@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די כינעזע אויסערן מיניסטעריום האט באשולדיגט אז אמעריקע האט שוין געשיקט מער ווי 10 שפיאנאזש באלונען אין די כינעזע הימלען זינט יאנואר 2022, עפעס וואס די ווייסע הויז האט גענצליך אפגעלייקנט, און עס באצייכענט אלס א כינעזע פרואוו אויף 'דעמעדזש קאנטראל'.

כינע האט צוגעלייגט צו זייערע באשולדיגונגען אז אמעריקע שפיאנירט כסדר אויף כינע, זאגענדיג אז אמעריקע האט געשיקט שפיאנאזש עראפלאנען און שיפן אין די דרום כינעזע ים צו אויספירן נאנטע מיליטערישע שפיאנאזש, 657 מאל פארגאנגענע יאר און 64 מאל דעם יאנואר אליינס.
IMG_20230213_100206_629.jpg
IMG_20230213_100206_629.jpg (157.99 KiB) געזען 12338 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

4 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן ווען א יו-העל טראק האט אריינגעקראכט אין פיס גייער ביי 5'טע עוו. און בעי רידזש פארקוועי אין ברוקלין.

נאך א קורצע געיעג האבן פאליציי באוויזן צו ארעסטירן דעם דרייווער וועלכע האט פרובירט צו אנטלויפן פון די סצענע.
IMG_20230213_121534_073.jpg
IMG_20230213_121534_073.jpg (95.83 KiB) געזען 11460 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די וואל סטריט זשורנאל באריכט אז רעפובליקאנער סענאטאר פון סאוט קאראליינע, טים סקאט, גרייט זיך צו מעלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט אויף די רעפובליקאנער טיקעט אין 2024.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א ריכטער אין אטלאנטא האט געאורטיילט אז מען זאל טיילווייז פובליצירן די באריכט פון די דזשארדזשיע גרענד דזשורי איבער טראמפ'ס פרואוון צו איבערדרייען די 2020 וואלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א 22 יעריגער מדינת ישראל פאליציי אפיציר, אסיל סואעד, איז אומגעקומען נאכן געשטאכן ווערן דורך אן אראבישער איגנטליכער, און דערנאך געשאסן געווארן דורך פריינטליך פייער.

די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט ווען דער אפיציר האט דורכגעפירט אן אונטערזיכונג אויף א באס ביי א טשעק-פוינט אין מזרח ירושלים. דער 13 יעריגער טעראריסט האט דערשטאכן דעם אפיציר, און א ציווילער זיכערהייט וועכטער פון אינדרויסן האט פרובירט צו שיסן דעם טעראריסט, און בטעות געשאסן דעם פארוואונדעטער פאליציאנט.

דער טעראריסט איז ארעסטירט געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פארטיידיגונגס סעקרעטאר לואיד אויסטין היינט ביי א פרעסע קאנפערענץ האט געזאגט אז די מיליטער האט דערווייל נישט באוויזן צו טרעפן ברוכטיילן פון די 3 אביעקטן וועלכע זענען אראפגעשאסן געווארן אין די לעצטע פאר טעג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

2 באנען זענען היינט אראפגעפארן פון די שינעס, איינס אין סאוט קאראליינע, און א צווייטע אין טעקסאס וואו איינער איז אומגעקומען.

באזונדער ווערט באריכטעט איבער די באן מיט כעמיקאלן וועלכע האט געקראכט אין אהייאו מיט עטליכע טעג צוריק, אז די שעדליכע כעמיקאלן האבן פארפעסטעט די אהייאו ריווער, א טייך וועלכע שטעלט צו וואסער פאר איבער 5 מיליאן מענטשן, אזוי ווייט ווי וועסט ווירדזשיניע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א שיסעריי איז פארגעקומען אין מישיגען סטעיט אוניווערסיטעט, מיט עטליכע פארוואונדעטע, און לויט באריכטן מעגליכע פאטאליטעטן.

פאליציי האבן דערווייל נישט באוויזן צו כאפן דער שיסער, און האבן פארארדענט סטודענטן צו זוכן שוץ.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

איינע פון די 8 פארוואונדעטע פון די היינטיגע יו-האול טראק קראך אין ברוקלין איז אומגעקומען. דער 44 יעריגער מאן איז געפארן אויף אן עלעקטראנישע ביציקל ווען די טראק האט אריינגעקראכט אין אים.

