@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אמעריקאנער געזעץ געבער זענען גאר בייז אויף די OPEC+ אויל שניטן, און עטליכע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן פארגעשלאגן לעגיסלאציע ארויסצוציען אלע אמעריקאנער קרעפטן פון סאודיע אראביע און פון די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן.

דעמאקראטישע קאנגרעסמאן רובין גייעיגאו אין א טוויט זאגט אז עס איז צייט צו צוריקנעמען די פאטריאט מיסיל סיסטעמען וועלכע זענען אין סאודיע אראביע.
IMG_20221006_211943_708.jpg
IMG_20221006_211943_708.jpg (118.49 KiB) געזען 5990 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א שטעכעריי אטאקע איז פארגעקומען אין לאס וועגאס, ווען א מאן האט דערשטאכן 2 מענטשן צום טויט, און פארוואונדעט נאך 6, דריי פון זיי אין א קריטישע צושטאנד.

דער שטעכער איז ארעסטירט געווארן, און מאטיוון זענען דערווייל נישט קלאר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען האט היינט ביי א פאנדרעיזיער אויסגעדרוקט שטארקע זארג, אנגעבנדיג אז פוטינ'ס סטראשונגען איבער נוקלעארע אטאקעס זענען נישט קיין ווערטל, נעמענדיג אין באטראכט אז די רוסישע ארמיי מאכט נישט קיין פארשריט און ליידט פארלוסטן.

"די וועלט איז נאכנישט געשטאנען פאר אזא הויכע ריזיקע פון די נוקלעארע ענדגילטיגע שלאכט, זינט פרעזידענט קענעדי און די קובאנע מיסיל קריזיס."

דער ווארטזאגער פאר'ן קרעמלין, דימיטרי פעסקאוו, האט אין א סטעיטמענט צו די רוסישע מידיע שארף רעאגירט זאגנדיג אז דעם פרעזידענט'ס רייד זענען "אַן אפעלירונג צו אנהייבן א פרישע וועלט קריג מיט אומפאראויסגעזענע מאנסטערישע קאנסקעווענצן."
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי צוליב די פלוס פון אימיגראנטן וועלכע ווערן געשיקט צו די סיטי, און האט געשאצט אז דאס וועט אפקאסטן פאר די סיטי א ביליאן דאלאר ביז ענדע יאר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די אמעריקאנער מיליטער האט נעכטן דורכגעפירט א לופט אטאקע אין סיריע, אין וועלכע זיי האבן סוקסעספול אומגעברענגט 2 הויעכראנגיגע אייסיס מיטגלידער, איינע פון זיי דער דעפיוטי פירער פון אייסיס אין סיריע.

דאס קומט נאך די אפעראציע מיטוואך נאכט, ווען אמעריקאנער ספעציעלע קרעפטן זענען געקומען מיט העליקאפטער און אומגעברענגט א געזוכטע אייסיס וואפן שמוגלער, און פארוואונדעט זיין געהילף.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די אָוואַלדי סקול דיסטריקט האט סוספענדירט זייער גאנצע פאליציי קראפט אין ליכט פון די אנגייענדיגע קריטיק און אויספארשונגען איבער זייער רעאקציע צו די שוידערליכע שולע שיסעריי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א טראק באמבע האט אויפגעריסן אויף די קרימיע בריק, די איינציגסטע בריק וועלכע פארבינדט קרימיע מיט רוסלאנד, און האט שווער געשעדיגט טיילן פון די בריק, שטערנדיג די רוסישע מיליטערישע סופליי ליניעס אריין קיין אוקריינע.

רוסלאנד זאגט אז א טראק האט אויפגעריסן, און א באן וועלכע האט געטראגן גאזאלין איז דעמאלסט דארט געווען, וואס דאס האט פאראורזאכט א מאסיווע אויפרייס, אראפברענגענדיג טיילן פונעם בריק אריין אין וואסער.

