נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דממה דקה האט געשריבן:אבער די אמת'ע סיבה פארוואס ווייט-קאלער קריים איז אזוי הארב איז ווייל די אמעריקאנער עקאנאמיע באשטייט פון טראסט, די גאנצע סטאק מארקעט איז געבויט אויף טראסט, אויב וועט מען לאזן הפקרות וועט די עקאנאמיע צופאלן.

און פארדעם למשל אין קאנאדע וואו די עקנאמיע באשטייט נישט אויף טראסט (אויף וואס יא? כ'ווייס, אפשר אויף חליפין פון קיען מיט ציגן) לאזט מען יא צו אזא הפקירות?

די עצה אפצושטעלן ווייסע פארברעכנס, אין מיינע אויגן, איז צו געבן ציפעדיגע געלט שטראפן. אבער נישט פאר איינס פון 750 גנבים, נאר טאקע מ'זאל כסדר אנקלאגן מענטשן. די תפיסות, בפרט די לאנגע טערמינען, העלפן נישט קיינעם; נישט די רעגירונג און נישט די באפעלקערונג.

שטעל דיך פאר אז ס'זאל קיינמאל נישט זיין קיין פאליציי אויף די הייוועיס, נאר בערך איינמאל אין דריי יאר, און די מענטשן וועמען מ'כאפט דעמאלט ספידן וועלן גיין אין תפיסה פאר 500 יאר. דו טראכסט אז ס'וועלן זיין מער מענטשן וואס ספידן אדער ווייניגער?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאר ווייט-קאלער קריימס דארף מען באקומען ווייט-קאלער פענעלטיס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פייטל שעפסילקאוו
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 3:19 pm
לאקאציע: ביים פערד סוחר

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל שעפסילקאוו »

פעיק ניוז האט געשריבן:פאר ווייט-קאלער קריימס דארף מען באקומען ווייט-קאלער פענעלטיס.

דהיינו?
זונדל'ס א ברודער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון האט שוין מסביר געווען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פייטל שעפסילקאוו
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 3:19 pm
לאקאציע: ביים פערד סוחר

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל שעפסילקאוו »

גאט איט, כ'האב שוין מורא געהאט אז דו האלטסט מען זאל זיי יא לייגן אין קעלער פונעם פריץ, און די משפחה זאל פייגערן ווי די הונט....
זונדל'ס א ברודער
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

גרשון האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אבער די אמת'ע סיבה פארוואס ווייט-קאלער קריים איז אזוי הארב איז ווייל די אמעריקאנער עקאנאמיע באשטייט פון טראסט, די גאנצע סטאק מארקעט איז געבויט אויף טראסט, אויב וועט מען לאזן הפקרות וועט די עקאנאמיע צופאלן.

און פארדעם למשל אין קאנאדע וואו די עקנאמיע באשטייט נישט אויף טראסט (אויף וואס יא? כ'ווייס, אפשר אויף חליפין פון קיען מיט ציגן) לאזט מען יא צו אזא הפקירות?

די עצה אפצושטעלן ווייסע פארברעכנס, אין מיינע אויגן, איז צו געבן ציפעדיגע געלט שטראפן. אבער נישט פאר איינס פון 750 גנבים, נאר טאקע מ'זאל כסדר אנקלאגן מענטשן. די תפיסות, בפרט די לאנגע טערמינען, העלפן נישט קיינעם; נישט די רעגירונג און נישט די באפעלקערונג.

שטעל דיך פאר אז ס'זאל קיינמאל נישט זיין קיין פאליציי אויף די הייוועיס, נאר בערך איינמאל אין דריי יאר, און די מענטשן וועמען מ'כאפט דעמאלט ספידן וועלן גיין אין תפיסה פאר 500 יאר. דו טראכסט אז ס'וועלן זיין מער מענטשן וואס ספידן אדער ווייניגער?

זיי מסביר, אויב דער גנב ווייסט אז ער גנב'ט א 100 מיליאן טאלער, אויב מען כאפט אים גיבט מען אים א שטראף פון 100 מיליאן טאלער, פארוואס זאל ער נישט נעמען די ריסק, אויב כאפט מען אים נישט איז געלונגען, אויב כאפט מען אים יא וועט ער העכסטענס צוריק געבן דאס געלט, אדער טענה'ן אין לי און פטור.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

דממה דקה האט געשריבן:זיי מסביר, אויב דער גנב ווייסט אז ער גנב'ט א 100 מיליאן טאלער, אויב מען כאפט אים גיבט מען אים א שטראף פון 100 מיליאן טאלער, פארוואס זאל ער נישט נעמען די ריסק, אויב כאפט מען אים נישט איז געלונגען, אויב כאפט מען אים יא וועט ער העכסטענס צוריק געבן דאס געלט, אדער טענה'ן אין לי און פטור.

