@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

נאטא אין א סטעיטמענט רופט אן די ליעקס ביי די נארט סטריעם פייפליינס אן אקט פון סאבאטאזש, און ווארענט אז די אליאנץ וועט רעאגירן אויף אטאקעס אויף קריטישע אינפראסטרוקטור פון אירע אליאירטע.

רוסלאנד האט געזאגט אז דאס איז ווארשיינליך געווען אן אקט פון טעראריזם, און זאגט אז עס איז זענען ווארשיינליך געווען פרעמדע לענדער פארמישט דערין.

ענערגיע מיניסטער פון שפאניע האט געזאגט אז דאס איז העכסט ווארשיינליך פארבינדן מיט רוסלאנד אלס א טייל פון זייערע פראוואקאציעס.
IMG_20220929_105749_595.jpg
IMG_20220929_105749_595.jpg (390.99 KiB) געזען 4204 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אן אמעריקאנער ארמיי אפיציר און דאקטער אין פארט ברעג שפיטאל נארט קאראליינע, אינאיינעם מיט זיין פרוי וועלכע איז א דאקטער אין דזשאן האפקינס שפיטאל אין באלטימאר, זענען אנגעקלאגט געווארן אין פרובירן צו פארקויפן געהיימע מעדיצינישע אינפארמאציע פון מיליטערלייט און נאך פאר די רוסישע רעגירונג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סענאט האט 72-25 דורכגעפירט א צייטווייליגע פאנדינג פלאן פאר די רעגירונג פאר ביז דעצעמבער 16, צו פארמיידן א גאווערמענט שאטדאון דעם ענדע וואך.

אין די ביל האט סענאט באשטעטיגט פרישע 12 ביליאן מיליטערישע און הומאניטארישע הילף פאר אוקריינע.

די ביל גייט יעצט צו קאנגרעס און דערנאך צום פרעזידענט פאר אן אונטערשריפט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

לויט א סיענע קאלעדזש אנקעטע זענען די דעמאקראטן פארויס פון זייערע רעפובליקאנער קעגנער אין די ניו יארקער פארמעסטן.

לויט די אנקעטע איז האוקל פאראויס פון זעלדין מיט 54-37 אין די גאווארנערס פארמעסט, שומער פאראויס פון פיניען מיט 55-36 אין די סענאט פארמעסט, לעטישע דזשעימס איז פאראויס פון הענרי מיט 53-37 אין די אטורני דזשענעראל פארמעסט, און דינאפאלי איז פארויס פון ראדריגעז מיט 52-29 אין די קאמפטראלער פארמעסט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

ווייניגסטענס 15 מענטשן זענען שוין באריכטעט טויט אין פלארידע אין רעזולטאט פון האריקעין איען, אין די צייט וואס הילף אפעראציעס זעצן פאר אין די באטראפענע ראיאנען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

רוסישער פרעזידענט פוטין האט אונטערגעשריבן א דעקרעט וואס אנערקענט כארסאן און זאפארזשיע אלס זעלבסטשטענדיגע טערעטאריעס.

דאס איז די לעצטע שטאפל בעפאר די מארגנדיגע געפלאנטע אנעקסירונג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אן 61 יעריגער ניו יארקע EMS לוטענעט איז פאטאל דערשטאכן געווארן אין א ברוטאלע אטאקע אין קווינס, ווען זי איז ארויסגעגאנגען פון איר סטאנציע צו קויפן עסן. פאליציי האט ארעסטירט דעם 34 יעריגן מערדער.
IMG_20220929_223712_375.jpg
IMG_20220929_223712_375.jpg (107.97 KiB) געזען 2990 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

האריקעין איען האט זיך צוריק פארשטערקערט צו א קאטעגאריע 1 שטורעם, און איז אויפן וועג צו די קאראליינעס און דזשארדזשיע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פלארידע ריכטערין קענאן האט געאורטיילט אז טראמפ אדוואקאטן דארפן זיך נישט צושטעלן צו א פארלאנג פון דער ספעציעלער מעסטער צו קלארשטעלן אויב זיי האלטן אז די FBI האט ליגענט געזאגט אדער אונטערגעשטעלט פאלשע באווייזן אין מאר-א-לאגא.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

הויעך שולע סטודענטן אין ווירדזשיניע האבן ארויסשפאצירן פון זייער קלאסן צו פראטעסטירן פלענער פון ארטיגע גאווארנער יאנגקין אוועקצונעמען רעכטן פון געוויסע סטודענטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די CDC האט שטילערהייט ארויסגעלייגט פרישע גיידליינס אין וועלכע זיי נעמען אראפ די רעקאמענדאציע צו גיין מאסקעס אין העלט קעיר צענטערן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער ניו יארקער גאווארנער ענדרו קאומא מאכט זיינע ערשטע טריט צוריק אריינצוקומען אין פאליטיק מיטן אנהייבן א פאדקעסט און אנאנסירן א פראיעקט צו קעמפן פאר שטרענגערע גאן קאנטראל געזעצן צווישן אנדערע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאטא האט געמאלדן אז נאטא סעקרעטערי גענעראל דזשאנס סטאלטנבערג וועט אפהאלטן אן אום פאראויס געמאלדענע פרעסע קאנפערענץ היינט פרייטאג 12:00 אזייגער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

רוסלאנד האט היינט אפיציעל אנעקסירט די אוקריינישע ראיאנען כארסאן, זאפארזשיע, לוהאנסק און דאנעטסק.

פוטין האט גערופן אוקריינע צו זאפארט אויפהערן מיט די קריג און געווארענט אז זיי וועלן נוצן אלע זייערע מעגליכקייטן צו פארטיידיגן אנעקסירטע טעריטאריעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי האט אונטערגעשריבן אן אפליקאציע זיך צו אנשליסן אין נאטא, און געבעטן צו פארשנעלערן די פראצעדור.

