נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2225
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
עס איז דא א באריכט פון יום טוב פון הרה''צ ר מרדכי ראזענבוים מקרעטשניף אויף מערכת ברסלב
- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3635
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע: צווישן גראז און ביימער
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
חדשות אומן • למרות המלחמה המשתוללת עלו כ- 300 מאנ"ש להסתופף בצל הקודש ל'קיבוץ חג השבועות' בעיר הגעגועים אומן:
מידי שנה לכבוד חג השבועות זמן מתן תורתנו, באים אלפים רבים מאנשי שלומינו חסידי ברסלב לפקוד את ציונו של רבינו הקדוש רבי נחמן מברסלב זיע"א בעיר הגעגועים אומן.
לא כן, ב'קיבוץ חג השבועות' של השנה, בעקבות המלחמה המשתוללת ברחבי מדינת אוקראינה נמנע מהאלפים לפקוד את הציון הקדוש, ולמרות כך התאספו ובאו כ-300 מאנשי שלומינו, לחגוג את חג השבועות בקרבת הצדיק, כל אחד מהמשתתפים מספר על מסירות הנפש המיוחדת שעברה עליו בכדי שיזכה להשתתף בקיבוץ.
לקראת בואם קשטו העסקנים המסורים של ‘איחוד ברסלב באומן’ כמידי שנה את היכלי הציון בענפי אילנות לכבוד חג קבלת התורה ולכבוד רבינו הקדוש זיע"א והביאו את אווירת החג לכלל העולים

המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
Re: קיבוץ חג השבועות אין אומאן
שמחהלע האט געשריבן:גרינוויל תושב האט געשריבן:אפאר געקליבענע בילדער פון יו"ט שבועות אין אומאן
ווער איז דער עלטערער איד ביים ציון?
viewtopic.php?f=104&t=42408&start=1300#p2398925
viewtopic.php?f=104&t=42408&start=1300#p2399103
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
מען בויעט ווייטער דער זעקסטער שטאק אין בנין פון היכל הקודש אין אומאן
פון ברסלב סענטער
ווי די איינוואוינער אין אומאן געבן איבער, שפירט ב"ה בכלל נישט דארט קיין מלחמה. די זעלבער זאך הערט מען פון די פילע אידן וועלכע פארן כסדר אויף די מקומות הקדושים אין אוקראינע אין די יעצטיגע טעג, אז די ווערטשאפט אין יענע געגענט פון אוקראינא איז ממש רואיג; עס זענען נאך טאקע נישטא קיין אפענע עירפארטס אין אוקראינע, מען דארף דערווייל פארן צו איינע פון די מערב אייראפעאישע לענדער און פון דארט אריינפארן מיט א קאר, אבער ווי מען זאגט זענען די וועגן פון פוילן, אונגארן, רומעניע און מאלדאווע קיין אומאן זייער רואיג און שטיל.
דער ראש ישיבה געזאגט אז אזוי ווי עס זעט אויס וועט מען בעזהשי"ת קענען פארן קיין אומאן אויפן קומענדיגן ראש השנה, דערפאר זאל מען צוגרייטן דעם בנין געהעריג מיט אלע געברויכן אויף ראש הנשה, סיי דער בית המדרש, די קאך, די מקוה, די וואסער, עסן, א.א.וו.
און טאקע אין די טעג גייט שוין די ארבעט אן העפטיג איינצורישן דעם בנין פאר אנשי שלומינו מיט אלע געברויכן, מען גרייט אן די וואסער סיסטעם, מען באשטעלט דאס עסן, מען פאררעכט וואס עס פעלט אויס, בקיצור - מען גרייט צו דעם בנין אויפצונעמען די הונדערטער אידן תלמידי היכל הקודש זאל האבן א פיינע אכסניא בעזהשי"ת אין די טעג וואס מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף וויילן אין אומאן אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ג.
אזוי אויך, צוליב די גרויסע צאל פון פרישע מקורבים ב"ה ווי מען האט געזען פונעם גרויסן געדרענג פונעם פארגאנגענעם יאר, ווען מען האט געדארפט אפזאגן זייער אסאך אנשי שלומינו, נאכדעם וואס עס איז שוין נישט מעגליך געווען אריינצונעמען נאך מענטשן, האט דער ראש ישיבה געהייסן אז מען דאס יאר ענדיגן בויען דער זעקסטער שטאק אינעם בנין, וואס מען פלאנט מיטן אייבערשטנ'ס הילף פולקאם צו ענדיגן אויף ראש השנה תשפ"ג. דאס וועט זיין דער פערטער שטאק פון שלאף צימערן פונעם בנין.