זוי גייט טאקע אין קאנאדע
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Rak Tov האט געשריבן:

נישט ממש, מ'צאלט כפל, און דאס איז טאקע די ריזיקע פונעם גנב. אזוי איז להבדיל אויך די הלכה אין דער תורה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

און פארגעס נישט ווען ער ארבעט ווייטער און באצאלט יא אדער נישט זיין חוב ברענגט ער ווייטער אריין געלט פאר די גאווערמענט, אבער אויב שמאכט ער און תפיסה קאסט ער נאר געלט.

און בעצם איז דער חברה מאן א טויגליכע וואס קען אריינברענגען סאך סאך מער ווי וויפיל ס'קאסט איהם צי האלטן אונטער גראטעס
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

Rak Tov האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:זיי מסביר, אויב דער גנב ווייסט אז ער גנב'ט א 100 מיליאן טאלער, אויב מען כאפט אים גיבט מען אים א שטראף פון 100 מיליאן טאלער, פארוואס זאל ער נישט נעמען די ריסק, אויב כאפט מען אים נישט איז געלונגען, אויב כאפט מען אים יא וועט ער העכסטענס צוריק געבן דאס געלט, אדער טענה'ן אין לי און פטור.

זוי גייט טאקע אין קאנאדע

פארדעם איז קענעדע קענעדע, און אמעריקא איז אמעריקא, און יעדער עושר אין די וועלט אינוועסטירט ענדערש אין אמעריקא.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

גרשון האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:זיי מסביר, אויב דער גנב ווייסט אז ער גנב'ט א 100 מיליאן טאלער, אויב מען כאפט אים גיבט מען אים א שטראף פון 100 מיליאן טאלער, פארוואס זאל ער נישט נעמען די ריסק, אויב כאפט מען אים נישט איז געלונגען, אויב כאפט מען אים יא וועט ער העכסטענס צוריק געבן דאס געלט, אדער טענה'ן אין לי און פטור.

זוי גייט טאקע אין קאנאדע

נישט ממש, מ'צאלט כפל, און דאס איז טאקע די ריזיקע פונעם גנב. אזוי איז להבדיל אויך די הלכה אין דער תורה.

און אויב טענה'ט מען אין-לי איז מען פטור. און פארוואס זאל מען נישט גנב'נען?

shimon7323 האט געשריבן:און פארגעס נישט ווען ער ארבעט ווייטער און באצאלט יא אדער נישט זיין חוב ברענגט ער ווייטער אריין געלט פאר די גאווערמענט, אבער אויב שמאכט ער און תפיסה קאסט ער נאר געלט.

און בעצם איז דער חברה מאן א טויגליכע וואס קען אריינברענגען סאך סאך מער ווי וויפיל ס'קאסט איהם צי האלטן אונטער גראטעס

דאס איז זייטיגע חשבונות, וואס טראגט נישט קיין ערענסטע געוויכט.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

דממה דקה האט געשריבן:און אויב טענה'ט מען אין-לי איז מען פטור. און פארוואס זאל מען נישט גנב'נען?

נו וואס איז די סעלאשען?
וואס פאר א שטראף דארף מען געבן פאר ווייט קאלער קריים?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דממה דקה האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:זיי מסביר, אויב דער גנב ווייסט אז ער גנב'ט א 100 מיליאן טאלער, אויב מען כאפט אים גיבט מען אים א שטראף פון 100 מיליאן טאלער, פארוואס זאל ער נישט נעמען די ריסק, אויב כאפט מען אים נישט איז געלונגען, אויב כאפט מען אים יא וועט ער העכסטענס צוריק געבן דאס געלט, אדער טענה'ן אין לי און פטור.

זוי גייט טאקע אין קאנאדע

נישט ממש, מ'צאלט כפל, און דאס איז טאקע די ריזיקע פונעם גנב. אזוי איז להבדיל אויך די הלכה אין דער תורה.

און אויב טענה'ט מען אין-לי איז מען פטור. און פארוואס זאל מען נישט גנב'נען?

מ'רעדט פארשטייט זיך נישט פון א האָדי וואס כאפט ארויס פינעווערס פון מענטשן אויף דער גאס. מ'רעדט דא פון גרויסע שווינדלערס וואס באשווינדלען בענק און פארמאגן מער ווי גענוג נכסים צו קאנפיסקירן.

