טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

רוסישע פליגער גענידערט איר הייעך צוליב נעיטא שפיאנאזש מיסיע

רוסלאנד באשולדיגט אז א פאסאזשיר פליגער פון די 'עראפלאט' לופטליניע אויפן וועג פון תל אביב קיין מאסקעווע איז געוווארן געצווינגען צו נידערן איר הייעך צוליב א נעיטא שפיאנאזש פליגער. ווי די ארטיגע באאמטע זאגן, האבן לופט קאנטראלער איינגעמאלדן פאר די פילאטן אז ער וועט זיך מוזן ארונטערלאזן מיט 2,000 פיס צוליב וואס א צווייטע פליגער האט, אומאוטאריזירט, אריבערגעשפרייזט די לופט שאסיי וואו דער רוסישער פליגער האט געזאלט פליען.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סטעיט דעפארטמענט איינגעשטעלטע אויסגעשטעלט צו די ען.עס.או. (NSO) העקינג טעכנעלאגיע

'עפל' דעווייסעס פון אמווייניגסטענס ניין איינגעשטעלטע ביי די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט זענען געווארן געהעקט, נוצענדיג טעכנעלאגיע פון די מדנ"י ען.עס.או. פירמע. די רעדע איז איבער איינגעשטעלטע ביי די אמעריקאנע אמבאסאדע אין אוגאנגדא, אדער אזעלכע וואס זייער פאוקוס איז אויף די אפריקאנע קאנטינענט. דערווייל איז נישט קלאר ווער עס האט דורכגעפירט די אטאקע און וואס די מאטיוון דערפון זאלן האבן געווען.

דאס איז די ערשטע מאל וואס מ'הערט קלארע דעטאלן איבער אמעריקאנע באאמטע וואס זאלן האבן באטראפן געווארן פון א העקינג אטאקע וואס באנוצט זיך מיט געצייג פון די פירמע, נאך וואס פריער אין יאר איז געווארן אויפגעדעקט אז די טעכנעלאגיע איז געווארן גענוצט דורך מערערע רעגירונגען זיך איינצוברעכן אין טעלעפאנען פון אקטיוויסטן און דיסידענטן.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון קול מבשר
איי-אר-עס ציפערן צייגן שטארקע בענעפיטן פון טראמפ'ס 2017 שטייער שניטן פאר ארימע און מיטל-קלאס‎‎

די נייע ציפערן צייגן אַז די וואָס פאַרדינען צווישן 15 טויזנט און 50 טויזנט א יאָר, האָבן גענאָסן פון א 16 ביז 26 פּראָצענט שטייער שניט אין 2018 נאָך טראָמפּ'ס שטייער שניטן. פאַרדינער פון פופציג טויזנט ביז הונדערט טויזנט דאָלער א יאָר, האָבן באַקומען א שטייער שניט פון פופצן ביז זיבעצן פּראָצענט אַדאַנק טראָמפּ'ס שטייער שניטן.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

קול מבשר
אידישע ברוקלין פארפאלק קלאגט אמעריקען עירליינס איבער רעליגיעזע דיסקרימינאציע וועגן טלית ותפילין בייטל‎‎

בעפאָר מען האָט זיך געהויבן, האָט א פלייט אַטענדענט אַרויסגעשלעפּט דעם טלית בייטל פון העכער די זיץ און עס אַראָפּגעוואָרפן אויפן אידישן מאַן, שרייענדיג אַז מען דאַרף עס לייגן אויף דער ערד. ווען דער מאַן האָט פּרובירט מסביר צו זיין אַז ס'איז א רעליגיעזע זאַך און מ'קען עס נישט לייגן אויף דער ערד, האָט דער פלייט אַטענדענט ווילד געשריגן און געצווינגען דעם מאַן דאָס אַראָפּצולייג
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

קול מבשר
פעדעראלע באאמטע באטראכטן ארויסצוגעבן אנדערע ווערסיע פון ראבערט מוללער'ס באריכט איבער'ן טראמפ קאמפיין‎‎

