@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:די קאוסט גארד האבן געעפנט א זיכעריי נאך 39 מענטשן וועלכע פעלן נעבן די פלארידע וואסערן, נאך וואס איינער האט געראטעוועט א מענטש אין די וואסער, און דער געראטעוועטער האט געזאגט פאר די אויטאריטעטן אז א שיף וועלכע האט מעגליך געשמוגעלט מענטשן האט געזינקען.

די קאוסט גארד זאגט אז זיי האבן אפגעפונען איין קערפער, זוכערייען קומען פאר נאך די איבריגע 38.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען וועט קומענדיגע דאנערשטאג פעברואר 3, באזוכן ניו יארק וואו ער וועט זיך טרעפן מיטן מעיאר עריק עדעמס, און זיי וועלן דיסקוסירן די פלענער צו אפשטעלן גאן פארברעכן.

IMG_20220126_135141_465.jpg
IMG_20220126_135141_465.jpg (66.16 KiB) געזען 1893 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דענמארק וועט מער נישט קאטעגאריזירן קאוויד אלס א 'סאציאלע קריטישע קראנקייט', א דעפיניציע וואס האט געגעבן רעכטן פאר די רעגירונג איינצושטעלן צוימונגען איבערן פאלק אין צייט פון א געזונטהייט קריזיס, און אלע קאוויד צוימונגען וועלן אראפגענומען ווערן אום פעברואר 1.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:ברעיקינג: סופרים קארט ריכטער ברייער וועט רעטייערן.

דאס וועט געבן פאר ביידען א שאנס צו שטעלן א פרישע ריכטער אינעם סופרים קארט.

סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער מיט א סטעיטמענט איבער די רעטייערמענט פון ריכטער ברייער, און זאגט אז די פראצעדור וועט זיין א שנעלע.

IMG_20220126_135742_635.jpg
IMG_20220126_135742_635.jpg (123.24 KiB) געזען 1862 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:ברעיקינג: סופרים קארט ריכטער ברייער וועט רעטייערן.

דאס וועט געבן פאר ביידען א שאנס צו שטעלן א פרישע ריכטער אינעם סופרים קארט.

פרעסע סעקראטאר פסאקי באשטעטיגט אז ביידענ'ס נאמינאציע פארן סופרים קארט וועט זיין א שווארצע פרוי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:רוסלאנד זאגט אז זיי האבן באקומען די געשריבענע ענטפער פון וואשינגטאן אויף זייערע פארלאנגען.

סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען וועט געבן א סטעיטמענט פאר די פרעסע אין א קורצע וויילע.

סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקען האט פארגעשטעלט די הויפט פונקטן פונעם אמעריקאנער ענטפער צו רוסלאנד, אויך האט ער געווארנט אמעריקאנער צו פארלאזן אוקריינע.

- - -

צווישן אנדערע נעמט די ענטפער אריין דאס פאלגענדע:

שלאגט פאר א דיפלאמאטישע פלאן פארן צוקונפט, אויב רוסלאנד וועט איינשטימען דערצו.

שלאגט פאר געוויסע טעמעס און פונקטן אויף וואס מען קען פארהאנדלען, ווי די פלאצירונג פון אמעריקאנער מיסילס איבער אוקריינע, מיליטערישע טרענירונגען אין אייראפע, מער אויפריכטיגקייט צווישן אמעריקע און רוסלאנד.

טוט ווידעראמאל קלארשטעלן די פרינציפן פון וועלכע אמעריקע וועט זיך נישט רירן, וואס דאס נעמט אויך אריין אין זיך די אייניגקייט און פולע זעלבשטענדיגקייט פון אוקריינא.

בלינקען איז ערווארטעט צו רעדן מיטן רוסישן אויסערן מיניסטער, סערגעי לאווראוו, הערשט אין עטליכע טעג ארום כדי זיי צו געבן א שאנס צו אפלערנען די אמעריקאנער ענטפער, און געזאגט אז אמעריקע וועט נישט ארויסגעבן די פולע ענטפער צום פובליק, און האפט אז רוסלאנד וועט רעספעקטירן די באשלוס און טוהן די זעלבע.

ער האט אויך געזאגט אז פרעזידענט ביידען איז געווען שטארק פארמישט אין צוזאמשטעלן דעם דאקומענט, און האט געגעבן זיין באשטעטיגונג אויף די ענדגילטיגע ווערסיע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:ברעיקינג: סופרים קארט ריכטער ברייער וועט רעטייערן.

דאס וועט געבן פאר ביידען א שאנס צו שטעלן א פרישע ריכטער אינעם סופרים קארט.

פרעזידענט ביידענ'ס ענטפער ווען ער איז געפרעגט געווארן איבער די רעטייערמענט פון ריכטער ברייער.

ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:ברעיקינג: סופרים קארט ריכטער ברייער וועט רעטייערן.

דאס וועט געבן פאר ביידען א שאנס צו שטעלן א פרישע ריכטער אינעם סופרים קארט.

פרעסע סעקראטאר פסאקי ווארפט אפ שפעקולאציעס און שטעלט קלאר אז קאמאלע העריס איז נישט אויפן ליסטע פארן סופרים קאורט, און זאגט אז דער פרעזידענט פלאנט צו לויפן פאר ווידערוויילונג מיט קאמאלע העריס אלץ וויצע פרעזידענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סענאט מאיאריטעט פירער שומער האט אנאנסירט פרישע 360 מיליאן דאלער אין פעדעראלע פאנדן צו באשיצן רעליגיעזע געבעט הייזער איבער אמעריקע, אין ליכט פון די משכונות פארכאפונג אין טעקסאס.

IMG_20220126_152347_422.jpg
IMG_20220126_152347_422.jpg (123.69 KiB) געזען 1643 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א מאן אין טעקסאס איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פארן פארקויפן די ביקס פארן טעראריסט פון די משכונות סיטואציע אין טעקסאס.

IMG_20220126_160651_765.jpg
IMG_20220126_160651_765.jpg (240.91 KiB) געזען 1535 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:א גרופע פון 270 דאקטוירים און געזונטהייט עקספערטן האבן געשריבן א בריוו צו ספאטיפיי אז זיי זאלן אראפווארפן די פאדקעסט פונעם קאנטראווערסיאלן פיגור 'דזשאו ראוגען', וועלכע איז די נומער איינס צוגעהערטע פאדקעסט, צוליב וואס ער פארשפרייט פאלשע און שעדליכע אינפארמאציע ארום די קאוויד פאנדעמיע.

ספאטיפיי האט געמאלדן אז זיי וועלן אראפנעמען פון די פלאטפארמע די מוזיק פונעם אמעריקאנעם זינגער און מוזיקאנט, ניעל יאנג.

יאנג האט געהייסן מ'זאל אראפנעמען זיין מוזיק פון די פלאטפארמע זאגענדיג אז ער וויל נישט זיין אויף א פלאטפארמע וואו דזשאו ראוגען פארשפרייט פאלשע און שעדליכע אינפארמאציע ארום קאוויד און וואקסינען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:א דעפיוטי פאליציי אפיציר אין טעקסאס איז דערשאסן געווארן צום טויט ביי א רוטינע טרעפיק אפשטעל, ווען דער מערדער איז ארויסגעקומען פון זיין קאר, דערשאסן דעם אפיציר, און אוועק געפארן.

די מאטיוון זענען נישט קלאר, און דער מערדער איז דערווייל נישט ארעסטירט געווארן.

דער מערדער וועלכע האט דערשאסן צום טויט א פאליציאנט אין טעקסאס איז געכאפט געווארן אין מעקסיקא.

IMG_20220126_171016_053.jpg
IMG_20220126_171016_053.jpg (59.15 KiB) געזען 1383 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קעווין ווערד, דער מעיאר פון הייעטסוויל, מערילענד, איז געפונען געווארן טויט אין א פארק, און די ארטיגע סיטי אין א סטעיטמענט זאגט אז ער איז באגאנגען זעלבסטמארד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאך איבער 30 יאר עס נוצן פאר וואסער טרענירונגען, וועט די נעיווי סיעל אפטיילונג צייטוויליג אויפהערן זיך באנוצן מיט די נעבן-ים פארקס אין וואשינגטאן סטעיט, נאך וואס געװיסע איינוואוינער האבן געזאגט אז זיי ווערן דערשראקן פון זעהן "באוואפענטע מענטשן", און האבן אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט דערקעגן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רעפובליקאנער געזעץ געבער אין סאוט קאראליינע האבן פארגעשלאגן א ביל וועלכע וועט מאכן אומלעגאל צו פרעגן די וואקסינאציע סטאטוס, און מען וועט באקומען א שטראף פון ביז $14,000 אדער ביז א יאר טורמע.

IMG_20220126_231820_526.jpg
IMG_20220126_231820_526.jpg (58.17 KiB) געזען 1015 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מאדערנא זאגט אז זיי האבן אנגעהויבן די פראבעס פאר א וואקסין ספעציפיש פאר די אמיקראן וואריאנט.

