@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אילאן מאסק סטראשעט צו אפלאזן די דיעל צו אפקויפן טוויטער, צוליב וואס טוויטער האט לויט ווי ער באשולדיגט, פארהוילן פון אים אינפארמאציע איבער טוויטער ספעם אקאונטס און באטס.

IMG_20220607_012729_137.jpg
IMG_20220607_012729_137.jpg (58.48 KiB) געזען 5510 מאל

IMG_20220607_012727_491.jpg
IMG_20220607_012727_491.jpg (74.15 KiB) געזען 5510 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

בריטישער פרעמיער מיניסטער באריס זשאנסאן האט דורכגעשוויצט 148-211 א 'נאו קאנפידענץ' אפשטימונג וואס זיין פארטיי האט אפגעהאלטן איבער אים, נאך א לעצטערע רייע סקאנדאלן.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום דינסטאג יוני 07, 2022 1:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

3 מענטשן זענען אומגעקומען און נאך 14 פארוואונדעט אין א מאסן שיסעריי אין טענעסי.

אין פענסעלוועניע זענען 3 אומגעקומען און 11 פארוואונדעט געווארן, ווען עטליכע מענטשן האבן אנגעהויבן שיסן.

אלעס צוזאמען זענען מער פון 13 מענטשן אומגעקומען און נאך צענדליגע פארוואונדעט, אין מער פון 10 מאסן שיסערייען אין אמעריקע, דורכאויס דעם פארלאפענע וויקענד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די אמעריקאנער מיליטער פארשט אויס אן אמעריקאנער זעלנער אין פארבינדונג מיט אן אטאקע אפריל 7 אין אן אמעריקאנער ארמיי באזע אין סיריע, וועלכע האט פארוואונדעט 4 אמעריקאנער מיליטערלייט.

ערשטע באריכטן איבער די אטאקע האבן אנגעגעבן אז דאס איז געווען א מארטאר שעלינג אטאקע פון גרופעס אינעם געגענט, אבער עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז דאס איז געווען אן אינעווייניגסטע סאבאטאזש אקציע, און איינער האט אונטערגעשטעלט אויפרייס מאטריאל.

דער פארדעכטיגטער מיליטערמאן איז צוריקגעברענגט געווארן פון סיריע קיין אמעריקע, און די מיליטער זאגט אז דערווייל איז עס בלויז באשולדיגונגען, און עס ווערט ווייטער אויסגעפארשט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען איז שבת אוועקגעפירט געווארן צו א לאקאלע פייער סטאנציע אין דעלאווער, וואו דער פרעזידענט האט זיך אויפגעהאלטן, נאך וואס א פריוואטע פליגער האט נישט אויסגעפאלגט די רעגולאציעס און איז אריינגעפארן אין די פארבאטענע לופט זאנע אין דעם פרעזידענט'ס געגנט.

2 מיליטערישע פליגער האבן אוועקגעפירט דעם פליגער, און דער פרעזידענט האט זיך צוריקגעקערט צו זיין היים.

IMG_20220607_140012_200.jpg
IMG_20220607_140012_200.jpg (74.46 KiB) געזען 5013 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

22 מענטשן אריינגערעכנט פרויען און קינדער זענען אומגעקומען, און העכער 50 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, אין א בארבארישע שיסעריי אטאקע אין א קירכע אין ניגעריע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פעיפעל האט געמאלדן אז אנגעהויבן היינט וועלן באנוצער קענען שיקן און באקומען ביטקוין און אנדערע קריפטאו וואלוטע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער רעפובליקאנער לוטענאנט גאווערנער פון נארט קאראליינע האט געשאפן א שטורעם נאך וואס ער האט געזאגט אז ער באזיצט אן AR-15 ביקס אין פאל מען דארף אראפווארפן די אמעריקאנער רעגירונג.

