איך מיין אז דיסענטיס איז גערעכט. נישטא וואס צו רעדן אז דיסאינפארמאציע, מיסאינפארמאציע, און כל שם דאית לה איז טיילמאל א סכנה און טיילמאל ברענגט עס סתם אונטער די ניווא פון קראנטע אינפארמאציע.
אבער די רעגירונג זאל עפענען אזא באורד צוליב א פריוואטע בירגער'ס אונטערנעמונג?! דאס איז שוין א דירעקטע ציל אנטקעגן די ביזנעס פון פריוואטע בירגער וואס איז לדעתי אומ-קאנסטיטוציאנאל. בכלל קען דאס פירן צו ערגערע אויסקומען ווי געווענליכע דיסאינפארמאציע. די פאקט אז די רעגירונג קען פאטשקן און פארצייכענען וואס איז יא קראנט און וואס נישט, שמעקט זייער נישט גוט (בעסער געזאגט, ס'שטינקט).
קיין חילוק וועלכע פארטיי אדער אומ-פארטייאיש, די רעגירונג זאל קיינמאל האבן א רעכט אדער פירן א באורד וואס האט צו טון מיט אלגעמיינע אינפארמאציע. יעדער ווייסט אז דיסאינפארמאציע איז א פארשפרייטע פראבלעם, נאר יעדער שרייט אז עפעס אנדערש (נדנ) איז דיסאינפארמאציע, אלזא איז דאס א פראבלעם וואס די אלגעמיינע באפעלקערונג ברויך באהאנדלען, אבער נישט די רעגירונג.
אידישליך האט געשריבן:לי ענדערסאן, א בריטישער פארלאמענט מיטגליד, שרייבט אין א בריוו צו דער ארטיגער רוסישער אמבאסאדאר אז זיי זאלן אפדעיטן זייער סאנקציעס ליסטע, און אים אויך צולייגן...
ער שרייבט אויך אז 18 חברה אויף די ליסטע זענען שוין נישט אקטיווע מיטגלידער אינעם פארלימענט און אז 2 פון די נעמען שטייען 2 מאל (יענע באקומען טאפעלטע סאנקציעס...).
די אומבאלומפערטע רוסן האבן ארויסגעשלעפט אן אלטע ליסטע פון די די בריטישע פארלימענט מעמבערס און ארויפגעזעצט א סאנקציע שטעמפל דערויף.
שכ'ח אידישליך פאר'ן מעלדן און באריכטן די נייעס, איך פארלאז זיך ממש דערויף. איך גלייך זייער שטארק ווי אזוי דו קלויבסט וועלכע נייעס צו מעלדן און נישט אבי געשאסן.
שכ'ח אידישליך פאר'ן מעלדן און באריכטן די נייעס, איך פארלאז זיך ממש דערויף. איך גלייך זייער שטארק ווי אזוי דו קלויבסט וועלכע נייעס צו מעלדן און נישט אבי געשאסן.
אידישליך האט געשריבן:ברעיקינג: פאליטיקא האט ערהאלטן אן אינערליכע, נאכנישט אפיציעל פובליצירטער, סופרים קאורט מאיאריטעט מיינונג, געשריבן דורכ'ן קאנסערוואטיווער ריכטער סעמועל עליטא, אין וועלכע די מערהייט ריכטער נעמען די שטעלונג צו איבערדרייען די באוואוסטע 'ראו ווס. וועיד' סופרים קאורט אורטייל פון יאר 1973.
אין די באוואוסטע אורטייל האט די געריכט צום ערשטן מאל אנערקענט, און דעריבער באשטימט, אז די קאנסטיטוציע גיבט רעכט פאר די פרויען און באשיצט די קאנטערווערסיאלע רציחה אקט, און די סטעיטס קענען עס דעריבער נישט בלאקירן.
אזוי אויך איז די מאיאריטעט ביי דער מיינונג איבערצודרייען אויך א שפעטערע אורטייל פון 1992 אין וועלכע די געריכט האט ווידעראמאל באשטעטיגט די 1973 אורטייל.
אויב וועט דאס עווענטועל געאורטיילט ווערן, וועט דאס ענדיגן נאנט צו 50 יאר פון פעדעראלע שיצונג אויף די פראצעדור, און די רעכט צו באשליסן אויף די לעגאליטעט וועט צוריקגיין צו די שטאטן.
וואו!!! ברעקינג+++ השם ישמר פון די מהומות וואס דאס קען אנמאכען אין לאנד!

סטעיטמענט פון פרעזידענט ביידען, און פון הויז ספיקערן פעלאסי, און סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער, איבער די דרעפט אורטייל וועלכע האט ארויסגעליעקט.
IMG_20220503_094124_120.jpg
IMG_20220503_094141_984.jpg
וואס איז די סטעיטמענט אין קורצן?
ביידען זאגט דריי זאכן:
1. מיין אדמיניסטראציע האט שטארק גע'טענה'ט אין פארנט פון די סופרים קארט לטובת רציחה געזעצן זאגנדיג אז ראו וו. וועיד "איז באזירט אויף פרעצעדענט פון די 14'טע אמענדמענט.... וואס פארזיכערט פערזענליכע פרייהייט/רעכטן".... דאס איז שוין די געזעץ פופציג יאר, און אז די פשוט'ע ריכטיגקייט און סטאביליטעט פון אונזער געזעץ פארלאנגט אז מ'זאל דאס נישט איבערדרייען.
2. קורץ נאך די טעקסאס אנטי-רציחה געזעצן האט ער געהייסן זיין אדמיניסטראציע צו צוגרייטן אפציעס אלס אן ענטפער פאר מערערע אנטי רציחה געזעצן. איינמאל די פסק קומט ארויס, וועמיר זיין גרייט.
3. אויב די קאורט דרייט טאקע איבער איבער ראו וו. וועיד, דאן וועט עס פאלן אויף די וויילער צו ערוועלן געזעצגעבער וואס זענען פרא-רציחה. אויף די פעדעראלע שטאפל ברויך מען מער פרא-רציחה סענאטארן און רעפרעזענטיוון וואס שטיצן רציחה געזעצן כדי דורכצופירן א געזעץ וואס באפעסטיגט די ראו וו. וועיד, און איך וועל עס גלייך אונטערשרייבן.
אידישליך האט געשריבן:די אייראפעאישע פאראיין האט פארגעשלאגן א פארבאט אויף רוסישע אויל ביי די ענדע פון די יאר, און אפהאקן די גרעסטע רוסישע באנק, סבערבענק, פון סוויפט, אלס א טייל פון די זעקסטע פעקל סאנקציעס פון די פאראיין אויף רוסלאנד אין ליכט פון די ברוטאלע אינוואזיע.
אנצומערקן אז דע-סוויפט'ן ספערבאנק איז איינס מיט א אויל פארבאט זינט אייראפע צאלט פאר די אויל דורך די באנק (דאס איז פארוואס עס איז נישט געהעריג סאנקציאנירט געווארן ביז יעצט)