ווייסע הויז פרעסע צימער

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

א גוט יאר און א גוטן חנוכה טייערע חבירים.

די ווייסע הויז פרעסע צימער איז א צימער אין די מערב פליגל פון די ווייסע הויז ווי די פרעס סעקרעטאר האלט אינפארמירט די אמעריקאנער באפעלקערונג מהנעשה והנשמע אין די עקזעקיוטיוו פליגעל פון די אמעריקאנער גאווערמענט וואס ווערט אנגעפירט דורך דער אמטירענדער פרעזידענט.

אויב דאס איז אמאל געווען די תפקיד פון די פרעסע צימער צו אינפארמירן די אמעריקאנער פאלק איז דאס שוין לאנג נישט די מציאות, אין די לעצטע פאר יאר איז עס געווארן א פלאץ ווי די דזשורנאליסטן פון די רעכטע זייט זיכן צו צימבלען די לינקע אדמיניסטראציע און די דזשורנאליסטן פון די לינקע זייט צו צימבלען די רעכטע אדמיניסטראציע.

בעיקר שטארק האט זיך עס אנגעזעהן אונטער פרעזידענט טראמפ ווען די CNN קארעספאנדענט דזשים אקאסטא האט זיך אויסגעצייכנט אין חוצפה'דיגע פראגן וואס האט געצויגן העדליינס אזוי ווייט אז די דעמאלטסדיגער ווייסע הויז האט אים פראבירט ארויסצושטויסן אן סוקסעס, ווען טראמפ איז ארויס פון אפיס האט אקאסטא אויך געענדיגט זיין תפקיד און אויך איבערגעלאזט די ווייסע הויז.

יעצט מיט די נייע ביידען אדמיניסטראציע זענען די רעכטע נייעס אגענטורן די וואס זיכן צו פרעגן שווערע פראגן, פאקס ניוז קארעספעדאנט פיטער דוסי איז דער וואס צייכנט זיך אויס אין דעם פעלד איך וואלט נישט געזאגט אז ער פרעגט אזאלכע חוצפה'דיגע פראגן ווי אקאסטא אבער שווערע ציפעדיגע פראגעס שטעלט ער יא.

דא אין דעם אשכול וועט מען פראבירן צו ברענגן די אינטערסאנטע אויסטוישן וואס קומען פאר דארט אינעם פרעסע צימער.
לעצט פארראכטן דורך ר' זעקל אום דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 1:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דאונעיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 3:56 pm

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאונעיט »

טענקס ר' זעקל זייער אינטערעסאנט.

מען מעג אויך שרייבן גוטע ענטפערס פונעם פרעזידענט?
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

דאונעיט האט געשריבן:טענקס ר' זעקל זייער אינטערעסאנט.

מען מעג אויך שרייבן גוטע ענטפערס פונעם פרעזידענט?

עפעס א פראגע? נו וואדאי אזוי! אבער דאס איז נישט קאך לעפל מען זאל פראבירן נישט אריינצוגיין אין קיין טעהנערייען, מען קען ברענגן קשיא'ס און ענטפערס וואס מען האט געפרעגט און געענטפערט אין די פרעסע צימער.
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

שכח ר׳ זעקל קענט וועיט.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

דוסי: מען רעדט יעצט אסאך איבער די ערשטע דעבאטע צווישן די דאן פרעזידענט טראמפ און די יעצטיגער פרעזידענט ביידען, איך וויל אבער ארויפברענגען עפעס פון די צווייטע דעבאטע, דזשאו ביידען ביי די צווייטע דעבאטע ווען עס איז געווען 220 טויזענט טויטע פון קאוויד האט געזאגט "איינער וואס איז רעספאנסיבעל פאר אזוי סאך טויטע זאל נישט בלייבן פרעזידענט" איז דאס נאך אלס די סטאנדארט היינט ווען עס איז שוין דא מער קאוויד טויטע אונטער ביידען ווי אונטער טראמפ?