ארטיגער אטורני דזשענעראל פארדאמט.
ארטיגער אטורני דזשענעראל פארדאמט.
IMG_20220607_141016_177.jpg (70.06 KiB) געזען 4915 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טעקסאס אטורני דזשענעראל האט געמאלדן אז ער וועט עפענען אן אויספארשונג איבער טוויטער אויב זיי האבן פארפירט און פאלש באריכטעט איבער באטס און פאלשע טוויטער אקאונטס.

IMG_20220607_141403_377.jpg
IMG_20220607_141403_377.jpg (94.14 KiB) געזען 4891 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סטיוו בענאן, וועלכער איז ערווארטעט צו גיין פאר א טרייעל קומענדיגע מאנאט פארן נישט אויספאלגן סובפינעס פון די יאנואר 6 קאמיטע, האט געשיקט סובפינעס פאר די מיטגלידער פון די יאנואר 6 קאמיטע, הויז ספיקערן פעלאסי, קאנגרעסמאן דזשים קלייבורן און נאך, און פארלאנגט זיי זאלן צושטעלן דאקומענטן און קומען עדות זאגן ביי די טרייעל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טרעזשורי סעקרעטאר יעלען האט היינט ביי א היערינג אין סענאט געזאגט אז אמעריקע שטייט אויס 'אום-אקצעפטירבארע שטאפלען פון אינפלאציע'.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פיטער נאווארא איז פארגאנגענע פרייטאג ארעסטירט געווארן אין א לופטפעלד, נאך וואס ער איז געווארן אנגעקלאגט דורך א גרענד דזשורי, און האט געוואלט אפרייזן קיין נעשוויל, טענעסי פאר א טעלעוויזיע אויפטריט.

אויף די טאקער שאו האט נאווארא נעכטן באשולדיגט אז די פעדעראלע אגענטן האבן זיך באצויגן צו אים ווי 'מיט אן אל קאידא טעראריסט', מען האט אים ארויפגעלייגט קייטלעך אויף די פיס, און נישט צוגעלאזט קיין עסן און טרינקען און זיין לויער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

עפל וועט דארפן טוישן די טשארדזשינג פארט צו USB-C אויף אייפאונס וואס ווערן פארקויפט אין אייראפע, אנגעהויבן אין יאר 2024,

דאס קומט נאך וואס די אייראפעאישע פאראיין האט פארמאל באשלאסן אז USB-C זאל זיין די איינציגסטע טשארדזשינג פארט פאר אלע דעווייסעס געזעצליך.

אסאך עקספערטן זענען ביי די מיינונג אז געבויעט אויף זייער ווידערשטאנד דערצו, און די ארבעט וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין זייער 'מעג-סעיף' פראדוקטן, וועט עפל ענדערש אינגאנצן ארויסנעמען די טשארדזשינג פארט, און נוצן נאר ווייערלעס-טשארדזשינג, ווי איידער טוישן צו USB-C.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די הויז אווערסייט קאמיטע האט געמאלדן אז זיי האבן געעפענט אן אויספארשונג איבער געשאנקען וואס פרעזידענט טראמפ האט באקומען פון וועלט פירער אין די לעצטע יאר וואס ער איז געווען אין אפיס, און באשולדיגן אז זיין אדמיניסטראציע האט פארפעלט דאס איינצומעלדן ווי דער געזעץ פארלאנגט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נעכטן זענען אפגעהאלטן געווארן נאך א רייע פריימערי וואלן אין 6 שטאטן איבער'ן לאנד; אין קאליפארניע, סאוט דעקאטע, אייאווע, מיסיסיפי, מאנטענע, ניו מעקסיקא און ניו דזשערסי. אט איז א רעזולטאטן באריכט איבער די מערסט פראמינענטע פארמעסטן.

