טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

גאווערנאר ראן דיסאנטעס פון פלארידא האט געמאלדן אז סיי וועלכע גאווערנמענט אגענטור אין פלארידא וואס וועט פארלאנגען פון זייער ארבייטער צו זיין וואקסינירט, וועט אויסשטיין א $5000 טויזענט דאלער קנס, צוליב'ן פארלעצן די פלארידא געזעץ.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

פאלעסטינער שטיצער האבן געווארפן לעפלעך אין פארנט פון די מדינת ישראל עמבעסי אין וואשינגטאן, צו רעפרעזענטירן די פאלעסטינער איינגעשפארט אין מדינת ישראל'ס טורמעס, און די לעפלעך צייגען אלס סימבאל צו וואס די 6 אנטלויפער האבן גענוצט אויסצוגראבן זייער לאך.
street-art-protest-In-front-of-the-Israeli-embassy-this-evening-spoons-1200x900.jpg
street-art-protest-In-front-of-the-Israeli-embassy-this-evening-spoons-1200x900.jpg (364.12 KiB) געזען 1708 מאל
אוועטאר
.hershy
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך .hershy »

דער על קאידא פירער איימאן על זאוואהירי איז ערשינען אין א פרישע ווידעא רעקארדירונג וואס די טעראר גרופּע האט פּובליצירט פארלאפענעם שבת, אינעם צוואנציגסטן יארטאג פון די טעראר אטאקעס וואס די גרופּע האט דורכגעפירט.

די ערשיינונג פון זאוואהירי אין א ווידעא קומט נאכדעם וואס פאראיאר נאוועמבער זענען געווען שמועות אז ער, וועלכער האט איבערגענומען על קאידא נאכ'ן טויט פון אסאמא בין לאדין, איז געשטארבן נאכ'ן ליידן פון א פארצויגענע געזונטהייט פּראבלעם.

על קאידא האט קיינמאל נישט קאמענטירט, אבער פון דער ווידעא הערט מען דעטאלן וואס טוען אנדייטן אז אויב זאוואהירי איז געשטארבן, איז ער ערשט געשטארבן היי יאר ענדע יאנואר, ווייל ער ערווענט אן על קאידא אטאקע אין סיריע וואס האט דאן פּאסירט.
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (56.6 KiB) געזען 1560 מאל
"hate will never ever win"
אוועטאר
.hershy
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך .hershy »

איראן און די יו-ען אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור האבן דערגרייכט אן אפּמאך נעכטן צו ערלויבן אינספּעקטארס איבערצופרישן זייערע קאמערעס וואס רעקארדירן אקטיוויטעטן אין איראן'ס נוקלעארע איינריכטונגען. די קאמערעס האבן געליטן מאלפונקציעס און איראן האט נישט געוואלט געבן צוטריט אריינצושטעלן נייע מאשינערי און מעמארי קארטלעך, שאפנדיג א קריזיס. נעכטן האט זיך אבער איראן געבראכן.
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (70.58 KiB) געזען 1559 מאל
"hate will never ever win"
אוועטאר
.hershy
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך .hershy »

מער מענטשן זענען געשטארבן פון קרענק און געזונטהייט פּראבלעמען פארבינדן מיט די סעפּטעמבער עלעווען אטאקעס אין די מאנאטן און יארן נאך די אטאקעס, ווי וויפיל עס זענען געשטארבן בשעת די אטאקעס זעלבסט. דער טרויעריגער פאקט איז ארויסגעגעבן געווארן דורך דער "וויקטימס קאמפּענסעישאן פאנד" גרופּע, וועלכע ערווענט אז 2,996 זענען געשטארבן אום 9/11, אבער אין די צוואנציג יאר זינט דאן זענען שוין 3,311 געשטארבן אלס רעזולטאט פון די אטאקעס.
"hate will never ever win"
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

בקשה לכל הקהל הקודש כל אחד בשמו הטוב יבורך:

ווען איר ברענגט נאך א נייעס פון סיי וועלכע פון די אידישע נייעס קוועלער, ביטע צייכענט דאס צו.

