דורהעם אויספארשונג

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

ער גייט אויפטרעטן קעגן סאסמאן?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:א גוט מארגן!

די געריכט האט נעכטן עווענטועל באשטימט א דזשורי פון 12 מענטשן אין צוגאב פון 4 אלטערנאטיוון

11 פרויען און 5 מענער

פון די פרויען זענען 8 ווייסע און 3 אפריקאנע אמעריקאנע
פון די מענער זענען 2 ווייסע 2 אפריקאנע אמעריקאנע און 1 אזיאנע אמעריקאנע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איינע פון די צוויי עף בי איי אגענטן וועלכע האט נעכטן אויפגעטראטן איז געווען סקאט העלמאן

ער האט געהאט איבערזיכט איבער די ביורא'ס סייבער סעקיוריטי טיעם און ער האט געזאגט פאר די דזשוראר'ס אז הערנדיג פון סאסמאן'ס טיפ האט ערעס אוועקגעמאכט און ארויסגעהאט אז די באשולדיגונגען קלעבן נישט און זיין טיעם האט באשלאסן צו שופלאדירן די טיפ

למעשה האט די קאנטער שפיאנאזש טיעם אינערהאלב די ביורא וועלכע איז געפירט געווארן פון פיטער סטראזק יא באשלאסן אז זיי גייען עפענען אן אויספארשונג און לויט העלמאן איז עס געווען גאר אומגפארשטענדליך אז יענע גרופע זאל עס פארשן נאך וואס זיין גרופע איז געקומען צום אויספיר אז גארנישט איז נישטא

סאסמאן'ס אדוואקאט האט אין זיינע עפענונג קאמענטארן גע'טענה'ט אז די סאסמאן טיפ צו די ביורא איז נישט געווען באפולמעכטיגט דורך די קלינטאן קאמפיין נאר סאסנאן האט עס געטוהן אלץ א פאראנטווארטליכע בירגער וועלכע האט געוואלט דינען די רעגירונג אינטערעסע און געוואוסט אז די ניו יארק טיימס גרייט זיך צו לויפן די באשולדיגונג אין אן ארטיקל און געוואלט אז די ביורא זאל נישט געכאפט ווערן אין איבעררראשונג

ער האט ארויסגעברענגט אז אויב עפעס, איז עס געווען אקעגן די אינטערעסן פון קלינטאן קאמפיין וועלכע האט זיכער נישט געוואלט אז די אינפארמאציע זאל אנקומען אלץ טיפ צו די עף בי איי וועלכע וועט עס אויספארשן און מעגליך נישט קענען באשטעטיגן די ווארהייט און צוליב דעם באשטעטיגן אז עס איז פאלשע באשולדיגונגען
פאר זיי וואלט זיך ענדערש געלוינט אז באמבע זאל אויפרייסן בלויז אין די מידיא און די אומבאשטעטיגטע באשולדיגונגען זאלן פארשמירן די טראמפ קאמפיין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:מארק עלייאס וועט ערשט ערשיינען מארגן

ער זאגט איצט אז דאס רעקרוטירן פיוזשאן דזשי פי עס פאר אפזיציע ריסוירטש איז געווען א געהיימעניס וועלכע א גאר ענגע צאהל מענטשן האבן געוואוסט אבער מייקל סאסמאן האט זיך געציילט צווישן זיי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מארק עלייאס האט געזאגט אין געריכט אז קיינער פון די קאמפיין האט נישט אויטאריזירט סאסמאן צו רעדן צו די עף בי איי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
עס קען זייער מעגליך זיין אז דזשעימס בעיקער קען שוין מארגן אויפטרעטן

בעיקער נעמט די עדות שטוהל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בעיקער: סאסמאן איז מיין פריינד, איך בין נישט דא אים צו ווארפן איבערן דראנג
עס איז נישט מיין אויספארשונג
עס איז דיינס
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

הכל הבל האט געשריבן:בעיקער: סאסמאן איז מיין פריינד,

איי געיס די קלינטאן קאמפיין האט ספעציעל געשיקט א בעיקער "פריינט" פאר די שתדלנות מיסיע.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
עס קען זייער מעגליך זיין אז דזשעימס בעיקער קען שוין מארגן אויפטרעטן

בעיקער נעמט די עדות שטוהל

בעיקער טרעט אויף אלץ עדות קעגן סאסמאן?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
איינגעשריבענער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 12:06 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענער »

אפשר קען איינער שרייבן און קורצן ווער דער סאסמאן איז?
איך מיין אז ער איז א איד,
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פוילער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
עס קען זייער מעגליך זיין אז דזשעימס בעיקער קען שוין מארגן אויפטרעטן

בעיקער נעמט די עדות שטוהל

בעיקער טרעט אויף אלץ עדות קעגן סאסמאן?

בעיקער איז אן עד וועם דורהעם ברענגט אראפ צוליב וואס ער איז דער פאר וועם סאסמאן האט איבערגעגעבן די אינפארמאציע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סניגור פארלאנגט איצט א מיסטרייעל אבער ריכטער ווי ערווארטעט איז נישט גרייט עס נאכצוגעבן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
עס קען זייער מעגליך זיין אז דזשעימס בעיקער קען שוין מארגן אויפטרעטן

בעיקער נעמט די עדות שטוהל

בעיקער טרעט אויף אלץ עדות קעגן סאסמאן?

