בריטישער פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן סקאנדאלן - רעזיגנאציע

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

בריטישער פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן סקאנדאלן - רעזיגנאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ענגלאנד: באריס דזשאנסאן אין הייס - פאטענציאל קאכעדיג - וואסער.

אין א אימעיל - געשיקט דורך דזשאנסאנ'ס סעקרעטאר - וואס ITV נייעס קוואל האט פארשאפט זעט מען איבער א "טרינק פארטי" וואס איז פארגעקומען אין 10 דאונינג סטריט גארטן. אריבער 100 מענטשן זענען געווארן געלאדענט צו די פארטי.

"Make the most of the lovely weather" האט זיך געליינט אין די אינוועטאציע. דאס איז געווען פאריאר מאי. אינמיטן די ברען פון די פאנדעמיק ווען באריס דזשאנסאן האט פארבאטן מער פון צוויי פערזאנען צו שמיעסן אויפן גאס אויס מורא פון פארשפרייטן קאוויד.

לויט באריכטן האט דזשאנסאן און זיין פרוי זיך באטייליגט.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

מארגנדיגע צייטונגען אין ענגלאנד
20220111_201934.jpg
20220111_201934.jpg (385.41 KiB) געזען 4174 מאל
אטעטשמענטס
20220111_201958~2.jpg
20220111_201958~2.jpg (274.82 KiB) געזען 4174 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

קאנסערוואטיווער פארלימענט מיטגלידער ניידזשעל מילס: "איך וואלט געזאגט אז סיי ווער עס האט ארגענעזירט אדער אנטיילגענומען אין אזא פארטי אין יענער תקיפה קען נישט בלייבן אויף זיין פאזיציע. אריינגערעכנט באריס דזשאנסאן"
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דזשים שאנאן אן עלטערער פארלימענט מיטגלידער ברעכט אויס אין א געוויין אין פארלימענט און קען נישט צוזיך קומען ווען ער דערמאנט זיך ווי זיין שוויגער איז געשטארבן איינזאם אליינס אן מען זאל זיך באטייליגן בעת אין דאונינג סטריט הוליעט מען ארים
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

איינער שרייבט גיט
Tense days ahead as Boris Johnson waits to find out if inquiry ordered by Boris Johnson finds that Boris Johnson attended a party at Boris Johnson’s house.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פרוי סאו גרעי איז געשטעלט געווארן צו אויספארשן די סקאנדאלן איבער קראצמעך פארטיס וואס זענען פארגעקומען אין 10 דאונינג סטריט. איינע פון די יעצטיגע פארטיידיגונגען יעצט איז אז סאו גרעי וועט אריינקומען אין די יעצטיגער סקאנדאל.

באריס דזשאנסאן גייט פרעגן סאו גרעי -וואס איז נישט געווען ביי די פארטי- טאמער באריס דזשאנסאן האט זיך באטייליגט ביי די פארטי...
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די היץ פאר דזשאנסאן צו רעזיגנירן פארשטארקערט זיך.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א ווארטזאגער פאר דזשאנסאן זאגט אז "דזשאנסאן נעמט דאס ערנסט"
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

באריס דזשאנסאן עטליכע טעג נאך די פארטי ווי ער האט אנגעבליך אנטיילגענומען דערין.
20220111_204840.jpg
20220111_204840.jpg (108.22 KiB) געזען 4375 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נאך עטליכע צייטונגען פאר מארגן
20220111_205201~2.jpg
20220111_205201~2.jpg (223.64 KiB) געזען 4372 מאל
אטעטשמענטס
20220111_205152.jpg
20220111_205152.jpg (434.4 KiB) געזען 4372 מאל
20220111_205214~2.jpg
20220111_205214~2.jpg (256.81 KiB) געזען 4372 מאל
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

איינער קען מיר מסביר זיין פ"וו קואמא ניוסעם ביידן אובאמא וכו' קענען טוהן וואס זיי ווילן, אבער דזאנסאן דארף יעצט רעזיגנירן?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

באריס דזשאנסאן דארף מארגן טרעפן די פארלימענט מיטגלידער. איך גלייב ער שלאפט נישט רואיג. עס גייט זיין ביטער.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

נקדימון האט געשריבן:באריס דזשאנסאן דארף מארגן טרעפן די פארלימענט מיטגלידער. איך גלייב ער שלאפט נישט רואיג. עס גייט זיין ביטער.