פאליציי אין וואשינגטאן די.סי. האבן געמאלדן די ארעסט פון א 44 יעריגער מאן פון קאליפארניע וואס איז ערשינען ביי די הויפקווארטיר פון די 'דעמאקראטישע נאציאנאלע פארטיי' באוואפענט מיט עטליכע מעסער'ס אין זיין טראק.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
בקשה לכל הקהל הקודש כל אחד בשמו הטוב יבורך:

ווען איר ברענגט נאך א נייעס פון סיי וועלכע פון די אידישע נייעס קוועלער, ביטע צייכענט דאס צו.

פארוואס?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

את פתח לו האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
בקשה לכל הקהל הקודש כל אחד בשמו הטוב יבורך:

ווען איר ברענגט נאך א נייעס פון סיי וועלכע פון די אידישע נייעס קוועלער, ביטע צייכענט דאס צו.

פארוואס?

פארוואס פרעגסטע? פשוט אלס מענטשליכקייט, ווען מ'ברענגט נאך פון איינעם ככתבו וכלשונו דאן פאסט עס אז מ'זאל צושרייבן פון וועם מ'ברענגט עס.

און נומער צוויי: כדי מ'זאל עס נישט איבערליינען 2 מאל. ווען מ'ברענגט פון א נייעס קוואל וויל איך עס נישט איבערליינען צוויי מאל - איז דעריבער וויל איך וויסן פון פארדעם אז ס'קומט פון דארט, און איך זאל עס נישט דארפן איבערליינען.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

להוי ידוע. איך קוק געווענליך נישט דארך אנדערע פלעצער בעפאר איך שרייב עפעס, און איך שרייב מיינע נייעסער אליינס, וויל איך זיך שוין אנטשולדיגן פון פאראויס אויב איך מאך אייך לייענען עפעס וואס איז שוין געשטאנען ערגעץ אנדערש.
און איך בין מסכים איבער די וואס ברענגען פון אנדערע פלעצער אז זיי זאלן אנצייכענען פון ווי עס קומט.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

עפעס אנדערש האט געשריבן:להוי ידוע. איך קוק געווענליך נישט דארך אנדערע פלעצער בעפאר איך שרייב עפעס, און איך שרייב מיינע נייעסער אליינס, וויל איך זיך שוין אנטשולדיגן פון פאראויס אויב איך מאך אייך לייענען עפעס וואס איז שוין געשטאנען ערגעץ אנדערש.
און איך בין מסכים איבער די וואס ברענגען פון אנדערע פלעצער אז זיי זאלן אנצייכענען פון ווי עס קומט.

איך שרייב אויך מיינע נייעסער אליינס און איך שטעל עס אליין צוזאם. אבער ליינען ליין איך יא די טעגליכע איד און פיינע נייעס וכו', איז דעריבער קען איך באשטיין צו וויסן פון פארדעם אז עס קומט פון דארט. א נייעס וואס דו שרייבסט אליינס איז מיר אינטערעסאנט צו ליינען אפי' איך האב עס שוין געזעהן אין אן אנדערע קוואל.

איך וויל פארמיידן לענגערע דעבאטעס און איך זוך מיך נישט אנצושטויסן אין רייבערייען מיט אנדערע באאמטע דא.

צום שלוס: א נייעס וואס קומט פון א היימישע קוואל וואס מערערע ליינער באקומען שוין אימעיל, זאל מען זיך משתדל זיין און ארויסשרייבן פון ווי עס קומט. פשוט אלס מענטשליכקייט און באקוועמליכקייט פונעם ציבור.

א דאנק.

---

איך בין נישט באלעבאס דא, אבער דאס איז מיין אפיניען.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
בקשה לכל הקהל הקודש כל אחד בשמו הטוב יבורך:

ווען איר ברענגט נאך א נייעס פון סיי וועלכע פון די אידישע נייעס קוועלער, ביטע צייכענט דאס צו.

