ווידעאס זענען ערשינען פון די שוידערליכע אינצידענט אין כינע וואס האט, ווי עס שיינט, געטריגערט און אנגעצינדן די פרישע כוואליע פון פראטעסטן וואס האבן זיך אנגעהויבן מערן און פארשטערקערן אין לעצטע פאר טעג איבער'ן גאנצן לאנד.
לויט די באריכטן האט א פייער אויסגעבראכן אין א געביידע אין שינשאנג סיטי, אבער די פייערלעשער און רעטונגס קרעפטן האבן נישט געקענט צוקומען ראטעווען די פארכאפטע צוליב וואס די געביידע איז געווען אונטער א פולקאמע לאקדאון און די טירן פארשלאסן און צוזאמגעשמאלצן פון אינדרויסן לויט די גאר עקסטרעמע 'זערא קאוויד פאליסי' וואס הערשט אין לאנד.
10 מענטשן, אריינגערעכנט עטליכע קינדער, זענען פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט און אומגעקומען אין א גרויזאמע טראגישע טויט.
אין די ווידעאוס הערט מען די פאמיליעס שרייען "עפנט די טירן! עפענט די טירן! ראטעוועט אונז!"