ערליכע אידן און ברסלבע חסדים בפרט ווייסן און געדענקען אז קיין שום זאך קענען מען דערגרייכן אן תפלה, און זיכער נישט אזא גרויסע זאך ווי זיין ביים רבין אויף ראש השנה, וואס דער רבי האט געזאגט דערויף "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען, קיינער טאר נישט פעלן", איז זיכער אז מען דארף דערויף תפלה. און דאס איז געזאגט געווארן אפילו אין א געווענדליכע יאר. אין אזא יאר, ווען דער סמ"ך מ"ם פרובירט זיך צו פארלייגן אויף די לענג און אין די ברייט אפצוהאלטן דאס קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דארף מען זיכער מאכן נישט אויסלאזן קיין געלגענהייט פון בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל האבן די זכיה אויך דאס יאר אנצוקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון. און מיט תפלה קען מען אלעס פועלן.

- שר חמש מאות
- תגובות: 529
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
אוקריינישע זעלנער זענען יעצט אריין צום ציון
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
a yiddish hartz האט געשריבן:אוקריינישע זעלנער זענען יעצט אריין צום ציון
פארוואס?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 529
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
אפציעל צו מתפלל זיין גיי פארשטיי
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
a yiddish hartz האט געשריבן:אפציעל צו מתפלל זיין גיי פארשטיי
א גוטע סימן. אז זיי זענען זיך נישט מייאש
(נאר א ווערטען נישט נעמען ח"ו פערסנעל)
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
a yiddish hartz האט געשריבן:אוקריינישע זעלנער זענען יעצט אריין צום ציון
אינטערוויו: אומאן אוקריינא: א גרופע אוקריינא סאלדאטן האבן היינט מתפלל געווען ביים ציון הק' אין אומאן און א גרוס פון שבועות
https://www.yiddish24.com/interviews/12/63397
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
קליפס פון שבועות אין אומאן
קליפס פון שבועות אין אומאן
https://drive.google.com/file/d/1d0vMMW ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1bz2Ygz ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1FQE3Gv ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1WrU0fc ... sp=sharing
ריקודים שבועות פאר'ן עלות השחר (געכאפט דורך א גוי)
https://drive.google.com/file/d/1YCXx1s ... sp=sharing

- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 20, 2022 12:56 am
- לאקאציע: די לעכל פונעם שלאס!
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
געכאפט דורך א גוי אדער א גוי גמור?
צריך לרקוד כל היום לפחות חצי שעה!!!
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
זעהט אויס לפי די יעצטיגע מצב וועט זיין א שטיקל ציבור אויף ר"ה....
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
- מערכות הקודש
- שר האלף
- תגובות: 1469
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
a yiddish hartz האט געשריבן:אוקריינישע זעלנער זענען יעצט אריין צום ציון
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.
ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14566
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
ליבי ובשרי האט געשריבן:עס איז דא א באריכט פון יום טוב פון הרה''צ ר מרדכי ראזענבוים מקרעטשניף אויף מערכת ברסלב
וואו איז די באריכט?
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
די שליסעל האט געשריבן:געכאפט דורך א גוי אדער א גוי גמור?
גוי אחד מאנ"ש
על "טעם וריח" אין להתווכח
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
קיבוץ ראש השנה תשפ"ג
ראש השנה איז אין 100 טעג ארום!
היינט איז 100 טעג צו ראש השנה, און אנשי שלומינו חסידי ברסלב די בכל אתר ואתר מאכן די פלענער וויאזוי צו פארן צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה.
די וואך האט די טראוועל אגענטור "נתיבים טורס" פון ארץ ישראל, ארויסגעלייגט א בריוו פאר אלע אידען וואס האבן זיך איינגעשריבן צו פארן מיט זיי אויף ראש השנה.