דער דרייווער פון די טראק איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 62 יעריגער ווענג סאר, וועלכע האט געוואוינט אינעם טראק, און לויט באריכטן געשריגן צו די פאליציי אז זיי זאלן אים שיסן, און געזאגט אז ער וויל שטארבן.

זיינע מאטיוון זענען דערווייל נישט קלאר. פאליציי אויספארשער זאגן אז ווי עס שיינט האט ער אריינגעקראכט אין די פיסגייער און ביציקלעך ביים פרובירן צו אנטלויפן פון א פאליציאנט וואס האט אים פרובירט אפצושטעלן נאכן אראפקלאפן א פיסגייער, און עס איז ווארשיינליך נישט געווען קיין פאראויס געפלאנטע אטאקע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פאליציי האבן פובליצירט ערשטע בילדער פון דער מישיגען סטעיט אוניווערסיטעט שיסער וועלכער ווערט געזוכט.

לויט די פאליציי זענען 5 מענטשן פארוואונדעט געווארן און אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, טייל פון זיי אין א קריטישע צושטאנד.
IMG_20230213_233030_885.jpg
IMG_20230213_233030_885.jpg (25.49 KiB) געזען 8502 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אפדעיט: פאליציי באשטעטיגן אז ווייניגסטנס 3 זענען אומגעקומען און 5 זענען פארוואונדעט געווארן אין די מאסן שיסעריי אין די מישיגען סטעיט אוניווערסיטעט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

היינט איז פארגעקומען היציגע מאמענטן אין די מדינת ישראל כנסת, ווען מיטגלידער האבן פארפירט און טייל האבן געדארפט ארויסגעפירט ווערן, ביי אן אפשטימונג פון די קאנסטיטוציאנאלע קאמיטע פאר די קאנטערווערסיאלע יוסטיץ רעפארמען.

אין קורצן:

די רעכטע אין לאנד טענה'ען אז די יוסטיץ סיסטעם האט צופיל מאכט. יריב לעווין פון ליכוד, דער יעצטיגער יוסטיץ מיניסטער, איז פון די גרעסטע קריטיקירער פון די יעצטיגע סיסטעם שוין פאר די לעצטע פאר יאר, און ער וויל איינשטעלן טוישונגען:

מבטל זיין די 'עילת הסבירות': די בג"ץ אין מדינת ישראל נוצט 'עילת הסבירות' (Reasonability) צו מבטל זיין אדער טוישן געזעצן וואס געזעצגעבער פירן אדורך, מיטן פארטייטשן וואס יענער האט געמיינט מיט'ן געזעץ, אדער אויב א געזעץ מאכט סענס לויט זיי. אהרן ברק האט עס אויסגעברייטערט אין זיין צייט אלץ הויפט ריכטער ארום 30 יאר צוריק, געבנדיג גאר אסאך מאכט פאר די יוסטיץ סיסטעם. דאס מבטל זיין וועט צווינגען די ריכטער צו פסק'נען קלאר לויט'ן געזעץ אָן פארטייטשן אדער צולייגן סברות.

מבטל זיין 'לשכת עורכי דין': די רעכטע ווילן טוישן דאס אויפנעמען ריכטער. יעצט האבן די בג"ץ און די 'לשכת עורכי דין' די מערהייט, און א וועטא מאכט, אין די קאמיטע וואס נעמט אויף די ריכטער. לעווין וויל אז כנסת פארשטייער זאלן באקומען די מערהייט וואָרט אין די קאמיטע צו שטעלן ריכטער. ווי אויך וויל ער מאכן געהעריגע פובליק היעריגס אין כנסת צו אויפנעמען ריכטער (ווי אין אמעריקע).

די לינקע אין לאנד מאכן מאסיווע פראטעסטן די לעצטע פאר וואכן מיט שווערע הונדערטער טויזענטער באטייליגער צו פראטעסטירן די טוישונגען. זיי שרייען אז דאס וועט אנמאכן 'עריצת הרוב' (Mob rule) - אז די מערהייט קאנטראלירט אלע סניפים פון די רעגירונג. די בג"ץ איז יעצט די איינציגסטע פליגל וואס באשיצט דעם מיעוט פון די מערהייט אין די רעגירונג, און דאס טוישן וועט לויט זיי "צעווארפן דעמאקראטיע".
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אפדעיט: דער שיסער וועלכער האט דורכגעפירט די מישיגען סטעיט אוניווערסיטעט שיסעריי איז באגאנגען זעלבסטמארד ווען אן אפיציר האט אים באמערקט. לויט באריכטן האט מען געפונען אויף אים נאך א ביקס און אמוניציע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

