ענדגילטיג! ענדיגילטיגע אפיציעלע סטאטיסטיקס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

ענדגילטיג! ענדיגילטיגע אפיציעלע סטאטיסטיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

אינסטיטוציעס האלטן אין איין ארויסקומען מיט סטאטיסטיקס אויף אלע נושאים.

למשל פון די אמעריקאנער רעגירונג איז באקאנט די באריכטן פון די ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס, די ביורא אוו עקענאמיק אנאליסיס, די צענזוס ביורא, די CDC, און נאך אסאך.

זייער אסאך מאל זענען די באריכטן אין די נייעס ווען זיי קומען ארויס, און זייער אסאך מאל נישט (אן צו אריינגיין אין די סיבות דערפון).

אלס נומערן ליבהאבער איז פאר מיר אייביג אינטרעסאנט אפיציעלע נומערן וואס קומען ארויס, אבער בעיקר איז מיר אסאך מאל א וואונדער וויאזוי נומערן וואס וואלטן געדארפט מאכן מער העדליינ'ס צוליב וואס זיי זענען מער ענדגילטיג ווי פריערדיגע באריכטן, ווערן אסאך מאל ממש נישט דערמאנט.

ס'קען זיין אז די סיבה דערפאר איז ווייל מענטשן זענען נישט אזוי נומערן-צענטערד און דערפאר איז נאר אינטרעסאנט פאר זיי נייעס באריכטן וואס זענען "פריש" פון נאטור, אבער אויב ווערן געמאכט פונקטן באזירט אויף געוויסע אומפארענדיגטע נומערן און אמאל פון שאצונגען, איז נישט מער ווי רעכט אז ס'זאל זיין אויפ'ן אויבן אן פון די נייעס ווען יענע פונקט ווערט צובלאזן ווען מער ענדגילטיגע נומערן קומען ארויס, און פאר דעם צוועק עפענען מיר דעם אשכול.

געדענקט אז "ענדגילטיג" מוז נישט מיינען ממש ענדגילטיג, נאר אפילו נומערן וואס זענען מער אפטודעיט קען אויך קומען דא, און אזוי אויך ווען א ערשטע אפיציעלע באריכט טוישט א נאראטיוו וואס איז געווען אין די נייעס צוליב א "שאצונג" פון פריער.

אלס התחלה לאמיר צוצייכענען א תגובה וואס איך האב געשריבן דא (כ'האב עס געשריבן אין אזא פאררוקטע אשכול ווייל ס'איז בעצם נישט דא בכלל אן אשכול פאר אפיציעלע סטאטיסטיקס וואס קומען ארויס, אבער געווענליך ערשטע באריכטן טרעפן זיך זייער פלאץ צווישן די אשכולות אין וואו יענע נושא ווערט דיסקאסירט), וואס דאס איז א טיפישער דוגמא פון א תגובה וואס באלאנגט דא, און מ'בעט אז יעדער זאל צוהעלפן כיד ה' הטובה עליו.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ענדגילטיג! ענדיגילטיגע אפיציעלע סטאטיסטיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

אין די פינף און א האלב וואכן פון ווען די אשכול איז אפן האבן מיר נאכנישט פלאצירט דא קיין איין תגובה, און די סיבה איז ווייל נישט יעדן טאג קומען ארויס סטאטיסטיקס וואס זענען ענדגילטיג, אבער היינט איז אנדערש.

ווי באקאנט טוט די אמעריקאנע ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס ארויסגעבן א "דזשאבס באריכט" יעדן ערשטע פרייטאג פונעם חודש.

די באריכט באשטייט פון צוויי סורוועיס, איינס איז די "פאפולעישאן סורוועי" (א סורוועי וואס די מצב איז צווישן די באפעלקערונג - צ.ב.ש. וויפיל מענטשן זענען דא בכלל, וויפיל מענטשן זענען אינעם ארבעטס קראפט, וויפיל מענטשן ארבעטן וכדו'), און דאס צווייטע איז די "אימפלוימענט סורוועי" (א סורוועי וואס די דזשאבס מצב איז - צ.ב.ש. וויפיל דזשאבס זענען דא, וויפיל שעה א וואך א דורכשניטליכע דזשאב איז, און וויפיל ס'איז די דורכשניטליכע געהאלט פער שעה וכדו').