- אטעטשמענטס
-
- נתיבים-טורס-מכתב-לרשם-לקראת-רה-תשפג.pdf
- (126.71 KiB) געווארן דאונלאודעד 118 מאל
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
פלען איט רייט מעלדן פלענער צו צושטעלן וועגן קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ג הבעל"ט
מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך אנשי שלומינו צו צום קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט. טראצדעם וואס מען האלט אין אזא אומזיכערע צייט, מדינות שלאגן זיך ארום איינע מיטן צווייטן, ציעט יעדעמס הארץ און קען נישט אויפהערן בענקען צו זיין ביים הייליגן רבין אין אומאן אויפן קומענדיגן ראש השנה.
אנשי שלומינו בעטן ביים אייבערשטן צו זוכה זיין צו מקיים זיין דעם רבינ'ס בקשה "קיינער טאר נישט פעלן" און באקומען די אלע תיקונים וואס דער רבי האט צוגעזאגט, פאר דער וואס קומען צו זיין ציון. און ווי גרעסער די מניעות זענען, אלץ מער איז מען זוכה צו באקומען ביים הילייגן רבין.
אין די טעג, קומט אריין דער אלעמען באקאנטער טראוועל אגענטור "פלען איט רייט" וואס צייכענט זיך אויס מיט זייכער גוט סערוויס בכלל, און בפרט ווען עס קומט צו אומאן ראש השנה, גייען זיי נאך אסאך מער ארויס פון וועג, און טוען אלעס וואס נאר מעגליך צו צושטעלן וועגן פאר אנשי שלומינו צו קענען פארן צום רבין.
פאלגענד איז דער מודעה וואס פלען איט רייט האט ארויסגעלייגט:
היות מיר קענען נישט פאָראויסזאָגן אויב עס וועט זיך עפעס טוישן ביז ראש השנה, האבן מיר ארויסגעלייגט די פלענער לויט די יעצטיגע אומשטענדן. די ערשטעט זאך, דארף מען וויסן אז אלע עירפארטס אין אוקראינע זענען דערווייל פאשפארט, אבער די גרעניץ קיין אוקראינע איז נישט פארשפארט, מען קען אריינקומען מיט א קאר, טרעין, אדער באס, דערפאר לייגן מיר ארויס די אפציעס וואס מיר גייען בעז"ה צושטעלן צו קענען קיין אומאן אויף היי יאר ראש השנה תשפ"ג.
די אָפּציעס זענען דערווייל ווי פאלגענד:
1) דער נענסטער עירפארט צו אומאן אינדרויסן פון אוקריינא (מיט א קאר) איז אין יאַס, רומעניע, פון דארט קען מען נעמען דעם וועג דורך מאָלדאָוואַ וואס נעמט בערך 7 שעה מיט א קאר. אויב וויל מען אויסמיידן מאָלדאָוואַ און דארפן אריבערגיין נאך א גרענעץ, קען מען פארן א לענגערע וועג בלויז אין די אוקראינשע טעריטאריע. דער וועג געדויערט 11 שעה מיט א קאר, און 12 שעה מיט א באס.
דער פּראָבלעם פון יאַס, רומעניע איז, אַז דער עירפארט איז זייער קליין, און איז נישט געאייגענט פאר אסאך מענטשן, ווי אויך איז שווער צוצושטעלן טראנפארטאציע פון דארט.
2) נאך א נאנטע עירפארט צו אומאן איז אין קישינוב, מאָלדאָוואַ. דער וועג נעמט אַרום 8 שעה מיט א קאר, אָדער 12 שעה מיט א באס - חוץ פון די צייט ביים גרעניץ. (דער וועג נעמט אזוי לאנג, טראץ וואס עס גאנץ נאנט צו אומאן, צוליב וואס מען דארף ארומפארן די גאנצע "טראנסניסטריע" טעריטאריע פון מאלדאווע)
די חסרון פון מאלדאווע איז אַז דאס איז אן אומסטאבילע און פּרימיטיווע לאנד, די שאסייען זענען נישט געבויעט פאר די געברויכן פון אזויפיל מענטשן, די אינפאראסטראקטור איז אַלט און צופאלן, די ראודס זענען צוהאקט, ווי אויך האבן אסאך געהאט פראבלעמען ביי זייער גרעניץ אין די לעצטע חדשים. מיט דעם אלעם האפן מיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף צוצושטעלן טראנפארטאציע אויך פון דארט.
