טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:מערערע רעפובליקאנע האבן זיך קעגנגעשטעלט איר באשטימונג אויפ'ן פאסטן, צוליב אירע ליבעראלע מיינונגען און שטייער פראבלעמען. (א נויטיגע קוואליפיקאציע אין די אבאמא קאבינעט)

;l;p-

דר'עיקר איז "מא מיטאוואנים"...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שכוח ר' יודל.

נ.ב. איך ווייס נישט אויב יעדן טאג וועל איך זאגן אנעקסטערן שכוח, סאו נעם דאס אן כאילו פורטם.
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

היינט נאכט 8:00 וועט אובאמא געבען א פריים-טיים נייעס קאנפערענץ, אפ-צו-צייכענען זייינע ערשטע הינדרעט טאג אינעם ווייסען הויז.
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

יודל איך האב יעצט געליינט דיינע באריכטן עס איז ריזיג, יישר כח גדול
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

ר' יודל נישט יעדעס מאל געלאנגט מיר זיך צו באדאנקען פאר אייך גהעריג
אבער הנאה האבן מיר יעדעס מאל מיר ליינען אייערע נייעס אדער באהאנדלונגען
טעינק יא פאר נאו
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

יודל, א דאנק פאר דיינע נייעס באריכטען.
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

אין א געביידע נישט ווייט פון די טרויעריגע אוישוויץ טויט לאגער הי"ד האבען ארבייטער געפונען א באטעל באהאלטען אין א וואנט, דעראין א פאפיר אויפגשריבען די נעמען פון זיבען מלחמה ארעסטירטע, אין זייערע לאגער/תפיסה נומער'ן.
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

פרעזידענט האט געשריבן:אין א געביידע נישט ווייט פון די טרויעריגע אוישוויץ טויט לאגער הי"ד האבען ארבייטער געפונען א באטעל באהאלטען אין א וואנט, דעראין א פאפיר אויפגשריבען די נעמען פון זיבען מלחמה ארעסטירטע, אין זייערע לאגער/תפיסה נומער'ן.


וואס איז מער אינטערעסאנט פון די נייעס, אז צוויי פון די 7 נעמען האבן גאר איבער געלעבט די קריג, אנדערש ווי דער שרייבער צוזאמען מיט זיי האבן זיך געראכטן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

ווייסע הויז באאמטע באשטעטיגט: קרייסלער וועט פיילן באנקראפסי!
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

מאסקעווע, רוסלאנד הצלה געגרינדעט, 12 טרעינירטע הצלה וואלונטירען וועלן שטיין גרייט צו ראטעווען אין העלפן אידען אין די אידישע געגענט.
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דזשעק קעמפ, דער געוועזענער וויצע פרעזידענט קאנדידאט אונטער באב דאול, ביי זייער אומערפאלגרייכע קאמפיין ארויסצוזעהן ביל קלינטאן פון ווייסן הויז אין 96', איז היינט געשטארבן אין עלטער פון 73 יאר.

ער האט געדינט 9 טערמינען אין קאנגרעס אלס פארטרעטער פון איינע פון די באצירקן אין אפסטעיט ניו יארק. אין יאנואר פון 09' האט ער געמאלדן אז ער איז דיאגניזירט געווארן מיט קענסער ל"ע, פון וואס ער איז היינט אויסגעגאנגען.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

גענעראל דעיוויד פעטרעאוס, קאמאנדיר פון די יו.עס. צענטראלע קאמאנד, האט געזאגט פאר אמעריקאנע באאמטע אז די קומענדיגע צוויי וואכן זענען קריטיש צו זעהן אויב די פאקיסטאנע רעגירונג וועט איבערלעבן.

"די פאקיסטאנע האבן שוין קיין תירוצים" און זענען ענדליך "געווארן ערנסט" איבער באקעמפען די געפאר פון די טאליבאן און על-קאידא עקסטרעמיסטן וועלכע הערשן אין צפון-מערב פאקיסטאן.