סאקי: איך מיין די פונדעמענטאלע פראגע דארף זיין וואס טוהסטו צו ראטעווען לעבנס און פראטעקטן מענטשן, (און דא האט זי זיך ארויסגעלאזט און א לענגערע ליסטע פון
טענות אויף טראמפ'ס אויפפירונג ביים באהאנדלען דעם קריזיס)
And the former President was suggesting people inject bleach. He apparently, reportedly, didn’t even share with people he was going to interact with that he had tested positive for COVID himself. He continued to provide a forum for misinformation, which probably led to people not getting — not taking steps forward to get — to protect themselves, to wear a mask, to eventually get vaccinated.

This President has made the vaccine widely available. He’s relied on the health — the advice of his health and medical experts. And he is trying to be a part of solving this crisis — getting the pandemic under control. And I think there’s a pretty stark difference between their approaches.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

נעכטען איז די פרעסע סעקריטערע ארײנגעקימען אין א ריפארטער האָט געפרעגט די פאלגענדיגע פראגע: הײנט איז אײער געבאָרטס טאָג קען מען זינגען פאר אײך העפי בורטדעי?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

ABC ריפארטער נעכטן צו ביידען נאך די אויפדעקונג אז טראמפ האט געטעסט פאזיטיוו 3 טעג פאר די דיבעיט:
האלטסטו אז די געוועזענער פרעזידענט האט דיך געלייגט אין א סכנה??
ביידען: איך טראכט נישט פון די געוועזענער פרעזידענט, שכח
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

דוסי: געהילפן פון וויצע פרעזידענטקע העריס האבן געמאלדן אז זיי גייען איבערלאזן זייערע פאזיציעס, איז העריס נישט צופרידן מיט אירע געהילפן אדער ווילן מענטשן פשוט נישט ארבעטן פאר איר? (דאס קומט נאך רעפארטס אז מענטשן ווילן זייער נישט ארבעטן פאר איר און אז די ענווייערמענט דארט איז זייער שלעכט, און נאך די אנאונסמענט פון העריס'ס טשיף ווארטזאגער סענדערס אז זי גייט פארלאזן איר פאזיציע ענדע יאר)

סאקי: ארבעטן די ערשטע יאר אין די ווייסע הויז איז עקסייטמענט אבער אויך אויסמיטשענדיג, דערווייל האט נאר סענדערס אפיציעל געמאלדן אז זי גייט פארלאזן איר פאזיציע איך וועל לאזן פאר די וויצע פרעזידענט'ס טיעם צו מאכן די איבריגע אנאונסמענטס.

עס איז נאטורליך פאר געהילפן צו וועלן פראבירן נייע טשעלענדזשס און פאר די ווייסע הויז אריינצוברענגן נייע פענימער.

דוסי: הייסט עס האט גארנישט מיט די לעצטערע שלעכטע נייעס באריכטן אויף העריס און א פראוו צו אויפשאקלען איר סטעף צו איבערצומאכן איר אנזעהן?

סאקי האט זיך דאן אריינגעלאזט אין א רונדע אויסלויבינגען אויף סענדערס און געזאגט אז דאס קומט פשוט פון די וואס זי ארבעט שוין א לאנגע צייט פאר העריס און זי וויל שוין פראבירן עפעס פריש.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די קארעספעדאנט פון Today News Africa סיימאן אטאבע האט פראבירט אפאר מאל היינט צו פרעגן פראגן פון סאקי אויף וואס זי האט יעדע מאל אים איבערגעהאקט נישט לאזענדיג אים פרעגן יעדע מאל מיט א אנדערע תירוץ איינמאל אז ער האט אריינגעהאקט אינמיטן א צווייטן אין איינמאל אז זי האלט נאך אינמיטן ענטפערן די לעצטע פראגע פון א צווייטע רעפארטער.

דאס קומט נאך וואס נעכטן ביי א פרעס קאנפרענס פון דר. פאוטשי איז געווען א שטיקל אויסטויש צווישן אטאבע און פאוטשי איבער די טרעוועל רעסטריקשענס פון אפריקע קיין אמעריקע.