חוץ מזה, מ'קען פארשטייט זיך מאכן א סעיף אינעם געזעץ ווען יענער טענה'ט אין לי. ס'קען זיין קאמיוניטי ארבעט צו באצאלן דעם חוב, הויז ארעסט צי אנדערע שטראפן, אדער אפילו תפיסה. ס'מוז דאך אבער נישט זיין דער אפיציעלער שטראף אז מ'זאל גיין אין חד גדיא א גאנץ לעבן פאר דרייען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

גרשון האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:זיי מסביר, אויב דער גנב ווייסט אז ער גנב'ט א 100 מיליאן טאלער, אויב מען כאפט אים גיבט מען אים א שטראף פון 100 מיליאן טאלער, פארוואס זאל ער נישט נעמען די ריסק, אויב כאפט מען אים נישט איז געלונגען, אויב כאפט מען אים יא וועט ער העכסטענס צוריק געבן דאס געלט, אדער טענה'ן אין לי און פטור.

זוי גייט טאקע אין קאנאדע

נישט ממש, מ'צאלט כפל, און דאס איז טאקע די ריזיקע פונעם גנב. אזוי איז להבדיל אויך די הלכה אין דער תורה.

און אויב טענה'ט מען אין-לי איז מען פטור. און פארוואס זאל מען נישט גנב'נען?

מ'רעדט פארשטייט זיך נישט פון א האָדי וואס כאפט ארויס פינעווערס פון מענטשן אויף דער גאס. מ'רעדט דא פון גרויסע שווינדלערס וואס באשווינדלען בענק און פארמאגן מער ווי גענוג נכסים צו קאנפיסקירן.

חוץ מזה, מ'קען פארשטייט זיך מאכן א סעיף אינעם געזעץ ווען יענער טענה'ט אין לי. ס'קען זיין קאמיוניטי ארבעט צו באצאלן דעם חוב, הויז ארעסט צי אנדערע שטראפן, אדער אפילו תפיסה. ס'מוז דאך אבער נישט זיין דער אפיציעלער שטראף אז מ'זאל גיין אין חד גדיא א גאנץ לעבן פאר דרייען.

לאמיר עס רופן ביים נאמען בערני מעדאף, ער האט באשווינדלט און באראבעוועט אינוועסטארס פאר לאנגע יארן, אויב קען ער זיך ארויסדרייען מיט א געלט שטראף, פארוואס זאל נישט מארגן זיין אפאר הינדערט בערני מעדאף'ס?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

Rak Tov האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:און אויב טענה'ט מען אין-לי איז מען פטור. און פארוואס זאל מען נישט גנב'נען?

נו וואס איז די סעלאשען?
וואס פאר א שטראף דארף מען געבן פאר ווייט קאלער קריים?

איך האב נישט קיין סאלושען, איך בין נאר מסביר פון ווי עס שטאמט די אמעריקאנער עקסטרעמע קנסות פאר ווייט-קאלער קריים.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

דממה דקה האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:זוי גייט טאקע אין קאנאדע

נישט ממש, מ'צאלט כפל, און דאס איז טאקע די ריזיקע פונעם גנב. אזוי איז להבדיל אויך די הלכה אין דער תורה.

און אויב טענה'ט מען אין-לי איז מען פטור. און פארוואס זאל מען נישט גנב'נען?

מ'רעדט פארשטייט זיך נישט פון א האָדי וואס כאפט ארויס פינעווערס פון מענטשן אויף דער גאס. מ'רעדט דא פון גרויסע שווינדלערס וואס באשווינדלען בענק און פארמאגן מער ווי גענוג נכסים צו קאנפיסקירן.

חוץ מזה, מ'קען פארשטייט זיך מאכן א סעיף אינעם געזעץ ווען יענער טענה'ט אין לי. ס'קען זיין קאמיוניטי ארבעט צו באצאלן דעם חוב, הויז ארעסט צי אנדערע שטראפן, אדער אפילו תפיסה. ס'מוז דאך אבער נישט זיין דער אפיציעלער שטראף אז מ'זאל גיין אין חד גדיא א גאנץ לעבן פאר דרייען.

לאמיר עס רופן ביים נאמען בערני מעדאף, ער האט באשווינדלט און באראבעוועט אינוועסטארס פאר לאנגע יארן, אויב קען ער זיך ארויסדרייען מיט א געלט שטראף, פארוואס זאל נישט מארגן זיין אפאר הינדערט בערני מעדאף'ס?

