@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א מאסיווע ערדציטערניש האט באטראפן אפגאניסטאן, אומברענגנדיג ווייניגסטנס 1,000 מענטשן, און נאך 1,500 זענען פארוואונדעט געווארן.

IMG_20220622_103719_501.jpg
IMG_20220622_103719_501.jpg (30.68 KiB) געזען 4789 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נעכטן זענען אפגעהאלטן געווארן נאך א רייע פריימערי וואלן אין עטליכע שטאטן איבער'ן לאנד; אין אלאבאמא, דזשארדזשיע, וואשינגטאן DC און ווירדזשיניע. אט איז א רעזולטאטן באריכט איבער די מערסט פראמינענטע פארמעסטן.

אין אלאבאמא אין די רעפובליקאנער סענאט פריימערי ראנ-אף האט קעיטי בריט, די קאנדידאט וועמען טראמפ האט אינדארסירט אין די לעצטע טעג, געוואונען און באזיגט קאנגרעסמאן מאו ברוקס, וועלכער האט פון אנהייב געהאט טראמפ'ס אינדארסירונג אבער האט עס שפעטער פארלוירן און אריינגעהויבן גאר שארפע קריטיק פון טראמפ וואס האט אונטערגעברענגט זיינע שאנסן.

- -

אין דזשארדזשיע, אין די 2'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט קריס וועסט, א לויער און אפיציר אין די ארטיגע נעשאנעל גארד, געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי ראנ-אף פארמעסט, באזיגנדיג דזשערמי האָנט וועלכער האט געשפענדעט אויף די פארמעסט 10 מאל אזויפיל ווי עהם און ערהאלטן שטארקע אינדארסירונגען פון פראמינענטע קאנסערוואטיווע פיגורן איבער'ן לאנד. טראמפ האט נישט אפיציעל אינדארסירט אין די פארמעסט.

אין די 10'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט אן ארטיגער ביזנעסמאן מייק קאלינס געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט, באזיגנדיג דעם טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט סטעיט רעפרעזענטעטיוו ווערנאן דזשאונס, וועלכער איז ערשט געלאפן קעגן גאווערנער קעמפ אין די פריימעריס אלס דער טראמפ לאיאלער קאנדידאט, אבער האט זיך ארויסגעצויגן פון די פארמעסט ווען דעיוויד פערדוא איז אריינגעקומען. די פארמעסט איז גאר נאענט באַאָבאכט געווארן דורך פאליטישע אנאליטיקער צוליב וואס עס איז געווען די ערשטע און אנזעבארע קאמף צווישן טראמפ און זיין געוועזענער פריינד גאווערנער קעמפ וועלכער האט געגעבן זיין אויסדרוקליכע שטיצע פאר קאלינס, און זיין געווינס ווערט געזעהן ווי א מינדליכע קלאפ פאר טראמפ'ס פאליטישע איינפלוס.

אין די 6'סטע דיסטריקט'ס רעפובליקאנער פריימערי ראנ-אף פארמעסט האט ריטש מעקקארמיק, אן ארטיגער עמערדזשענסי רום דאקטער, געוואונען די פארמעסט באזיגנדיג דעם טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט דזשעיק עווענס.

- -

אין ווירדזשיניע'ס 2'טע דיסטריקט האט סטעיט סענאטאר דזשען קיגענס געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט באזיגנדיג די אנדערע 3 קאנדידאטן אריינגערעכנט דזשעראום בעל, דער רעכטער קאנדידאט מיט שטיצע פון די מער עקסטרעמע פליגל ווי גענעראל פלין און ענליכס. קיגענס וועלכע האט געהאט די שטיצע פון רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע פירער וועט לויפן קעגן די דעמאקראטישע אמטירנדע קאנגרעספרוי אילעין לאריע אין די אלגעמיינע וואלן.