די באַריכט איז צוזאַמגעשטעלט געוואָרן דורך געהילפן וואָס האָבן געאַרבעט פאַר'ן ספּעציעלן פּראַסעקיוטער ראַבערט מוללער וועלכער האָט אויסגעפאָרשט דעם טראָמפּ קאַמפּיין אין 2016 און 2017. די אַנדערע ווערסיע פאַרמאָגט פאַרשידענע דעטאַלן וואָס די אָפיציעלע מוללער באַריכט האָט נישט אין זיך, און דעמאָקראַטן זאָגן אַז די אַנדערע ווערסיע וועט מעגליך האָבן פרישע דעטאַלן וואָס וועט צייגן טראָמפּ'ס שולד.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א מאן אין ביאלע איטאליע וואס האט נישט געוואלט נעמען די קאוויד וואקסין אבער דאך געוואלט האבן די וואקסין סערטיפיקעט וואס איז פארלאנגט אין אלע פלעצער אין איטאליע, האט זיך אן עצה געגעבן, און איז געקומען צו די העלט פעסיליטי אנגעטון מיט צוויי פאלשע הענט, אז דער ארבייטער זאל אריינשפריצן דערין דעם וואקסין. דער ארבייטער האט עס אבער באמערקט און אויפגעדעקט דעם שווינדל.
ער קען מעגליך ווערן אנגעקלאגט דערויף.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
קארל ניעהאממער -עסטרייך'ס אינערן מיניסטער- וועט דעם קומענדיגן מאנטאג ווערן איינגעשוואוירן אלס קאנצלער פון לאנד

דאס קומט נאכדעם וואס דער געוועזענע קאנצלער -סעבעסטיען קורץ- האט פאריגע וואך געמאלדן אז ער טרעט גענצליך אפ פון פאליטיק, נאך וואס ער האט מיט עטליכע וואכן צוריק אפגעטרעטן פון אמט צוליב א קארופציע אויספארשונג. זינט דאן האט געדינט אלס קאנצלער אלעקסאנדער שאלענבערג, אבער מיט קורץ'ס מעלדונג אז ער רעזיגנירט פון פאליטיק האט שאללענבערג געמאלדן אז אויך ער וועט אפטרעטן פון קאנצלערשאפט.

די 49 יעריגע קארל ניעהאממער געווארן איינגעשוואוירן היינט:
אטעטשמענטס
AP21340446952746-1024x757.jpg
AP21340446952746-1024x757.jpg (141.71 KiB) געזען 1604 מאל
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

עפעס אנדערש האט געשריבן:א מאן אין ביאלע איטאליע וואס האט נישט געוואלט נעמען די קאוויד וואקסין אבער דאך געוואלט האבן די וואקסין סערטיפיקעט וואס איז פארלאנגט אין אלע פלעצער אין איטאליע, האט זיך אן עצה געגעבן, און איז געקומען צו די העלט פעסיליטי אנגעטון מיט צוויי פאלשע הענט, אז דער ארבייטער זאל אריינשפריצן דערין דעם וואקסין. דער ארבייטער האט עס אבער באמערקט און אויפגעדעקט דעם שווינדל.
ער קען מעגליך ווערן אנגעקלאגט דערויף.

געקאסט א שמייכעל
:lol:
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

עטליכע זענען געווארן אנגעקלאגט אין דזשארדזשיע פארן פירן א יומען טרעפיקינג רינג, ווי זיי פלעגן ברענגען הונדערטע אימיגראנטן פון מעקסיקא דורך א רעגירונג פראגראם, און דערנאך זיי גענוצט אלס קנעכט צו קלויבן צוויבל פון די פעלדער, ווי זיי זענען געווארן באצאלט 20 צענט פאר א באקעט פון צוויבל, און זיי האבן פארדינט איבער 200 מיליאן דאלער דערפון.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

די אפיעלס קאורט אין טענעסי האט געאורטיילט אז א געוויסער טינקל הויטיגע אנגעקלאגטער קען באקומען א נייע טרייעל, נאך וואס די אלע-ווייסע דזשורארס אין זיין קעיס האבן דעליבערעיטעט זיין קלאגע אין א צימער אנגעפילט מיט קאנפעדערעיט פענער און א בילד פון די קאנפעדערעיט פרעזידענט, און דאס האט מעגליך געבויגן זייער מיינונג אים צו געפינען שולדיג, און דערמיט פארלעצט זיין קאנסטיטוציאנאלע רעכט פון האבן א יושר'דיגע פראצעס.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

'אויב נעמסטו אנטייל אין די יעצטיגע קאל, ביסטו אויפגעזאגט'

אט די דאזיגע ווערטער האט ווישאל גארג -סי.אי.או. פון Better.com- געלאזט הערן פאר ארום 900 איינגעשטעלטע דורכאויס א זאום ווידיאו קאל. בעטטער איז א אנליין מארגעזש פירמע וואס גרייט זיך צו גיין פובליק אויפן מארקעט, און אנגעבליך איז דאס אויפזאגן אזויפיל ארבעטער געקומען צוליב פראדוקטיוויטי און מאקעט עפישענסי אורזאכן.

