נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט
די אחראים: יאנאש ,אחראי ,געלעגער
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג מאי 10, 2022 5:45 pm
אידישליך האט געשריבן:
עקסקלוסיוו: א סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגער אין א סטעיטמענט צו אידישליך איבער די אינצידענט מיט לופטהאנזא לופטליניע אין פראנקפורט:
IMG_20220510_174457_155.jpg (131.93 KiB) געזען 4946 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג מאי 10, 2022 6:11 pm
פולע וואקסינירטער ביל געיטס זאגט אז ער האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד און האט מילדע סימפטאמען.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג מאי 10, 2022 8:55 pm
פראו טשויס גרופעס האלטן אפ דעמאנסטראציעס פארענט פון די הויז פון הויז ספיקערן נענסי פעלאסי, פארלאנגענדיג אז זי זאל עפענען אן אויספארשונג אין די 'קארופטירטע' סופרים קאורט ריכטער.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג מאי 10, 2022 8:55 pm
עווריל היינס, די דירעקטאר פון נאצינאלע אינטעלידזשנס האט געזאגט אז פוטין קען מעגליך נוצן נוקלעארע וואפן אויב וועט ער פילן אז ער פארלירט דעם קריג אין אוקריינע.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג מאי 10, 2022 9:31 pm
כינעזע נעיווי זאגט אז זיי האבן נאכגעקוקט און געגעבן א ווארענונג פאר אן אמעריקאנער נעיווי שיף וועלכע איז דורכגעפארן די שמאלע דורכגאנג צווישן כינע אין טייוואן. די אמעריקאנער נעיווי זאגט אז די USS Port Royal, א גיידעד-מיסיל קרוזער האט דורכגעפירט א רוטינע רייזע אין אינטערנאציאנאלע וואסערן.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג מאי 10, 2022 10:33 pm
קאנגרעס אין אן אפשטימונג האט 368-57 באשטעטיגט א נאנט צו 40 ביליאן דאלאר'דיגע הילף פעקל פאר אוקריינע. די ביל גייט יעצט צום סענאט פאר אן אפשטימונג.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 12:04 am
היינט איז פארגעקומען פריימעריס אין וועסט ווירדזשיניע און אין נעבראסקא צוויי רעפובליקאנער שטאטן, און איז שטארק נאכגעקוקט געווארן צוליב וואס די זענען פון די ערשטע פארמעסטן וועלכע גיבן געווענליך אן וואס מען האט צו ערווארטן אין די אויפקומענדע מיד-טוירם וואלן, און צוגאב צו די פאקט אז די פארמעסטן שיינען א ליכט איבער וויפיל פאקטישע איינפלוס געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט אויף די צוקונפט פון די פארטיי. אין וועסט ווירדזשיניע, ביי די רעפובליקאנער פריימעריס פאר די פרישע 2'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט, האט דער טראמפ געשטיצטער עלעקס מוני געווינען קעגן דעוויד מעקקינלי. אין נעבראסקא, אין די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט פאר די גאווערנער זיץ, האט דער טראמפ אינדארסירטער טשארלס הערבסטער פארלוירן צו דזשים פּילען.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 10:05 am
א זשורנאליסט פון אל דזשאזירא, שירין אבו אקלא, אן אמעריקאנער בירגערין, איז פאטאל דערשאסן געווארן דורכאויס א פייער אויסטויש ביי מדינת ישראל מיליטער אפעראציע אין זשינין. פאלעסטינער פרעזידענט אבאס איז תיכף ארויסגעקומען און באשולדיגט אז מדינת ישראל איז פולקאם פאראנטווארטליך דערפאר, אבער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בענעט האט גע'טענה'ט אז באוואפנטע פאלעסטינער וועלכע האבן געשאסן אויף די סאלדאטן זענען פאראנטווארטליך אויף איר טויט.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 10:32 am
א דראמאטישע אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אין פלארידע, ווען א פאסאזשיר מיט קיין שום עקספיריענס אין לאנדן א פליגער, האט באוויזן סוקסעספול און זיכערערהייט צו לאנדן א פליגער. דער אומ-אידענטיפיצירטער פאסאזשיר אויף א פריוואטע קליינע פליגער, וועלכע נעמט אריין 2 פאסאזשירן, האט זיך פארבינדן מיט לופט טראפיק קאנטראל אז עפעס האט פאסירט מיט זיין פילאט, אינמיטן פליען, און ער האט נאך קיינמאל נישט געפירט קיין פליגער. לופט טראפיק קאנטראל האט אים געגעבן אינסטרוקציעס, און דער פאסאזשיר האט באוויזן צו לאנדן דעם פליגער זיכערערהייט, אין פאלם ביטש לופטפעלד אין פלארידע.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 10:41 am
א ניו יארקער פאליציי אפיציר פון די בראנקס, איז באפרייט געווארן פון שפיטאל נאכן נעכטן נאכט געשאסן ווערן אין די ארעם. דער קרימינאל וועלכע האט געשאסן דעם פאליציאנט איז געשטארבן פון זיינע וואונדן נאך וואס פאליציי האט צוריקגעשאסן אויף אים.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 10:44 am
אין א פרישע רעקארד, זאגט די CDC אז איבער 107,000 אמעריקאנער בירגער זענען אומגעקומען פארגאנגענע יאר פון דראג אווערדאוז.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 10:49 am
באריכטן איבער א פרישע גאזאלין אויפרייס אין האוואנע, קובא, וועלכע האט איבערגעלאזט 3 מענטשן פארוואונדעט.