אין די 7'טע דיסטריקט רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט האט יעסלי וועגא, סופערווייזער פון וויליאם קאונטי, געוואונען די פארמעסט באזיגנדיג די איבריגע 5 קאנדידאטן, אריינגערעכנט 2 גאר שטארקע קאנסערוואטיווע קאנדידאטן. זי וועט לויפן אין די אלגעמיינע וואהלן קעגן די דעמאקראטישע קאנגרעספרוי אביגיל ספענבערגער, און די פארמעסט ציהט אויפמערקזאמקייט צוליב וואס אויך נאך וואס די דיסטריקט איז געווארן מער דעמאקראטיש געשטימט נאך די לעצטע דיסטריקט מאפע טויש שיינט די פארמעסט צו זיין גאר א שווערע, מיט שאנסן פאר רעפובליקאנער עס איבערצונעמען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די פעדעראלע דיסטריקט אטוירני פאר די פלארידע צפון דיסטריקט'ס אפיס האט געמאלדן אז א גרענד דזשורי האט אנקלאגט דעם געוועזענעם דעמאקראטישער מעיאר פון טאלאהאסי, ענדרו גילאם, און נאך איינע פון זיינע איינגעשטעלטע אויף 21 קלאגעס פון קאנספירירן און אדורכפירן שווינדל, און פאר'ן ליגנט זאגן פאר פעדעראלע באאמטע צווישן די יארן 2016 און 2019, דורכאויס וועלכע זיי האבן ארויסגעשווינדלט פון די פאנדן וואס ער האט אויפגעטריבן דורכ'ן עס דירעקטירן צו א פריוואטע קאמפאני פון וואו ער האט עס דערנאך ארויסגענומען פארמאסקירט אלס פעיראל צאלונגען.

גילאם, האט אנגעהויבן זיין פאליטישע קאריערע אלס אן אויפגייענדער שטערן אין די דעמאקראטישע פארטיי, און איז אין 2018 געלאפן פאר גאווערנער פון פלארידע אלס דער דעמאקראט און האט שמאל פארלוירן די פארמעסט קעגן גאווערנער דיסענטיס, אבער האט אנגעהויבן פארלירן זיין גלאנץ אין 2020 ווען ער איז אריינגעדרייט געווארן אין א שמוציגע סקאנדאל און האט זיך דאן ארויסגעצויגן פון פאליטיק, און איצט שטייט ער אויס א מאקסימום פון 45 יאר אין טורמע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פענסילוועניע רעפובליקאנער סענאט נאמינירטער, דר. מעהמעט אָז, האט אנגעהויבן דערווייטערן זיין קאמפיין פון געוועזענער פרעזידענט טראמפ, און אראפגענומען טראמפ פון זיין קאמפיין וועבזייטל און פון זיין טוויטער בלאט.

IMG_20220622_130415_572.jpg
IMG_20220622_130415_572.jpg (78.37 KiB) געזען 4396 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סאוט דעקאטע סטעיט סענאט האט געשטימט צו באשולדיגן דעם ארטיגער אטוירני דזשענעראל, דזשעיסאן ראבסנבערג, אויף 2 אימפיטשמענט קלאגעס און דערמיט אים ארויסגעווארפן פון זיין שטעלע.

דאס קומט צוליב אנקלאגעס איבער א פאטאלע עקסידענט וואס ער האט פאראורזאכט אין 2020 אבער האט פארלאזט די סצענע, אנגעבנדיג שפעטער אז ער האט געמיינט אז ס'איז א הערש, אבער ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט האט ער זיכער יא געוואוסט אז עס איז געווען א מענטש.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די FDA איז ערווארטעט צו פארבאטן די עלעקטראנישע ציגארעטלעך פירמע Juul צו פארקויפן אירע פראדוקטן אין אמעריקע. דאס קומט נאך א לענגערע איבערזיכט און טויזענטער אנקלאגעס קעגן די פירמע אז זייערע פראדוקטן און מארקעטינג טאקטיקן כאפן אריין די אינגווארג אין ניקאטין.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאטא סעקרעטערי גענעראל סטאלטנבערג זאגט אז אין די נייע נאטא סטראטעגישע קאנצעפט, וואס וועט פארגעשטעלט ווערן ביי די נאטא סאמיט אין מאדריד, יוני 28-30, וועט רוסלאנד ווערן דעזיגנירט אלס די מערסט שעדליכע געפאר צו די זיכערהייט פון די אליאנץ.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א וואשינגטאן פאוסט באריכט זאגט אז אלע מיטגלידער פון די יאנואר 6 קאמיטע וועלן ווארשיינליך באקומען ספעציעלע פארשטערקערטע זיכערהייט שיצונג, אין ליכט פון אן אויפשטייג פון סטראשונגען אויף זיי אין די לעצטע פאר טעג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די בריטישע געזונטהייט מיניסטעריום האט דערקלערט א 'נאציאנאלע אינצידענט' נאך וואס זיי האבן אידענטיפיצירט שפורן פון די פאליא ווירוס אין די אפלויף סיסטעם אין לאנדאן.