פארוואס?

פארוואס פרעגסטע? פשוט אלס מענטשליכקייט, ווען מ'ברענגט נאך פון איינעם ככתבו וכלשונו דאן פאסט עס אז מ'זאל צושרייבן פון וועם מ'ברענגט עס.

און נומער צוויי: כדי מ'זאל עס נישט איבערליינען 2 מאל. ווען מ'ברענגט פון א נייעס קוואל וויל איך עס נישט איבערליינען צוויי מאל - איז דעריבער וויל איך וויסן פון פארדעם אז ס'קומט פון דארט, און איך זאל עס נישט דארפן איבערליינען.

א בחינה פין גענימען פין א הילף פינם קינד
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אויב וואוינט איר אין מעסעטשוסעטס, זאגט פאר אייערע קינדער זאלן זיך נישט דערשרעקן אויב זייער באס דרייווער גייט אנגעטון אין מיליטערישע קליידער.

מערערע סקול דיסטריקטן איבערן לאנד זעהן זיך ארום מיט א פראבלעם ביי זייער טראנספארטאציע, וואס צוליב א מאנגעל אין באס דרייווער, קענען זיי נישט נאכיאגן אפצונעמען און אהיים טראגען די סטודענטן.
אין מערילענד האט א סקול דיסטריקט געאפפערט פאר די עלטערן $250 אויב זיי טראנספארטירן זייערע קינדער אליינס.
אין מעסעטשוסעטס האט דער גאווערנאר אקטיוויזירט די נעשנעל גארדס ארויסצוהעלפן מיט די טראנספארטאציע.

אבער זאגט דריי מאל: דער מאנגעל האט גארנישט צו טון מיט אנעמפלוימענט באצאלונגען.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

קורץ און שארף דינסטאג האזינו:

די איטאלעינישע אינערן מינסטער ווארנט אז אצינד מיט די טאליבאן ביי די מאכט אין אפגאניסטאן איז די מערב וועלט ווידער אין געפאר פון טעראריזם און האט דערביי אפעלירט אז דארף זאפארט גענומען ווערן גלאבאלע שריט.
ענליכע ווערטער האט מען געהערט פון די טשעכישע אויסערן מינסטער. ער זאגט אז טשעכיי זיכט בכלל נישט צו אנערקענען די טאליבאן אלס די עמטליכע פירער פון אפגאניסטאן, און ער האט רעקאמענדירט אז די איירפאפעאישע בלאק זאל נעמען א פאראייניגטע שריט אין די נושא.

***
אונגארישע אפאזיציע קאנדיטאטן האבן אנגעהויבן זייער ערשטע פריימערי דעבאטעס אין בעפארברייטונג צו די נאציאנאלע וואלן קומענדיגע אפריל.

***
די געזונטהייט מינסטער פון מעקאדאוניע – א לאנד וועלכע געפינט זיך צענטער פונעם באלקאן ראיאן האט אפגעטרעטן פון אמט שטייענדיג אין שאטן פון א פייער וועלכע האט אויסגעבראכן אין א קאוויד שפיטאל אין מערב מעקאדאוניע, אומברענגענדיג 14 פאציענטן.

***
פראנקרייך'ס טראנספארט מיניסטער האט אין פלאן צו אנהויבן נוצן מער באנען ווען עס קומט צו דערליווערן קארגא פון איין פלאץ צום צווייטען, ענדערש ווי פליגערס און טראק'ס אין א פרואוו צו פארזיכערן די ענוויראמענט.

***
פראטוגאל'ס וואקסין טעסק פארס האט באשטעטיגט אז 130 טויזענט בירגער פון 12-15 האבן זיך שוין וואקסינירט צום וויירוס.

***
א ראדיקאל רעכטע פארטיי אין קראאציע זאגט אז זיי גייען נישט אויפגעבן אינעם קאמף פאר די נאציאנאלע וואלוטע 'קונא'. דאס קומט נאך וואס די רעגירונג האט אין פלאן צו טוישן די וואלוטע אויף יורא.