משא״כ אויב זעצט מען איין העלפט דאס יא, ריכטיג? והא ראי׳ אמעריקע וואס האט די מערסטע מענטשן אין תפיסה און די עולם גנב׳ט אינגרויסן.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דממה דקה האט געשריבן:לאמיר עס רופן ביים נאמען בערני מעדאף, ער האט באשווינדלט און באראבעוועט אינוועסטארס פאר לאנגע יארן, אויב קען ער זיך ארויסדרייען מיט א געלט שטראף, פארוואס זאל נישט מארגן זיין אפאר הינדערט בערני מעדאף'ס?

מעדאף איז נישט דער טיפישער שווינדלער וואס מאכט זיך יעדן טאג. ס'קען זיין די צוגאנג צו אים דארף זיין אנדערש. (מ'קען אויך מאכן שטרענגערע שטראפן פאר א שווינדלער וואס מ'האט שוין געכאפט און ער האט נאכאמאל געשווינדלט, ענליך ווי ס'איז דא אזעלכע געזעצן ביי אנדערע זאכן.)

אויסער דעם, ווי @בניהו זאגט גוט, פאר אזעלכע באנדיטן ווי ער העלפט לאו דווקא תפיסה יא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22690
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

דממה דקה האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אין די פראגרעסיוו וועלט איז דא א בליק אז די נטיה צו באהאנדלן ווייט קאלער קריימס מיט מער פארשטענדעניש, איז א "ווייט פריוועלידש" זינט די פארברעכנס באגייען מער ווייסע, במילא איז דאס א שטארקע מיטל עטוואס צו קאמפענסעטן אויף די שטארקע אומבאלאנס פון קרימינאלן צווישן ווייסע און שווארצע.

ערשטענס, ביידע שטרעמונגען אין אמעריקע זענען זייער שטרענג מיט ווייט-קאלער קריים, די לינקע וועגן עס איז ווייסע, די רעכטע ווייל זיי זענען סתם אזוי פאר יקוב הדין, אבער די אמת'ע סיבה פארוואס ווייט-קאלער קריים איז אזוי הארב איז ווייל די אמעריקאנער עקאנאמיע באשטייט פון טראסט, די גאנצע סטאק מארקעט איז געבויט אויף טראסט, אויב וועט מען לאזן הפקרות וועט די עקאנאמיע צופאלן.

אה. און אנדערע לענדער? וואס פונקטלעך דארף דעס צו מיינען?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

סטיטשינער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אין די פראגרעסיוו וועלט איז דא א בליק אז די נטיה צו באהאנדלן ווייט קאלער קריימס מיט מער פארשטענדעניש, איז א "ווייט פריוועלידש" זינט די פארברעכנס באגייען מער ווייסע, במילא איז דאס א שטארקע מיטל עטוואס צו קאמפענסעטן אויף די שטארקע אומבאלאנס פון קרימינאלן צווישן ווייסע און שווארצע.

ערשטענס, ביידע שטרעמונגען אין אמעריקע זענען זייער שטרענג מיט ווייט-קאלער קריים, די לינקע וועגן עס איז ווייסע, די רעכטע ווייל זיי זענען סתם אזוי פאר יקוב הדין, אבער די אמת'ע סיבה פארוואס ווייט-קאלער קריים איז אזוי הארב איז ווייל די אמעריקאנער עקאנאמיע באשטייט פון טראסט, די גאנצע סטאק מארקעט איז געבויט אויף טראסט, אויב וועט מען לאזן הפקרות וועט די עקאנאמיע צופאלן.

אה. און אנדערע לענדער? וואס פונקטלעך דארף דעס צו מיינען?

דו וואלסט אינוועסטירט דיין געלט אין די רוסישע סטאק-מארקעט? איך נישט.
סא, די אמעריקאנער ביזנעס רוקען-ביין איז אינוועסטירונגען, און ביליאנערן אין די גאנצע וועלט אינוועסטירן זייער געלט דא אין אמעריקא, יא ווייל זיי טראסטן די אמעריקאנער סיסטעם, וואס באהאנדלט קריים געניג שארף אז ער פילט זיך פארזיכערט מיט זיין געלט, און אז מען וועט לאזן הפקירות וועלן מענטשן נישט טראסטן אמעריקאנער אינוועסטמענטס, און דאס וועט קראכן די סיסטעם, ופשוט.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

גרשון האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:לאמיר עס רופן ביים נאמען בערני מעדאף, ער האט באשווינדלט און באראבעוועט אינוועסטארס פאר לאנגע יארן, אויב קען ער זיך ארויסדרייען מיט א געלט שטראף, פארוואס זאל נישט מארגן זיין אפאר הינדערט בערני מעדאף'ס?

