חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:שטייגען האט געשריבן:ער האט מיר דערציילט ווען זיין מאמע איז אנגעקומען דא אין ניו יארק האט זי זיי גענומען אלס קליינע קינדער גלייך קיין נייטרא צו רבי מיכאל בער ז״ל אין דארט איבערגעלאזט אין עהם געבעטן ער זאל זיי אויףצועהן
יאפ.
כהאב עס גהערט פון איהם און פון להבדיל יבלח"ט זיין ברודער אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א
וואס איז די סוף פון די מעשה? זיי זענען געווען אין נייטרא פאר די בר מצוה?
דאכצעך אז יא. אבער נישט זיכער. [אפשר נאר איינע פון זיי איז נאך געווען אינטער די בר מצוה]
ביידע ברודערס זענען נאך געווען אונטער די בר מצוה (די איינציגסטע תלמידים פון רבי מיכאל בער זצ"ל וואס זענען געווען אינגלעך אונטער די בר מצוה).
די סארוואש'ער רב ז"ל האט זוכה געווען צו לערנען פאר יארן בחברותא מיט רבי מיכאל בער זצ"ל (דאכצעך אז ער איז געווען די איינציגסטע תלמיד מיט וועם ער האט געלערנט בחברותא), אפטמאל (ווען רבי מיכאל בער האטצעך נישט געשפירט גוט, און איז נישט געווען ביכולת איינצושלאפן ביינאכט) פלעגט ער לערנען מיט'ן סארוואש'ער רב ז"ל גאנצע נעכט (און ער איז נאך געווען א אינגל!)
האדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א פארציילט אז איינמאל ווען רבי מיכאל בער זצ"ל האט געלערנט א שווערע דברי חיים אויף מקוואות און נישט געקענט פארשטיין און גיין מיט די מהלך פון'ם דברי חיים, האט ער געזאגט "איך מעג, איך מעג לערנען אנדערש פשט ווי די דברי חיים, ער וועט נישט האבן קיין הקפדה אויף מיר, איך האדעווע דאך אויף זיינע אייניקלעך".