***
ליטאוואניע גייט אנהויבן בויען א וואנט מיט שטעך דראטן ביי די גרעניץ מיט בעלארוס. די וואנט וואס ציעט זיך 110 ק"מ וועט ווערן פארטיג קומענדיגע אפריל.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

טורמע איבערפאל אין ניגעריע

א גרופע שווער באוואפענטע אטאקירער זענען איבערגעפאלן א תפיסה אין צענטרעל - מערב ניגעריע ברענגענדיג אויף די פריי 266 ארעסטאנטן וועלכע האבן זיך דארט געפינען, די צווייטע אזא מאסיווע אטאקע דאס יאר.

לויט די ארטיגע פאליציי זענען 2 טורמע וועכטער אומגעברענגט געווארן ווען זיי האבן פרובירט צו שטעלן א ווידערשטאנד אויף די באנדע.

די גרופע האבן זיך באנוצט מיט אויפרייס מאטריאל, און אויפסגעריסן די צוימען ארום די טורמע און שפעטער געעפענט פייער אויף די וועכטער.

עס איז נישט קלאר ווער שטייט אונטער די אטאקע, אבער א שאצונג פון די באאמטע צייגט אז די IPOB מיליטאנטן גרופע וועלכע קעמפט פאר עטליכע דרום - מזרח שטאטן אין ניגעריע זיך צו אפטיילן פון ניגעריע, שטייט אונטער דעם, אבער די גרופע האט עס אפגעווארפן.

עס דארף באטאנט ווערן די אומסטאביליטעט וואס הערשט דארט, ווי פארשידענע פראקציעס און ארגאניזאציעס פירן כסדר אדורך איבערפעלער און שולע קידנעפינגס,אזוי אויך זענען די סעקיוריטי מאסנאמען אין ניגעריע אויף די נידריגסטע שטאפלען, און אזוינע אטאקעס און איבערפעלער איז נישט קיין חידוש אין לאנד.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פייער אין תלמוד תורה איו מודיעין עילית ב"ה אן קיין געשעדיגטע

א פייער האט אויסגעבראכן אין א תלמוד תורה אין מודיעין עילית, ב"ה אן קיין געשעדיגטע.

פייערלעשער זענען אנגעקומען צום סצענע נאך וואס מ'האט געזעהן רויעך ארויסקומען פון די העכערע שטאקן און ארויס געראטעוועט 3 קינדער וועלכע האבן זיך דארט געפינען.

פאליציי האט געעפענט אן אויספארשונג ווי די פייער האט זיך אנגעפאנגען.

WhatsApp-Image-2021-09-14-at-11.18.33.jpeg
WhatsApp-Image-2021-09-14-at-11.18.33.jpeg (127.57 KiB) געזען 1008 מאל
WhatsApp-Image-2021-09-14-at-11.18.33-1.jpeg
WhatsApp-Image-2021-09-14-at-11.18.33-1.jpeg (86.19 KiB) געזען 1008 מאל
WhatsApp-Image-2021-09-14-at-11.18.34.jpeg
WhatsApp-Image-2021-09-14-at-11.18.34.jpeg (108.87 KiB) געזען 1008 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

WhatsApp-Image-2021-09-14-at-10.44.46-1.jpeg
WhatsApp-Image-2021-09-14-at-10.44.46-1.jpeg (90.81 KiB) געזען 1007 מאל
WhatsApp-Image-2021-09-14-at-10.44.44-1.jpeg
WhatsApp-Image-2021-09-14-at-10.44.44-1.jpeg (231.99 KiB) געזען 1007 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

קורץ און שארף דינסטאג האזינו (המשך)

סעקיוריטי באאמטע אין מאראקא האבן געמאלדן איבער די אבלאווע וואס זיי האבן דורך געפירט אין א הויז אין די מערב שטאט ערעטשידיע, ארעסטירענדיג עטליכע מיליטאנטן וואס געהערן אנגעבליך צו די אייסיס טעראר גרופע.