בעיקער איז אן עד וועם דורהעם ברענגט אראפ צוליב וואס ער איז דער פאר וועם סאסמאן האט איבערגעגעבן די אינפארמאציע

ווי געשריבן נעכטן קוקט נישט בעיקער אויס ווי עיציער וועלכע זוכט צו באשמוצן סאסמאן נאר וועט זאגן וואס ער מוז ענטפערן און פרובירן ווי ווייט מעגליך נישט צו רעדן זאכן וואס קען אנברענגן פראבלעמען פאר סאסמאן

בעיקער האט ער אנגעהויבן נעכטן שפעט נאכמיטאג און זעצט ווייטער פאר איצט אין געריכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בעיקער איצט אויפן עדות שטוהל: איך בין 100% זיכער אז סאסמאן האט מיר געזאגט דורכאויס די מיטינג אז ער געפונט זיך נישט דארט אויף די שליחות פון סיי וועלכע קליענט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בעיקער זאגט אז ווען ער האט מיטגעטיילט די דאטא ערהאלטן פון סאסמאן מיט די באאמטער אין די קאנטער שפיאנאזש טיעם האט ער יענעם פארזיכערט אז דער יעניגער פון וועם ער האט עס ערהלאטן איז נישט אבי עפעס א פערסאנעל אינדזשורי אדוואקאט נאר עימיצער וועלכע פארשטייט די באדייט פון די סייבער סעקיוריטי אינהאלט וואס ער האט אים נארוואס איבערגעגעבן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עדות עלייאס

ווי געשריבן איז מיינסטנס פון די נעכטיגע טאג געווען די עלייאס אויפטריט (בעיקער האט ערשט אנגעהויבן שפעט)

אין קורצן האט דער פראקוראר גע'טענה'ט אז סאסמאן האט פרובירט צו שטופן א ניו יארק טיימס רעפארטער צו פובליצירן די באשולדיגונג און ווען יענער איז נישט געווען גרייט עס צו טוהן האט ער עס גענומען צו די ביורא וועלכע זאל עפענען אן אויספארשונג וואס דאס וועט שוין זיין גענוג צו באוועגן דעם רעפארטער עס צו פובליצירן

עלייאס האט אבער געלייקנט אז ער אדער סיי ווער אנדערש אין די קאמפיין זאל האבן געוואסט אז סאסמאן נעמט עס צו די ביורא און געזאגט די זעלבע ווי סאסמאן'ס אדוואקאט אז עס וואלט ניטאמאל געווען אין די אינטערעסן פון די קאמפיין עס צו נעמען צו די ביורא

ער האט אנגעוויזן אז די קאמפיין איז אין יענע צייט געווען ביי די שטעלונג אז די ביורא וועט נישט נעמען סיי וועלכע שריט אויסמופארשן און אפשטעלן שלעכטע זאכן (באגאנגען דורך טראמפ) און קאומי האט געטוהן מערערע אקטן וועלכע זענען געווען פיינטליך צו קלינטאן און דעריבער איז די קלינטאן קאמפיין געווען איבערצייגט אס די ביורא וועט גאנרישט טוהן פרא קלינטאן אנטי טראמפ

ער זאגט אז די איינציגע זאך וואס זיי האבן געוואלט איז אז די טיימס זאל עס פובליצירן און אן אויספארשונג פון די עף בי איי וואלט אויב עפעס געקענט לייגן שטיינדלעך אין וועג עס צו פארעפנטליכן

ער זאגט אויך אז אויב סאסמאן זאל עס האבן געטוהן אין אינזין געהאט אויסצפירן א שליחות פאר די קאמפיין וואלט ער זיכער אנגעפרעגט ביי אים איידער ער טוט אזא זאך

די פארלאנג פאר א מיסטרייעל היינט אינדערפרי איז געווען באזירט אויף די עלייאס אויפטריט וואס די סניגור האט אנגעוויזן האט צונישט געמאכט די ארגומענט פון די קטיגור אבער ווי געשריבן האט עס דער ריכטער אפגעווארפן

עדות בעיקער חלק א

פראקוראר ענדרו דעפיליפס האט אנגעהויבן מיט זיין קרייץ פארהער פרעגנדיג פארוואס בעיקער האט ערשט איבערגעגעבן די טעקסט מעסעדזש (אין וועלכע סאסמאן בעהט זיך צו טרעפן מיט אים איבערצוגעבן סענסיטיווע אינפארמאציע) ערשט אין מערץ למספרם ווען דורהעם האט פארלאנגט פון אים סיי וועלכע קאיוניקאציע ער האט געהאט מיט סאסמאן