גיי פארשטיי האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין פ"וו קואמא ניוסעם ביידן אובאמא וכו' קענען טוהן וואס זיי ווילן, אבער דזאנסאן דארף יעצט רעזיגנירן?

איך וויל באצמת וויסן אויב איז דא א שכל'דיגע הסבר?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

מעטראפאליטען פאליציי האט געעפנט א אינוועסטיגאציע איבער די פארטי אין דאונינג סטריט.

דאונינג סטריט זאגט אז טאמער עס איז דא א פאליציי אינוועסטיגאציע וועלן זיי אפשטעלן אויף דערווייל די אינטערנעל אינוועסטיגאציע ביי סאו גרעי.

דאס אז עס איז דא א פאליציי אינוועסטיגאציע קען איינקויפן קריטישע צייט פאר דזשאנסאן מיט העלפן שטיפן די סקאנדאל ווי ווייט שייך
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:באריס דזשאנסאן דארף מארגן טרעפן די פארלימענט מיטגלידער. איך גלייב ער שלאפט נישט רואיג. עס גייט זיין ביטער.

גיי פארשטיי האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין פ"וו קואמא ניוסעם ביידן אובאמא וכו' קענען טוהן וואס זיי ווילן, אבער דזאנסאן דארף יעצט רעזיגנירן?

איך וויל באצמת וויסן אויב איז דא א שכל'דיגע הסבר?

איך ווייס נישט וואס די מעשה איז מיט ביידן, אבאמא, ניוסאם און קאומא. איך האלט נישט מיט ממש יעדער נייעס. האבן זיי זיך באטייליגט ביי א פארטי אדער געזען געווארן אנע מאסקעס?

דא איז די מעשה אז זשאנסאן האט זיך ארויסגעשטעלט בחומר הדין נישט צו לאזן שמיעסן מער פון צוויי מענטשן אויפן גאס. נאך יענער טאג האט זיין אדמיניסטראציע ווידערהאלט די אלע געזעצן און בשעת מעשה האט באריס דזשאנסאן אליינס געהאוסט א גרויסער פארטי ביי זיך אין הויז/גארטן מיט איבער 100 געלאדענטע. ווי מען האט געהאט א פיקניק געשאשקעט אין גרויסן. זיין פריוואטע סעקרעטאר האט געלאדענט יעדעם איינעם.

דאס אלעס קומט נאך דעם ווי ביז ממש לעצטענס האט דזשאנסאן העפטיג געלייקנט אז עס איז בכלל פארגעקומען סיי וואספארא פארטיס. איינס האט מען שוין אנדעקט און מאנכע האבן רעזיגנירט. יעצט האט מען נאכאיינס ווי ער האט - אנגעבליך - זיך אליינס באטייליגט איז די אויפברויז געשטיגן.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

אוודאי האט מען זיי אלע געזעהן ביי פארטיס. אבער בעיקר האב איך געמיינט ניוסעם מיטן ריקאל!

איך מצדי בין מסכים 100% מיין קשיא איז אויף די מידיע.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

@גיי פארשטיי

ס'איז נישט א פשוט'ע קליינליכע פארלעצונג

ס'איז בערך ווי ס'זאל יעצט ארויסקומען אז דר. פאוטשי האט אין ברען פון קאוויד בשעת'ן עצה'ן טאפלטע מאסקעס געמאכט א פארטי אינאיינעם מיטן פרעזידענט און אריבער 100 מענטשן!!!!!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נישט איין פארטי. 11 שטיק.

