@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די קאוסט גארד האט באוויזן צו ראטעווען 3 מענטשן און זייערע 2 הינט נאך וואס זייער שיפל איז ארויפגעגאנגען אין פלאמען אין ניו העמפשיר.

IMG_20220620_095544_482.jpg
IMG_20220620_095544_482.jpg (49.65 KiB) געזען 5159 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

איינער איז אומגעקומען און 8 זענען פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי אין הארלעם. דער שיסער איז דערווייל נישט געכאפט געווארן, און עס נישט קלאר וואס האט פאראורזאכט די שיסעריי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

כינע זאגט אז זיי האבן סוקסעספול דורכגעפירט אן אנטי באליסטישע מיסיל טעסט, און אראפגעשאסן א באליסטישע מיסיל אינמיטן פליען.

כינע האט שוין אין די פארגאנגענהייט דורכגעפירט פראבעס אויף אינטערסעפטארס פאר קורץ שטרעקיגע און מיטל שטרעקיגע באליסטישע מיסילס, אבער דערווייל נישט אויף לאנג שטרעקיגע און אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסילס. זיי האבן נישט קלארגעשטעלט וואס די יעצטיגע איז געווען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רעפובליקאנער קאנגרעסמאן עדעם קינזינגער, וועלכער איז אויף די יאנואר 6 קאמיטע, האט מיטגעטיילט א בריוו וואס ער האט ערהאלטן אין וועלכע ער ווערט געסטראשעט אז מען וועם אים אומברענגען צוזאמען מיט זיין פאמיליע.

IMG_20220620_111458_927.jpg
IMG_20220620_111458_927.jpg (79.27 KiB) געזען 4895 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בענעט און שר החוץ יאיר לפיד האבן אין א געמיינזאמע סטעיטמענט געמאלדן אז זיי קענען מער נישט האלטן די קאאליציע סטאביל, און זענען ביידע מסכים אויפצולעזן די קאאליציע און גיין צו פרישע פריע וואלן.

די אפשטימונג אויפצולעזן די קאאליציע וועט פארקומען נעקסטע וואך. יאיר לפיד וועט ווערן ראש ממשלה אינצווישן, ווי לויטן אריגינעלן אפמאך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א טעקסי אין מאנהעטן האט פארלוירן קאנטראל צוליב א מעדעצינישע עמערזשענסי און אריינגעקראכט אין א גרופע מענטשן וועלכע האבן געגעסן אינדרויסן פון א רעסטעראנט. ווייניגסטנס 4 זענען פארוואונדעט געווארן, 3 קריטיש.

IMG_20220620_143058_000.jpg
IMG_20220620_143058_000.jpg (23.32 KiB) געזען 4483 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען זאגט אז ער באטראכט די מעגליכקייט פון איינפירן א פעדעראלע גאזאלין "טעקס האלידעי", וואס וועט צייטווייליג סוספענדירן פעדעראלע טעקסעס אויף גאזאלין, און שפארן פאר מאטאריסטן 18.4 צענט פער גאלאן, און ער האפט צו פאסן א באשלוס ביז ענדע די וואך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ביי א קאנווענשאן האט די רעפובליקאנע פארטיי אין טעקסאס אנגענומען א פארמאלע רעזאלוציע וואס דערקלערט אז די וואלן זענען געפעלטשט געווארן אין 2020, און דזשאו ביידען איז אן אומלעגעטימער פרעזידענט.

"We reject the certified results of the 2020 Presidential election, and we hold that acting President Joseph Robinette Biden Jr. was not legitimately elected by the people of the United States".
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די קרעמלין זאגט אז די פארכאפטע אמעריקאנער בירגער זענען נישט אונטער די געזעצן פון די געניווע קאנווענשאן, צוליב וואס זיי זענען געדינגענע מערדער און נישט קיין געווענליכע טרופן, און זיי דארפן טראגן פאראנטווארטליכקייט אויף זייערע קרימינאלע פארברעכן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רוסלאנד האט אין מאי איבערגענומען דאס ארט פון סאודיע אראביע, און איז געווארן די גרעסטע אויל סופלייער פאר כינע, צושטעלנדיג 1.98 מיליאן פעסלעך אויל א טאג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מדינת ישראל פארטיידיגונגס מיניסטער בעני גאנץ זאגט אז מדינת ישראל ארבעט אויף אן אמעריקאנער געשטיצטע לופט פארטיידיגונגס אליאנץ אין די ארטיגע ראיאן.