3) נאך אַן אפציע (רעקעמאנדירט דורך אונז) זענען די עירפארטס אין פוילן. די פוילישע עירפארטס זענען דאס מערסטע צוגעפּאַסט צו קענען אקאמאדירן אסאך מענטשן בעז"ה, אויך איז דא דארט א באקוועמע באַן סיסטעם אריין קיין אוקריינא, וואָס מיר אַרבעטן שווער צוצושטעלן דורך די באן א וועג געשמאקע קיין אומאן לתועלת הציבור. מער אינפראמאציע דערוועגן וועט אי"ה נאָכפאָלגן.
די נענסטע עירפארט אין פוילן צו אומאן איז ריישא, פון דארט נעמט די וועג 9 שעה מיט קאר אָדער 16 שעה מיט א באס (חוץ די צייט ביים גרעניץ - מיט א באן וועט עס געדויערן אי"ה אסאך שנעלער).
אביסל ווייטער זענען די עירפארטס אין קראקע אָדער לובלין, פון ביידע נעמט די וועג אַרום 12 שעה מיט קאר אָדער 17 שעה מיט באס (חוץ די צייט ביים גרעניץ.)
דערנאך איז דא דער גרויסער עירפארט אין פוילנ'ס הויפטשטאט ווארשע, וואס איז אַרום נאך איין שעה ווייטער.
עירפארטס אין אנדערע אַרומיגע לענדער:
בודאַפּעסט, אונגארן: מיט דירעקט פלייטס פון ניו יארק! די וועג קיין אומאן פון דארט נעמט 14 שעה מיט קאר אָדער 20 שעה מיט א באס. (חוץ די צייט ביים גרעניץ.)
וויען, עסטרייך: אויך דירעקט פלייטס פון ניו יארק. די וועג פון דארט נעמט 16 שעה מיט קאר, אָדער 25 שעה מיט אַ באס (חוץ די צייט ביים גרעניץ).
סלאָוואַקיע האט אַ קליינע עירפארט אין שטאט קאַשוי וואס געדויערט 13 שעה מיט א קאר און 17 שעה מיט א באס. (חוץ די צייט ביים גרעניץ)
פלען איט רייט וויל קלארשטעלן אז זיי זענען דא בלויז צוצושטעלטן טראנספארטאציע און אינפארמאציע. אָבער דער באַשלוס אַריינצוגיין אַין א לאנד אין א מלחמה צושטאנד איז אויף אייער אחריות. כאָטש די געגענטער וואָס מיר דארפן דורכפארן זענען נישט ממש אין די מלחמה זאָנע, זענען זיי פארט אין אַ לאַנד וואס איז יעצט אין א מלחמה צושטאנד.
פאלגענד זענען די אפציעס פון די סערוויס וואס מיר שטעלן צו דאס יאר:
1) מיר וועלן פארקויפן איינצעלע טיקעטס צו פארשידענע עירפארט אין די אַרומיגע לענדער (נישט קיין גרופ טיקעט).
ביי דעם קענען מיר נישט גארנטירטן די טראנפארטאציע אנצוקומען צום עירפארט; און מען דארף געדענקען אז היינט זענען רוב טיקעטס "נישט ריפאנדעבל", (אַלע קאָוויד ריפאנד פאליסיס זענען שוין עקספייערט, און דערפאר וועט די טרעוול אינשורענס נישט דעקן א נייע טיקעס אין פאל מען פארפאסט די פליגער). ווי אויך דארף מען געדענקען אז די געזעצן אריינצוגיין אין די לענדער האלטן זיך אין איין טוישן.
2) בעזר השם וועלן מיר היי יאר אויך צושטעלן אַ דירעקט טשאַרטער פלייט קיין ריישא מיט טראנפארטאציע פונעם עירפארט קיין אומאַן דורך א באקוועמע באַן, מיט בעטן, עסן וכדו'. דער באן איז נאך נישט באשטעטיגט אבער מיר האפן עס צו באשטעטיגן אי"ה אין די קומענדיגע צוויי וואכן.
אויב די סיטואציע וועט זיך טוישן, וועלן מיר מעגליך טוישן די טשאַרטער קיין קישינוב, מאָלדאָוואַ (אדער גאר קיין אוקריינע) מיט באסעס קיין אומאַן.