אבער פעטרעאוס ווארנט אז מען זאל נישט זיין אפטימיסטיש, "ווייל מיר האבן שוין געהערט די סארט רייד" פון די פאקיסטאנער, און ער ווארט צו זעהן שארפע שריט פון די רעגירונג צו צעשמעטערן די טאליבאן אין די קומענדיגע צוויי וואכן, איידער'ן באשליסן די קומענדיגע אמעריקאנע שריט, וועלכע באשטייט איצט בלויז אין העלפען די פאקיסטאנע רעגירונג און מיליטער מיט קאנטער-אפענסיווע מושטירונג און הילף.

פעטרעאוס און הויפט אדמיניסטראציע באאמטע גלויבן אז די פאקיסטאנע ארמיי, אנגעפירט דורך דעם הויפט גענעראל אשפאק קאיאני, איז שטערקער פון די ציווילע רעגירונג אנגעפירט דורך פרעזידענט עלי זארדארי, און קען איבערלעבן אויך אויב זארדארי'ס רעגירונג ווערט באזיגט פון די טאליבאן.

אין די לעצטע טעג האט די פאקיסטאנע ארמיי פרובירט צוריקצושטופן די טאליבאן פון די בונער דיסטריקט, א געגענט קוים 60 מייל פון די הויפט שטאט איסלאמבאד. די טאליבאן איז אבער נישט שולדיג געבליבן, און האט אומגעברענגט און פארכאפט צענדליגע פאליציי און טרופן.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

דער געוועזענער קאנגרעס ספיקער ניוט גינגריטש האט זונטאג קריטיקירט די אבאמא אדמיניסטראציע פאר'ן גרייטן זיך אויף א געפעכט מיט מדינת ישראל איבער די פרידן פארהאנדלונגען.

"זיי גרייטן זיך סיסטעמאטיש פאר די קריטיש'סטע קאנפראנטאציע וועלכע מיר האבן נאר געזען," האט גינגריטש געזאגט פאר די 'דזשערוסאלעם פאוסט', באציענדיג זיך צו נייעס באריכטן איבער דעם צוגאנג פון די אדמיניסטראציע צו די איזראעילי-פאלעסטינער קאנפליקט.

"זיי ווייזן ארויס א חשק צו גיין אין קאמף מיט די מדינת ישראל רעגירונג כדי צו געווינען אנזעהן ביים אראבישן וועלט," האט ער געזאגט איידער זיין רעדע פאר די 'אמעריקען איזראעל פאבליק עפעירס קאמיטע (AIPAC)' יערליכע קאנפרענץ.

ער באטיטל'ט אבאמא'ס פלאן צו פארהאנדלען מיט איראן א "פאנטאזיע", און זיינע מיטל מזרח פאליסי "גאר געפארפול פאר מדינת ישראל." גינגריטש זאגט אז אבאמא'ס צוגאנג איז "די קלארסטע אדאפטירונג פון שוואכקייט זינט דזשימי קארטער."

דער איזראעילי פרעזידענט שמעון פערעס האט אין א רעדע ביים עיפעק קאנפרענץ איידער זיין מיטינג מיט אבאמא געזאגט, אז דער מדינת ישראל פרעמיער ביבי נתני' זוכט דוקא יא צו מאכן פרידן מיט די פאלעסטינער, און זעהט זיך פארפליכטעט צו די פריערדיגע אפמאכן.

דער איזראעילי פרעמיער מיניסטער וועט זיך טרעפן מיט פרעזידענט אבאמא אין וואשינגטאן אין צוויי וואכן, וואו זיי וועלן איבערשמועסן די פרידנ'ס אויסזיכטן אינעם מיטל מזרח. מדינת ישראל באאמטע גלויבן אז אבאמא וועט אויסאיבן מאסיווע דרוק אויפ'ן נייעם פרעמיער מיניסטער אויפצוהערן בויען אין די שטחים, און אויפלעזן גאנצע שטעט וועלכע מען האט שוין געבויעט אין די אקופירטע געביטן. אויך וועט אבאמא פאדערן אז מדינת ישראל זאל איינגיין אויף א צוויי שטאט לעזונג מיט די פּאַלעסטינער אויטאריטעט.