ער זאגט אז די פראגראם איז שוין אין קראפט, און האט ערפאלגרייך באוויזן צו צושטערן איראנע אטאקעס אויף מדינת ישראל און אנדערע לענדער אינעם ראיאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרישע ווידעא פון אינעווייניג פון די טעקסאס שולע וואו די בלוטיגע שיסעריי איז פארגעקומען צייגט אז אום 11:52, 19 מינוט נאך וואס די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן, זענען שוין געווען פאליציאנטן מיט רייפלס און ווייניגסטנס איין טאקטישע פאנצער אין די שולע, אבער פאליציי איז נישט אריין אין די קלאס צימער ביז 58 מינוט שפעטער.

אויספארשער גלייבן אז פאליציי האט געהאט די נויטיגע קראפט אין שיצונג שוין דעמאלסט אריינצוגיין. אזוי אויך פרעגט דאס אפ וואס באאמטע האבן אנהייב געזאגט אז פאליציי האט געווארט אזוי לאנג צוליב וואס זיי האבן נישט געהאט די נויטיגע טאקטישע קראפט און שיצונג.

IMG_20220620_204610_905.jpg
IMG_20220620_204610_905.jpg (101.97 KiB) געזען 2819 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סאציאלע מידיע איז אויף מיט א טראגי-קאמישע עפיזאד וואס האט זיך אנגעבליך אפגעשפילט אין אינדיע, אין וועלכע אן עלעפאנט האט אומגעברענגט אן עלטערע פרוי, און דערנאך איז די עלעפאנט צוריקגעקומען צו די באגרעבעניש צערעמאניע פון די פרוי, און איבערגעדרייט די קאסטן.

אויך געבן די באריכטן אן אז אין די צייט פון די באגרעבעניש צערעמאניע זענען א גרופע עלעפאנטן געקומען צו די שטעטל וואו די פרוי האט געוואוינט, און וואנדאלאזירט ארטיגע הייזער.

עס בלייבט נאר איבער צו שפעקולירן וואס פאר א געפעכט האט אויסגעבראכן צווישן די פרוי און די עלעפאנטן געמיינדע.

אין בילד: אנגעבליכע שאדן וואס די גרופע עלעפאנטן האבן געמאכט אינעם שטעטל.

IMG_20220620_221904_127.jpg
IMG_20220620_221904_127.jpg (115.36 KiB) געזען 2649 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט באשטעטיגט די צווייטע אמעריקאנער בירגער וועלכער איז געשטארבן אין אוקריינע אין מאי, ווען ער האט אנטייל גענומען אין די ארטיגע שלאכטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רוסלאנד האט געסטראשעט ליטע מיט ערנסטע קאסעקווענצן און אז "אירע בירגער וועלן פילן די ווייטאג", נאך וואס ליטע האט בלאקירט צו טראנספארטירן זאכן וואס זענען אונטער סאנקציעס דורך איר לאנד צו די רוסישע קאלינינגראד.

די פרעימיער מיניסטער פון ליטע האט רעאגירט זאגענדיג אז עס איז איראניש צו הערן רעטאריק איבער אנגעבליך ברעכן אינטערנאציאנאלע אפמאכן, פון א לאנד וואס האט געבראכן יעדע אינטערנאציאנאלע אפמאך וואס מעגליך, און צוגעלייגט אז עס איז נישט דא קיין קאלינינגראד בלאקאדע, זיי האלטן פשוט איין די אייראפעאישע פאראיין סאנקציעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די טוויטער בארד האט איינשטימיג באשטעטיגט די פארקויף פון טוויטער פאר אילאן מאסק. אין א באזונדערע אפשטימונג דארפן נאך די שערהאלדערס באשטעטיגן די פארגעשלאגענע 44 ביליאן דאלאר'דיגע אפמאך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אמעריקאנער אטורני דזשענעראל גארלענד האט אפגעהאלטן אן אומגעמאלדענע באזוך אין אוקריינע, און האט זיך געטראפן מיט ארטיגע באאמטע צו פארזיכערן און ארויסהעלפן דאס טרעפן און אנקלאגן רוסישע קריגס פארברעכער.