3) מיר וועלן בעז"ה פארקויפן "גרופּ-טיקעטס" צו די איינע פון די עירפארטס אין די ארומיגע לענדער, מיט טראנספארטאציע פון דארט קיין אומאן פאר א מינאמאלע אָפּצאָל. (די אפציע וועט זיין גרייט אי"ה אין צוויי וואכן ארום)
וויכטיג צו געדענקען פאר די וואס ווילן זיין צוריק אויף מיטוואך צום גדליה:
מיר פרובירן צו ארבעטן אויף די בעסטע אופנים צו קענען צושטעלן די בעסטע וועגן פון און צוריק צום לופטפעלד, מיר קענען אבער נישט נעמען דעם אחריות דערויף. דאס הייסט, אז אפילו מיר שטעלן צו די טראנפאטציע, איז מעגליך אז די וועג וועט נעמען לענגער, אדער מען קען ווערן אויפגעהאלטן ביים גרעניץ, און עס איז נישט מעגליך מיר זאל פארזיכערן אז איר וועט קענען כאפן אייער פליגער באצייטענס. און מיר וועלן נישט באצאלן פאר פרישע טיקעטס.
מיר קענען בלויז נעמען אחריות אויף די טשארטער, וואס דארט האבן מיר די מעגליכקייט בעז"ה אויפצוהאלטן דעם פליגער אויב מען זעט אז די וועג אדער דער דורכגאנג ביים גרעניץ געדויערט לענגער ווי ערווארטעט.
מיר ראטן דערפאר צו נעמען לכתחילה א פליגער אויף דאנערשטאג, אויב איר נעמט נישט דעם טשארטער. (נעמט אין אכט: אז עס וועט זיין זייער שווער צו כאפן א פרישע פליגער, אויב איר פארפאסט אייער פליגער מיטוואך, צוליב די ווייניג פליגערס וואס פליען)
הצלחה, און בשורות טובות.

א מוסטער פון פראפעשאנעל אפענע פאזיטיווע קאסטומער סערוויס
- טוה א טובה
- שר האלפיים
- תגובות: 2452
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
עימעקס האט געשריבן:א מוסטער פון פראפעשאנעל אפענע פאזיטיווע קאסטומער סערוויס
אמעריקע איז טיף אינדערערד.
להתראות.
להתראות.
- איך נוץ מיין JELLY
- שר חמש מאות
- תגובות: 593
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
מערכות הקודש האט געשריבן:a yiddish hartz האט געשריבן:אוקריינישע זעלנער זענען יעצט אריין צום ציון
קעו דעיס נישט מאכן פראבלעמען אז רוסלאנד זאל עס נוצן פאר א אויסרייד צו שיסן ?
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
וְעַל הַמְדִינוֹת בּוֹ יֵאָמֵר אֵיזוֹ לַחֶרֶב וְאֵיזוֹ לְשָׁלוֹם - אומאן ראש השנה תשפ"ג
קאמפיין צו חסידי ברסלב מ'זאל מתפלל זיין צום אייבירשטן אז די קיבוץ ראש השנה זאל קענען אנגיין אומגעשטערט.
- אטעטשמענטס
-
- קמפיין אומן אידיש (1).jpg (217.02 KiB) געזען 1604 מאל
-
- תיעשה כל הגולה כמדורת אש!_01-21.jpg (140.65 KiB) געזען 1604 מאל
-
- תיעשה כל הגולה כמדורת אש!_02-1.jpg (135.96 KiB) געזען 1604 מאל
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
איך נוץ מיין JELLY האט געשריבן:מערכות הקודש האט געשריבן:a yiddish hartz האט געשריבן:אוקריינישע זעלנער זענען יעצט אריין צום ציון
קעו דעיס נישט מאכן פראבלעמען אז רוסלאנד זאל עס נוצן פאר א אויסרייד צו שיסן ?
עקספלעין ביטע דיין פראגע.
אן אויסרייד פארוואס? שיסן וואו? און וואס זאל עס טריגערן?
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
אידן גייען געהעריג פארן אויף ראש השנה?
ושננתם לבניך ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
ודברת בם האט געשריבן:אידן גייען געהעריג פארן אויף ראש השנה?
קוקט נישט אויס.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.
יז בתמוז האט געשריבן:ודברת בם האט געשריבן:אידן גייען געהעריג פארן אויף ראש השנה?
קוקט נישט אויס.
פארוואס נישט?
געווען א שיינעם ציבור אויף שבועות,