די מיניסטעריום זאגט אז זיי האבן דערווייל נישט אידענטיפיצירט קיין פאליא פעלער, אבער רופן יעדער וואס איז נישט וואקסינירט דערקעגן, זיך צו זאפארט וואקסינירן צו פארמיידן א פאליא אויסברוך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די FDA האט געמאלדן אז זיי פארשן אויס א פרישע באריכט וואס זיי האבן ערהאלטן דעם מאנאט, איבער א בעיבי וואס איז געשטארבן אין יאנואר נאכן נעמען בעיבי פארמולע פון די פירמע אבבאט.

דאס קומט נאך וואס איינע פון די פירמע'ס גרעסטע פארבריקן איז אפגעשלאסן געווארן דורך די אגענטור אין פעברואר נאכ'ן געפונען א געװיסע טויטליכע באקטעריע אין די פראדוקטן פון וואס עטליכע קינדער זענען אומגעקומען, אבער איז צוריק געעפנט געווארן אין מאי אונטער אן אפמאך מיט די אגענטור אין ליכט פון די מאנגל אין פאָרמולע אין אמעריקע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער אָוואַלדי סקול דיסטריקט פאליציי טשיף, וועלכער איז געווען פאראנטווארטליך פאר די פאליצייאישע רעאקציע צו די שוידערליכע שולע שיסעריי, איז געשטעלט געווארן אויף אדמינסטראטיווע אורלויב, אין ליכט פון גאר שטארקע קריטיק און מערערע אויספארשונגען איבער די שרעקליכע פאליצייאישע רעאקציע צו די שיסעריי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א העליקאפטער וועלכע איז גענוצט געווארן ביי די וויעטנאמע קריג האט געקראכט ביי א צוזאמקום פון היסטארישע עירקרעפט ליבהאבער אין וועסט ווירדזשיניע, אומברענגנדיג 6 מענטשן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דייטשלאנד האט אקטיוויזירט די צווייטע פאזע פון א דריי פאכיגע עמערדזשענסי פלאן פאר נאטירליכע גאזאלין און דערקלערט 'אלערט לעוועל', ווארענענדיג אז דאס לאנד שטייט פאר א קריזיס, אין ליכט פון רוסלאנד'ס שניידן נאטירליכע גאזאלין סופליי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ארום 700 ארבעטער פון בריטיש עירוועיס אין היטרוי לופטפעלד האבן געמאלדן אז זיי וועלן גיין אויף סטרייק דורכאויס די גאר פארנומענע זומער חגאות סעזאן, צוליב באצאלונג שניטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א שוידערליכע טראגעדיע האט פאסירט אין בוענאס איירעס, ארגענטינע, ווען 5 אידן פון די זעלבע פאמיליע, אריינגערעכנט 3 קליינע קינדער, זענען רח"ל אומגעקומען אין א שרעקליכע פייער וואס האט אויסגעבראכן אין זייער אפארטמענט געביידע. נאך 29 זענען האספיטאליזירט געווארן, טייל אין א קריטישע צושטאנד.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

