@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט היינט אפהאלטן א פרעסע קאנפערענץ צו אפצייכענען א יאר זינט ער איז אריין אין אפיס, און פארשטעלן די פלענער אויף ווייטער.

פרעזידענט ביידען ווען ער איז געפרעגט געווארן איבער די סיטואציע אין אוקריינע: ''אויב זיי אינוואדירן, וועלן זיי באצאלן, זייערע בענק וועלן נישט קענען האנדלען מיט'ן אמעריקאנעם דאלער''.

אויך האט ביידען געזאגט אז ער גלייבט אז רוסלאנד זוכט נישט א פולע קריג, נאר וויל אויספרובירן אמעריקע און נאטא.

ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מערערע פאטאליטעטן, אריינגערעכנט אמעריקאנער מארינען, זענען באריכטעט אין אן עקסידענט וועלכע האט פאסירט אין די 'לעזשון' מיליטערישע באזע אין דזשעקסאנוויל, נארט קאראליינע.

דערווייל איז נישט דא מער דעטאלן.

IMG_20220119_170925_223.jpg
IMG_20220119_170925_223.jpg (173.62 KiB) געזען 2383 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:דאנעלד טראמפ האט אריינגעגעבן א פארלאנג צו די סופרים קארט אז די געריכט זאל אפהאלטן די ווייסע הויז רעקארדס פון אנקומען צו די יאנואר 6 קאמיטע, נאך וואס אן אפעלאט געריכט האט ארויסגעווארפן זיין פארלאנג.

די סופרים קארט האט 8-1 אפגעזאגט א פארלאנג פון געוועזענער פרעזידענט טראמפ צו אפהאלטן די יאנואר 6 קאמיטע פון באקומען די ווייסע הויז רעקארדס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך נקדימון »

דערווייל האלט עס ביי צוויי טויטע.

להערה בעלמא "מאלטיפעל קעזשעלטיס" איז נישט די אפטייטש פון "מערערע פאטאליטעטן".

קעזשעלטיס איז נישט [געבינדן צו] פאטאליטעטן.
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ווייסע הויז האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט זאגנדיג אז דער פרעזידענט האט קלארגעשטעלט פאר פוטין אז אויב זאל די רוסישע מיליטער אריבערגיין די גרעניץ מיט אוקריינע וועט עס פאררעכנט ווערן ווי א פולע אינוואזיע, און די רעאקציע פון אמעריקע און אירע אליאירטע וועט זיין א שנעלע און א הארבע.

דאס קומט נאך וואס פרעזידענט ביידען האט היינט ביי זיין פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז די אמעריקאנער רעאקציע וועט געמאסטן ווערן לויט די הארבקייט פון די רוסישע אקטן קעגן אוקריינע, און זיך אויסגעדרוקט אז מען רעדט נישט אין פאל פון א מינדערוויכטיגע אריינטריט וואס דאן איז אן אנדערע סיטואציע, ווערטער וואס קענען אפגעטייטשט ווערן אז אמעריקע וועט זיך נישט קימערן איבער א קלענערע אינוואזיע.

IMG_20220119_190542_490.jpg
IMG_20220119_190542_490.jpg (87.16 KiB) געזען 2233 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נקדימון האט געשריבן:דערווייל האלט עס ביי צוויי טויטע.

להערה בעלמא "מאלטיפעל קעזשעלטיס" איז נישט די אפטייטש פון "מערערע פאטאליטעטן".

קעזשעלטיס איז נישט [געבינדן צו] פאטאליטעטן.

העי קארעספאנדענט, גוט דיך צו זעהן דא!! מיר האבן שטארק הנאה פון דיינע סחורה.

א דאנק פאר די אפדעיט!

און בנוגע דיין הערה, ריכטיג, איך האב דאס פארזעהן, די ריכטיגע ווארט וואלט לכו' געווען געשעדיגטע, אדער אפעקטירטע.

א גרויסן דאנק פארן אויפמערקן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ניו דזשערזי גאווערנער מוירפי האט היינט אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיוו ארדער וועלכע שטעלט ארויף א באָסטער מאנדאט פאר העלט קעיר ארבעטער, איינגעשטעלטע אין היימען פאר אזעלכע מיט א הויעכע ריזיקע פון קאוויד, און די סטעיט תפיסה איינגעשטעלטע, און עס וועט מער נישט זיין די טעסט אפציע אנשטאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:מערערע פאטאליטעטן, אריינגערעכנט אמעריקאנער מארינען, זענען באריכטעט אין אן עקסידענט וועלכע האט פאסירט אין די 'לעזשון' מיליטערישע באזע אין דזשעקסאנוויל, נארט קאראליינע.

דערווייל איז נישט דא מער דעטאלן.

נקדימון האט געשריבן:דערווייל האלט עס ביי צוויי טויטע.