דורכאויס די קורצע ווידיאו קאנפרענץ האט גארג זיך אויסגעדרוקט: 'דאס איז די צווייטע מאל אין מיין קאריערע וואס איך טוה דאס {אפזאגן ארבעטער}, און איך וויל דאס נישט עכט טוהן. פאריגע מאל כ'האב עס געטוהן האב איך געוויינט, כ'האך אז דאס מאל וועל איך מיך האלטן פעסט'.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

קול מבשר
געזעצגעבער אין ניו דזשורסי באטראכטן א געזעץ אוועק צו שטעלן העלטה סטאנדארטן און א רייע אנדערע פארלאנגן פאר היים-בעקערס

צווישן אנדערע גייט עס פאדערן אז היים בעקערס זאלן דארפן ארויס נעמען א פערמיט פון די סטעיט העלטה דיפאטרמענט, זיך רעגיסטרירן אלץ ביזנעס אין זייער היים-טאון און לעיבלן זייערע פראדוקטן מיט אלערדזשי און אנדערע אינפארמאציע. אזוי אויך וועלן זיי זיין אויסגעשטעלט צו קאך אינספעקשאנעס פון לאקאלא געזונטהייט באאמטע און זיין פארבאטן צו פארקויפן עסן וועלכע קענען זעען אנגעשטעקט מיט באקטעריע.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16952
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

NEW DELHI: India's highest ranking military official, Gen Bipin Rawat, his wife and 11 other senior military personal were killed in air force helicopter crash.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א בלמ פראטעסטירער איז געווארן אנגעקלאגט מיט הערעסמענט פעלאני קלאגעס, נאך וואס ער האט זיך פילמירט שטייענדיג פארנט פון א ריכטער'ס אנגעבליכע הויז אין מיניאפאליס, מיטן ציל צו אינטימידעיטען די ריכטער.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

דער ווייסע הויז פארלאנגט פון די מידיע צו קאווערן זייער אדמיניסטראציע מער גינסטיג, און בעסער באציקערן זייער דעקונג.
זיי האבן זיך אפגערעדט אויף איינע פון די נייעס קוועלער הלמאי ווען עס איז איינמאל צוגעקומען 200,000 דזשאבס אונטער טראמפ
(ווען עס איז געווען ערווארטעט 180,000) האבן זיי געשריבן אז עס איז צוגעקומען א קנאקעדיגע 200,000 דזשאבס, און יעצט ווען עס איז צוגעקומען 210,000 דזשאבס אין נאוועמבער (ווען עס איז געווען ערווארטעט 550,000) האבן זיי געשריבן אז עס איז צוגעקומען א שוואכע סלאגישע 210,000 דזשאבס.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

עפעס אנדערש האט געשריבן:א בלמ פראטעסטירער איז געווארן אנגעקלאגט מיט הערעסמענט פעלאני קלאגעס, נאך וואס ער האט זיך פילמירט שטייענדיג פארנט פון א ריכטער'ס אנגעבליכע הויז אין מיניאפאליס, מיטן ציל צו אינטימידעיטען די ריכטער.

דא שרייב אויך איינגערינגעלט (יא מקלאגט אן בלמ פראטעסטירער אויך) :grin:

שכח פאר דיינע טעגליכע און שעהדיגע באריכטן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

נארמאליזעם האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:א בלמ פראטעסטירער איז געווארן אנגעקלאגט מיט הערעסמענט פעלאני קלאגעס, נאך וואס ער האט זיך פילמירט שטייענדיג פארנט פון א ריכטער'ס אנגעבליכע הויז אין מיניאפאליס, מיטן ציל צו אינטימידעיטען די ריכטער.

דא שרייב אויך איינגערינגעלט (יא מקלאגט אן בלמ פראטעסטירער אויך) :grin:

שכח פאר דיינע טעגליכע און שעהדיגע באריכטן

אפשר דא שרייב אויכט אין איינגערינגלט אז (דעריק שאווין זאל אויכט באקומען א צווייטע טרייעל וויבאלד אלע שווארצע דזשורארס אין זיין קעיס... און דערמיט פארלעצט זיין קאנסטיטוציאנאלע רעכט פון האבן א יושר'דיגע פראצעס)
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א 49 יעריגע היימלאזער פארשוין איז ארעסטירט געווארן נאכן אינטערצינדען א ריזיגע קראצמעך בוים פארנט פון ניוז קארפ אין ניו יארק סיטי. ער איז ערווארטעט צו ווערן ארויסגעלאזט אן בעיל, לויט די בעיל רעפארם געזעצן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א פרישע שטודיע צייגט אז דרייווער אין שיקאגאו פארשווענדן מער ציט אין טרעפיק ווי דרייווער אין סיי וועלכע אנדערע אמעריקאנע שטאט.

דער אלגעמיינע אמעריקאנער דרייווער פארשווענדעט אין דורכשניט ארום 36 שטונדן א יאר זיצענדיג אין טרעפיק, אבער ווען עס קומט צו שיקאגאו איז די ציפער ביי א שטוינענדע 104 שטונדן -אדער ווי די שטודיע ווייזט אן, טראגט עס א פרייז פון עטוואס מער פון 1,600 דאללער א יאר פאר יעדער דרייווער.