בעיקער האט געענטפערט אז ער האט נישט סתם אזוי געזוכט צו פארשמירן סאסמאן און ער פארשט נישט סאסמאן אבער ווען דורהעם פארשט אויס סאסמאן און פארלאנגט קאמיוניקאציע פאלגט ער און ער גיבט עס אהין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בעיקער זאגט אז איינמאל ער האט באקומען די אינפארמאציע פון סאסמאן האט ער עס שנעל מיטגעטיילט מיט מקעיב און קאומי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אויף די פראגע פארוואס ער איז איינגעגאנגען אזוי שנעל זיך צו טרעפן מיט סאסמאן

בעיקער: מייקל איז מיר א פריינד און קאלעגע און איך האב געהאט צוטרוי אז ער האט עפעס וויכטיג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג מאי 19, 2022 5:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

הכל הבל האט געשריבן:בעיקער: מייקל איז מיר א פריינד און קאלעגע און איך האב געהאט צוטרוי אין זיינע ווערטער אז ער ברענגט עס נישט אלץ שליח פון א קליענט

די פראסעקיוטער האבן באווייז אז בעיקער איז יא געקומען אלץ שליח?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פוילער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:בעיקער: מייקל איז מיר א פריינד און קאלעגע און איך האב געהאט צוטרוי אין זיינע ווערטער אז ער ברענגט עס נישט אלץ שליח פון א קליענט

די פראסעקיוטער האבן באווייז אז בעיקער איז יא געקומען אלץ שליח?

איר מיינט סאסמאן

די באווייזן זענען אז ער האט אין יענע טעג געבילט די קלינטאן קאמפיין פאר די מיטינג

יא אבער סמיז נישט זיין אז ער האט זיי געבילט פארדעם, די קלינטאן קאמפיין איז דאך געווען זיין קליענט אין זשענערעל.

געמיינט צו זאגן סאסמאן, מיי מיסטעיק.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עדות בעיקער צווייטע טייל

גאר אין קורצן איז די שפיץ גאפל סך הכל פון די נעכטיגע אויפטריט פון דזשעימס בעיקער דאס קלארשטעלן אז ער וואלט זיך זייער מעגליך נישט געטראפן מיט סאסמאן אויב זאל ער ווען האבן געוואוסט אז ער פארטרעט באמת די קלינטאן קאמפיין (ווי עס טענה'ט די קטיגור)

ער זאגט אויך אז אויב זאל מען וויסן אז עס קומט פון די קלינטאן קאמפיין וואלט מען פיל מער געצווייפלט אין די אינפארמאציע און געצעגערט פיל לענגער אויב מען זאל עס פריאטאריזירן און אז ער וואלט מעגליך געשיקט סאסמאן צו גיין רעדן צו נידריגערע באאמטע אינערהאלב די ביורא ווי איידער עס נעמען אויף זיך זעלבסט צו די סאמע העכסטע באאמטע

ער זאגט אז אויב זאל מען וויסן פון וואנעט די אינפארמאציע קומט וואלט עס באזארגט די ביורא מיט פארדאכטן אז זיי ווערן דא גענוצט אלץ פאליטישע געצייג

ער זאגט אויך אז אויב סאסמאן'ס מעסעדזש אז ער וויל זיך טרעפן מיט אים צוליב טראמפ רוסלאנד וואלט ער אים מעגליך רעפערירט צו די אויספארשער וועלכע האבן שוין אין יענע צייט באהאנדלט די קראספייער טראמפ רוסלאנד אויספארשונג

ער זאגט אויך אז אויב וואלט ער געוואוסט אז ראדני יאלפא איז סאסמאן'ס קליענט וואלט דאס אליינס אים מעגליך געווארנט נישט צו רעדן מיט סאסמאן אן די אפווענהייט פון א שטאב אדוואקאטן

אויף די פראגע אז יאלפא האט אין א צווייטע קעיס צוגעשטעלט אינפארמאציע פאר די ביורא זאגט בעיקער אז ווען ער וואלט געוואוסט אז ער איז קליענט פון סאסמאן וואלט אים עס באוואויגן צוצושיקן סאסמאן מיט זיינע געפינסן צו דער אגענט וועלכע באהאנדלט יאלפא מיט זיינע אינפארמאציע אין די אנדערע קעיסעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פרישע שטרייט אנטוויקלט זיך צווישן די צוויי זייטן ווען די ניו יארק טיימס רעפארטער פאר וועם סאסמאן האט פרובירט צו פארקויפן זיינע באשולדיגונגען גרייט זיך אראפצוקומען אין געריכט

סאסמאן האט סובפינעט עריק ליכטבלאו אראפצוקומען און יענער פלאנט עס צו טוהן אבער האט פארלאנגט אז צוליב ספעציעלע באשיצונג פון וועלכע רעפארטער געניסן זאל מען באגרעניצן וועלכע סארט פראגן דורהעם'ס טיעם וועט קענען פרעגן ביים קרייץ פארהער

דורהעם האט אצינד צוגעשיקט א מאושען צום געריכט אין וועלכע ער מאכט די קעגן ארגומענט און פארלאנגט א געהעריגע קרייץ פארהער און קיין צוימונגען
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מאי 24, 2022 9:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

מיר קוקט אויס ווי דער דורהעם מאכט א שוואכע קעיס.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

היינט טרעט אויף קלינטאן קאמפיין מענעדזשער ראבי מוק
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”