@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

היימישע עסקנים ביי די סצענע פון די טראגישע עראפלאן קראך נעכטן נאכט:
IMG_20230120_145841_169.jpg
IMG_20230120_145841_169.jpg (191.81 KiB) געזען 6747 מאל
IMG_20230120_145845_151.jpg
IMG_20230120_145845_151.jpg (190.35 KiB) געזען 6747 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די יוסטיץ דעפארטמענט האט נעכטן דורכגעזוכט פרעזידענט ביידען'ס היים אין ווילמינגטאן פאר נאנט צו 12 שעה.

באב באוער, ביידען'ס פערזענליכע אדוואקאט, זאגט אז זיי האבן גענומען 6 קלאסיפיצירטע דאקומענטן.
IMG_20230121_192951_612.jpg
IMG_20230121_192951_612.jpg (301.87 KiB) געזען 6533 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידענ'ס ווייסע הויז טשיף אוו סטעף, ראן קליין, גרייט זיך צו פארלאזן זיין פאזיציע אין די אדמיניסטראציע אין די וואכן נאך ביידענ'ס סטעיט אוו די יוניאן אדרעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

באריכטן אז נאך איבערמידליכע ארבעט פון עסקנים אין לענאקס היל שפיטאל, איז די פאציענט וועלכע איז געווען אין מאונט סייניי, און די פאמיליע איז אויסגעשטאנען שווערע פראבלעמען, אריבערגעפירט געווארן דעם שבת נאכמיטאג קיין לענאקס. דאס קומט נאך וואס שפיטעלער אין די ניו יארקער אומגעגנט האט נישט געוואלט אננעמען דעם פאציענט צוליב די שטורעם וואס איז אנטשטאנען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו איז ערווארטעט מארגן ביי די קאבינעט זיצונג צו פארמאל אפזאגן ארי' דרעי פון זיינע פאזיציעס, אין ליכט פון די העכסטע געריכט אורטייל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דעווין נונעס, דער CEO פון טראמפ'ס סאציאלע מידיע פלאטפארמע טרוט, אין אן אינטערוויו זאגט אז די באריכטן אז טראמפ גרייט זיך צו צוריקגיין אויף טוויטער און פעיסבוק זענען פאלשע נייעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ראיאטן האבן אויסגעבראכן אין אטלאנטא נאך וואס פאליציי האבן פאטאל דערשאסן אן אנטיפא מיטגליד וועלכע האט זיך אנטזאגט צו אויספאלגן די פאליציי און האט געעפענט פייער און געשאסן א סטעיט טרופער, ביי א דעמאנסטראציע ביי א געפלאנטע פאליציי טרעינירונג לאקאציע.
IMG_20230122_013213_693.jpg
IMG_20230122_013213_693.jpg (69.27 KiB) געזען 5861 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

לאקאלע פאליציי אין ענגלאנד האבן געגעבן א טיקעט פאר דער ארטיגער פרעמיער מיניסטער רישי סונאק נאך וואס ער האט פובליצירט א ווידעא אין וועלכע ער ווערט געזעהן רייזן אין א קאר אן קיין סיעטבעלט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א געריכט אין פלארידע האט באשטעטיגט אז פלארידע גאווערנער האט געהאט די רעכטן צו אפזאגן א ליבעראלע סטעיט פראקוראר, אבער האט פארדאמט דיסענטיס פארן פארלעצן די פראקוראר'ס פרי ספיטש רעכטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ערשטע באריכטן איבער א מאסן שיסעריי אין מאנטערי פארק נעבן לאס אנדזשעלעס אין קאליפארניע, מיט מערערע פארוואונדעטע און פאטאליטעטן.

קלארע דעטאלן זענען דערווייל נישט באקאנט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

ווייניגסטנס 10 זענען אומגעקומען און נאך 10 זענען פארוואונדעט געווארן אין די מאסן שיסעריי אין מאנטערי פארק אין קאליפארניע, דורכאויס א כינעזע נייע יאר פייערונג.

דער שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן און לאקאלע און פעדעראלע אויטאריטעטן האבן געעפענט א ברייטע זוכעריי נאך דער מערדער וועלכער איז דערווייל נישט געכאפט געווארן.

די ווייסע הויז זאגט אז פרעזידענט ביידען איז געבריעפט געווארן איבער די סיטואציע, אזוי אויך אטורני דזשענעראל גארלענד, און די FBI נעמט אנטייל אין די אויספארשונג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טשעיס באנק האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן טשארלי דזשעוויס, א 30 יעריגע פרוי וועלכע טשעיס באשולדיגט אז זי האט באוויזן ארויס צו שווינדלען פון די באנק $175 מיליאן, ווען זי האט זיי געפירט צו אפקויפן א פירמע וועלכע זי האט אנגעבליך געעפענט, אבער איז געווען גענצליך פאבריצירט, אריינגערעכנט א דעטאלירטע ליסטע פון 5 מיליאן קונדן און אימעילס פון זיי וואס זי האט זיי צוגעשטעלט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דזשעף זייענטס, א געוועזענער אבאמא געהילף און קאארדינאטאר פון די ווייסע הויז קאוויד רעאקציע טיעם, איז ערווארטעט צו אויפגענומען ווערן אלס ווייסע הויז טשיף אוו סטעף, נאך וואס ראן קליין וועט פארלאזן די פאזיציע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט היינט פארמאל אפגעזאגט ש"ס פארזיצער ארי' דרעי פון זיינע פאזיציעס אלס אינערן מיניסטער און געזונטהייט מיניסטער, נאך די אורטייל פון די העכסטע געריכט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