געוועזענע סאוט קאראליינער גאווערנערין און געוועזענע UN אמבאסאדארין ניקי העילי, האט עמטליך אנגעגעבן איר קאנדידאטור און געלאזט אין גאנג איר קאמפיין פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע אין 2024.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל ווארטזאגער דזשאן קירבי זאגט אז עס איז דערווייל נישט דא קיין שום אנדייטונג אז די 3 אראפגעשאסענע אביעקטן זענען פארבינדן מיט כינע אדער אז עס האט שפיאנירט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די אמעריקאנער מיליטער זאגט אז זיי האבן באוויזן צו טרעפן די וויכטיגע טיילן פון די אראפגעשאסענע כינעזע שפיאנאזש באלון, אריינגערעכנט די ספעציעלע סענסארס און טעכנעלאגישע טיילן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דייענע פיינשטיין, 89 יעריגע דעמאקראטישע סענעטאר פון קאליפארניע, האט אפיציעל געמאלדן אז זי וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024, עפענענדיג א פריימערי פארמעסט אויף איר זיץ.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די נארט אמעריקע עיראספעיס דעפענס קאמענד זאגט אז אמעריקאנער F-16 און F-35A קאמפס פליגער האבן פארטריבן 4 רוסישע פליגער פון די אלאסקע לופט פארטיידיגונגס אידענטיפיקאציע זאנע.

אין די סטעיטמענט שטעלן זיי קלאר אז די רוסישע לופט אקטיוויטעטן איז נישט פארבינדן מיט די אביעקטן אין די אמעריקאנער הימלען די לעצטע פאר טעג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

לאטערי באאמטע האבן נאך לאנגע מאנאטן פובליצירט די נאמען פון דער געווינער פון די רעקארד $2.04 ביליאן פאוערבאל לאטערי.

דער געווינער, עדווין קעסטרא, האט אנטזאגט די איינלאדענונג צו אויפטרעטן אין פובליק, אבער זיין נאמען איז ארויסגעלייגט געווארן און אזוי אויך דאס אז ער האט אויסגעוועהלט צו נעמען די איינמאליגע סומע פון $997.6 מיליאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א CBS באריכט זאגט אז די אמעריקאנער מיליטער האט שוין באאבאכט די כינעזע באלון פון ווען עס האט זיך געהויבן פון די דרום כינעזע בארטן. דאס מיינט אז אמעריקע האט שוין נאכגעקוקט די באלון נאנט צו א וואך בעפאר עס האט דערגרייכט אמעריקאנער טעריטאריע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

לופטהאנזא לופטליניע האט אפגערופן אלע זייערע רייזעס און טויזענטער רייזענדע זענען געשטראנדעט, צוליב ווייערס וועלכע זענען פארשניטן געווארן דורכאויס קאנסטרוקציע אין די פראנקפורט לופטפעלד, און אויסגעשאלטערט וויכטיגע טיילן פון זייערע קאמפיוטערס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א היערינג היינט אין געריכט אין וועלכע דער באפעלא שיסער, וועלכער האט אומגעברענגט 10 מענטשן אין א געשעפט אין מאי וועט פאראורטיילט ווערן, האט געדארפט אפגעשטעלט ווערן פאר עטליכע מינוט און דער שיסער איז ארויסגעפירט געווארן פון געריכט זאל, נאך וואס אן אנוועזענדער האט פרובירט צו אטאקירן דעם שיסער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דער 19 יעריגער מערדער, פעיטאן דזשענדראן, וועלכער האט אומגעברענגט 10 מענטשן אין די באפעלא סופערמארקעט אין מאי, איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע אן קיין מעגליכקייט פאר פאראל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

באריכטן גיבן אן אז פרעזידענט ביידען באטראכט די מעגליכקייט צו אדרעסירן דעם פאלק בעפאר זיין געפלאנטע רייזע קיין פוילן, איבער די אראפגעשאסענע כינעזע שפיאנאזש באלון און אנדערע אביעקטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די ניו יארק סטעיט סענאט האט אין א פולע אפשטימונג אפגעווארפן 39-20 גאווערנער האוקאל'ס נאמינאציע, העקטאר לאסאל, פאר די טשיף ריכטער פון די סטעיט'ס העכסטע געריכט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”