--

אין קאליפארניע וואו די צוויי העכסטע קאנדידאטן פארמעסטן זיך און די אלגעמיינע וואלן, איז דער דעמאקראטישער גאווערנער ניוסאם אריינגעקומען אין ערשטן פלאץ און זיך פארזיכערט מיט זיין נאמען אויפ'ן שטים צעטל אין נאוועמבער ווען ער וועט זיך פארמעסטן קעגן דעם רעפובליקאנער ברייען דאַהלי וועלכער איז אריינגעקומען צווייט מיט בערך 15%. דער אינדעפענדענט קאנדידאט מייקל שעלענבערגער, א שרייבער און געוועזענער PR פערזענליכקייט, וועלכער האט געפירט א נייע סארט קאמפיין מיט אן אייגנארטיגער פלאטפארמע און איז דורכאויס די פארמעסט געגעבן געווארן פאטענציאל דורך פאליטישע אנאליטיקער, האט אבער גאר שוואך אנגעצויגן אין די פארמעסט און וועט נישט ערשיינען אויפ'ן שטים צעטל אין די אלגעמיינע וואלן.

אמטירנדער סענאטאר אלעקס פעדיע, וועלכער איז געשטעלט געווארן דורך גאווערנער ניוסאם צו אויסדינען דאס פארבליבענע פון וויצע פרעזידענט העריס'ס סענאט טערמין, איז ערשינען צוויי מאל אויפ'ן שטים צעטל, איינס די ספעציעלע פארמעסט צו ענדיגן זיין איצטיגע טערמין וועלכע לויפט ביז ענדע דאס יאר, וועלכער ער האט ברייט געוואונען באזיגנדיג א צאל רעפובליקאנער און דעמאקראטישע קעגנער. אין די צווייטע פארמעסט פאר א פרישע 6 יעריגע סענאט טערמין וועלכע וועט זיך אנהייבן קומענדיגען יאנואר, איז ער אריינגעקומען אין ערשטן פלאץ מיט ארום 57%, און וועט אויסשטיין א פארמעסט קעגן דעם רעפובליקאנער מארק מיוסער וועלכער איז אריינגעקומען אין צווייט מיט ארום 13%.

אין די 22'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט איז דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דעיוויד וואלאדעא, פון די 10 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט צו שטימען פאר די צווייטע טראמפ אימפיטשמענט נאך די יאנואר 6 אומרוען, אויסגעשטאנען א שווערע פריימערי פארמעסט מיט 2 רעפובליקאנער קעגנער, געוועזענער סיטי קאונסילמאן קריס מעטיס און אן ארטיגער עדיוקאציע באורד מיטגלידער עדעם מעדעריאס. טראמפ האט נישט אינדארסירט קיינעם אין די פארמעסט.

ארטיגער אסעמבלימאן רודי סאלאס, דער דעמאקראטישער קאנדידאט פאר די זיץ, איז אריינגעקומען אין ערשטן פלאץ, און וועט אויסשטיין א פארמעסט אין נאוועמבער קעגן וואלאדעא וועלכער איז אריינגעקומען אין צווייטן פלאץ. די דעמאקראטן האבן פארלייגט שטארקע כוחות אין די פארמעסט אין א פרואוו צו צוריקכאפן דעם זיץ וועלכע איז געווען ביי דעמאקראטן ביז 2020.

--

אין סאן פראנציסקא האט דער ראדיקאל לינקער דיסטריקט אטוירני טשעסא בודין, וועלכער איז אריינגעקומען אין אמט אין 2019, מיאוס פארלוירן די פארמעסט, ווען א ברייטע מערהייט האט געשטימט פאר די 'ריקאל'.

--

אין סאוט דעקאטע האט רעפובליקאנער גאווערנער קריסטי נאועם ברייט געוואונען די רעפובליקאנער נאמינאציע באזיגנדיג סטעיט רעפרעזענטיוו סטיווען האוגאַרד, און וועט זיך פארמעסטן אין די אלגעמיינע וואלן אין נאוועמבער קעגן דעם דעמאקראטישן קאנדידאט דזשעימי סמיט וועלכער איז געלאפן אן קיין קעגנער.