MR. ATEBA: Dr. Fauci, with all due respect, there’s zero case of COVID — of Omicron case in Zimbabwe, in Namibia, in Lesotho, in Mozambique. What justified imposing a travel ban on countries that have zero case of the Omicron variant?

DR. FAUCI: You know, that’s a very good question and important question, and we did struggle with that. But we wanted to see if we could bide time temporarily. So, I do hope that this gets sorted out and lifted before it has any significant impact on your country.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

Fox News White House correspondent Peter Doocy challenged Anthony Fauci, America’s top infectious diseases expert, over testing for those traveling from abroad by plane compared to those who cross the U.S.-Mexico border.

“[Have] you advised the president of the possibility of new testing requirements for people coming into this country? Does that include everybody?” Doocy asked Fauci during Wednesday’s White House press briefing.

“The answer is it yes because you know that the new regulation, if you want to call it that, is that anybody and everybody who’s coming into the country needs to get a test within 24 hours of getting on the plane to come here,” responded Fauci.

Doocy followed up and asked, “But what about people who don’t take a plane and just these border crossers coming in huge numbers?”

“That’s a different issue. We still have Title 42 with regard to protection at the border,” said Fauci. “So there are protections at the border that you don’t have the capability, as you know, of somebody getting on the plane, getting checked, looking at passport. We don’t have that there. But we can get some degree of mitigation.”

“Is there something to do to test these people somewhere else or–” Doocy asked before Fauci cut him off and said, “There is testing at the border under
certain circumstances, as you know.”


(אויב איינער וויל עס איבערטייטשן אויף אידיש קען מיר עס אריינשיקן אין אישי)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א דאנק זעקי, סובסקרייבד
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

א דאנק אלע דאנקערס. די אשכול איז נישט רעסטריקטעט פאר מיר יעדער איינער קען ארויסהעלפן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

זייער א גוטע פתיחה, און העכסט אינטערסאנטע אינהאלט, כ'האב הנאה.

נאר געוואלט צולייגן א אינטערעסאנטע פאקט נאכדעם ווי דו האסט שיין אראפגעלייגט די אפיציעלע מטרה פון די פרעסע צימער.

די ארט וואו די פרעסע צימער איז איצט פלעגט זיין א שווים באסיין (סווימינג פּול), און קיין פרעסע צימער איז געווען. איז געקומען איין פרעזידענט און מחליט געווען אז א ספעציעלע צימער פאר די פרעסע איז איהם מער געשמאק ווי שווימען, האט ער איבערגעדעקט די שווים באסיין, אראפגעלייגט א פאדלאגע, אויפגעשטעלט א סטעידזש, און דאס איז היינט די פרעסע צימער..

שטייצעך אז שפעטער האט מען געבויט א פרישע שווים באסיין..
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ווי יעדער האט מיטגעהאלטן האט פרעזידענט ביידען א שטיקל פארקילאכטס אויפברענגנדיג זארגן צו ער האט נישט קאוויד, ווען געפרעגט איבער דעם דורך פיטער דוסי האט ביידען געענטפערט אז ער ווערט געטעסט יעדן טאג פאר אלע סטרעינס "וואס איך האב יא איז א איינס-און-א-האלב יעריגער אייניקל וואס האט א פארקילאכטס און ער גלייכט זייער צו קישן זיין זיידע עס איז נאר א קאלד"

שפעטער ביי א פרעס קאנפרענס דורך פרוי סאקי איז זי געפרעגט געווארן אפאר שאלות איבער ביידענ'ס געזונט און אויך האט זי געהאט א שטיקל אויסטויש מיט פיטער דוסי.

דוסי: נאך איין פאלאו אפ איבער ביידענס געזונט, דער פרעזידענט האט א היס און זעהט אויס אביסל פארקילט, אסאך מענטשן אין די אמעריקאנער ארבעטפארס ווערן ענקארידזשט נישט אריינצוגיין צו די ארבעט ווען מען האט אזאלכע סימפטעמס אפילו אויב זיי זענען אינגאנצן וואקסינירט, זענען די רולס אנדערש פאר דער פרעזידענט?