וואשינגטאן אדמיניסטראציע באאמטע האבן שוין געלאזט הערן אין די לעצטע טעג און וואכן וואס אבאמא'ס פאליסיס זענען. דער פרעזידענט זעהט די גאנצע מיטל מזרח אלס איינס, און גלויבט אז ער וועט האבן א שטערקערע ווארט אויף איראן, אויב און ווען ער וועט זעהן פארשריט אין די מדינת ישראל-פאלעסטינער פארהאנדלונגען. אין מדינת ישראל ציטערט מען אז אבאמא וועט פון זיי פאדערן וואס קיינער פון זיינע פארגייער האט נישט גע'חלומ'ט. אויך גלויבן זיי אז אמעריקע וועט נישט געבן דעם גרינעם ליכט פאר אן אטאקע אויף איראן'ס נוקלאערע רעאקטארן, כאטש טעהראן האלט שוין גאר נאנט צו אנטוויקלען אן אטאמישע וואפן.

--

כינע, באזארגט פון די וואקלדיגע אמעריקאנע עקאנאמיע, האט שוין "געקענסעלט אמעריקע'ס קרעדיט קארד" און אויפגעהערט קויפן אמעריקאנע באנד'ס, האט א קאנגרעסמאן געזאגט.
כינע פארמאגט די וועלט'ס גרעסטע אויסלענדישע רעזערווען, מערסטענס אין דאלארן, אין צוגאב צו בערך 800 ביליאן דאלער אין אמעריקאנע טרעזשורי באנדס. דאס איז מער פון סיי וועלכע לאנד. די טרעזשורי דעפארטמענט אינפארמאציע צייגט אז כינע האט דראסטיש געשניטן אירע קויפ'ן אמעריקאנע באנדס אין די לעצטע מאנאטן.

קאנגרעסמאן מארק קירק, א מיטגליד פון די קאנגרעס אפראפריעישענס קאמיטע, זאגט אז כינע האט "גאר לעגיטימע" זארגן איבער אירע אינוועסטמענטס.

"עס זעהט אויס, אז שטילערהייט, און מיט גרויס איידעלקייט און רעספעקט, האט כינע גע'קענסעל'ט אמעריקע'ס קרעדיט קארד," האט קירק געזאגט. "איך מיין אז די חברה אויף קעפיטעל היל כאפן נאכנישט וואס עס גייט דא פאר," האט ער צוגעגעבן.

כינע'ס פרעמיער האט אפן אויסגעדריקט זארג איבער זיין לאנד'ס אינוועסטמענט'ס אין די פאראייניגטע שטאַטן, און כינע האט שוין פארגעשלאגן פלענער צו ערזעצן זייערע אינוועסטמענטס אינעם דאלער מיט א געמיש פון יורא, שטערלינג און יען.
--
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

דער פעדעראלע רעזערוו טשערמאן 'בען בערנאנקע' האט דינסטאג געזאגט פאר'ן קאנגרעס אז די עקאנאמיע וועט זיך פארבעסערן און אנהייבן ווידער צו וואקסן נאך היי
יאר.

אבער פאר קאנגרעס'נס דזשאוינט עקאנאמיק קאמיטע, האט בערנאנקע געזאגט אז אויך ווען די עקאנאמיע וועט זיך ערהוילן, וועט עס נאך אלץ זיין גאר שוואך. דאס מיינט אז ביזנעסער וועלן נישט מאכן קיין דרייסטע שריט, און די ארבעטסלאזיגקייט וועט נאר ערגער ווערן אין די קומענדיגע מאנאטן.

די האוזינג מארקעט וועלכע איז שוין אנגעזעצט פאר דריי יאר, האט געוויזן צייכנס פון פארבעסערונג, זאגט ער. קאנסומער ספענדינג איז אויך צוריקגעקומען שטערקער אין די ערשטע קווארטל פון היי יאר.

--

די בילדער פונעם עיר פארס וואן פליגער העכער מאנהעטן וועלכע האבן אפגעקאסט דעם שטייערצאלער א קארגע 328,835$, וועלן נישט פאַרעפענטליכט ווערן, האט א ווייסע הויז באאמטער געזאגט פאר'ן נ.י. פאוסט, און מער נישט געוואלט קאמענטירן דערויף.

די איינציגסטע אורזאך פון דעם נארישן פאטא-אפ אקציע, וועלכע האט איבערגעשראקן טויזענטער נ.י. בירגער, איז געווען צו נעמען נייע בילדער פון דעם פרעזידענטליכן דזשעט העכער דעם סיטי.