די רוסן באשולדיגן די אוקריינער אין אויפרייסן דעם בריק, און זאגן אז ווייניגסטנס 3 זענען אומגעקומען.
IMG_20221008_203845_579.jpg
IMG_20221008_203845_579.jpg (69.94 KiB) געזען 4871 מאל
IMG_20221008_203844_533.jpg
IMG_20221008_203844_533.jpg (195.85 KiB) געזען 4871 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א טעראר אטאקע איז פארגעקומען אין מזרח ירושלים ווען א טעראריסט האט געעפענט פייער ביי א טשעק פוינט און אומגעברענגט א 22 יעריגע פאליציאנטקע, און פארוואונדעט נאך איינעם.

דער טעראריסט איז אנטלאפן פון די סצענע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

כאאס האט אויסגעבראכן ווען שיסערייען זענען געהערט געווארן ביי א הויך שולע פוטבאל שפיל אין טאלעדא, אהייא פרייטאג ביינאכט.

איין סטודענט און צוויי ערוואקסענע זענען געשאסן געווארן אינדרויסן פון די וויטמער הויך שולע פוטבאל סטאדיום, און זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, וואו זיי זענען ערווארטעט זיך צו ערהוילן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פלארידע סערדזשען גענעראל האט ארויסגעלייגט א רעקאמענדאציע נישט צו נעמען די קאוויד וואקסין, צוליב א פארמערטע ריזיקע פון הארץ פארבינדעטע טויט פעלער ביי מענער צווישן 18-39.

טוויטער האט ארגינעל פארמעקט דעם טוויט, אבער עס שפעטער צוריקגעשטעלט נאך וואס עס האט געשאפן א שטורעם.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

רוסישער פרעזידענט פוטין באשולדיגט די אוקריינישע ספעשל סערוויס אין דורכפירן די אטאקע אויף די סטראטעגישע קרימיע בריק, און רופט דאס אן א טעראריסטישע אטאקע קעגן קריטישע רוסישע ציווילע אינפראסטרוקטור.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אן 21 יעריגער מדינת ישראל זעלנער, סטעף סארדזשענט עידו ברוך, איז אומגעקומען אין א שיסעריי נעבן דעם 'שבי שומרון' ישוב אין צפון מערב ברעג.

דער סאלדאט איז ערנסט פארוואונדעט געווארן אויפ'ן ארט, און איז דערקלערט געווארן טויט אין שפיטאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רוסלאנד האט דורכאויס די לעצטע 2 טעג דורכגעפירט מאסיווע באמבאדירונגען איבער גאנץ אוקריינע, אריינגערעכנט קיעוו, אין א נקמה אטאקע אויף די באמבע אויף די קרימיע בריק.

אוקריינע זאגט אז רוסלאנד האט אריינגעשאסן פון די ערד און פון די וואסער ארום 75 קרוז מיסילס, פון וועלכע 40 זענען אראפגעשאסן געווארן דורך לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען, און נאך ארום 20 דראונס.

אין די מאנטאג'דיגע באראזש פון אטאקעס זענען 19 מענטשן אומגעקומען און נאך 100 פארוואונדעט געווארן. אזוי אויך האט דאס פאראורזאכט מערערע בלעק-אוטס איבערן לאנד.

פרעזידענט זאלענסקי און אזוי אויך נאטא פירער סטאלטנבערג האט גערופן צו די מערב וועלט לענדער צו צושטעלן פאר אוקריינע מער פארגעשריטענע לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען אין ליכט פון די מאסיווע טויטליכע מיסיל אטאקעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אילאן מאסק לייקענט אפ א באריכט פון 'ווייס' אז ער האט גערעדט מיטן רוסישן פרעזידענט פוטין בעפאר ער האט פארגעשלאגן זיין שלום פלאן צווישן אוקריינע און רוסלאנד.
IMG_20221011_215451_116.jpg
IMG_20221011_215451_116.jpg (101.12 KiB) געזען 3755 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טולסי גאבארד, געוועזענער דעמאקראטישע קאנגרעספרוי פון האוואי, און דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימערי קאנדידאט אין די 2020 וואלן, האט געמאלדן אז זי פארלאזט די דעמאקראטישע פארטיי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מדינת ישראל האט היינט אינדערפרי געמאלדן אז זיי האבן דערגרייכט א "היסטארישן" אפמאך מיט לבנון איבער די ים גרעניץ צווישן די צוויי לענדער אין די מיטללענדישן ים וואס איז רייך מיט גאז.