באוואפענטע פאליציי קרעפטן נעמען ארום א ווייסע ווען אין טארענס, קאליפארניע, וועלכע איז פארדעכטיגט צו זיין פארבינדן מיט די טויטליכע מאסן שיסעריי אין מאנטערי פארק.
IMG_20230122_142712_196.jpg
IMG_20230122_142712_196.jpg (65.68 KiB) געזען 4315 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אויטאריטעטן האבן פארעפענטליכט ערשטע בילדער און אינפארמאציע איבער דער פארדעכטיגטער שיסער פון די טויטליכע מאנטערי פארק מאסן שיסעריי.
IMG_20230122_143459_616.jpg
IMG_20230122_143459_616.jpg (181.05 KiB) געזען 4221 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פאליציי אין טארענס זענען נאך עטליכע שטונדן צוגעגאנגען צו די ווייסע ווען, און געפונען אינעווייניג א טויטע קערפער אויף די דרייווערס זיץ. עס איז דערווייל נישט קלאר אויב דאס איז דער מאנטערי פארק שיסער.
IMG_20230122_160708_766.jpg
IMG_20230122_160708_766.jpg (80.09 KiB) געזען 3952 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אויטאריטעטן אין מאנטערי פארק זאגן אז ארום 20 מינוט נאך די טויטליכע שיסעריי, איז איינער וואס שיינט צו זיין דער זעלבער פארדעכטיגטער שיסער אנגעקומען אין אלהעמברע, קאליפארניע, נישט ווייט פון מאנטערי פארק, און פרובירט דורכצופירן נאך א מאסן שיסעריי.

אנוועזענדע אויפן ארט האבן נאך א געשלעג באוויזן צו ארויסכאפן דעם ביקס פון דער שיסער, וועלכע איז אנטלאפן פון די סצענע.

ארטיגע פאליציי האבן דערווייל נישט ארויסגעגעבן וועלכע סארט ביקס עס איז געווען, אבער זאגן אז עס איז נישט געווען קיין אסאלט רייפל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

לויט באריכטן אין די לאס אנדזשעלעס טיימס האבן אויטאריטעטן באשטעטיגט אז די טויטע קערפער געפונען אין די ווייסע ווען איז דער געזוכטער פארדעכטיגטער שיסער פון די מאסן שיסעריי אין מאנטערי פארק, וועלכער איז באגאנגען זעלבסטמארד.
IMG_20230122_193738_503.jpg
IMG_20230122_193738_503.jpg (61.86 KiB) געזען 3068 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די אמעריקאנער סענטראל קאמענד האט געמאלדן אז אמעריקאנער קרעפטן האבן דורכגעפירט א לופט און ערד אבלאווע אין סיריע, אין וועלכע זיי האבן באוויזן צו כאפן 2 געזוכטע אייסיס מיטגלידער.

איין ציווילער מאן איז לייכט געשעדיגט געווארן דורכאויס די אקציע, און איז אפגעפירט געווארן אין א דערנעבענדיגע שפיטאל פון וואו ער איז שוין ארויסגעלאזט געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אויטאריטעטן אין קאליפארניע האבן אידענטיפיצירט דער מאנטערי פארק שיסער, וועלכער איז פריער אין טאג באגאנגען זעלבסטמארד, אלס דער 72 יעריגער הו קען טרען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א קינד פון די צווייט העכסטע דעמאקראט אין קאנגרעס, קאנגרעס מינאריטעט וויפ, קאנגרעספרוי קעטרינע קלארק, איז ארעסטירט געווארן נאכן אטאקירן א פאליציאנט ביים געכאפט ווערן אנשפריצן אנטי-פאליציי לאזונגען אין באסטאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א געזעץ קאנסאלטינג פירמע האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן טוויטער, אין וועלכע זיי באשולדיגן אז טוויטער אונטער די פאריגע פירערשאפט האט זיי אויפגענומען צו זיין א טייל פון די אנקלאגע קעגן מאסק וועלכע האט אים געצווינגען צו ענדיגן די אפקויף פון טוויטער, אבער מאסק, וועלכע פירט יעצט טוויטער, וויל זיי נישט באצאלן די געלט וואס טוויטער איז זיי שולדיג געבליבן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

17 היימישע אידן זענען פארוואונדעט געווארן איינע פון זיי אין א קריטישע צושטאנד, ווען א מאסיווע פייער האט אויסגעבראכן אין א געביידע אין וויליאמסבורג ביי פען און העריסאן.

הצלה האט אריינגעברענגט אמבולאנסן פון עטליכע געגנטער צו ארויסהעלפן מיט די שווערע סיטואציע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מייקראסאפט האט געמאלדן אז זיי וועלן אינוועסטירן $10 ביליאן אין OpenAI, די פירמע וועלכע שטייט אונטער ChatGPT.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”