אזוי ווי מען רעדט דא איבער היבש ברייטע רעפארמען, אלזא איז נישט מער ווי רעכט אז די דעטאלן אין דעם ביל זאלן ווערן אביסל ברייטער אויסגעשמועסט און צענומען לכאן ולכאן.
שטים רעכטן
1. דער ביל וואלט פארלאנגט פון סטעיטס אנצוטראגן פאר מענטשן צו ווערן רעגיסטרירט צו שטימען אין פעדעראלע וואלן, בו ביום פון די וואלן. אזוי אויך וואלט עס געגעבן דעם מעגליכקייט פאר מענטשן צו מאכן טוישונגען אין זייער רעגיסטראציע ביי די שטים בודקעס.
2. דער ביל וואלט פארלאנגט פון סטעיטס אפצוהאלטן 'ערלי וואוטינג' פאר מינימום צוויי וואכן.
3. דער ביל וואלט אויפגעבויעט א סיסטעם וואס וואלט געגעבן די מעגליכקייט פאר שטים בארעכטיגטע צו ווערן 'אויטאמאטיש רעגיסטרירט' צו שטימען אין פעדעראלע וואלן אינערהאלבן די סטעיט. נעמליך, אז אויב א מענטש געבט אריין זיין פערזענליכע אינפארמאציע פאר סטעיט אגענטורן, צום ביישפיל אין די DMV אדער פובליק אוניווערסיטיס, זאל ער קענען ווערן 'אויטאמאטיש' רעגיסטרירט צו שטימען. אויסער אויב דער אינדיווידואל קלויבט אויס נישט צו ווערן רעגיסטרירט.
4. דער ביל וואלט אויך צוגעלייגט נאך מעגליכקייטן צו קענען שטימען דורך 'פאוסט'. אזוי אויך וואלט עס פארלאנגט פון סטעיט אנצוטראגן פאר מענטשן זיך צו קענען רעגיסטרירן 'אנליין'. עפעס וואס איז שוין במציאות אין ניין און דרייסיג סטעיטס. דער ביל וואלט פארלאנגט פון סטעיטס אויפצובויען א סיסטעם דורך וועלכע וויילער זאלן קענען אויספילן זייערע אפליקאציעס 'עלעקטראניש', עס ארויסשיקן און עס זאל אנקומען צו עלעקעשאן באאמטע עלעקטראניש. אזוי אויך צו ערלויבן רעגיסטרירטע וויילער צו אפדעיטן זייער רעגיסטראציע 'עלעקטראניש'.
5. דער ביל וואלט געמאכט 'עלעקשאן דעי' פאר א 'נאצינאלע חאגע'.
6. דער ביל וואלט איינגעפירט 'קרימינאלע שטראפן' פאר מענטשן וואס קארופטירטערהייט האלטן זיי צוריק אדער שטערן א צווייטן פון ווערן רעגיסטרירט צו שטימען. אזוי אויך טוט דער ביל קרימינאל באשטראפן פאר'ן אויס'נער'ן אדער מאניפולירן וויילער. דער ביל טוט פארבאטן במזיד פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע איבער דער 'צייט, פלאץ אדער צוגאנג פון די וואלן', פובליק אינדארסמענטס און איבער די רעגולאציעס בנוגע וואוטער רעגיסטראציע, מיט'ן דירעקטן ציל צוריקצוהאלטן 'פאסיגע וויילער' פון איבערצוגעבן זייער בעלאט.
7. דער ביל וואלט דירעקטירט פאר דער 'עלעקשאן אסיסענס קאמישאן' צו געבן רעקאמאנדאציעס איבער פארהיטן 'אינטערפערענס' אין וויילער רעגיסטראציע.
8. דער ביל וואלט אויטאריזירט זעכצן און זיבעצן יעריגע זיך פון פאראויס רעגיסטרירן צו שטימען אויף ווען זיי וועלן ווערן אכצן יאר.
9. דער ביל וואלט אויך פארבאטן דעם פראקטיצירונג פון 'וואוטער קעידזשינג'. דאס מיינט טשאלענדזשן די רעגיסטראציע סטאטוס פון אן אינדיווידואל און שטעלן זיין לעגאליטעט צו שטימען אין א ספק. געווענליך ווערט דאס דורכגעפירט דורך שיקן פאוסט דירעקט צום רעגיסטרירטן וויילער, און דאן מאכן א ליסטע פון אלע צוריקגעקומענע פאוסט וועלכע זענען נישט דעליווערד געווארן צו זייער דעסטינאציע, וואס דאס טוט לייגן ספיקות איבער די וואוינונג פון דעם אינדיווידואל לויט ווי עס איז איינגעגעבן אין זיין רעגיסטראציע.