פרעמיער מיניסטער יאיר לפיד זאגט אז די אפמאך וועט "פארשטערקערן מדינת ישראל'ס זיכערהייט, אריינגיסן ביליאנען אין די עקאנאמיע, און פארזיכערן די פעסטקייט פון די צפון גרעניץ".

מיטוואך וועט פארקומען א זיצונג פון די זיכערהייט קאבינעט, און דערנאך א ספעציעלע זיצונג פונעם גאנצן קאבינעט צו באשטעטיגן דעם אפמאך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רוסלאנד'ס אויסערן מיניסטער, סערגעי לאווראוו זאגט אז רוסלאנד איז אפן צו געשפרעכן מיט די מערב וועלט איבער די קריג, אבער האט נאך נישט באקומען קיין ערנסטע פארשלאג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט אונטערגעשריבן לעגיסלאציע וואס שטעלט אוועק וויאזוי צו מאכן טיימס סקווער א גאן-פרייע זאנע נאך וואס די סטעיט געזעץ איז איבערגעדרייט געווארן דורך א פעדעראלע ריכטער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער נאציאנאלע סעקיוריטי עדווייזער אונטער טראמפ, דזשאן באלטאן: "איך האלט אז מיר דארפן קלאר מאכן אין די עפענטליכקייט פאר פוטין, אויב אויטאריזירט ער צו נוצן טאקטישע נוקלעארע וואפן, שרייבט ער אונטער זיין אייגענע זעלבסטמארד נאטיץ".

"איך מיין אז ער ווייסט דאס, דו קענסט פרעגן קאסאם סולימאני וואס עס פאסירט ווען מיר באשלוסן אז איינער איז א געפאר צו די פאראייניגטע שטאטן".
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א ליעק איז געפונען געווארן אין די דרוזבע אויל פייפליין אין פוילן. די פייפליין איז די הויפט וועג וואס טראגט קרוד אויל פון רוסלאנד קיין דייטשלאנד. די אורזאך פון די ליעק איז דערווייל אומבאקאנט, און די געשעדיגטע פייפליין איז אפגעשלאסן געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ניו יארק טיימס באריכטעט אז די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט האט געפונען צום ערשטן מאל אז א היימישע ישיבה אין וויליאמסבורג פארלעצט דאס געזעץ מיטן נישט צושטעלן קיין עדיוקעישאן פאר די תלמידים.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די טרעזשורי דעפארטמענט האט געמאלדן אז זיי וועלן עפענען אן אויספארשונג אויב פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס האט גענוצט קאוויד געלטער צו שיקן די אימיגראנטן פון פלארידע צו מארטא'ס וויניארד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א דזשורי האט געאורטיילט אז אלעקס דזשאונס דארף באצאלן 965 מיליאן דאלער אנטשעדיגונגס געלטער פאר 8 פאמיליעס פון די סענדי הוק באטראפענע, און פאר אן FBI אגענט, אין די צווייטע קעיס איבער זיינע באשולדיגונגען אז די גאנצע שיסעריי איז געווען א האוקס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די דזשורי האט רעקאמענדירט לעבנסלענגליכע טורמע פאר ניקאלעס קרוז, דער פארקלענד שולע מערדער וועלכע האט אין 2018 אומגעברענגט 17 און פארוואונדעט נאך 17, נאך א טרייעל פון 3 מאנאטן. די דזשורי האט נישט רעקאמענדירט טויט שטראף.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א פעדעראלע אפעלאט געריכט אין ניו יארק האט געאורטיילט אז די סיטי קען ווייטער אינפארסירן די פרישע גאן געזעצן, ביז די געריכט קוקט איבער די אורטייל פון די נידריגערע געריכט וועלכע האט אנולירט טיילן פון די געזעץ.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”