@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאטא סעקרעטערי גענעראל, סטאלטנבערג, זאגט אז נאטא וועט נישט שיקן קיין טרופן קיין אוקריינע.

אויך האט ער געזאגט אז נאטא וועט שיקן שפעטער די וואך א געשריבענע פארשלאג פאר רוסלאנד, זאגענדיג אז זיי זענען גרייט פאר פארהאנדלונגען, אבער וועלן נישט אויפגעבן אויף זייערע פרינציפן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פייזער און ביאנטעק (BioNTech) האבן אנגעהויבן די קלינישע טרייעלס אויף א וואקסין ספעציפיש פאר אמיקראן.

די טרייעלס וועלן זיין אויף 1,420 מענטשן, צוטיילט אין 3 גרופעס פון אומוואקסינירטע, וואקסינירטע מיט 2 שאטס, און וואקסינירטע מיט א בוסטער שאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פראנצויזישער פרעזידענט מאקראן זאגט אז ער וועט אפהאלטן געשפרעכן מיט פוטין דעם פרייטאג.

אויך האט ער געווארענט אז רוסלאנד וועט צאלן א גאר הויכע פרייז אויב זיי אינוואדירן אוקריינע, און געזאגט אז דייטשלאנד איז פאראייניגט מיט פראנקרייך אז די סיטואציע דארף זיך בארויגן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:איין ניו יארקער פאליציאנט איז אומגעקומען, און א צווייטער איז פארוואונדעט געווארן, ווען זיי זענען אטאקירט געווארן אין אן אפארטמענט אין הארלעם, אין די צייט וואס זיי האבן געענטפערט א רוף איבער א דאמעסטישע אינצידענט.

א דריטער פאליציאנט האט געשאסן און פארוואונדעט דעם מערדער.

מעיאר עדעמס האט פארארדענט אראפ צו נידערן די פענער אין די סיטי צו האלב אין ליכט פון די טויטליכע שיסעריי.

דער צווייטער פאליציאנט וועלכע איז געשאסן געווארן אין הארלעם איז אומגעקומען פון זיינע וואונדן.

IMG_20220125_141405_731.jpg
IMG_20220125_141405_731.jpg (89.13 KiB) געזען 1655 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א 31 יעריגער מאן פון באסטאן וועלכע איז געווען אויבן פון די ליסטע צו דורכגיין א הארץ טראנספלעט, איז אראפ גענומען געווארן פון די ליסטע, צוליב וואס ער איז נישט וואקסינירט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך דער הימלישע איד »

אידישליך האט געשריבן:א 31 יעריגער מאן פון באסטאן וועלכע איז געווען אויבן פון די ליסטע צו דורכגיין א הארץ טראנספלעט, איז אראפ גענומען געווארן פון די ליסטע, צוליב וואס ער איז נישט וואקסינירט.

רשעים
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דעמאקראטישער קאנגרעסמאן פון טענעסי, דזשים קופער, האט געמאלדן אז ער וועט נישט זוכן ווידערוויילונג אין די קומענדיגע מיד-טוירם וואלן. קופער איז דער 29'סטער דעמאקראט צו מעלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר נאך א טערמין.

IMG_20220125_145144_011.jpg
IMG_20220125_145144_011.jpg (115.85 KiB) געזען 1528 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:נאטא סעקרעטערי גענעראל, סטאלטנבערג, זאגט אז נאטא וועט נישט שיקן קיין טרופן קיין אוקריינע.

פרעזידענט ביידען האט היינט געזאגט אז אמעריקאנער און נאטא קרעפטן וועלן נישט גיין קיין אוקריינע.

ביידען האט אויך געזאגט אז עס וועט זיין ערנסטע עקענאמישע קאנסעקווענצן אויב זאל רוסלאנד אינוואדירן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:א 31 יעריגער מאן פון באסטאן וועלכע איז געווען אויבן פון די ליסטע צו דורכגיין א הארץ טראנספלעט, איז אראפ גענומען געווארן פון די ליסטע, צוליב וואס ער איז נישט וואקסינירט.

רשעים

זיי זענען רשעים און ער איז א טיפוש פארן אויסוועלן צו שטארבן ווי איידער נעמען דעם וואקסין
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פעדעראלע 8'טע סירקוט אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אז אייאווא קען יא אינפארסירן א געזעץ וואס פארבאט לאקאלע שולעס פון איינשטעלן מאסק מאנדאטן, נאך וואס א פריערדיגער ריכטער האט עס אפגעשטעלט.

אבער די געריכט האט אויך באשטעטיגט פאר א גרופע עלטערן פון נישט געזונטע קינדער צו פאראויס גיין מיט אן אנקלאגע וואס זוכט צו אנולירן דאס געזעץ.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:א ניו יארק סטעיט סופרים קאורט ריכטער האט געאורטיילט אז גאווערנער האוקול'ס מאסק מאנדאט איז נישט קאנסטיטוציאנאל.

א ניו יארק אפעלאט געריכט האט צוריק איינגעשטעלט די מאסק מאנדאט אין קראפט, ארויפשטעלנדיג א סטעי אויף די פריערדיגע אורטייל וועלכע האט אפגעשאפן די מאסק מאנדאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

הויז ספיקערן נענסי פעלאוסי האט אפציעל געמאלדן אז זי לויפט פאר ווידערוויילונג.