דאס קומט 4 טעג נאך די אויפרייס אין אן ארטיגע האטעל, וועלכע האט געקאסט 43 טויטע, און אויטאריטעטן זוכן נאך פאר איבערלעבער אין די ברוכווארג.
IMG_20220511_104930_031.jpg (139.13 KiB) געזען 3651 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 12:03 pm
אידישליך האט געשריבן: א זשורנאליסט פון אל דזשאזירא, שירין אבו אקלא, אן אמעריקאנער בירגערין, איז פאטאל דערשאסן געווארן דורכאויס א פייער אויסטויש ביי מדינת ישראל מיליטער אפעראציע אין זשינין. פאלעסטינער פרעזידענט אבאס איז תיכף ארויסגעקומען און באשולדיגט אז מדינת ישראל איז פולקאם פאראנטווארטליך דערפאר, אבער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בענעט האט גע'טענה'ט אז באוואפנטע פאלעסטינער וועלכע האבן געשאסן אויף די סאלדאטן זענען פאראנטווארטליך אויף איר טויט.
סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגער, נעד פרייס, פארדאמט די טויט פון דעם דזשורנאליסט, און רופט פאר א פולע אויספארשונג.
IMG_20220511_120243_953.jpg (149.35 KiB) געזען 3439 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 12:37 pm
פארטיידיגונגס סעקרעטאר לואיד אויסטין האט געזאגט פאר קאנגרעס מיטגלידער אז אויב רוסלאנד באשליסט צו אטאקירן סיי וועלכע לאנד וועלכע איז אנגעשלאסן אין נאטא, וועט דאס זיין א 'געים טוישער', און נאטא וועט רעאגירן דערצו אלץ א קאאליציע. אזוי אויך זאגט ער אז פוטין וויל נישט א קאנפראנטאציע מיט נאטא, און זאגט אז פון א מיליטערישע שטאנדפונקט איז אמעריקע פולקאם גרייט אפצוענטפערן יעדע סארט עסקעלאציע אויב וועט דער פרעזידענט הייסן.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 1:26 pm
אידישליך האט געשריבן: א ניו יארקער ריכטער אין מאנהעטן האט געאורטיילט צו האלטן געוועזענער פרעזידענט טראמפ אין 'קאנטעמפט אוו קאורט' פאר'ן נישט אויספאלגן א געריכטליכע סובפענע וואס פאדערט אים איבערצוגעבן פאר די אפיס פונעם אטוירני דזשענעראל געוויסע ביזנעס דאקומענטן אין פארבינדונג מיט די אנגייענדע אויספארשונג אין די טראמפ ארגאניזאציע, און וועט דארפן צאלן $10,000 פאר יעדן טאג וואס ער האלט צוריק די דאקומענטן.
א ניו יארקער ריכטער זאגט אז ער וועט ארויסלאזן געוועזענער פרעזידענט טראמפ פון קאנטעמפט אוו קארט, אויב טראמפ קומט נאך פארשידענע טערמינען ביז מאי 20, אריינגערעכנט באצאלן א שטראף פון $110,000 פארן נישט אויספאלגן די סובפינעס.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 3:53 pm
אן אמעריקאנער סאלדאט סטאנציאנירט אין א מיליטערישע באזע אין אלאסקא איז געשטארבן נאכן ווערן אטאקירט דורך א ווילדע בער.
א שווערע זוכעריי קומט פאר נאך דעם בער וועלכע האט אטאקירט דעם סאלדאט.