אויך האט ער געזאגט אז זיי זענען גרייט פאר פארהאנדלונגען מיט רוסלאנד, אבער נישט מיט פוטין, מיט א נייע רוסישע פרעזידענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אמעריקע האט ארויפגעלייגט א פרישע רייע שווערע סאנקציעס אויף איבער 1,000 רוסישע באאמטע און פירמעס, און צווישן זיי 14 אויסלענדישע פירמעס, וועלכע העלפן ארויס רוסלאנד.

פרעזידענט ביידען אין א סטעיטמענט זאגט אז אמעריקע וועט ארויפלייגן סאנקציעס און קאסטן אויף יעדע פירמע אדער אינדיווידועל, אין אדער אינדרויסן פון רוסלאנד וואס געבט פאליטישע אדער עקענאמישע הילף פאר רוסלאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

נאטא סעקרעטערי גענעראל סטאלטנבערג האט שארף פארדאמט די רוסישע אנעקסירונג און געזאגט, "כארסאן איז אוקריינע, לוהאנסק איז אוקריינע, דאנעטסק איז אוקריינע, זאפארזשיע איז אוקריינע און קרימיע איז אוקריינע".

ער האט קלארגעשטעלט אז נאטא וועט ווייטער שטיצן אוקריינע ביז זיי וועלן צוריקנעמען אלע פארכאפטע טערעטאריע, און געזאגט, "אויב פוטין הערט אויף קעמפן איז דא פרידן, אויב אוקריינע הערט אויף קעמפן וועט אוקריינע אויפהערן צו עקזיסטירן".

נאכן געפרעגט ווערן האט ער געזאגט אז נאטא וועט נישט זאגן פאר אוקריינע צו אויפהערן אטאקירן די פרישע אנעקסירטע טעריטאריעס אין ליכט פון די נוקלעארע סטראשונגען, נאר וועט זיי שטיצן צו צוריק נעמען אלע זייערע טעריטאריעס.

נאכן געפרעגט ווערן איבער די אפליקאציע פון אוקריינע זיך צו אנשליסן אין נאטא האט ער געזאגט אז יעדע לאנד האט א רעכט צו באשלוסן וואס זיי טוען און אין וועלכע זיכערהייט ארגאניזאציע זיי ווילן זיך אנשליסן, און דאס וועט באשלאסן ווערן דורך אלע נאטא לענדער, אבער נאטא צילט יעצט צו שטיצן אוקריינע זיי זאלן קענען געווינען דעם קריג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

6 רעפובליקאנער שטאטן, ארקענסא, אייאווא, קענזעס, מיזורי, נעבראסקא און סאוט קאראליינע, האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן די ביידען אדמיניסטראציע'ס פלאן איבער סטודענטן חובות פארגעבונג.

אזוי אויך האט אריזאנע אטוירני דזשענעראל אריינגעגעבן אן עקסטערע אנקלאגע אין וועלכע ער טענה'ט אז די אדמיניסטראציע האט נישט די רעכטן צו פארגעבן די חובות נאר עס דארף גיין דורך קאנגרעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

קאנגרעס האט 230-201 דורכגעפירט די צייטווייליגע רעגירונג פאנדינג פלאן, פארמיידענדיג א רעגירונג שאטדאון היינט מיטל נאכט.

די ביל גייט יעצט צום פרעזידענט פאר אן אונטערשריפט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ווייניגסטנס 125 מענטשן זענען אומגעקומען, און נאך 180 זענען פארוואונדעט געווארן ביי ראיאטן וועלכע האבן אויסגעבראכן צווישן שטיצער פון צוויי טיעמס ביי א סאקער שפיל אין אינדאנעזיע.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום זונטאג אקטאבער 02, 2022 12:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די טויט צאל פון האריקעין איען שטייט ביי 77 אין פלארידע און נארט קאראליינע, אין די צייט וואס רעטונג אפעראציעס זעצן פאר, מיט איבער 1,100 שוין געראטעוועט אין פלארידע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

בלויז איין טאג נאך וואס פוטין האט אנעקסירט די אוקריינישע ראיאנען, האט די רוסישע פארטיידיגונגס מיניסטעריום געמאלדן אז די רוסישע קרעפטן האבן זיך צוריקגעצויגן פון ליימאן, א סטראטעגישע שטאט אין דאנעטסק.

די אוקריינער האבן סוקסעספול באוויזן ארום צו רינגלען טויזענטער רוסישע טרופן אין ליימאן, און צוריק איינגענומען דעם שטאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ווענעזועלע האט באפרייט 7 אמעריקאנער בירגער וועלכע זענען געווען ארעסטירט דארט פאר עטליכע יאר, אין אויסטויש האט אמעריקע באפרייט 2 נעפיוס פון דער ווענעזועלע פרעזידענט'ס פרוי, וועלכע זענען געזיצן אין אמעריקע צוליב דראג קלאגעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א איד פון ביתר עילית איז אטאקירט און פארוואונדעט געווארן דורך אראבישע ראיאטירער אין די אראבישע שטאט כוסאן, גלייך נעבן ביתר עילית, ווען ער איז אריינגעגאנגען נעמען זיין זוהן'ס טראק פון אן אראבישע ריפעיר שאפ.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רעפובליקאנער קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקקארטי זאגט אז אויב די רעפובליקאנער געווינען צוריק די מאיאריטעט וועלן זיי אין זייער ערשטע ביל צוריקדרייען די 87,000 פרישע IRS אגענטן וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט לעצטענס צוגעלייגט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”