די העדליין נומער וואס ווערט געווענליך די מערסטע אנגעקוקט איז וויפיל דזשאבס ס'זענען צוגעקומען אינעם חודש, און דאס קומט פון די אימפלוימענט סורוועי ווען מ'קוקט אויף די סך הכל דזשאבס ס'זענען געווען דעם חודש אין פארגלייך צו א חודש פריער, אבער די וואס קוקן אריין טיפער וועלן אויך באטראכטן די לענג פון א דורכשניטליכע ארבעטס וואך, די דורכשניטליכע געהאלט פער שעה, די קאנסומער פרייס אינדעקס (וואס מעסט אינפלאציע/דיפלאציע - ארויסצוהאבן וואס די דורכשניטליכע געהאלט מיינט באמת), וואס זענען אלע סטאטיסטיקס אינעם אימפלוימענט סורוועי.

די ערשטע פרייטאג פונעם חודש וועט ארויסקומען די ערשטע באריכט פון די פריערדיגע חודש, און ס'וועלן אויך ארויסקומען רעוויזיעס פון די צוויי פריערדיגע חדשים, אזוי אז ערשט אין אנהויב פעברואר (אזויווי היינט) ווען די ערשטע באריכט פון יאנוואר קומט ארויס וועט די נאוועמבער באריכט זיין ענדגילטיג פאר'ן קורצן טערמין, ווייל אין די קומענדיגע חדשים וועלן נישט געמאכט ווערן קיין רעוויזיעס דערויף.

אבער דאס איז נאר פאר'ן קורצן טערמין, ווייל למעשה איז דא - וואס די ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס רופט - "א בענטשמארק רעוויזיע", וואס יענע רעוויזיע קען טוישן די נומערן ביז פינף יאר פריער! אזוי אז בעצם קען מען נישט זאגן אז די נומערן פון א חודש זענען ממש "ענדגילטיג", ביז די יאנוואר באריכט פון פינף יאר שפעטער קומט ארויס, וואס דאן איז די קאלענדאר יאר פון פינף יאר פריער אפיציעל ענדגילטיג.

אלזא, היינט האבן זיי ארויסגעגעבן די די ענדגילטיגע בענטשמארק רעוויזיע וואס האט נאך געטוישט נומערן פון 2017, אזוי אז די דזשאבס באריכט נומערן ביז נאך 2017 איז שוין יעצט ענדגילטיג (ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן פאר די וואס פרובירן צו כאפן הייסע לאקשן און מאכן פאליטישע מסכנות באזירט אויף באריכטן פון ממש יעצט, אז ערשט היינט איז געווארן ענדגילטיג באשטעטיגט וויפיל דזשאבס ס'זענען צוגעקומען אונטער אבאמא, ווייל אזויווי ער איז נאך געווען פרעזידענט אום יאנוואר 2017 זענען זיינע נומערן נאכנישט געווען ענדגילטיג ביז יעצט).

אט זענען די סך הכל פון דזשאבס צוגעקומען צווישן די יארן 2010 און 2020:

2011 (ענדגילטיג): 2.1 מיליאן
2012 (ענדגילטיג): 2.2 מיליאן
2013 (ענדגילטיג): 2.3 מיליאן
2014 (ענדגילטיג): 3.0 מיליאן
2015 (ענדגילטיג): 2.7 מיליאן
2016 (ענדגילטיג): 2.3 מיליאן
2017 (ענדגילטיג): 2.1 מיליאן
2018 (דערווייל): 2.3 מיליאן
2019 (דערווייל): 2.0 מיליאן
2020 (דערווייל): 9.3- מיליאן

אויב וויל מען רעדן פאליטיש, אט זענען די סך הכל פון דזשאבס צוגעקומען יעדע יאר פון די לעצטע צוויי פרעזידענטליכע טערמינען:

אבאמא'ס פיפטע יאר (ענדגילטיג): 2.3 מיליאן
אבאמא'ס זעקסטע יאר (ענדגילטיג): 3.0 מיליאן
אבאמא'ס זיבעטע יאר (ענדגילטיג): 2.6 מיליאן
אבאמא'ס אכטע יאר (ענדגילטיג): 2.4 מיליאן
טראמפ'ס ערשטע יאר (כמעט ענדגילטיג): 2.0 מיליאן
טראמפ'ס צווייטע יאר (דערווייל): 2.4 מיליאן
טראמפ'ס דריטע יאר (דערווייל): 2.0 מיליאן
טראמפ'ס פערטע יאר (דערווייל): 9.1- מיליאן
-

נאכדעם איז די חלק פון די שעות פון א דורכשניטליכע ארבעטס וואך, וואס מיט די סכום פון דזשאבס קען מען פון דעם זען וויפיל שעה ארבעט ס'איז געווען א וואך יעדע חודש.

(איך האב אויך ליב צו אריינווארפן דא די גרויס פון די באפעלקערונג, צו זען וויפיל "שעה ארבעט פער מענטש" ס'איז געווען, ווייל דאס געבט א גוטע בליק אויף ווי גוט/שלעכט די עקאנאמיע טוט אויפ'ן פעלד פון דזשאבס, אבער אזויווי די צענזוס ביורא האט נאכנישט ארויסגעגעבן די ענדגילטיגע שאצונג פון די חודש'ליכע באפעלקערונג פון צווישן די 2010 און 2020 צענזוס, וועלן מיר יענץ ברענגען ווען ס'וועט זיין עוועילעבל.)

דא לאמיר נישט ברענגען די סכום פון שעות, נאר מיט וויפיל פראצענט ס'איז געשטיגן יעדע יאר:

2011 (ענדגילטיג): 1.9%
2012 (ענדגילטיג): 1.9%
2013 (ענדגילטיג): 1.4%
2014 (ענדגילטיג): 2.8%
2015 (ענדגילטיג): 1.6%
2016 (ענדגילטיג): 1.3%
2017 (ענדגילטיג): 1.7%
2018 (דערווייל): 1.6%
2019 (דערווייל): 0.7%
2020 (דערווייל): 4.6%-

און די זעלבע סטאטיסטיק אין פרעזידענטליכע יארן:

אבאמא'ס פיפטע יאר (ענדגילטיג): 1.7%
אבאמא'ס זעקסטע יאר (ענדגילטיג): 2.5%
אבאמא'ס זיבעטע יאר (ענדגילטיג): 2.2%
אבאמא'ס אכטע יאר (ענדגילטיג): 1.1%
טראמפ'ס ערשטע יאר (כמעט ענדגילטיג): 1.4%
טראמפ'ס צווייטע יאר (דערווייל): 1.9%
טראמפ'ס דריטע יאר (דערווייל): 0.8%
טראמפ'ס פערטע יאר (דערווייל): 5.0%-
-

מיר וועלן ממשיך זיין מיט מער אינפארמאציע א קומענדיגע מאל, גוט שבת.

היינט האט די אמעריקאנער רעגירונג באריכטעט וויפיל דזשאבס ס'זענען געווען אין לאנד אין פעברואר, און אויך די איבערגעמאכטע חשבונות פון וויפיל דזשאבס ס'זענען געווען אין לאנד אין דעצעמבער און אין יאנוואר.

אלזא, פאר יעצט זענען שוין די נומערן דא פאר גאנץ 2021 (הגם ס'גייט נאך ווערן איבערגעמאכט עטליכע מאל אין די קומענדיגע יארן, קוק אינעם פריערדיגן תגובה), און ווי ס'שטעלט זיך ארויס זענען צוגעקומען 6,743,000 דזשאבס דורכאויס 2021, און אין פראצענט קומט עס אויס א וואוקס פון 4.7 פראצענט.