סאקי: דער פרעזידענט איז געווארן געטעסט און עס איז צוריקגעקומען שנעל אז ער איז נעגעטיוו אזוי ווי אונז האבן ארויסגעלייגט די סטעיטמענט פון דער דאקטער, און עס איז נאר א קאלד ווי דו קענסט זעהן אויף די אינפערמעישן וואס אונז האבן ארויסגעלייגט פון דער דאקטער.

דוסי: אבער אזוי ווי די ווייסט פון דיין אייגענע עקספיריענס קען אסאך מאל צוריקקומען אפאר טעסטס נעגעטיוו ביז עס קומט ארויס פאזעטיוו (דהיינו אפילו ווען מען איז פאזעטיוו קען אסאך מאל די ערשטע פאר טעסטס צוריקקומען נעגעטיוו ביז עס כאפט עס אויף) איז דא סיי וועלכע זארג צו לאזן ביידען זיין געהעריג ביי די ארבעט מיט אזאלכע סימפטאמס אפילו די טעסט ווייזט נעגעטיוו?

סאקי: איך קען דיר צוזאגן אז דער פרעזידענט האלט איין א יעדע פראטאקאל, ער וויל האלטן סעיף אלע ארבעטער פון די ווייסע הויז, און ער האט אלעס דורכגערעדט מיט זיין דאקטער.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פאריגע דאנארשטאג בי די פרעס בריפינג.

דוסי: גרויסע שטעט מוטשענען זיך מיט פארברעכער וואס ברעכן איין און בארויבן געשעפטן, א רעקארד צאל פאליצי אפיצירן זענען געשאסן און געהארגט געווארן דאס יאר, וואס טוט ביידען צו העלפן אין דעם?

סאקי'ס ענטפער:
Well, Peter, I would say that, one, the president proposed additional funding in his budget over the funding that had been proposed by the prior president to increase and support local police departments, to make sure we keep cops on the beat, and we ensure that local communities are working in partnership to crack down on crime and any dangers they see in their community. So, that’s one of the steps.

We’ve also worked with a range of communities across the country on strike forces, as you know — something we’ve talked about in the past. We’re continuing to implement that from the Department of Justice.

But the president absolutely believes that community police forces can have an important, instrumental effect in helping keep communities safe.



א טאג שפעטער פרייטאג איז סאקי צוריקגעקומען מיט א אפדעיט פאר דוסי.

סאקי: די יוסטיץ דעפארטמענט און די FBI זענען אין קאנטעקט מיט די לאקאלע פאליצי קרעפטן פון די געגנטער וואס מוטשענען זיך מיט א אויפשטייג פון אזאלכע פארברעכן, א עקזעמפל לאס אנדזשעלעס וואס פלאגט זיך מיט אסאך אזאלכע רויבערייען די FBI איז אין פארבינדונג מיט די לאקאלע פאליצי קרעפטן זיי ארויסצוהעלפן מיט א טעסק פארס וואס זאל ארויסהעלפן אין דעם פראבלעם.

און חוץ מזה האט די דעפארטמענט אף יוסטיץ געמאלדן אז סאן פראנציסקא א געגנט וואס מוטשעט זיך אויך מיט דעם פראבלעם גייען באקומען געלט צו אויפנעמען נאך 50 פאליצי אפיצירן דורך די COPS פראגראם פון דער פרעזידענט, דאס איז א חלק פון די $150 מיליאן דאלער פאר אזאלכע גרענטס נאציאנאל.

דוסי: ישר כח פארן צוריקקומען מיט די אפדעיט.

סאקי: איך קוק פאראויס דאס צו זעהן באלד אויף פאקס ניוז.

דוסי: עס איז יעצט אויף פאקס (ווייזענדיג אויף די קעמרא)

(דער עולם האט זיך צושמייכלט)

סאקי: איך גלייב עס איז.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טענקס ר' זעקי
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

נאך איבער די באריכטן איבער די אומצופרידענהייט פון די העריס געהילפן.

