אידישליך האט געשריבן:
לויט באריכטן האט דער טעראריסט וועלכע וואוינט אין מזרח ירושלים אפגעשטעלט זיין קאר נישט ווייט פונעם "עטרת אברהם" שול, און האט אנגעהויבן שיסן מענטשן וואס זענען געשטאנען אינדרויסן, און דערנאך געשאסן אויף מענטשן ווי נאר זיי זענען ארויסגעקומען.
שכנים באקלאגן זיך אז זיי האבן גערופן די פאליציי אבער עס האט געדויערט 20 מינוט ביז זיי זענען אנגעקומען. זיי פארציילן אז איינער פון די שכנים האט פרובירט שיסן דעם טעראריסט, אבער איז דורכגעגעפאלן.
די פאליציי זאגן אז די ביקס פון דער טעראריסט האט זיך פארהאנקערט אדער אויסגעלאפן פון אמוניציע, און דאן האט ער פרובירט צוריקצולויפן צו זיין קאר, ווען ער איז געשאסן געווארן.