IMG_20220511_155239_345.jpg (76.04 KiB) געזען 2855 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 3:53 pm
אוקריינע פראקורארן זענען גרייט פארצושטעלן זייער ערשטע קלאגע קעגן א רוסישער געפאנגענער אויפן באגיין קריגס פארברעכן, נאך וואס יענער האט געשאסן אן אומשולדיגער ציווילע מאן וועלכער איז געפארן אויף א ביציקל, און דער סאלדאט איז דורכגעפארן מיט א קאר, און אים דערשאסן צום טויט.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 3:54 pm
אין פרישע ערשינענע אוידיאו רעקארדינג פון רעפובליקאנער סענאטאר לינדזי גרעהעם, פון נאך יאנואר 6, קריטיקירט ער שטארק טראמפ, און זאגט אז ער איז געגאנגען צו ווייט, און זאגט אז "ביידען איז מעגליך די בעסטע", אין די תקופה נאך יאנואר 6.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 5:33 pm
די 9'טע סירקוט אפעלאט געריכט האט 2-1 געאורטיילט אז א פארבאט אין קאליפארניע צו פארקויפן סעמי-אויטאמאטישע ביקסן פאר ערוואקסענע אונטער 21 איז נישט קאנסטיטוציאנאל, און פארלעצט די צווייטע אמענדמענט רעכטן.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 5:35 pm
א ביל וועלכע האט געזאלט לעגאלעזירן רציחה פראצעדור רעכטן אין אמעריקע, איז דורכגעפאלן אין סענאט 51-49. אלע רעפובליקאנער האבן געשטימט דערקעגן, און אלע דעמאקראטן פאר דעם ביל, מיטן אויסנאם פון סענעטאר דזשאו מענשין. די ביל וואלט נישט געקענט דורכגיין אפילו מיט מענשינס שטימע, ווייל עס האט געדארפט האבן 60 שטימען צו דורכגיין.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מיטוואך מאי 11, 2022 9:40 pm
צפון קארעא האט צום ערשטן מאל זינט די אנהייב פון די פאנדעמיק געמאלדן אז זיי האבן באשטעטיגט א קאוויד פאל אין זייער לאנד. דער ארטיגער פירער קים יאנג אן האט באפוילן צו אפשטעלן די פארשפרייטונג דאס שנעלסטע וואס מעגליך. געוויסע באריכטן געבן אן אז א נאציאנאלע לאקדאון איז איינגעפירט געווארן אין לאנד.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:12 am
אידישליך האט געשריבן: דער צווייטער דזשענטעלמאן, דאג עמהאף, דער מאן פון וויצע פרעזידענט קאמאלע העריס, איז אוועקגעפירט געווארן אין איילעניש דורך די סיקרעט סערוויס אינמיטן א פרעזענטאציע אין א הויך שולע אין וואשינגטאן, צוליב א באמבע סטראשע. די שולע איז עוואקואירט געווארן.
פאליציי אין די.סי. האבן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט א 17 יעריגע מיידל אין פארבינדונג מיט די באמבע סטראשונג וואס האט געפירט צו די עוואקואציע פון דער צווייטער דזשענטעלמאן, דאג עמהאף, אין די צייט וואס ער האט זיך געפונען אין אן ארטיגע שולע געביידע.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:15 am
די דעפארטמענט פאר אינערליכע אנגעלעגנהייטן האט געמאלדן אז זיי אנולירן פלענער ארויסצוגעבן 2 אויל גרובירונג קאנטראקטן אין די גאלף אוו מעקסיקא ראיאן זאגנדיג אז דאס קומט נאך וואס קעגנזייטיגע געריכט אורטיילן האבן פארשלעפט די פראצעדור און ארבעט אויפ'ן ארט אזוי אז עס לוינט מער נישט עס ארויסצוגעבן. אינעם זעלבן סטעיטמענט האט די דעפארטמענט אויך געמאלדן אז זיי וועלן נישט פאראויס גיין מיט'ן פארדינגען אלאסקע'ס 'קוק אינלעט', א שמאלער פאס ים פון 180 מייל לאנג וועלכע ציהט זיך פונעם גאלף אוו אלאסקע וועלכע פארמאגט פאטענציאל אליינס איבער א מיליאן אקער פון נאטורליכע אויל און גאז, אנגעבנדיג אז די ענערגיע אינדוסטריע האט נישט געצייגט קיין גרויס אינטערעסע אין ארויסדינגען דאס ארט. די באשלוס וועלכע ווערט אנגעקוקט אלס א פאזיטיווער אקט דורך די ענווייראמענטאלע גרופעס איבער'ן לאנד, קומט אין א צייט ווען אויל און גאזאלין פרייזן איבער'ן לאנד דערגרייכן היסטארישע הויכן, און נאך וואס דער פרעזידענט האט אויסגעדרוקט גרייטקייט צו צושטעלן גאזאלין פאר אייראפעאישע לענדער וועלכע זוכן נישט צו זיין אנגעוויזן אויף רוסלאנד פאר זייערע ענערגיע געברויכן.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דאנערשטאג מאי 12, 2022 10:22 am
די טראמפ פאמיליע האט פארקויפט די טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל אין וואשינגטאן די.סי. פאר 375 מיליאן דאלער, פאר די CGI אינוועסטירונג גרופע.
IMG_20220512_102213_828.jpg (180.68 KiB) געזען 757 מאל
IMG_20220512_102214_338.jpg (171.63 KiB) געזען 757 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דאנערשטאג מאי 12, 2022 10:23 am
צפון קארעא האט היינט פריש ארויסגעשאסן 3 קורץ שטרעקיגע באליסטישע מיסילס, זייער 16'טע מיסיל טעסט דאס יאר.