גארלענד האט געמאלדן איבער א ספעציעלע 'פאראנטווארטליכקייט טיעם', געפירט דורך אלי ראזענבאם, וועלכע האט זיך אין די פארגאנגענהייט אפגעגעבן מיטן אידענטעפיצירן נאצי פארברעכער, וואס וועט ארויסהעלפן מיטן פראצעסירן די וואס זענען באגאנגען קריגס פארברעכן אין אוקריינע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

איבער 40,000 באן ארבעטער אין ענגלאנד זענען געגאנגען אויף א סטרייק, די גרעסטע אזא סארט אין 30 יאר, מיט מיליאנען פאסאזשירן איבערן לאנד אפעקטירט, אין פראטעסט פון ערווארטעטע ארבעט און באצאלונג שניטן. פרעימיער מיניסטער באריס זשאנסאן האט געזאגט אז ער וועט זיך נישט ברעכן צו זייערע פארלאנגען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די רוסישע רובל זעצט פאר צו שטייגן, און איז יעצט ביי די שטערקסטע פאזיציע זינט 2015, שטייגענדיג מיט 35% דאס יאר, ווערנדיג די בעסט וואקסנדער וואלוטע ארום די וועלט. עס האט זיך שוין מער ווי געדאפעלט פון די טראסק וואס עס האט געכאפט גלייך נאך די אינוואזיע.

IMG_20220621_171809_120.jpg
IMG_20220621_171809_120.jpg (51.5 KiB) געזען 1643 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די FDA פלאנט צו פארלאנגען פון טאבאקא פירמעס צו פארמינערן די צאל ניקאטין וואס ווערט אריינגעלייגט אין ציגארעטלעך, אין א פרואוו עס צו מאכן ווייניגער אדיקטיוו.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען: "מיר דארפן מער געלט צו פלאנירן פאר א צווייטע פאנדעמיק, עס וועט זיין א צווייטע פאנדעמיק, מיר דארפן טראכטן פאראויס".
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אומפארטייאישע גרופע סענעטארן האבן ארויסגעשטעלט די טעקסט פון די פרישע גאן זיכערהייט ביל, וועלכע נעמט אריין שטערקערע בעקגראונד טשעקס פאר ביקסן קויפער אונטער 21, געלטער פאר שטאטן צו איינפירן "רעד פלעג" געזעצן, געלטער פאר שטאטן פאר שולע סעקיוריטי און גייסטישע געזונט הילף, און נאך.

סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער און סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל האבן ביידע ארויסגעשטעלט סטעיטמענטס אין שטיצע פון דעם ביל.

סענאט האט געשטימט 64-34 זיך פאראויס צו רוקן מיט'ן ביל, נאך וואס 14 רעפובליקאנער האבן געשטימט מיט די 50 דעמאקראטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דימיטרי מאָראַטאָוו, א רוסישער זשורנאליסט, האט פארקויפט זיין נאבעל פרידן פרייז וואס ער האט געוואונען, פאר 103.5 מיליאן דאלער, און די געלט וועט גיין צו העלפן אוקריינישע פליטים.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די עיר פארס האט געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט אן אמעריקאנער מיליטערמאן אין פארבינדונג מיט די אטאקע אין אפריל אויף אן אמעריקאנער באזע אין סיריע, וועלכע האט פארוואונדעט 4 זעלנער.

די מיליטער האט קודם פארדעכטיגט אז די אטאקע איז געווען א לופט אטאקע דורכגעפירט דורך מיליציעס, אבער האט שפעטער געמאלדן אז זיי פארדעכטיגן אז דאס איז געווען אן אינעווייניגסטע סאבאטאזש אקציע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען וועט היינט רופן קאנגרעס צו סוספענדירן די פעדעראלע טעקס אויף גאזאלין פאר 3 מאנאטן. אויך וועט ער רופן פאר די שטאטן צו סוספענדירן די סטעיט טעקס אויף גאזאלין.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”