די בילדער זענען נישט טעכניש "קלאסיפיצירט", לויט א ווייסע הויז באאמטער, אבער זיי וועלן פאקטיש נישט געוויזן ווערן פאר'ן פאבליק.

"הייסט עס אז מיר וועלן נישטאמאל זעהן די פירות פון דעם בארבארישן וויץ?" פרעגט א וואל סטריט טרעידער. "עס איז מיר נישט קיין וואונדער. אבאמא וויל נישט איינהאנדלען נאך שלעכטע פאבליסיטי ביים ארויסשטעלן די בילדער."

--

דעמאקראטן אין קאנגרעס בעטן נאך $94.2 ביליאן אין עמערדזשענסי געלטער פאר די מלחמות אין איראק און אפגאניסטאן און נאך פראגראמען, אריינגערעכנט נאך $2 ביליאן זיך צוצוגרייטן פאר א פלו עפידעמיע.

פאריגע מאנאט האט אבאמא געבעטן קאנגרעס פאר נאך $83.4 ביליאן פאר אויסגאבן פאר די שלאכטן אין איראק און אפגאניסטאן. ער זאגט אז מען פלאנט צו נוצן די געלט אפצושטעלן די אקטיווע קריג אפעראציעס אין איראק, און גלייכצייטיג אויפבויען מיליטערישע מאכט אין אפגאניסטאן וואו על-קעידא און טאליבאן קעמפער ווערן שטערקער.

די פענטאגאן האפט אז קאנגרעס וועט באשטעטיגן די געלט נאך איידער די ענדע פון מאי.

--

די ווייסע הויז האט מאנטאג אויסגעדרוקט "זארג" און "באדויער" איבער די צושטאנד פון די וואקלדיגע אמעריקאנע צייטונג אינדוסטריע, אבער האט קלאר געמאכט אז א רעגירונג בעילאאוט קומט נישט אין באטראכט.

"כאטש די אבאמא אדימיניסטראציע גלויבט אין א שטארקע פריי פרעסע," האט ווייסע הויז ווארטזאגער ראבערט גיבס געזאגט פאר רעפארטערס, " ווייס איך נישט וואס די רעגירונג קען טוהן דערוועגן." גיבס האט רעאגירט אלס ענטפער צו א פראגע וואס די ווייסע הויז קלערט וועגן די לעצטע גרויסע אמעריקאנע צייטונג וועלכע זענען אונטערגעגאנגען.

אמעריקאנע צייטונגען ליידן פון א פארמינערונג פון אדווערטייזמענט איינקונפטן, נאכאנאנדיגע רעדוצירטע צירקולאציע, און מיליאנען ליינער וועלכע "גייען אָנליין" אנשטאט צו קויפן צייטונגען.

--

וואל סטריט האט באוויזן פארשריט ווען די סטענדערט & פאור'ס 500 אינדעקס איז געשטיגן, אויסמעקנדיג די היי-יעריגע פארלוסטן. דער S&P 500, די מארקעט מעסטער וועלכע פיל פראפעסיאנאלע אינוועסטער נוצן, איז ארויף מיט 0.4 פראצענט פאר 2009. פיל אינוועסטעמענטס ווי מיוטשעל פאנדס למשל, שפיגלען אפ, אדער ווערן געמאסטן לויט די אינדעקס.

וואוקסן אין האוזינג, פינאנציעלע און מאטעריאלע סטאקס, האבן ארויפגעשטופט דעם S&P מאנטאג מיט 3.4 פראצענט. די דאו דזשאונס איז ארויף מיט 214 פונקטן, אבער נאך אלץ נידריג מיט 4 פראצענט פאר היי יאר.

דעיוויד קעלי, דער שעף מארקעט סטראטעגיסט ביי JPמארגען פאנדס, זאגט אז יעדע שטיקל "בעסער ווי געראכטן" עקאנאמישע נייעס, פארגרינגערט די זארגן אז די רעסעסיע וועט זיך פארערגערן.

"עס איז ווי צוקוקן ווי די מארקעט'ס בלוט דרוק גייט צוריק אראפ," זאגט קעלי. "יעדן טאג וואס גייט פארביי אן קיין שלעכטע נייעס, רעדוצירט די ריזיקע פון א צוריקהאלט פאר אן עקאנאמישע צוריקשפרונג."