די יעצטיגע סקאנדאל האט שוין געבראכן די קעמל'ס ריקן ברענגנדיג שטארקע אויפברויז אין לאנד. איין נייעס קוואל האט צוזאם געשטעלט א ליסטע פון אזויפיל ווי 11 פארטיס וואס ווערן אויסגעפארשט וואס זענען פארגעקומען דורך קאוויד אין פארבינדונג מיט דאונינג סטריט. איינע קלענער און אנדערע אויף א גרעסערער פארנעם

---
@פאליטישער פשוט. אינו דומה איינע מיט די אנדערע.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

באריס דזשאנסאן זאגט אז ער איז נישט דארט געווען?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

איך האלט מ'קען עפענען א נייע אשכול דערוועגן, נאכדערצו אויב מ'קען ערווארטן עפעס דראמאטיש אין די ענגלישע רעגירונג.

מ'דארף אויסווארטן נאך עטליכע שעה ביז ער וועט זיך שטעלן און ווערן פארגעהאלטן מיט פראגעס היינט אין די פארליעמענט.

בדרך כלל הויבט זיך עס אן ארום 12'ע צייט ענגלישע זייגער.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:באריס דזשאנסאן דארף מארגן טרעפן די פארלימענט מיטגלידער. איך גלייב ער שלאפט נישט רואיג. עס גייט זיין ביטער.

באריס דזשאנסאן איז מודה ער איז דארט געווען. אבער נאר פאר 25 מינוט. (געדענק ביז יעצט האט ער שטייף געלייקנט סיי וואספארא ידיעה איבער פארטיס אין דאונינג סטריט)

דזשאנסאן האט עפאלעדזשייסט.

דזשאנסאנ'ס דעפענס איז ער האט געמיינט עס איז א ארבעטס פארטי. (פארוואס איז דעמאלטס זיין ווייב דארט געווען?)

נאכנישט אריינגעקוקט אבער אויבנאויפיג קוקט אויס ווי ער האט זיך גאר שוואך פארטיידיגט.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:באריס דזשאנסאן דארף מארגן טרעפן די פארלימענט מיטגלידער. איך גלייב ער שלאפט נישט רואיג. עס גייט זיין ביטער.

באריס דזשאנסאן איז מודה ער איז דארט געווען. אבער נאר פאר 25 מינוט. (געדענק ביז יעצט האט ער שטייף געלייקנט סיי וואספארא ידיעה איבער פארטיס אין דאונינג סטריט)

דזשאנסאן האט עפאלעדזשייסט.

דזשאנסאנ'ס דעפענס איז ער האט געמיינט עס איז א ארבעטס פארטי. (פארוואס איז דעמאלטס זיין ווייב דארט געווען?)

:lol: העלפט אים ארויס מיט די ארבעט..
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:באריס דזשאנסאן דארף מארגן טרעפן די פארלימענט מיטגלידער. איך גלייב ער שלאפט נישט רואיג. עס גייט זיין ביטער.

באריס דזשאנסאן איז מודה ער איז דארט געווען. אבער נאר פאר 25 מינוט. (געדענק ביז יעצט האט ער שטייף געלייקנט סיי וואספארא ידיעה איבער פארטיס אין דאונינג סטריט)

דזשאנסאן האט עפאלעדזשייסט.

דזשאנסאנ'ס דעפענס איז ער האט געמיינט עס איז א ארבעטס פארטי. (פארוואס איז דעמאלטס זיין ווייב דארט געווען?)

:lol: העלפט אים ארויס מיט די ארבעט..

ביי די גוישע וועלט איז קימט די ווייב מיט צו אסאך מיטינגן...

ווען איך וואלט געמאכט ""ארבעטס פארטיי"" וואלט ער מיך געגעבן א שטארקע שטראף... וואסארע ענטפער איז דעיס???

די ruling class צייט אז זיי קענען טון וואס זיי ווילן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”