די פראבעס וועלן זיין אויף 2 גרופעס פון 300 מענטשן, איינס וואס האבן גענומען 2 שאטס, און איינס וואס האבן אויך גענומען א בוסטער שאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טערקישער פירער ערדואן זאגט, אז עס וועט זיין זייער נישט קלוג פון רוסלאנד צו אינוואדירן אוקריינע, און עס וועט שלעכט אימפאקטירן די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, צוליב וואס טערקיי אלס א נאטא מיטגליד וועט זיין געצווינגען צו נעמען שריט קעגן רוסלאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די נאציאנאלע דעמאקראטישע קאמיטע אין א מעמא טוט אויפפאדערן ניו יארקער דעמאקראטישע געזעץ געבער צו שטיצן א 'דזשערימענדער' פלאן, צו איבערשרייבן די קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטן מאפע אין די סטעיט, וואס וועט אוועקשניידן 5 פון די 8 רעפובליקאנער קאנגרעס זיצן פון ניו יארק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די נעיווי האט היינט געמאלדן אז זי האט אפגעזאגט 23 אקטיווע מיטגלידער, פארן נישט נאכקומען די פארלאנג צו נעמען די וואקסין. דאס איז די ערשטע מאל וואס די נעיווי זאגט אפ זעלנער זינט די וואקסין מאנדאט איז אריין אין קראפט אום נאוועמבער 28.

334 מארינען און 111 פון די עיר פארס זענען שוין אפגעזאגט געווארן צוליב די וואקסין מאנדאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קרעמלין ווארטזאגער פעסקאוו זאגט אז פוטין האט דורכגעליינט די ענטפער פון אמעריקע, און עס וועט נעמען צייט ביז ער וועט דאס שטודירן. דערווייל זאגט ער אבער אז "מ'קען נישט זאגן אז אמעריקע האט זיך גערעכנט מיט אונזער וויזיע אדער געצייגט גרייטקייט צו האנדלען מיט אונזערע פראבלעמען".
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אן אוקריינישער נעשאנעל גארד האט געעפענט פייער אין א מיליטערישע מיסיל פעקטארי, און אומגעברענגט 4 סאלדאטן און 1 ארבעטער, און פארוואונדעט נאך 5.

דער שיסער איז אנטלאפן אבער איז נאך עטליכע שעות פארהאלטן און ארעסטירט געווארן, און עס איז דערווייל נישט קלאר זיינע מאטיוון.

IMG_20220127_100023_117.jpg
IMG_20220127_100023_117.jpg (131.58 KiB) געזען 682 מאל


פאר נאכאנאנדע און אקוראטע באריכטן איבער די סיטואציע אין אוקריינע 'פון די דעסק פון נקדימון' זעהט דא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגער, נעד פרייז, האט קלארגעשטעלט אז אויב זאל רוסלאנד אינוואדירן אוקריינע וועט די נארד סטריעם 2 גאזאלין פייפליין נישט געעפענט ווערן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:א דעפיוטי פאליציי אפיציר אין טעקסאס איז דערשאסן געווארן צום טויט ביי א רוטינע טרעפיק אפשטעל, ווען דער מערדער איז ארויסגעקומען פון זיין קאר, דערשאסן דעם אפיציר, און אוועק געפארן.

די מאטיוון זענען נישט קלאר, און דער מערדער איז דערווייל נישט ארעסטירט געווארן.

דער מערדער וועלכע האט דערשאסן צום טויט א פאליציאנט אין טעקסאס איז געכאפט געווארן אין מעקסיקא.

דער מערדער איז צוריק געברענגט געווארן קיין אמעריקע, און א ריכטער האט אפגעזאגט אים ארויסצולאזן אויף בעיל.

IMG_20220127_102246_348.jpg
IMG_20220127_102246_348.jpg (130.42 KiB) געזען 638 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אלעף שולץ, דער קאנצלער פון דייטשלאנד, וועט זיך טרעפן מיט פרעזידענט ביידען אינעם ווייסן הויז אום פעברואר 7.

זיי וועלן דיסקוסירן צווישן אנדערע די אנגעצויגענע סיטואציע צווישן אוקריינע און רוסלאנד.

IMG_20220127_102741_182.jpg
IMG_20220127_102741_182.jpg (95.11 KiB) געזען 624 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:מעיאר עריק עדעמס האט ארויסגעלייגט א 'בלופרינט' וויאזוי אפצושלאגן און אפשטעלן גאן פארברעכן אין די סיטי. צווישן אנדערע האט ער גערופן צו די גאווערנער צו טוישן די קאנטערווערסיאלע בעיל רעפארם לעגיסלאציעס.

גאווארנער האוקול האט צוריקגעוויזן א פארלאנג פון מעיאר עדעמס צו געבן מער מאכט פאר ריכטער צו האלטן פרי-טרייעל פארברעכער אונטער גראטעס, מיטן ציל אראפצוברענגען די פארברעכנס ראטע.

ביי א פרעסע קאנפערענץ האט זי געזאגט אז זי וועט זיך נישט בייגן פאר קיין דרוק, און האט ערקלערט אז זי גלייבט שטארק אין די יסוד פון די בעיל רעפארם ביל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”