--

אויטאריטעט'ן אין נעוואדע האבן אנגעקלאגט אין געריכט די ליבעראלע פאליטישע גרופע עיקארן (ACORN) און צוויי געוועזענע ארבעטער, אז זיי האבן אומלעגאל געצאלט פאר מענטשען צו רעגיסטרירן נייע וויילער ביים פרעזידענטליכע קאמפיין פאראיאר.

עיקארן האט געלייקנט די קלאגעס.

די נעוואדע אטוירני גענעראל זאגט אז די 'אסאסיאציע פון קאמיוניטי ארגאניזירער פאר באלדיגע רעפארם -(ACORN)' האט געהאט א פאליסי וועלכע האט געהייסן ארבעטער אין לאס וועגאס רעגיסטרירן אמווייניגסטנס 20 נייע וויילער פער טאג, כדי אנצוהאלטן זייערע $8-9 פער שעה דזשאבס.

די וועלכע האבן באוויזן צו רעגיסטרירן 21 נייע וויילער, האבן באקומען א "בלעקדזשעק" באנוס פון $5 פער שיפט. די וואס האבן נישט באוויזן די מינימום קוואטע, זענען פארשיקט געווארן.

"עיקארן האט ערמעגליכט וויילער רעגיסטראציע פעלשונגען דורך זייער קוואטע סיסטעם," זאגט די אטוירני גענעראל.

אויטאריטעט'ן אין בערך 12 שטאטן האבן אויסגעפארשט די רעגיסטראציע פעלשערייען פון עיקארן, א לינקע נאן-פראפיט ארגאניזאציע וועלכע געניסט פון רעגירונג פאנדינג, אבער נעוואדע איז די ערשטע זיי אנצוקלאגן.

--

פאליציי זוכן א רויבער וועלכער האט גענוצט א ביקס צו גנב'נען פון א 72 יעריגע פרוי גאנצע 2 דאלער...

די אינצידענט איז פארגעקומען זונטאג, אין א K-מארט פארקינג לאט אין פארמינגוויל, לאנג איילענד. די פרוי דערציילט אז יענער איז געקומען צו פארן מיט זיין אויטא און פארלאנגט טשעינדזש פון א $10 ביל. ווען זי האט געזאגט אז זי האט נישט קיין געלט, האט יענער ארויסגעשלעפט א ביקס און איר געסטראשעט מיט'ן ארגסטן. דאן האט ער ארויסגענומען פון איר בערזעל די לעצטע צוויי דאלער און אוועקגעפארן.

שיין האבן מיר דערלעבט: מען סטראשעט מיט'ן טויט, אלס פאר אביסל "טשעינדזש"...

--
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

דער רוסישער פרעזידענט דמיטרי מעדוועדעוו האט פארגעשלאגן אויפצושטעלן אן אינטערנאציאנאלע געריכט אנצוקלאגן ים רויבער.

רוסלאנד האט פאריגע וואך געמאלדן אז זיי האבן געכאפט א פיראט'ן שיף מיט 29 רויבער דערויף נעבן סאמאליע, אבער אנדערש פון שפאניע וועלכע האט פראסט פריי געלאזט די ים רויבער, האט רוסלאנד "נאכנישט באשלאסן" וואס צו טוהן מיט זיי.

"די לענדער פון וואו די ים רויבער קומען, נעמען נישט קיין אקציע קעגן זיי. בקיצור, זיי שטיצן גאר די סארט קרימינאלן," זאגט מעדוועדעוו.

--
די רעגירונג אין איראק האט געזאגט אז זיי וועלן נישט בעטן אמעריקע זאל פארבלייבן אין געוויסע אומ-סטאבילע שטעט ווי מאסול אויך נאך די יוני 30 ריקצוג דעדליין, טראץ די זארגן אז די איראקער מיליטער וועט זיך נישט קענען ספראווען אליין מיט די טעראריסטן.