ווען מ'קוקט נישט נאר אויף די סכום פון דזשאבס, נאר אויך אויף די דורכשניטליכע שעות פון אן ארבעטס וואך (וואס מיט די ביידע אינאיינעם ווייסט מען די סך הכל פון וויפיל שעות ארבעט ס'איז אייגנטליך געווען) און וויפיל איינוואוינער דאס לאנד האט, שטעלט זיך ארויס אז שעות ארבעט פער קעפיטע איז געשטיגן דורכאויס 2021 מיט 4.8 פראצענט, נאכ'ן פאלן אין 2020 מיט 5.2 פראצענט, און מ'איז שוין כמעט צוריק צו פול אימפלוימענט.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
שוין
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 05, 2018 12:52 pm

Re: ענדגילטיג! ענדיגילטיגע אפיציעלע סטאטיסטיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוין »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ענדגילטיג! ענדיגילטיגע אפיציעלע סטאטיסטיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

היינט אינדערפרי האט די אמעריקאנער ביורא אוו אקענאמיק אנאליסעס ארויסגעגעבן זייער דריטע און ענדגילטיגע באריכט אויף די אמעריקאנער GDP אינעם פערטן קווארטל פון 2021, און מיט דעם איז שוין דא די אפיציעלע ענדגילטיגע ציפער פאר'ן גאנצן למספרם יאר 2021.

אין 2021 איז די GDP געווען 19.43 טריליאן דאלאר, ארויף פון די די 18.38 טריליאן דאלאר אין 2020, און פון די 19.03 טריליאן דאלאר אין 2019 (אלעס אין 2012 דאלארן).

אין פראצענט איז עס געשטיגן אין 2021 מיט 5.7%, נאכ'ן פאלן אין 2020 מיט 3.4%.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ענדגילטיג! ענדיגילטיגע אפיציעלע סטאטיסטיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

מיט די היינטיגע דזשאבס באריכט איז צום דריטן מאל איבערגעמאכט געווארן די יאנוואר 2022 נומערן, וואס מיינט אז די נומערן פון ביידענ'ס ערשטע יאר זענען פאר יעצט געענדיגט.

אין ביידענ'ס ערשטע יאר איז צוגעקומען אין לאנד 6,727,000 דזשאבס, ביי אבאמא - וועלכער איז אויך אריינגעקומען ווען די דזשאבס מארקעט איז געווען אין א נידריגע פונקט - איז צוגעקומען 6,513,000 דזשאבס איז זיינע ערשטע זעקס יאר.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ענדגילטיג! ענדיגילטיגע אפיציעלע סטאטיסטיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

נעכטן האט די אמעריקאנער רעגירונג ארויסגעגעבן איבערגעמאכטע נומערן פון די דזשי. די. פי. פון די לעצטע עטליכע יאר.

לויט די פריש ארויסגעגעבענע נומערן איז די דזשי. די. פי. אין די דרייצן יאר זינט די גרויסע רעסעסיע געוואקסן אויף א יערליכע ראטע פון 2.1%, אראפ פון די 2.5% יערליכע ראטע וואס זי איז געוואקסן אין די דרייצן יאר בעפאר.

ווען ס'קומט צו לאנג טערמיניגע דזשי. די. פי. איז יעדע קליין ביסל חילוק א גרויסע זאך, און דערפאר קען מען נישט אוועקמאכן די שוואכערע וואוקס אלס מינימאל.

אבער די קומט אריין אן אנדערע פאקטאר, וואס איז די שטייטערע בעפעלקערונג וואוקס פון די לעצטערע יארן.

אין די לעצטע דרייצן יאר איז די באפעלקערונג געוואקסן מיט 8.5%, אראפ פון די 14.0% וואס ס'איז געוואקסן אין די דרייצן יאר בעפאר.

און ווען מ'קוקט טאקע אויף דזשי. די. פי. פער קעפיטע וואוקס, זעט מען אז ס'איז געוואקסן אין די דרייצן יאר זינט די גרויסע רעסעסיע אויף א יערליכע ראטע פון 1.5%, ממש אקוראט די זעלבע ווי ס'איז געוואקסן אין די דרייצן יאר בעפאר.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ענדגילטיג! ענדיגילטיגע אפיציעלע סטאטיסטיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

והיתם נקיים האט געשריבן:
אין די פינף און א האלב וואכן פון ווען די אשכול איז אפן האבן מיר נאכנישט פלאצירט דא קיין איין תגובה, און די סיבה איז ווייל נישט יעדן טאג קומען ארויס סטאטיסטיקס וואס זענען ענדגילטיג, אבער היינט איז אנדערש.