ניו יארק סיטי קומט אריין א נאנטע נומער צוויי מיט א דורכשניט ראטע פון 102 שטונדן א יאר פארשווענדעט, אדער א קאסט פון 1,595 דאללער פער דרייווער.

נאך א אינטערסאנטע פונקט אין די שטודיע, איס די פארנומענסטע טרעפיק קארידארן איבערן לאנד... די איי-5 הייוועי אין לאס אנזשעלעס קומט טאקע אריין אלס דער געווינער... אבער דער משנה למלך אין אנגעלייגטע שאסייען איז... ווי איר קענט אליינס עדות זאגן... ניו יארק סיטי... וועט איר אוודאי וועלן וויסן וואו אין די סיטי... זאג איך אייך... די בי.קיו.אי. הייוועי... צווישן די לאנג איילענד עקספרעסוועי ביז טילערי סטריט...
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

עפעס אנדערש האט געשריבן:דער ווייסע הויז פארלאנגט פון די מידיע צו קאווערן זייער אדמיניסטראציע מער גינסטיג, און בעסער באציקערן זייער דעקונג.
זיי האבן זיך אפגערעדט אויף איינע פון די נייעס קוועלער הלמאי ווען עס איז איינמאל צוגעקומען 200,000 דזשאבס אונטער טראמפ
(ווען עס איז געווען ערווארטעט 180,000) האבן זיי געשריבן אז עס איז צוגעקומען א קנאקעדיגע 200,000 דזשאבס, און יעצט ווען עס איז צוגעקומען 210,000 דזשאבס אין נאוועמבער (ווען עס איז געווען ערווארטעט 550,000) האבן זיי געשריבן אז עס איז צוגעקומען א שוואכע סלאגישע 210,000 דזשאבס.


ווער האטיך געבעטן לערנען שיעור עיון? :lol:
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א קאר איז אריינגעפאלן אין די ניעגרע פאולס נעבן פראספעקט פוינט אין די ניו יארק'ע זייט און דער דרייווער איז געבליבן געשטראנדעט דורט פאר צוויי שעה אונטער שטורעמישע וואסער ארום הונדערט פופציג פיס אוועק פון די עק פון די וואסער פאל. דער דרייווער איז אומגעקומען און געווארן ארויסגעצויגן דורך א העליקאפטער פון די קאויסט גארד.
גאווערנאר האקול האט געשיקט איר דאנק פאר די רעטונג איינהייטן און איר ווייטאג אויף די פארלוסט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א פארפאלק אין קאליפארניע האבן אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן אן עפרעיזאר וואס האט זייער היים פאר א נישטיגע 995,000 דאללער...

די פארפאלק זענען פון אפריקאנע-אמעריקאנע אפשטאם... און ווי זיי באשולדיגן... האט א צווייטע עפרעיזאר געשאצט זייער היים פאר 1.4 מיליאן דאללער אין די צייט וואס זייערס א נאנטע... א ווייסע... איז געזיצן אין דער היים און זיך אהערגעשטעלט אלס דער אייגענטומער...

די פארפאלק באשולדיט די יעצטיגע אפשאצער צו האבן אונטעארגעשאצט די ווערד פון זייער היים באזירט בלויז אויף זייער הויט קאליר.
אוועטאר
no way
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm
לאקאציע: בית המדרש הגדול

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך no way »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א פארפאלק אין קאליפארניע האבן אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן אן עפרעיזאר וואס האט זייער היים פאר א נישטיגע 995,000 דאללער...

די פארפאלק זענען פון אפריקאנע-אמעריקאנע אפשטאם... און ווי זיי באשולדיגן... האט א צווייטע עפרעיזאר געשאצט זייער היים פאר 1.4 מיליאן דאללער אין די צייט וואס זייערס א נאנטע... א ווייסע... איז געזיצן אין דער היים און זיך אהערגעשטעלט אלס דער אייגענטומער...

די פארפאלק באשולדיט די יעצטיגע אפשאצער צו האבן אונטעארגעשאצט די ווערד פון זייער היים באזירט בלויז אויף זייער הויט קאליר.

אפשר דארף מען קלאגן דער ערשטער?
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

עף.די.עי. אוטאריזירט די פייזער בוסטער שאט פאר יוגענטליכע אין עלטער פון 16 און 17 יאר
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאליציי אין שיקאגאו קלערן פון מעגליך אפשפארן די דאונטאון געגענט דורכאויס די וויקענד, אין א פארזוך צו פארמיידן די ווילדערייען פון פאריגע וואך פון זיך איבערשפילן

פאריגע וואך זענען פארגעקומען מערערע געשלעגן מיט עטליכע פארוואונדעטע, און 21 יוגענטליכע זענען געווארן ארעסטירט.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”