אפדעיט: 2 מארינען זענען אומגעקומען און נאך 17 פארוואונדעט אין רעזולטאט פון די עקסידענט נעבן די מיליטערישע באזע אין נארט קאראליינע, ווען א מיליטערישע טראק וואס האט טראנספארטירט די סאלדאטן האט זיך איבערגעדרייעט.

IMG_20220119_203205_482.jpg
IMG_20220119_203205_482.jpg (195.24 KiB) געזען 2080 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די וואלן לעגיסלאציע ביל איז דורכגעפאלן אין סענאט 49-51 לויט די פארטיי ליניעס, חוץ מאיאריטעט פירער טשאק שומער וועלכע האט אויך געשטימט אויף ניין צוליב פראצעדוריאלע אורזאכן.

שומער וועט יעצט רופן פאר אן אפשטימונג צו טוישן די פיליבאסטער רולס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ווי ערווארטעט, איז די אפשטימונג צו טוישן די פיליבאסטער רולס אין סענאט דורכגעפאלן 52-48, ווען דעמאקראטישע סענעטארן מענשין און סינעמע האבן זיך צוגעשטעלט צו די רעפאבליקאנער און געשטימט דערקעגן.

סטעיטמענט פון סינעמע:

IMG_20220119_224124_089.jpg
IMG_20220119_224124_089.jpg (184.64 KiB) געזען 1933 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען נאך זיין דורכפאל אין סענאט:

IMG_20220119_224436_066.jpg
IMG_20220119_224436_066.jpg (156.37 KiB) געזען 1918 מאל


פולע סטעיטמענט פונעם פרעזידענט:

IMG_20220119_225056_085.jpg
IMG_20220119_225056_085.jpg (127.37 KiB) געזען 1894 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:די ווייסע הויז האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט זאגנדיג אז דער פרעזידענט האט קלארגעשטעלט פאר פוטין אז אויב זאל די רוסישע מיליטער אריבערגיין די גרעניץ מיט אוקריינע וועט עס פאררעכנט ווערן ווי א פולע אינוואזיע, און די רעאקציע פון אמעריקע און אירע אליאירטע וועט זיין א שנעלע און א הארבע.

דאס קומט נאך וואס פרעזידענט ביידען האט היינט ביי זיין פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז די אמעריקאנער רעאקציע וועט געמאסטן ווערן לויט די הארבקייט פון די רוסישע אקטן קעגן אוקריינע, און זיך אויסגעדרוקט אז מען רעדט נישט אין פאל פון א מינדערוויכטיגע אריינטריט וואס דאן איז אן אנדערע סיטואציע, ווערטער וואס קענען אפגעטייטשט ווערן אז אמעריקע וועט זיך נישט קימערן איבער א קלענערע אינוואזיע.

פרעזידענט פון אוקריינע, זאלענסקי, איבער די מינדערוויכטיגע אריינטרייט וואס ביידען האט נעכטן געזאגט:

IMG_20220120_094350_298.jpg
IMG_20220120_094350_298.jpg (131.48 KiB) געזען 1716 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די פענטאגאן האט ארויסגעגעבן צום ערשטן מאל א ווידעא פון די דראון אטאקע אין קאבול, אפגאניסטאן, וועלכע האט געזאלט עלימינירן טעראריסטן, אבער האט אומגעברענגט 10 ציווילע מענטשן אריינגערעכנט 7 קינדער.

ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פאליציי אין ענגלאנד האבן ארעסטירט 2 מענטשן, איינעם אין בירמינגהאם און איינעם אין מאנטשעסטער, אין פארבינדונג מיט די משכונות סיטואציע אין טעקסאס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די CIA אין א פרישע באריכט זאגט אז די 'האוואנע סינדראם' קומט ווארשיינליך נישט פון א פיינטליכע לאנד, וועלכע אטאקירט אמעריקאנער דיפלאמאטן און שפיאנאזש אגענטן ארום די וועלט.

פון די ארום 1,000 פעלער, זאגן זיי אז א מערהייט קומט פון מעדעצינישע אדער ענווייראמענטאלע אורזאכן, אבער ארום 24 פעלער ווייסן סיי נישט פון וואס עס קומט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:די ווייסע הויז האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט זאגנדיג אז דער פרעזידענט האט קלארגעשטעלט פאר פוטין אז אויב זאל די רוסישע מיליטער אריבערגיין די גרעניץ מיט אוקריינע וועט עס פאררעכנט ווערן ווי א פולע אינוואזיע, און די רעאקציע פון אמעריקע און אירע אליאירטע וועט זיין א שנעלע און א הארבע.

דאס קומט נאך וואס פרעזידענט ביידען האט היינט ביי זיין פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז די אמעריקאנער רעאקציע וועט געמאסטן ווערן לויט די הארבקייט פון די רוסישע אקטן קעגן אוקריינע, און זיך אויסגעדרוקט אז מען רעדט נישט אין פאל פון א מינדערוויכטיגע אריינטריט וואס דאן איז אן אנדערע סיטואציע, ווערטער וואס קענען אפגעטייטשט ווערן אז אמעריקע וועט זיך נישט קימערן איבער א קלענערע אינוואזיע.