די פענטאגאן ווארטזאגער האט געזאגט אז עס ווענדט זיך אין די איראקער רעגירונג, און אז "מיר פלאנען אויסצופאלגן פונקטליך" די טערמינען פון די זיכערהייט אפמאך.
די העכסטע אמעריקאנע אפיצירן האבן געלאזט הערן קעגנזייטיגע מיינונגען איבער די צושטאנד אין איראק. דער הויפט גענעראל, אדמיראל מייק מאלען, האט געזאגט מאנטאג אז די לעצטע געוואלדטאטן זענען נישט אזוי געפערליך אז מען זאל דארפן קלערן פון א טויש אין די ריקצוג פלענער.

אבער דער הויפט אמעריקאנער קאמאנדיר אין איראק, גענעראל רעימאנד אדיערנאו, האט געזאגט אז ער זארגט זיך אז די איראקער קרעפטן וועלן נאכנישט זיין גרייט איבערצונעמען פולע פאראנטווארטליכקייט אין מאסול.

די זעלבע הערט מען אויך שטילערהייט פון מערערע הויכע מיליטערישע באאמטע, וועלכע זעהן פאר אז איראק וועט אין עטליכע מאנאטן צייט פארלירן קאנטראל איבער מאסול, די דריטע גרעסטע איראקער שטאט, וואו די על-קעידא און אנדערע סוני מיליטאנטן זענען נאך אקטיוו.

--

קאנגרעס דעמאקראטן ווילן נישט צאלן פאר פרעזידענט אבאמא'ס פלאן אריבערצופירן די ארעסטאנטן פון גוואנטאנאמאו בעי קיין אמעריקע.

אבאמא האט אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיוו באפעל צו שפארן די טורמע אין קובא ביז אנהויב קומענדיגע יאר. די פענטאגאן האט אבער נאכנישט וואו אהין צושטעלן די 240 ארעסטאנטן. צווישן 50-100 וועלן געשיקט ווערן קיין אמעריקע לויטן פלאן.
אבער קיינע פון די דעמאקראטן וועלכע האבן געקעמפט פאר די רעכטן פון די נעבעכ'דיגע טעראריסטן, ווילן זיי נישט האבן אין די אייגענע "בעק-יארד".

אין די $94.4 ביליאן קריג פאנדינג ביל וועלכע די דעמאקראטן האבן פארגעשלאגן די וואך, איז נישט געווען קיין איינציג דאלער פאר די "רילאקעישאן פלאן".

עס איז אבער נאך פארהאן די מעגליכקייט אריבערצופירן געלט שפעטער פאר דעם צוועק, אן קיין פאליטיש-קאמפליצירטע אפשטימונג אין קאנגרעס.

--

די רואיגערע ווינטן און פייער-לעשער העליקאפטערס וועלכע האבן געארבעט א גאנצע נאכט, האבן געהאלפן הונדערטער פייערלעשער צוריקצוהאלטן א 190 עיקער ווילדע-פייער אין סאנטא בארבארא, קאליפארניע, וועלכע שטעלט אין געפאר 2,000 היימען.

בערך 1,200 היימען זענען עוואקואירט געווארן, און פינף שולעס אין די געגענט זענען געווען פארשפארט מיטוואך.

די פייער האט אויסגעבראכן דינסטאג נאכמיטאג, און ביז מיטוואך האבן די פלאמען דערגרייכט ביז א האלבע מייל פון עטליכע באוואוינטע געגענטער.

--

כינע האט ווידעראמאל זיך גערייצט מיט אן אמעריקאנע קריגס שיף, צום פיפטן מאל אין די לעצטע 2 מאנאטן.

דאס מאל האבן צוויי כינעזע פיש-כאפער שיפן מאנעווירט גאר נאנט צום נעיווי סורוועילענס שיף, און די אמעריקאנע שיף האט זיי אנגעשפריצט מיט א שטארקע שטראם וואסער.

א ווארטזאגער פון די כינעזע אויסערן מיניסטעריום האט אנגעלייגט די שולד אויף די אמעריקאנע שיף. ער זאגט אז די אמעריקאנע שיף האט זיך געדרייט אין כינע'ס אייגענע עקאנאמישע זאנע אן קיין ערלויבעניש און האט פארלעצט כינעזע און אינטערנאציאנאלע געזעצן. "מיר דרוק אויס אונזער זארג דערוועגן, און פאדערן אז די אמעריקאנע זייט זאל אננעמען עפעקטיווע שריט צו פארזיכערן אז עס קומט מער נישט פאר אזעלעכס."