אויך האט דער אמטירנדער סענאטאר דזשאן טון גאר גרינג געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט באזיגנדיג די 4 אנדערע פריימערי קאנדידאטן. טון וועלכער איז אויסגעשטאנען שארפע קריטיק פון געוועזענער פרעזידענט טראמפ נאך די 2020 וואלן ווען ער האט זיך קעגנגעשטעלט און אראפגעריסן די פרואוו צו איבערדרייען די וואל רעזולטאטן, און טראמפ האט דאן פאראויסגעזאגט אז ער וועט ארויסגעוועהלט ווערן דורך רעפובליקאנער וויילער אין די פריימעריס, למעשה איז ער אבער נישט אויסגעשטאנען קיין שווערע קעגנערשאפט אין די פארמעסט, ער וועט לויפן אין די אלגעמיינע וואלן קעגן דעם דעמאקראטישן קאנדידאט ברייען בענגס וועלכער איז געלאפן אין די דעמאקראטישע פריימעריס אן קיין קעגנער.

--

אין אייאווע האט סענאטאר טשאק גרעסלי ברייט געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי באזיגנדיג סטעיט סענאטאר דזשים קארלין, וועלכער איז געלאפן אלס מער קאנסערוואטיוו און לאיאל צו טראמפ, אבער טראמפ'ס גאר שטארקע אינדארסירונג פאר גרעסלי האט צוזאמענגעהאלטן די רעפובליקאנער וויילער באזע ארום גרעסלי. דאס איז די ערשטע מאל וואס גרעסלי שטייט אויס א רעפובליקאנער פריימערי קעגנער זינט ער איז צום ערשט ערוועלט געווארן אין 1980.

אויף די דעמאקראטישע זייט האט דער מעסיגער קאנדידאט מייקל פרענקען, א געוועזענער נעיווי אדמיראל, ברייט געוואונען די פארמעסט באזיגנדיג געוועזענע קאנגרעספרוי עבי פינקענאוער. פינקענאוער איז געווען אין די פארמעסט אסאך פריער און האט ערהאלטן גאר שטארקע אינדארסירונגען פון פראמינענטע דעמאקראטישע פערזענליכקייטן, אבער האט שפעטער אנגעהויבן פארלירן מאמענטום ווען פרענקען איז אריינגעקומען אין די פארמעסט, און געכאפט גאר א שטארקע קלאפ ווען זי האט געהאט לעגאלע קאמפליקאציעס ארויפצוגיין אויפ'ן שטים צעטל.

--

אין די ניו מעקסיקא רעפובליקאנער פריימעריס פאר'ן גאווערנער קאנדידאטור האט מארק ראָנטשעטי, א געוועזענער טעלעוויזיע מעטעאראלאגיסט, געוואונען די פארטיי'ס נאמינאציע און וועט זיך פארמעסטן אין די אלגעמיינע וואלן קעגן די אמטירנדע דעמאקראטישע גאווערנער מישעל גרישעם, וועלכע האט געוואונען די דעמאקראטישע נאמינאציע נאכ'ן לויפן אן קיין קעגנער.

--

אין ניו דזשערסי'ס 7'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט דער אמטירנדער קאנגרעסמאן טאם מאלינאווסקי געוואונען די דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט, און וועט אויסשטיין א פארמעסט קעגן טאם קיען דזשוניאר וועלכער האט געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט. די פארמעסט פארדינט נאציאנאלע אויפמערקזאמקייט צוליב וואס די דיסטריקט איז לעצטענס איבערגעשריבן געווארן צו זיין מער רעפובליקאנער געשטימט, און מאלינאווסקי האט געוואונען די זיץ אין 2020, נאך מיט די אלטע מאפע, מיט קוים א פונקט, וואס גיבט שטארקע מעגליכקייטן אז די רעפובליקאנער וועלן איבערנעמען די זיץ אין נאוועמבער וואס איז פאראויסגעשאצט צו זיין א גאר גוטע וואל סעזאן פאר די פארטיי.