ווי באקאנט טוט די אמעריקאנע ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס ארויסגעבן א "דזשאבס באריכט" יעדן ערשטע פרייטאג פונעם חודש.

די באריכט באשטייט פון צוויי סורוועיס, איינס איז די "פאפולעישאן סורוועי" (א סורוועי וואס די מצב איז צווישן די באפעלקערונג - צ.ב.ש. וויפיל מענטשן זענען דא בכלל, וויפיל מענטשן זענען אינעם ארבעטס קראפט, וויפיל מענטשן ארבעטן וכדו'), און דאס צווייטע איז די "אימפלוימענט סורוועי" (א סורוועי וואס די דזשאבס מצב איז - צ.ב.ש. וויפיל דזשאבס זענען דא, וויפיל שעה א וואך א דורכשניטליכע דזשאב איז, און וויפיל ס'איז די דורכשניטליכע געהאלט פער שעה וכדו').

די העדליין נומער וואס ווערט געווענליך די מערסטע אנגעקוקט איז וויפיל דזשאבס ס'זענען צוגעקומען אינעם חודש, און דאס קומט פון די אימפלוימענט סורוועי ווען מ'קוקט אויף די סך הכל דזשאבס ס'זענען געווען דעם חודש אין פארגלייך צו א חודש פריער, אבער די וואס קוקן אריין טיפער וועלן אויך באטראכטן די לענג פון א דורכשניטליכע ארבעטס וואך, די דורכשניטליכע געהאלט פער שעה, די קאנסומער פרייס אינדעקס (וואס מעסט אינפלאציע/דיפלאציע - ארויסצוהאבן וואס די דורכשניטליכע געהאלט מיינט באמת), וואס זענען אלע סטאטיסטיקס אינעם אימפלוימענט סורוועי.

די ערשטע פרייטאג פונעם חודש וועט ארויסקומען די ערשטע באריכט פון די פריערדיגע חודש, און ס'וועלן אויך ארויסקומען רעוויזיעס פון די צוויי פריערדיגע חדשים, אזוי אז ערשט אין אנהויב פעברואר (אזויווי היינט) ווען די ערשטע באריכט פון יאנוואר קומט ארויס וועט די נאוועמבער באריכט זיין ענדגילטיג פאר'ן קורצן טערמין, ווייל אין די קומענדיגע חדשים וועלן נישט געמאכט ווערן קיין רעוויזיעס דערויף.

אבער דאס איז נאר פאר'ן קורצן טערמין, ווייל למעשה איז דא - וואס די ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס רופט - "א בענטשמארק רעוויזיע", וואס יענע רעוויזיע קען טוישן די נומערן ביז פינף יאר פריער! אזוי אז בעצם קען מען נישט זאגן אז די נומערן פון א חודש זענען ממש "ענדגילטיג", ביז די יאנוואר באריכט פון פינף יאר שפעטער קומט ארויס, וואס דאן איז די קאלענדאר יאר פון פינף יאר פריער אפיציעל ענדגילטיג.

אלזא, היינט האבן זיי ארויסגעגעבן די די ענדגילטיגע בענטשמארק רעוויזיע וואס האט נאך געטוישט נומערן פון 2017, אזוי אז די דזשאבס באריכט נומערן ביז נאך 2017 איז שוין יעצט ענדגילטיג (ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן פאר די וואס פרובירן צו כאפן הייסע לאקשן און מאכן פאליטישע מסכנות באזירט אויף באריכטן פון ממש יעצט, אז ערשט היינט איז געווארן ענדגילטיג באשטעטיגט וויפיל דזשאבס ס'זענען צוגעקומען אונטער אבאמא, ווייל אזויווי ער איז נאך געווען פרעזידענט אום יאנוואר 2017 זענען זיינע נומערן נאכנישט געווען ענדגילטיג ביז יעצט).