די פענטאגאן זאגט אז די שיף איז געווען אויף רוטינע אפעראציעס אין די וואסערן צווישן כינע און קארעא. די כינעזע שיפ'ן זענען געקומען ביז 100 פיס נאנט צום אמעריקאנע שיף. זיי זענען נאר אוועק ווען די אמעריקאנע שיף האט גערופן הילף און א כינעזע קריגס שיף איז אנגעקומען.

--
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

פרעזידענט אבאמא שיקט די וואך צוויי פון זיינע ראטגעבער קיין דמשק צום צווייטן מאל אין צוויי מאנאט, וואו דער סירישער פרעזידענט באשער אסאד קען זיך נישט גענוג אנזעטיגן פון די פלוצלונגע אטענשאן וואס ער באקומט פון וואשינגטאן נאכדעם וואס בוש האט נישט געוואלט קוקן אויף זיין זייט צוליב זיין אפענע שטיצע פאר טעראר.

דער סירישער פרעזידענט ווערט באטראכט דורך די אבאמא אדמיניסטראציע אלס מעגליכער פארטנער פאר פרידן, כאטש ער האט אפן געזאגט אז ער וועט נישט אפהאקן באציאונגען מיט איראן, א שריט וועלכע די פאראייניגטע שטאַטן וויל גאר שטארק.

בעת דער סטעיט דעפארטמענט באאמטער דזשעפרי פעלטמאן און דער נאציאנאלע זיכערהייט קאנסיל הויפט דירעקטאר דניאל שפירא זענען געווען אויפ'ן וועג קיין סיריע, האט אסאד געהאלטן אינמיטן אויפנעמען א צווייטן גאסט, דער איראנער אחמאדעניזשאד.

ביידע פירער האבן קלאר געמאכט ביי די געלעגענהייט אז זיי וועלן שטיצן די פאלעסטינער "קעגנערשאפט", א פארשלייערטער נאמען פאר "טעראר". "מיר וועלן זעהן דערצו אז די קעגנערשאפט זאל ווייטער אנגיין ביז ווילאנג אלע אקופירטע געביטן זענען באפרייט," האבן זיי דערקלערט.

דער סטעיט דעפארטמענט זאגט אז פעלטמאן און שפירא (ביידע אידן) פארן כדי "פאראויסצוגיין מיט די אמעריקאנע פארפליכטונג פאר דירעקטע דיפלאמאטיע מיט סיריע און ווייטערדיגע דיסקוסיעס", א המשך פון די פריערדיגע באזוך אין מערץ.
די פאראייניגטע שטאַטן האט אפיציעל געשטעלט סיריע אויף די דיפלאמאטישע "שווארצע ליסטע" זינט די אטענטאט אויף דעם געוועזענעם לעבענאזער פרעמיער מיניסטער ראפיק חארירי, וועלכער איז געווען שארף קעגן די סירישע דאמינאנץ אין לבנון. סיריע ווערט באשולדיגט אין אויספירן דעם אטענטאט.

--

דזשאן דעמיאניוק, דער 89 יעריגער רעטייערטער אויטא ארבעטער וועלכער האט געדינט אלס וועכטער אין א נאצי מארד לאגער, האט מיטוואך דערלייגט א קלאגע אין א דייטשע געריכט אין א פרואוו אפצוהאלטן זיין דעפארטאציע פון די פאראייניגטע שטאַטן קיין מינכען וואו מען וועט אים שטעלן פאר'ן געריכט.

די בערלין אדמיניסטראטיווע געריכט האט אפגעווארפן דעמיאניוק'ס פארלאנג אז די דייטשע רעגירונג זאל צוריקציען פון איר דעקלעראציע אז עס איז גרייט אים אנצונעמען אויב דעפארטירט פון אמעריקע. "דייטשלאנד'ס דעקלעראציע איז אן אומוויכטיגע טייל פון די פראצעדור," זאגט די געריכט.

דייטשע פראקורארן טענה'ן אז דעמיאניוק האט אנטייל גענומען אינעם מארד פון 29,000 אידן אין די סאביבאר לאגער אין פוילן, הי"ד.