***
מער ווי 80 זענען שוין אומגעקומען אין סודאן אין רעזולטאט פון שווערע רעגענעס זינט די אנהויב פון די רעגן סעזאן אין יולי, לויט די ארטיגע אוטאריטעטן. די ארטיגע רעגן האט שוין אפעקטירט 14 פון 18 פראווינצן, און מער ווי 30 טויזענט הייזער זענען קאליע געגאנגען.

***
מיליטער לייט אין גואיני וועלכע איבערגענומען די מאכט אין לאנד פארלאפענעם וואך, וועלן אפהאלטן געשפרעכן מיט צענדליגע פאליטישע פארטייען. די פירער פון די גרופע זאגט אז 4 טעג וועלן זיין געווידמעט פאר געשפרעכן מיט די פארשידענע פארטייען, ארגאניזאציעס, און רעליגיעזע פירער וויאזוי אויס צוהאמערן אן אפמאך איבער די צוקונפט אין לאנד.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ש'כח!

הערה בעלמא, ס'איז קראאטיע, נישט קראאציע
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די מאמע פונעם בריטישען פרעמיער מינסטער באריס דזשאנסאן איז געשטארבן.

אפאזיציע פיגור סיר קעיר סטארמער ארויסגעשטעלט א ניחום אבילים

image.png
image.png (91.84 KiB) געזען 866 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ש'כח!

הערה בעלמא, ס'איז קראאטיע, נישט קראאציע

איך ווייס נישט פונקט וויאזוי מ'זאגט עס אויף אידיש, האבעך געשריבן קראאציע ווייל אזוי זאגט מען עס אין דויטש
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ש'כח!

הערה בעלמא, ס'איז קראאטיע, נישט קראאציע

איך ווייס נישט פונקט וויאזוי מ'זאגט עס אויף אידיש, האבעך געשריבן קראאציע ווייל אזוי זאגט מען עס אין דויטש

אונז זעמער פערפעקטלי פיין מיט קראאציע וכל שום וכנוי דאית ליה…

א גרויסן שכח וואס דו און די אנדערע שטעלן דא צו!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פעדעראלע ריכטער אין אייאווע בלאקירט די סטעיט'ס מאסק מאנדאט פארבאט.

פריער אין יאר האבן ארטיגע געזעצגעבער אדורכגעפירט א געזעץ צו פארבאטן לאקאלע סקול דיסטריקטס פון איינשטעלן מאסק פארלאנגען פאר קינדער און איינגעשטעלטע אין סקול. פאריגע מאנאט האבן א גרופע עלטערן אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט, מיט די באשולדיגונג אז די פארבאט פארלעצט די רעכטן פון אומגעזונטע צו האבן צוטריט צו פובליק סקול און א גלייכע ערציאונג צו אנדערע קינדער.
די ארטיגער גאווערנאר, פרוי רעינאלדס (ר), האט פארשפראכן צו אפעלירן די אורטייל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

עמעזאן וועט צאלן 18 דאללער א שטונדע

'עמעזאן' האט היינט געמאלדן אז זי וועט הייבן די דורכשניטלכע אנהויב געהאלט פאר איינגעשטעלטע צו 18 דאללער א שעה, ווי אויך וועט די פירמע אויפנעמען פרישע 125,000 ארבעטער דורכאויס די פאראייניגטע שטאטן. די פרישע זשאבס וועלן זיין קאנצעטרירט אין מערסטענסטייל אין די פאלפילמענט און טראנספארטעישאן פליגלען פון די פירמע, און קומט נאכדעם וואס עמעזאן האט פריער אין יאר געמאלדן פרישע 40,000 טעקנאלאזשי און קארפארעיט ארבעטס פאזיציעס.

אין טייל געגענטער איז דא א מעגליכקייט צו באקומען אזויפיל ווי א 3,000 באונוס ביים ווערן אויפגענומען דורך די פירמע.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”