10. אזוי אויך וואלט דער ביל געצוימט 'וואוטער ראול קלינינג'. דאס מיינט דאס איבערמאכן און איבערקוקן די ליסטע פון רעגיסטרירטע וויילער וועלכע זענען ערלויבט צו שטימען אין די וואלן. די ליסטע איז דער לעצטער שטאפל פון שטימען רעגיסטראציע. דאס טוט באשטעטיגן אז דער אינדיווידואל האט דעם רעכט צו שטימען. די ליסטע ווערט איבערגעמאכט און איבערגעקוקט יעדע שטיק צייט, צו פארזיכערן אז זאכן שטימען טאקע. דורך דער ליסטע קען מען אויפכאפן פעלשונגען אד"ג. דער ביל טוט שטעלן צוימונגען ווען מען מעג אראפנעמען רעגיסטרירטע וויילער פון דער ליסטע, עס טוט שטעלן 'תנאים' און 'קאנדישאנס' ווען מען קען דאס טון. צום ביישפיל: דער ביל וואלט פארלאנגט פון סטעיטס צו שאפן ספעציפישע אינפארמאציע בעפאר'ן אראפנעמען איינעם פון דער ליסטע, און עס וואלט פארבאטן דורכצופירן די סארט 'קלינינגס' ווייניגער פון זעקס חדשים בעפאר די וואלן.
11. דער ביל פארבאט סיי וועם פון קאמיוניקירן איבער 'מאטרעאליסטישע פאלשע קלעימס', א שטייגער ווי ליגנט זאגן איבער דער צייט פון שטימען אדער פלאץ פון שטימען, ליגנט זאגן איבער די עידזש פון שטימען, ליגנט זאכן איבער דער וועג וויאזוי מען שטימט אדער וועלכע שטימען עס מאכן בעיקר אויס פאר'ן אוטקאם, אדער סיי וועלכע אנדערע פאקטישע פאלשע קלעימס וועלכע וועלן געמאכט ווערן מיט'ן ציל צוריקצוהאלטן וויילער פון שטימען, אין די זעכציג טעג בעפאר די וואלן.
12. דער ביל טוט אויך פארלאנגען פון עלעקשאן באאמטע צו לאזן וויסן אין צייט פאר יעדן וויילער וואס איז פארצייכנט געווארן אז ער וועט ארויספאלן פון דער ליסטע, זיי צו געבן גענוג צייט פייטן דאס באזייטיגט ווערן פון דער ליסטע, אדער צו בעטן אז זייער רעגיסטראציע זאל ווערן איבערגעפרישט.
13. דער ביל טוט אויך צוריקגעבן שטים רעכטן פאר קרימינאלן וועלכע האבן שוין פארענדיגט זייערע טורמע טערמינען.
14. דער פארגעשלאגענער ביל אנהאלט פארשידענע אנווייזונגען וויאזוי צו פארבעסערן צוטריט צו שטימען פאר מענטשן מיט באגרעניצונגען. אזוי אויך אנהאלט עס אנווייזונגען וויאזוי צו פארשטערקערן דאס אימפלימענטירן דעם "UOCAVA ביל" וועלכע ערלויבט פאר אויסלענדישע בירגער און די וועלכע ארבעטן אין דער מיליטער צו שטימען דורך עבסענטי בעלאטס.
צו פארזיכערן אז די סטעיטס שטעלן זיך צו צו וואס דער UOCAVA ביל פארלאנגט, טוט דער יעצטיגער ביל:
- • פארלאנגען פון אלע סטעיטס צו שיקן די עבסענטי בעלאטס פאר די אויבנדערמאנטע גרופעס וויילער פינף און פערציג טעג בעפאר פעדעראלע וואלן (מיט א תנאי אז די ריקוועסט דערפאר איז שוין אריינגעקומען בעפאר פינף און פערציג טעג צו די וואלן).
• עס פארלאנגט פון סטעיטס צו ניצן און באצאלן פאר 'שנעלע דעליווערי' צו שיקן און צוריקצובאקומען די בעלאטס, אויב זיי האבן פארפעלט צו שיקן די בעלאטס בעפאר דעם אויבנדערמאנטן דעדליין.
• עס טוט אויך פארלאנגען צו פארברייטערן די 'גאראנטי אף סטעיט רעזידענס', אז עס זאל אויך ארייננעמען דעם בן/בת זוג און אלע וועלכע זענען אפהענגיג אין דעם 'סערוויס מעמבער'. דהיינו, אז ווען א מיליטערמאן גייט פון איין סטעיט צו א צווייטער צוליב א מיליטערישער באפעל, איז ער פטור פון טוישן זיין אפיציעלע 'איינוואוינערשאפט' צו זיין אן איינוואוינער אין דער נייער סטעיט. נאר ער קען ווייטער אנהאלטן איינוואוינערשאפט אין דער סטעיט וואו ער האט ביז יעצט געהאט איינגעגעבן אז ער וואוינט דארט. דער יעצטיגער ביל טוט פאברייטערן דעם גאראנטי פאר 'סטעיט איינוואוינערשאפט' אז עס זאל אויך ארייננעמען די פאמיליע וועלכע איז אפהענגיג אין דעם סערוויס-מעמבער. וואס דאס טוט זיי גרינגער מאכן צו שטימען אין דעם סטעיט און נישט דארפן זיין פארנומען צו עפלייען יעדע שטיק צייט פאר איינוואוינערשאפט אין א צווייטער סטעיט.