היינט ביי די פרעס בריפינג איז סאקי געווארן געצימבלט דורך פאקס ניוז קארעספאנדענט דזשעקי היינריק.

היינריק: עס זענען ארויסגעקומען אסאך באריכטן איבער דיסאינפאנקשען אין די אפיס פון די וויצע פרעזידענט, און נאכדעם האט די דעפיוטי דירעקטאר פאר אפערעישאנס פון העריס ארויסגעלייגט די פאלגענדע טוויט

א גוטן. מיין נאמען איז דעיוויד גינס, איך ארבעט פאר וויצע פרעזידענט העריס אלס דעפיוטי דירעקטאר פאר אפערעישאנס, און איך גלייך שטארק מיין ארבעט.

Just thought some of you should know :grin:



פאריגן זימער נאך שלעכטע דעקונג אויף העריס'ס באהאנדלונג פאר איר סטעף זענען אויך ארויסגעקומען אזאנע סארט טוויטס.

האט איינער פארלאנגט פון דעם סטעפער ארויסצולייגן אזא טוויט אדער האט ער עס געטוהן פון זיין אייגענע ווילן?

סאקי: איך בין נישט באקאנט איבער פארלאנגן ארויסצולייגן פאזעטיווע טוויטס אדער די ספעציפישע טוויט, איך וואלט דיר געשיקט פרעגן אזאלכע פראגן פון די וויצע פרעזידענטס אפיס.

אבער וואס איך קען דיר יא זאגן איז אז איך ארבעט מיט א צאל מענטשן פון די וויצע פרעזידענטס אפיס וואס זיכן יא אנצוגיין מיט זייער דזשאב.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

נאך וואס די ביידען ווייסע הויז האט ארויסגעלייגט א רעפארט צו אדרעסירן קאראפציע האט ניו יארק פאוסט רעפארטער סטיווען נעלסאן געפרעגט סאקי איבער די באריכט פאראיאר אין די פאוסט איבער האנטער ביידען'ס לעפטאפ, און איבער זיין האנדלונגען מיט א טשייניזער פירמע געאונט ביי די קאמיוניסטישע רעגירונג, צולייגענדיג "איך האף אז דו קענסט קאנפירמען אז די לעפטאפ מעשה איז אמת'דיג און נישט ווי דו האסט דאן געטוויט אז עס איז רוסישע דיסאינפערמאציע?

אויף וואס סאקי האט געענטפערט אז האנטער איז נישט קיין גאווערמענט ארבעטער און קענסט גיין אנפרעגן זיין אפיס, און דאן האט זיך סאקי אוועקגעדרייט צו א צווייטע רעפארטער אפילו ווען נעלסאן האט נאכאמאל פראבירט צו פרעגן זיין פראגע און זי האט צוריקגעשאסן מיט די זעלבע ענטפער אז ער קען גיין אנפרעגן ביי האנטער'ס אפיס.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

ש'כח ר' זעקל!

שוין לאנג געווארט אויף אזא אשכול!

אויב מעגליך קעמען אויך צולייגן דעם קליפ ווי די אינטערסאנטע ליינ'ס ווערן געזאגט, פארשטייט זיך נאר אויב ס'איז אויסגעהאלטן לפי רוח המקום.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

א דאנק עומד.
עס איז זייער שווער נאך וואס סאקי איז א פרוי און די פרעסע צימער איז פול מיט נשים.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

ר' הענדל ברייער האט אמאל געהאט אן ארטיקל אין דער איד איבער יד ווייסע הויז, און ער האט אויך ברייטו אויסגעשמועט די פרעסע צימער
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

טענקס ר' זעקלען
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טענקס זעקי
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

א דאנק פאר אלע חיזוק געבער'ס.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווייסע הויז פרעסע צימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

היינט האט דזשעק סאליוואן די נאציאנאלע זיכערהייט עדווייזער אפגעהאלטן א פרעס קאנפרענס אין די פרעסע צימער איבער די ווירטואלע זיצונג צווישן פוטין און ביידען.

א שטיקל פון די שאלות ותשובת סעסיע
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”