אין די 2'טע דיסטריקט האט דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט, קאנגרעסמאן דזשעף ווען דראו, א געוועזענער דעמאקראט וועלכער איז אריבערגעגאנגען פארטיי אין 2019 ביים שטימען קעגן די ערשטע אימפיטשמענט קלאגעס קעגן דאן פרעזידענט טראמפ, געוואונען די פריימערי פארמעסט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א קאליפארניע מאן איז נעכטן נאכט ארעסטירט געווארן פארענט פון סופרים קאורט ריכטער ברעט קעווענא'ס הויז אין מערילענד, נאכן זיך דרייען דארט מיט וואפן און האט געזאגט פאר פאליציי אז ער איז געקומען אומברענגען דעם סופרים קאורט ריכטער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

איראן זאגט אז זיי האבן אויסגעלאשן 2 סורוועילענס קאמערעס פון די U.N. אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור, אין איינע פון זייערע נוקלעארע פלענטס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א לערערין איז אומגעקומען און נאך 9 זענען ערנסט פארוואונדעט געווארן, נאך וואס א מאן איז אריינגעפארן מיט א קאר אין א גרופע מענטשן, און דערנאך אריינגעקראכט אין א געשעפט, אין א פארנומענע גאס אין בערלין, דייטשלאנד.

דער מאן איז ארעסטירט געווארן. פאליציי זאגן אז זיי פארשן נאך אויס אויב דאס איז געווען אן עקסידענט אדער אן אקט פון טעראר. זיי האבן געפונען צעטלעך איבער טערקיי אין די קאר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אקסיאס באריכטעט אז אמעריקע האט פארגעשלאגן פאר מדינת ישראל צו אפהאלטן אין וואשינגטאן א סאמיט צווישן מדינת ישראל, די פאלעסטינע אויטאריטעט, אמעריקע, ירדן און עגיפטן, אבער מדינת ישראל האט דאס אפגעזאגט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:אילאן מאסק סטראשעט צו אפלאזן די דיעל צו אפקויפן טוויטער, צוליב וואס טוויטער האט לויט ווי ער באשולדיגט, פארהוילן פון אים אינפארמאציע איבער טוויטער ספעם אקאונטס און באטס.

טוויטער וועט זיך צושטעלן צו אילאן מאסק'ס פארלאנגען, און וועט געבן פאר מאסק פולע צוטריט צו די טוויטער דאטאבעיס, צו קענען זעהן מער איבער די פאלשע טוויטער אקאונטס און באטס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ, טראמפ דזשוניער און איוואנקא טראמפ זענען ערווארטעט צו עדות זאגן אונטער שבועה אום יולי 15, אלס טייל פון די אויספארשונג פון די ניו יארקע אטורני דזשענעראל אין די טראמפ פינאנצן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

באריכטן געבן אן אז די סיקרעט סערוויס צוזאמען מיט לאקאלע פאליציי האבן פרובירט אויסצוארבעטן א זיכערע וועג פאר פרעזידענט טראמפ צו קענען גיין צו די קעפיטאל געביידע אום יאנואר 6 מיט די פראטעסטירער, אבער עס נישט געווען מעגליך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

באריכטן איבער א מיליטערישע פליגער וועלכע האט אנגעבליך געטראגן נוקלעארע מאטריאל האט געקראכט אין קאליפארניע. באריכטן אז 4 מאנשאפט מיטגלידער וועלכע זענען געווען אויפן פליגער זענען אומגעקומען, איינער ווערט נאך געזוכט.

דעטאלן וועלן נאכפאלגן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין א 228-199 אפשטימונג, האט קאנגרעס געשטימט צו העכערן די עלטער פון 18 צו 21 צו קענען קויפן סעמי-אויטאמאטישע ביקסן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טראמפ אינדארסירטער דר. מעהמעט אָז איז דערקלערט געווארן געווינער אין די רעפובליקאנער פענסילוועניע סענאט פריימערי פארמעסט, באזיגנדיג זיין קעגנער דעיוו מעקקאָרמיק מיט 951 שטימען, נאך א ריקאונט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”