--

דרייווער'ס אין נ.י. באקלאגן זיך אז עפעס "קלעבט נישט" מיט די סטעיט אינספעקשאן סטיקערס.

א מעכאניקער האט געזאגט פאר די פרעסע אז עס איז היי יאר אן אפטע ערשיינונג. "עס שיילט זיך באלד אפ." און אויב די סטיקער ווערן פארלוירן, דאן דארף מען באשטעלן א צווייטע, פאר $37 דאלער. (יא, א קליין סטיקער פאר $37 דאלער...)

נ.י. סטעיט DMV באאמטע זאגן טאקע אז מער פון 2.5 מיליאן דעפעקטיווע סטיקער'ס זענען בטעות אויסגעטיילט געווארן, אבער מען האט שוין עלימינירט די איבריגע.
לויט'ן געזעץ מעג מען עס צוריקקלעבן מיט דורכזיכטיגע 'סקאטש טעיפ'.

--

מדינת ישראל קאמפס פליגער האבן אטאקירט 3 שמוגלען טונעל אין עזה מיטוואך נאכמיטאג, נאכדעם וואס מארטערס זענען געשאסן געווארן אין די שער הנגב ראיאן נעבן עזה, און א ראקעט איז געצילט געווארן אויף אשקלון אינדערפרי. לאקאלע קוועלער זאגן אז פיר טעראריסטן זענען פארוואונדעט געווארן פון די אטאקעס.

חאמאס טעראריסטן זאגן אז זיי האבן געשאסן די מארטער'ס אויף מדינת ישראל מיליטער זעלנער וועלכע האבן געהאלטן ביים אריינקומען אין עזה. קיינער איז ב"ה נישט געשעדיגט געווארן אין די אטאקעס.

די מדינת ישראל זיכערהייט'ס מיניסטעריום האט ארויסגעגעבן סטאטיסטיקס וועלכע צייגן אז אפריל איז געווען די שטילסטע מאנאט אויף די עזה פראנט זינט די ענדע פון אפעראציע קעסט לעד. 6 קורץ-שטרעקיגע ראקעטן און צוויי מארטער שעלס זענען געשאסן געווארן אויף מדינת ישראל אין אפריל, אין פארגלייך מיט 73 אין מערץ און 88 אין פעברואר.

זינט אנהייב 2009 זענען בערך 670 קאסאם ראקעטן, מארטער שעלס, און גראד מיסילס געשאסן געווארן אויף מדינת ישראל.

--
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ער' יודל איך האב זייער שטארק הנאה פון די 'קורצע' נייעס באריכט, א שיינעם דאנק.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

איך_הער האט געשריבן:ער' יודל איך האב זייער שטארק הנאה פון די 'קורצע' נייעס באריכט, א שיינעם דאנק.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

יודל די ביסט מורא'דיג, א שיינעם דאנק אייך
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

ר' יוול יישר כוחכם!!
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
קאקאש קעיק

ר' איד איר האט $1? איר קענט קויפן דערמיט א הויז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק »

געהערט אויף קול מבשר ביי טשיקאווע נייעס אז אין דזשארדזשיע איז דא הויז צו פארקויפן פאר $1, אבער אן די קרקע אויף וואס די הויז שטייט...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א סאלדאט אין איראק האט זיך גענומען ס'לעבן, אבער נישט איידערן מיטנעמען נאך פיר מיטגלידער, זיינע מאטיווען דערווייל אומבאקאנט.

מיר בעטן די ק.נ.א. ריפארטער'ס זאלן צוזאם שטעלן א קלארן באריכט וואס דארט איז פארגעגאנגען, און דאס מעלדן ווי שנעלער...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ווידעראום ליינעך, אז א מיליטערישער פליגער, גייט לאנדן און באלד זיך הייבן פונעם האדסן ריווער, צווישן צען דרייסיג און עלעוו דרייסיג, איז דא אפשר איינע פון די ריפארטער, וואס קענען אונז העלפן דאס מיטצוהאלטן לייוו?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איז דאס טאקע געשעהן?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איצט זעה איך אז עס איז געקענסעלט http://www.bloomberg.com/apps/news?pid= ... E&refer=us
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”