אין נאך א פרואוו צו אויסקלארן דעם פרעזידענט'ס ווערטער נעכטן, האט סעקרעטערי אוו סטעיט, ענטאני בלינקען, געזאגט היינט אין בערלין אז אויב זאלן רוסישע קרעפטן אריבערגיין די גרעניצן פון אוקריינע, וועט זיין א שנעלע הארבע און פאראייניגטע ענטפער פון די פאראייניגטע שטאטן און זייערע אליאירטע.

אויך האט ער געזאגט אז די קריזיס איז נישט בלויז צווישן 2 לענדער, אדער צווישן רוסלאנד און נאטא, נאר איז א גלאבאלע קריזיס, און וועט האבן קאנסעקווענצן פאר די גאנצע וועלט.

IMG_20220120_102813_178.jpg
IMG_20220120_102813_178.jpg (69.58 KiB) געזען 1610 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די פרישע וועכענטליכע אנעמפלוימענט בענעפיטן פארלאנגען איז געשפרינגן מיט 55,000 צו 286,000, העכער ווי די געשאצטע 225,000. דאס איז די העכסטע אין 3 חדשים.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרישע דאטא פון ענגלאנד צייגט אז פון די 3,000 האספיטאלעזירט אין לאנדאן מיט קאוויד, זענען בלויז 40.7%, ארום 1,200 מענטשן אנגעקומען אין שפיטאל צוליב קאוויד, און די איבריגע זענען דארט צוליב אנדערע אורזאכן, און האבן אויך געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד.

אזוי אויך פון די ארום 14,600 האספיטאלעזירט אין גאנץ ענגלאנד, זענען בלויז ארום 7,600 דארט צוליב קאוויד, און די איבריגע 47.9% זענען אין שפיטאל צוליב אנדערע אורזאכן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מדינת ישראל׳ס פינאנץ מיניסטער אביגדור ליבערמאן און יוסטיץ מיניסטער גדעון סער, האבן היינט באשטימט 500,000 שקל פאר יעדע איינע פון די 45 משפחות וואס האבן פארלוירן א פאמיליע מיטגליד אין מירון.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א דיסטריקט אטוירני פון אטלאנטע האט געבעטן א ריכטער צו אהערשטעלן א ספעציעלע גרענד דזשורי וועלכע וועט אויספארשן געוועזענער פרעזידענט טראמפ און זיינע אליאירטע איבער זייערע פרואוון צו איבערדרייען די וואלן אין דזשארדזשיע.

IMG_20220120_132128_426.jpg
IMG_20220120_132128_426.jpg (127.2 KiB) געזען 1272 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די פארליאמענט אין עסטרייך האט באשטעטיגט אין א 137-33 אפשטימונג, א וואקסין מאנדאט פאר אלע ערוואקסענע אינעם לאנד אנגעהויבן פעברואר 1.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען מאכט ווידעראמאל קלאר פאר רעפארטער אז אויב זאלן רוסישע קרעפטן אריבערגיין די גרעניץ מיט אוקריינע, וועט עס אמעריקע שארף אפענטפערן.

נאך א פרואוו פונעם ווייסן הויז צו צוריקדרייען און אויסקלארן די ווערטער פונעם פרעזידענט.

ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:א דיסטריקט אטוירני פון אטלאנטע האט געבעטן א ריכטער צו אהערשטעלן א ספעציעלע גרענד דזשורי וועלכע וועט אויספארשן געוועזענער פרעזידענט טראמפ און זיינע אליאירטע איבער זייערע פרואוון צו איבערדרייען די וואלן אין דזשארדזשיע.

טראמפ סטעיטמענט:

IMG_20220120_145321_604.jpg
IMG_20220120_145321_604.jpg (178.81 KiB) געזען 1040 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אמעריקע האט היינט ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף פיר יעצטיגע און געוועזענע אוקריינישע באאמטע, וועלכע ווערן באשולדיגט אין ארבעטן מיט רוסלאנד'ס שפיאנאזש אגענטורן צו דעסטאביליזירן אוקריינע, עפעס וואס וועט שטארק דינען די רוסישע אינטערעסן.

אמעריקע האט ערקלערט אז זיי וועלן נישט ווארטן אז רוסלאנד זאל אטאקירן, נאר וועט טוהן אלעס וואס מעגליך פון פאראויס איר אפצוהאלטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין א לענגערע אינטערוויו האט דער נייער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני, אלווין ברעג, רעאגירט צו די מאסיווע קריטיק איבער די 'פראגרעסיווע פאליסי' איבער פארברעכנס, און געזאגט אז ער קלערט אז מען האט פשוט נישט ריכטיג פארשטאנען וואס ער האט געשריבן אין די מעמא, און צום ביישפיל טענה'ט ער אז די באריכטן אז ער וועט מער נישט הארב אנקלאגן באוואפענטע רויבעריי איז דורכאויס פאלש.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”