IMG_20220125_172418_524.jpg
IMG_20220125_172418_524.jpg (61.63 KiB) געזען 1028 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פראנצויזישער מאן איז פאראורטיילט געווארן צו 8 יאר טורמע אין איראן אויף שפיאנאזש קלאגעס, נאך וואס ער איז געכאפט געווארן אין מאי 2020 פליען א 'העליקעם' וועלכע כאפט בילדער העכער א מדבר נעבן די גרעניצן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די קאוסט גארד האבן געעפנט א זיכעריי נאך 39 מענטשן וועלכע פעלן נעבן די פלארידע וואסערן, נאך וואס איינער האט געראטעוועט א מענטש אין די וואסער, און דער געראטעוועטער האט געזאגט פאר די אויטאריטעטן אז א שיף וועלכע האט מעגליך געשמוגעלט מענטשן האט געזינקען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:די FDA וועט פארבאטן צו נוצן 2 מאנאקלאנעל אנטי-באדי טריעטמענטס (פון Regeneron און Eli Lilly), צוליב וואס זיי זאגן אז עס איז נישט אפעקטיוו קעגן די אמיקראן וואריאנט.

פלארידע גאווערנער דיסענטיס האט גאר שארף קריטיקירט די באשלוס פון די פעדעראלע רעגירונג צו שניידן די וועכנטליכע צאל פון מאנאקלאנעל אנטי-באדיס דאזעס וואס די סטעיט וועט ערהאלטן פון די רעגירונג, און האט צוגעזאגט צו באקעמפן די באשלוס, אבער האט נישט אנגעגעבן קיין דעטאלן וויאזוי ער פלאנט דאס צו טוהן.

פלארידע האט די וואך געדארפט אפשפארן 5 סייטס וואו מען האט געקענט באקומען די באהאנדלונג, צוליב די מעלדונג פון די FDA צו צוימען די באנוץ.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סייענטיסן האלטן אן אויג אויף א פרישע אמיקראן סוב-וואריאנט, גערופן BA.2.

די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע זאגט אז מען דארף נישט זיין באזארגט, ווייל טראץ וואס איבער 40 לענדער האבן שוין געזעהן פעלער פון דעם וואריאנט, זעהט אבער נישט אויס ווי עס זאל זיין מער שעדליך אדער מער פארשפרייטבאר ווי די ארגינעלע אמיקראן וואריאנט.

אין אמעריקע איז געווען נעכטן 2 פעלער דערפון אין וואשינגטאן. די וואריאנט איז שטארק בעיקר אין ענגלאנד און דענמארק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טראמפ ווערט געהערט זיך דערקלערן אלץ דער 45'סטע און 47'סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן בשעת'ן שפילן גאלף.

ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאך 2 מענטשן זענען ארעסטירט געווארן אין מאנטשעסטער אין פארבינדונג מיט די משכונות סיטואציע אין טעקסאס.

IMG_20220126_095621_140.jpg
IMG_20220126_095621_140.jpg (84.44 KiB) געזען 589 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:אן אמעריקאנער נעיווי F-35 פליגער האט געהאט אן עקסידענט בשעת'ן לאנדן אויף די 'קארל ווינסאן' עיר קרעפט קעריער, אין די דרום כינע וואסערן.

דער פילאט האט זיך ארויסגעראטעוועט פונעם פליגער, און 7 מאטראזן זענען פארוואונדעט געווארן, אלע אין א סטאבילע צושטאנד.

די נעיווי פרובירט צו טרעפן די סאפיסטיקירטע F-35C סטעלט פליגער וועלכע האט געקראכט אין די דרום כינע וואסערן, בעפאר די כינעזע רעגירונג לייגט א האנט דערויף.

טראץ דעם וואס די נעיווי האט נישט געזאגט וואו גענוי די קראך האט פאסירט, באטראכט אבער כינע כמעט די גאנצע דרום כינעזע ים ווי א חלק פון זייער טעריטאריע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סען האוזעי, קאליפארניע, וועט זיין די ערשטע אין לאנד צו איינשטעלן א פרישע געזעץ וועלכע וועט פארלאנגען פון גאן באזיצער צו צאלן אן אפצאל און האבן לייעבילטי אינשורענס.

צווייטע אמענדמענט גרופעס האבן שוין קלאר געשטעלט אז דאס פארלעצט די קאנסטיטוציע און זיי וועלן קלאגן אין געריכט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פרישע CNN באריכט זאגט אז אמעריקע און אירע אליאירטע פלאנען צו שיקן נאך טרופן צו מזרח אייראפעאישע לענדער.

טראץ דעם וואס נישט אלע 30 נאטא לענדער זענען גרייט צו שיקן, וועט אבער א 'קאאליציע פון די וואס ווילן' שיקן נאך 1000 טרופן פער לאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאך וואס די אוקריינישע אמבאסאדע האט געשיקט א פארלאנג פאר מיליטערישע שטיצע, האט דייטשלאנד געמאלדן אז זיי וועלן שיקן 5,000 העלמעטס פאר אוקריינע.

דער מעיאר פון קיעוו איז זייער בייז און געזאגט אז ער איז שפראכלאז, 'וואס איז דאס א וויץ? נעקסט שיקן זיי קישענעס?'.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די גאנצע אינטערנעט אין צפון קארעא איז געווען אויסגעשאלטערט היינט פאר לאנגע שעות, און עקספערטן זאגן אז דאס קומט צוליב א סייבער אטאקע.

דאס קומט בלויז איין טאג נאך וואס זיי האבן אויסגעפירט די 5'טע מיסיל טעסט דעם יאר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ברעיקינג: סופרים קארט ריכטער ברייער וועט רעטייערן.

דאס וועט געבן פאר ביידען א שאנס צו שטעלן א פרישע ריכטער אינעם סופרים קארט.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך יאנואר 26, 2022 12:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רוסלאנד זאגט אז זיי האבן באקומען די געשריבענע ענטפער פון וואשינגטאן אויף זייערע פארלאנגען.

סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען וועט געבן א סטעיטמענט פאר די פרעסע אין א קורצע וויילע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”