אט זענען די סך הכל פון דזשאבס צוגעקומען צווישן די יארן 2010 און 2020:

2011 (ענדגילטיג): 2.1 מיליאן
2012 (ענדגילטיג): 2.2 מיליאן
2013 (ענדגילטיג): 2.3 מיליאן
2014 (ענדגילטיג): 3.0 מיליאן
2015 (ענדגילטיג): 2.7 מיליאן
2016 (ענדגילטיג): 2.3 מיליאן
2017 (ענדגילטיג): 2.1 מיליאן
2018 (דערווייל): 2.3 מיליאן
2019 (דערווייל): 2.0 מיליאן
2020 (דערווייל): 9.3- מיליאן

אויב וויל מען רעדן פאליטיש, אט זענען די סך הכל פון דזשאבס צוגעקומען יעדע יאר פון די לעצטע צוויי פרעזידענטליכע טערמינען:

אבאמא'ס פיפטע יאר (ענדגילטיג): 2.3 מיליאן
אבאמא'ס זעקסטע יאר (ענדגילטיג): 3.0 מיליאן
אבאמא'ס זיבעטע יאר (ענדגילטיג): 2.6 מיליאן
אבאמא'ס אכטע יאר (ענדגילטיג): 2.4 מיליאן
טראמפ'ס ערשטע יאר (כמעט ענדגילטיג): 2.0 מיליאן
טראמפ'ס צווייטע יאר (דערווייל): 2.4 מיליאן
טראמפ'ס דריטע יאר (דערווייל): 2.0 מיליאן
טראמפ'ס פערטע יאר (דערווייל): 9.1- מיליאן
-

נאכדעם איז די חלק פון די שעות פון א דורכשניטליכע ארבעטס וואך, וואס מיט די סכום פון דזשאבס קען מען פון דעם זען וויפיל שעה ארבעט ס'איז געווען א וואך יעדע חודש.

(איך האב אויך ליב צו אריינווארפן דא די גרויס פון די באפעלקערונג, צו זען וויפיל "שעה ארבעט פער מענטש" ס'איז געווען, ווייל דאס געבט א גוטע בליק אויף ווי גוט/שלעכט די עקאנאמיע טוט אויפ'ן פעלד פון דזשאבס, אבער אזויווי די צענזוס ביורא האט נאכנישט ארויסגעגעבן די ענדגילטיגע שאצונג פון די חודש'ליכע באפעלקערונג פון צווישן די 2010 און 2020 צענזוס, וועלן מיר יענץ ברענגען ווען ס'וועט זיין עוועילעבל.)

דא לאמיר נישט ברענגען די סכום פון שעות, נאר מיט וויפיל פראצענט ס'איז געשטיגן יעדע יאר:

2011 (ענדגילטיג): 1.9%
2012 (ענדגילטיג): 1.9%
2013 (ענדגילטיג): 1.4%
2014 (ענדגילטיג): 2.8%
2015 (ענדגילטיג): 1.6%
2016 (ענדגילטיג): 1.3%
2017 (ענדגילטיג): 1.7%
2018 (דערווייל): 1.6%
2019 (דערווייל): 0.7%
2020 (דערווייל): 4.6%-

און די זעלבע סטאטיסטיק אין פרעזידענטליכע יארן:

אבאמא'ס פיפטע יאר (ענדגילטיג): 1.7%
אבאמא'ס זעקסטע יאר (ענדגילטיג): 2.5%
אבאמא'ס זיבעטע יאר (ענדגילטיג): 2.2%
אבאמא'ס אכטע יאר (ענדגילטיג): 1.1%
טראמפ'ס ערשטע יאר (כמעט ענדגילטיג): 1.4%
טראמפ'ס צווייטע יאר (דערווייל): 1.9%
טראמפ'ס דריטע יאר (דערווייל): 0.8%
טראמפ'ס פערטע יאר (דערווייל): 5.0%-
-

מיר וועלן ממשיך זיין מיט מער אינפארמאציע א קומענדיגע מאל, גוט שבת.
די תגובה וואס מיר ציטירן איז פון דא אויבן פונקט א יאר צוריק, אט זענען די רעזולטאטן פון די רעוויזיעס וואס זענען ארויסגעקומען היינט א יאר שפעטער.