• דער ביל וואלט אוועקגעשטעלט א יסוד אויף וועלכע דער 'אטוירני דזשענעראל' אדער א פרייוועט ענטעטי זאל קענען קלאגן אויב א סטעיט טוט עובר זיין די אויבנדערמאנטע 'איינווייזונגען', און עס טוט פארלאנגעו פון סטעיטס צו שיקן א רעפארט פאר קאנגרעס צו באריכטן עוועילעביליטי פון עבסענטי בעלאטס פאר סערוויס-מעמבערס און אויסלענדישע וויילער, וויפיל פון די בעלאטס זענען איבערגעגעבן געווארן, און וויפיל זענען צוריקגעקומען.
15. דער ביל וואלט אוועקגעשטעלט א קאנגרעסיאנאלע 'טעסק פאורס' איבער 'שטים רעכטן' אינערהאלב 'אמעריקאנע טעריטאריעס'
עלעקשאן סעקיוריטי
דער ביל אנהאלט 'עלעקשאן סעקיוריטי אנווייזונגען', אריינגערעכנט א פארלאנג צו ניצן באשטעטיגטע 'פאפירענע בעלאטס' וועלכע קענען ווערן אנגעצייכנט מיט די הענט אדער דורך א 'בעלאט צייכענער דעווייס', און עס זאל ווערן דורכגעקוקט דורך דעם וויילער, אז ער זאל קענען פאררעכטן טעותים בעפאר ער געבט איבער דעם בעלאט צו שטימען.
דער ביל וואלט אויך פארלאנגט פון סטעיט עלעקשאן באאמטע אפצוהיטן די 'פאפירענע בעלאטס', אין פאל מען וועט זיי דארפן פאר א 'ריקאונט' אדער אן 'אודיט', און דורכצופירן א 'האנט ריקאונט' אין פאל פון א ריקאונט אדער אודיט.
דער ביל וואלט פארלאנגט פון אלע 'וואוטינג מאשינען' וועלכע ווערן געניצט אין 'פעדעראלע וואלן', צו ווערן פראדוצירט "אין אמעריקע".
דער ביל וואלט באאויפטראגט די "נעשאנעל סייענס פאנדעישאן" צו מאכן 'גרענטס' צו שטודירן און אויספרובירן און פאבריצירן א מעקאניזם וואס זאל צושטעלן אז מען זאל קענען גרינג אפגעבן די שטימע און באשטעטיגן פאפירענע בעלאטס.
עטיקס
דער ביל וואלט פארלאנגט פון דעם פרעזידענט און דעם וויצע פרעזידענט, אזוי אויך פון די פרעזידענט און וויצע פרעזידענט קאנדידאטן, צו פובליצירן זייער 'אינקאם טעקס ריטוירן' פון די לעצטע צען יאר.
דער ביל וואלט אויך עלימינירט דאס ניצן שטייער-צאלער געלטער פון דער טרעזשערי דעפ. דורך קאנגרעס מיטגלידער צו סעטלען ארבעטער דיסקרימינאציע באשולדיגונגען. דער ביל וועט פארלאנגען פון קאנגרעסלייט וועלכע טוען דאס, צוריקצובאצאלן פאר דער דעפארטמענט יעדן פרוטה וועלכע זיי האבן באצאלט פון די געלטער.
דער ביל וועט אויך אוועקשטעלן פרישע 'דיסקלאוזשער רולס', און רולס צו באגרעניצן 'איינשווערונג קאמיטעען':
- • איינשווערונג קאמיטעען וועלן זיין פארבאטן פון נעמען געלט פון קארפארעישאנס.
• ביישטייערונגען צו איינשווערונג קאמיטעען וועלן זיין באגרעניצט צו פופציג טויזנט דאלער פער מענטש.
• ביישטייערונגען פון מער פון טויזנט דאלער וועלן דארפן ווערן ארויסגעגעבן אין נישט שפעטער ווי איין טאג.
• דאס ניצן די געלטער וועלכע קומען פון ביישטייערונגען צו די קאמיטעען וועלן זיין באגרעניצט זיי צו קענען ניצן נאר פאר איינשווערונג איווענטס און פאר פאר טשערידי ביישטייערונגען.
עס זענען דא נאך פראוויזיעס אין דעם ביל וועלכע איך בין נישט דורכגעגאנגען. א שטייגער ווי רעפארמען אין "קאמפיין פינאנצן, דזשערימענדרינג און איבער פארוואנדלען 'וואשינגטאן די.סי. פאר א סטעיט". אלזא, ווער עס וויל מוסיף זיין, איז מכובד.