען מאכן סעקיוריטי אפילו אויב סאיז נישט קיין מקום סכנה דאן פארוואס האט מען נישט געלייגט ביז היינט, סדארף זיין אפאר אטאקעס און הויכע אנטיסעמיטן בכדי פאטענציעלע עם הארצישע רוצחים זאלן קענען קויפן ביקסן?

אויב האט דער מציאות געוויזן אז אונזערע שולעיס זענען און געפאר דארף מען לייגן סעקיוריטי. אז נישט נישט. אין מיינע אויגן אז הלכה די אידישע וועג צו אנטשיידן מציאות.

רעטוויט.

איך לייג איבער די שורה וואס איך האב די מערסטע הנאה געהאט

"דער וואס האלט אז אלעס קען מען סאלוון בדרך הטבע איז נישט קיין כופר, נאר א נאר".

איך האלט גראדע אז אויב מען טראכט אריין א מינוט, זעהט מען אז עס איז אבוויעסלי א נס אז אזא זאך האט נאכנישט פאסירט ביי אונז, וואס מיר זענען לכאורה טעארעטיש די ערשטע טארגעט.

יא, מען מעג טון מער השתדלות צו מאכן די פלעצער פאר אונזערע טייערסטע מער זיכער, אבער מען טאר זיך נישט איינרעדן אז דאס וועט מאכן די זאך.
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

גראדע האב איך אמאל געזעהן א תשובת הרא”ש אדער מהר”ם ווי ער שרייבט איבער א שאלה וואס איינער האט באצאלט פאר איינעם זיך לערנען ווי אזוי צושלאגן מיט א שווערד, און ער שרייבט דארט ס’איז א מצוה צו קענען כ’מיין אלס ונשמרתם אדער הבא להרגך השכם.., כ’זיך עס און אויב איינער קען מיר צו ווייזן דעם תשובה תבוא עליו ברכה
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צל עובר האט געשריבן:איך האלט גראדע אז אויב מען טראכט אריין א מינוט, זעהט מען אז עס איז אבוויעסלי א נס אז אזא זאך האט נאכנישט פאסירט ביי אונז, וואס מיר זענען לכאורה טעארעטיש די ערשטע טארגעט.

יא, מען מעג טון מער השתדלות צו מאכן די פלעצער פאר אונזערע טייערסטע מער זיכער, אבער מען טאר זיך נישט איינרעדן אז דאס וועט מאכן די זאך.

אמת, אבער די שאלה יעצט איז לכאורה נישט צי מ'זאל זיך דאס איינרעדן. איך פארשטיי אז דער ספק איז בעיקר צי מ'זאל שטעלן א שומר אדער לכה"פ א שלאס (ווי די שיסעריי יום כיפור אין דייטשלאנד וואס איז ב"ה פארמיטן געווארן דורך א גוטן שלאס).

למעשה גערעדט קען מען אפשר מאכן חילוקים ווי גרויס דער מוסד/שול איז און וואו ס'געפינט זיך. איך גלייב למשל אז אין וויליאמסבורג איז עס וויכטיגער ווי קרית יואל. א באוואפנטער גארד איז פאקטיש נאך א הוצאה וואס נישט יעדער זוכט זיך.

אבער איך וואלט זיכער געהאלטן אז די גרויסע מוסדות זאלן שטעלן איינס; ס'איז א מינימאלע השתדלות היינטיגע צייטן. ווען ס'זאל חלילה פאסירן אזוינס וואלט יעדער געלייגט, איך האב נישט קיין ספק. דארף מען פשוט זיין פרא-אקטיוו און מקיים זיין דעם פסוק "ועשית מעקה לגגך", ווי דו זאגסט אליין אז נאר א נס האט עס אפגעהאלטן פון פאסירן ביז היינט ה"י.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: זענען אונזערע בתי מדרשים און מוסדות פארזיכערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

איך קען נאכנישט כאפן מתמודד'ס תשובה.

דער קעפל איז צי אונזערע מוסדות זענען פארזיכערט, און דער ענטפער איז ניין. אבסאלוט נישט. נאו קוועסשאן אבאוט דעט.

פרעגן אויב 'להלכה' דארף מען סעקיורעטי??? המממ... דאס איז אפשר א שאלה אויב לאחר המעשה רח"ל דארף דער מנהל המוסד גיין אין ערי מקלט...

דאס איז זיכער אז מיר זענען אין א סכנה.
דאס איז זיכער אז מען קען עפעס טון דערצו.
דאס איז זיכער אז דערווייל טוט מען זילטש.

אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”