די סך הכל פון דזשאבס צוגעקומען צווישן די יארן 2011 און 2022 זענען ווי פאלגענד:
2009 (ענדגילטיג): 5.0- מיליאן
2010 (ענדגילטיג): 1.0 מיליאן
2011 (ענדגילטיג): 2.1 מיליאן
2012 (ענדגילטיג): 2.2 מיליאן
2013 (ענדגילטיג): 2.3 מיליאן
2014 (ענדגילטיג): 3.0 מיליאן
2015 (ענדגילטיג): 2.7 מיליאן
2016 (ענדגילטיג): 2.3 מיליאן
2017 (ענדגילטיג): 2.1 מיליאן
2018 (ענדגילטיג): 2.3 מיליאן
2019 (דערווייל): 2.0 מיליאן
2020 (דערווייל): 9.3- מיליאן
2021 (דערווייל): 7.3 מיליאן
2022 (דערווייל): 4.8 מיליאן

אויב וויל מען רעדן פאליטיש, אט זענען די סך הכל פון דזשאבס צוגעקומען יעדע יאר פון די לעצטע צען פרעזידענטליכע יארן:

אבאמא'ס ערשטע יאר (ענדגילטיג): 4.3- מיליאן
אבאמא'ס צווייטע יאר (ענדגילטיג): 1.0 מיליאן
אבאמא'ס דריטע יאר (ענדגילטיג): 2.4 מיליאן
אבאמא'ס פערטע יאר (ענדגילטיג): 2.0 מיליאן
אבאמא'ס פיפטע יאר (ענדגילטיג): 2.3 מיליאן
אבאמא'ס זעקסטע יאר (ענדגילטיג): 3.0 מיליאן
אבאמא'ס זיבעטע יאר (ענדגילטיג): 2.6 מיליאן
אבאמא'ס אכטע יאר (ענדגילטיג): 2.4 מיליאן
טראמפ'ס ערשטע יאר (ענדגילטיג): 2.0 מיליאן
טראמפ'ס צווייטע יאר (כמעט ענדגילטיג): 2.4 מיליאן
טראמפ'ס דריטע יאר (דערווייל): 2.0 מיליאן
טראמפ'ס פערטע יאר (דערווייל): 9.1- מיליאן
ביידענ'ס ערשטע יאר (דערווייל): 7.1 מיליאן
ביידענ'ס צווייטע יאר (דערווייל): 5.0 מיליאן
-

נאכדעם איז דא די חלק פון די שעות פון א דורכשניטליכע ארבעטס וואך, וואס יענץ אינאיינעם מיט די סכום פון דזשאבס, זאגט אונז וויפיל שעה ארבעט ס'איז געווען פער וואך, און מיט'ן צולייגן די גרויס פון די באפעלקערונג צום חשבון קען מען זען וויפיל שעות ארבעט פער וואך פער מענטש ס'איז געווען אינעם חודש, וואס דאס געבט גאר א גוטע בליק אויף ווי גוט/שלעכט די עקאנאמיע האט געטוהן אינעם חודש אויפ'ן פעלד פון דזשאבס (מיר שרייבן "אויפ'ן פעלד פון דזשאבס", ווייל אטאמאציע קען גורם זיין אז ס'זאל זיין ווייניגער ארבעט אויך ווען עקאנאמישע אקטיוויטעטן גייען אן ווי געהעריג, אבער עכ"פ אסאך ארבעט מיט ווייניג עקאנאמישע אקטיוויטעטן איז זיכער נישט עפעס וואס געשעט).

פאראיאר האבן מיר נישט געברענגט דעם נומער ווייל ס'איז נאכנישט געווען די ענדגילטיגע באפעלקערונג נומערן פון צווישן די יארן 2010-2020, אבער יעצט איז עס שוין דא.

דא לאמיר נישט ברענגען די סכום, נאר מיט וויפיל ס'איז געשטיגן יעדע יאר (דאס הייסט וויפיל העכער/נידריגער ס'איז געווען אום דעצעמבער קעגן דעצעמבער פון א יאר פריער):

2009 (ענדגילטיג): 4.6%-
2011 (ענדגילטיג): 1.2%
2011 (ענדגילטיג): 1.1%
2012 (ענדגילטיג): 0.9%
2013 (ענדגילטיג): 0.6%
2014 (ענדגילטיג): 2.3%
2015 (ענדגילטיג): 0.9%
2016 (ענדגילטיג): 0.6%
2017 (ענדגילטיג): 0.8%
2018 (ענדגילטיג): 1.3%
2019 (דערווייל): 0.2%
2020 (דערווייל): 5.0%-
2021 (דערווייל): 4.8%
2022 (דערווייל): 1.6%