מעדאף איז נישט דער טיפישער שווינדלער וואס מאכט זיך יעדן טאג. ס'קען זיין די צוגאנג צו אים דארף זיין אנדערש. (מ'קען אויך מאכן שטרענגערע שטראפן פאר א שווינדלער וואס מ'האט שוין געכאפט און ער האט נאכאמאל געשווינדלט, ענליך ווי ס'איז דא אזעלכע געזעצן ביי אנדערע זאכן.)

אויסער דעם, ווי @בניהו זאגט גוט, פאר אזעלכע באנדיטן ווי ער העלפט לאו דווקא תפיסה יא.

מעדאף האט מען נאר איין מאל געכאפט.

די סיבה פארוואס עס מאכט זיך נישט יעדן טאג איז ווייל קיינער וויל נישט 150 יאר טורמע, פון דעם טאקע רעדט מען דא.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ס'איז געווען עטליכע טעג צוריק אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט ר' משה מארגערעטן איבער ווייסע פארברעכנס אין אמעריקע.
https://www.yiddish24.com/interviews/12/53757

דער אשכול דא איז אביסל פארפארן. אפשר קענען עס די מנהלים אפטיילן אין א באזונדערן אשכול ("שטראפן פאר ווייסע פארברעכנס אין אמעריקע")
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דממה דקה האט געשריבן:דו וואלסט אינוועסטירט דיין געלט אין די רוסישע סטאק-מארקעט? איך נישט.
סא, די אמעריקאנער ביזנעס רוקען-ביין איז אינוועסטירונגען, און ביליאנערן אין די גאנצע וועלט אינוועסטירן זייער געלט דא אין אמעריקא, יא ווייל זיי טראסטן די אמעריקאנער סיסטעם, וואס באהאנדלט קריים געניג שארף אז ער פילט זיך פארזיכערט מיט זיין געלט, און אז מען וועט לאזן הפקירות וועלן מענטשן נישט טראסטן אמעריקאנער אינוועסטמענטס, און דאס וועט קראכן די סיסטעם, ופשוט.

ביטע, דו מישסט א קוגל. אמעריקע'ס שטארקע עקאנאמיע האט נישט און האט קיינמאל נישט געהאט צוטון מיט'ן באשטראפן שווינדלערס. קיינער זאגט נישט מ'זאל לאזן הפקירות מיט געלט ענינים, מ'רעדט סך הכל וועלכע שטראפן צו געבן. דאס מציאות איז אז די היינטיגע שטראפן אין אמעריקע דערמאנען מיר פון מיין מלמד וואס פלעגט שמייסן און שמייסן און זיך אפרעדן אז "נאך אלץ פאלגט ער נישט". אנטשולדיגט, אפשר אויב דו שמייסט שוין אזוי לאנג און ס'ארבעט נישט איז צייט צו פרובירן עפעס אנדערש?
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום דינסטאג יאנואר 11, 2022 7:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

גרשון האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:לאמיר עס רופן ביים נאמען בערני מעדאף, ער האט באשווינדלט און באראבעוועט אינוועסטארס פאר לאנגע יארן, אויב קען ער זיך ארויסדרייען מיט א געלט שטראף, פארוואס זאל נישט מארגן זיין אפאר הינדערט בערני מעדאף'ס?

מעדאף איז נישט דער טיפישער שווינדלער וואס מאכט זיך יעדן טאג. ס'קען זיין די צוגאנג צו אים דארף זיין אנדערש. (מ'קען אויך מאכן שטרענגערע שטראפן פאר א שווינדלער וואס מ'האט שוין געכאפט און ער האט נאכאמאל געשווינדלט, ענליך ווי ס'איז דא אזעלכע געזעצן ביי אנדערע זאכן.)

אויסער דעם, ווי @בניהו זאגט גוט, פאר אזעלכע באנדיטן ווי ער העלפט לאו דווקא תפיסה יא.

אין קאנאדע דוכט זיך איז אויך געווען אזא מעידאף מעשה, און יענער האט דוכט זיך יא באקומען עפעס טורמע, חוץ געלט שטראף.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פארוואס זאל א מענטש נישט טוהן דאס אויף וואס מען האט אנגעקלאגט ר' ש"מ רובאשקין למשל, אויב באקומט ער נישט די 25 יאר טורמע, און דארף נאר צוריק צאלן די געלט?

און נאכן כאפן לוינט נישט צו ארבעטן ווייל אלעס גייט פאר די גאווערמענט
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”