IMG_20220623_102606_840.jpg
IMG_20220623_102606_840.jpg (18.07 KiB) געזען 2821 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די סופרים קאורט האט 6-3 אראפגעשטימט א ניו יארקע געזעץ וועלכע צוימט דאס טראגן וואפן אין פובליק, און פארלאנגט א ספעציעלע פערמיט פאר וועלכע מען דארף אנגעבן א ספעציעלע אורזאך דאס צו קענען באקומען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די FDA האט היינט אפיציעל פארבאטן Juul צו פארקויפן זייערע פראדוקטן אין אמעריקע, און פארארדענט אראפצונעמען אלע זייערע פראדוקטן פון די געשעפטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:די סופרים קאורט האט 6-3 אראפגעשטימט א ניו יארקע געזעץ וועלכע צוימט דאס טראגן וואפן אין פובליק, און פארלאנגט א ספעציעלע פערמיט פאר וועלכע מען דארף אנגעבן א ספעציעלע אורזאך דאס צו קענען באקומען.

סטעיטמענט פון פרעזידענט ביידען איבער די סופרים קאורט אורטייל:

IMG_20220623_122512_320.jpg
IMG_20220623_122512_320.jpg (83.91 KiB) געזען 2479 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער שפיאנאזש הויפט פון די איראנער רעוואלוציאנערע גארד איז אפגעזאגט געווארן פון זיין פאזיציע, אין ליכט פון א לעצטערע רייע אטענטאטן אויף מיליטערישע באאמטע און וויסנשאפטלער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א ניו יארקער מאן וועלכער איז שוין 122 מאל ארעסטירט געווארן, 50 מאל דאס יאר אליינס, איז נעכטן ווידעראמאל פריי געלאזט געווארן נאכן ארעסטירט ווערן פאר געשעפטן רויבעריי, א דאנק די ניו יארקער בעיל רעפארם געזעצן.

דער פראגרעסיווער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני ברעג האט געזאגט אז ער וואלט ווען געוואלט פארלאנגען אים צו האלטן אונטער גראטעס כאטש ביז'ן פראצעס אבער זיינע הענט זענען געווען געבינדען.

לויט'ן געזעץ קענען נישט פראקורארן פארלאנגען צו האלטן פארלעצער אונטער ארעסט אן בעיל נאר אויב עס זענען דא נאך אנדערע אקטיווע קעיסעס קעגן דעם פערזאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די FBI האט דורכגעפירט א זוכעריי אויף די ווירדזשיניע היים פון געוועזענער יוסטיץ דעפארטמענט באאמטער דזשעפרי קלארק, וועמען טראמפ האט געוואלט שטעלן אלס אטורני דזשענעראל, און האט געהאט אן אקטיווער טייל און די פרואוון פון טראמפ איבערצודרייען די פרעזידענטליכע וואלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די אייראפעאישע קאונסיל האט באשטימט צו שענקען פאר אוקריינע און מאלדאווע די אייראפעאישע פאראיין קאנדידאט סטאטוס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען האט היינט געמאלדן א פרישע 450 מיליאן מיליטערישע הילף פעקל פאר אוקריינע.

די פארטיידיגונגס דעפארטמענט אין א סטעיטמענט מיט א דעטאלירטע ליסטע וואס די פעקל נעמט אריין:

IMG_20220623_185837_423.jpg
IMG_20220623_185837_423.jpg (126.33 KiB) געזען 761 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די דיסטריקט אטוירני פון נאפא קאונטי, קאליפארניע, האט געמאלדן אז זיי האבן אריינגעגעבן אנקלאגעס קעגן דעם מאן פון ספיקער פעלאוסי פארן דרייוון אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל פאראורזאכנדיג אן עקסידענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

היינט האט די יאנואר 6 קאמיטע אויפגעדעקט ביי זייער פובליק היערינג אז 6 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט, סקאט פערי, מעט געטץ, מו בראקס, לואי גאמערט, ענדי ביגס און מארדזשארי טעילאר גרין האבן געבעטן אז טראמפ זאל זיי געבן פארדאנס נאך די יאנואר 6 אומרוען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”