און די זעלבע סטאטיסטיק אין פרעזידענטליכע יארן:

אבאמא'ס ערשטע יאר (ענדגילטיג): 4.0-
אבאמא'ס צווייטע יאר (ענדגילטיג): 0.6%
אבאמא'ס דריטע יאר (ענדגילטיג): 1.9%
אבאמא'ס פערטע יאר (ענדגילטיג): 0.5%
אבאמא'ס פיפטע יאר (ענדגילטיג): 0.9%
אבאמא'ס זעקסטע יאר (ענדגילטיג): 1.7%
אבאמא'ס זיבעטע יאר (ענדגילטיג): 1.4%
אבאמא'ס אכטע יאר (ענדגילטיג): 0.4%
טראמפ'ס ערשטע יאר (ענדגילטיג): 0.8%
טראמפ'ס צווייטע יאר (כמעט ענדגילטיג): 1.4%
טראמפ'ס דריטע יאר (דערווייל): 0.2%
טראמפ'ס פערטע יאר (דערווייל): 4.2%-
ביידענ'ס ערשטע יאר (דערווייל): 3.5%
ביידענ'ס צווייטע יאר (דערווייל): 3.1%
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ענדגילטיג! ענדיגילטיגע אפיציעלע סטאטיסטיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

היינט האט די אמעריקאנער ביורא אוו אקענאמיק אנאליסעס ארויסגעגעבן די דריטע דזשי. די. פי. באריכט פונעם ערשטן קווארטל.

וויבאלד די יעצטיגע פרעזידענטליכע טערמין האט זיך אנגעהויבן אינעם ערשטן קווארטל פון 2021, מיינט עס אז מ'האט יעצט די מער-ווייניגער-ענדגילטיג די נומערן פון ווי שטארק די דזשי. די. פי. איז געוואקסן אינעם פרעזידענט'ס ערשטע צוויי יאר (די ערשטע האלב פון זיין טערמין), און ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז עס געוואקסן אין די צוויי יאר מיט 5.6%.

די נומערן רעכענען שוין אריין אינפלאציע, אויב קוקט מען אויף די רויע נומערן איז עס געוואקסן מיט אזויפיל ווי 19%.

והיתם נקיים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 8:26 pm

אין די יאר און א פערטל פארדעם איז עס כמעט נישט געוואקסן (וועגן קאוויד), אבער אלעס צוזאמען (דאס הייסט די 3.25 יאר פון Q4 2019 ביז Q1 2023) האט געזען וואוקס פון 1.7% יערליך, וואס איז ממש ענליך צו די דורכשניט פון די צוועלף יארן פארדעם.

אז מ'קוקט אויפ'ן לענגערן טערמין, אין די צוואנציג יאר פון Q4 1999 ביז Q4 2019 איז די דזשי. די. פי. געוואקסן יערליך מיט 2.0%, אין די צוואנציג יאר פון Q1 2003 ביז Q1 2023 איז עס געוואקסן יערליך מיט... 2.0%!
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ענדגילטיג! ענדיגילטיגע אפיציעלע סטאטיסטיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

בייגעלייגט איז א גראף פון די טרענד פון די אמעריקאנער נאציאנאלע חוב אלס פראצענט פון די דזשי. די. פי. אין די לעצטע פינף יאר.

US National Debt As Percentage of the GDP.JPG
US National Debt As Percentage of the GDP.JPG (32.68 KiB) געזען 550 מאל
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ענדגילטיג! ענדיגילטיגע אפיציעלע סטאטיסטיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

והיתם נקיים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 8:26 pm

די נומערן רעכענען שוין אריין אינפלאציע, אויב קוקט מען אויף די רויע נומערן איז עס געוואקסן מיט אזויפיל ווי 19%.
און די אנעדזשאסטעד ציפערן זענען נישט אירעלעווענט, ווייל דאס דעמאלישד דעם חוב קעגן די דזשי די פי.

ווי מען זעהט אין די טשארט וואס איר ברענגט.

ישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”