@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
ליובאוויטשע פרוי חיה רייטשיק פון די ליבס אוו טיקטאק טוויטער אקאונט, האט זיך נעכטן געטראפן מיט געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א מאסיווע פייער האט אויסגעבראכן אין א הויעך שטאקיגע געביידע אין שיקאגא, אילינוי, מיט מענטשן פארכאפט דערין. לויט ערשטע באריכטן איז איינער אומגעקומען און 6 זענען ערנסט פארוואונדעט געווארן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז אין א ברייטע אפעראציע צווישן עטליכע אגענטורן האבן זיי באוויזן צו אפשטעלן א מאסיווע קאארדינירטע שווינדל וועלכע האט צוגעשטעלט פאלשע נורסינג דעגרי סערטיפיקאטן.
לויט די יוסטיץ דעפארטמענט האט די גרופע פארקויפט אזויפיל ווי 7,600 פאלשע דאקומענטן. 25 מיטגלידער פון די גרופע זענען ארעסטירט געווארן אין 5 אמעריקאנער שטאטן.
לויט די יוסטיץ דעפארטמענט האט די גרופע פארקויפט אזויפיל ווי 7,600 פאלשע דאקומענטן. 25 מיטגלידער פון די גרופע זענען ארעסטירט געווארן אין 5 אמעריקאנער שטאטן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
'מעטא' האט געמאלדן אז זיי וועלן צוריק עפענען די אינסטעגרעם און פעיסבוק אקאונטס פון געוועזענער פרעזידענט טראמפ.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
איינער איז אומגעקומען און 4 זענען פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט א גלח, ווען א מאן מיט א שווערד האט אריינשפאצירט אין א קירכע אין שפאניע און דורכגעפירט א שטעכעריי אטאקע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
17 קינדער האבן געליטן לייכטע וואונדן, און איין קינד איז אין א קריטישע צושטאנד, נאך וואס א פייער האט אויסגעבראכן אין א געביידע אין קווינס וואו עס האט זיך געפונען א דעי-קער צענטער.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אן NBC באריכט גיבט אן אז רעפובליקאנער קאנגרעספרוי מארדזשערי טעילאר גרין צילט אז טראמפ זאל איר נעמען אלס זיין וויצע פרעזידענט פאר זיין 2024 פרעזידענטליכע קאמפיין.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אפדעיט: viewtopic.php?p=4080982#p4080982
א שוידערליכע אינצידענט האט זיך אפגעשפילט היינט אין גרעיווסענד, ברוקלין, ווען א גייסטיש אומסטאבילער פארשוין האט פרובירט צו פארכאפן א 9 יעריג קינד פון א בית המדרש דורכאויס א ברית פון א משפחה מיטגליד.
די מאמע פון דער קינד האט באמערקט וויאזוי דער פארשוין טראגט ארויס איר קינד אין זיינע הענט, און אים פיזיש ארויסגעכאפט פון יענעמ'ס הענט.
נאך וואס פאליציי האט אריינגעברענגט שמעק הינט האט מען אים באוויזן צו טרעפן אין א דערנעבענדיגע ישיבה געביידע וואו ער האט זיך באהאלטן. ער איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן אויף קידנעפינג פארזוך און נאך עטליכע קלאגעס.

אמווייניגסטנס ניין טעראריסטן זענען אומגעברענגט געווארן און נאך עטליכע אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן אין שווערע צוזאמשטויסן צווישן צה"ל קרעפטן און פאלעסטינער טעראריסטן אין א פליטים לאגער אין דזשענין, וואס די צה"ל איז איבערגעפאלן צו פארמיידן א דראענדע אטאקע פון דער איסלאמישער דזשיהאד טעראר גרופע קעגן מדינת ישראל.
די פאלעסטינער אויטאריטעט האט סוספענדירט איר זיכערהייט קאארדינאציע מיט מדינת ישראל נאך דעם אינצידענט.
פרעמיער מיניסטער נתניהו האט באפוילן די צה"ל צו זיין אויף די וואך פאר א מעגליכע נקמה אקציע פון עזה, אבער זאגט אז מדינת ישראל זוכט נישט קיין עסקאלאציעס.

לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די אמעריקאנער עקאנאמיע איז געוואקסן אויף א ראטע פון 2.9% אין די לעצטע פערטל פון 2022, בעסער ווי די 2.8% ראטע וואס עקאנאמיסטן האבן ערווארטעט. דאס קומט טראץ די הויכע אינטערעסט ראטעס און פחדים פון אן אנקומענדע רעסעסיע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
קידוש ה': וויירעל בילדער ווי א היימישע הצלה מעמבער העלפט א פרוי וואס איז צוזאמגעפאלן אויף א דזשעט בלו פליגער אויף די וועג קיין פלארידע.
[בילד אראפגענומען צוליב הענט פון פרוי, האחראי]
[בילד אראפגענומען צוליב הענט פון פרוי, האחראי]
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
קאנגרעסמאן אדאם שיף האט געמאלדן אז ער לויפט פאר סענאט אין 24'.
שיף איז די לעצטע פון א רייע דעמאקראטן וועלכע זוכן צו ערזעצן דעמאקראטישע סענאטאר פון קאליפארניע, דיענע פיינשטיין, וועלכע האט דערווייל נישט געזאגט אויב זי וועט לויפן פאר ווידערוויילונג.
שיף איז די לעצטע פון א רייע דעמאקראטן וועלכע זוכן צו ערזעצן דעמאקראטישע סענאטאר פון קאליפארניע, דיענע פיינשטיין, וועלכע האט דערווייל נישט געזאגט אויב זי וועט לויפן פאר ווידערוויילונג.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
ווי עס שטעלט זיך ארויס פון די ווידעא קאמעראס איז די גאנצע אינצידענט נישט געווען אזוי ווי די אלגעמיינע מידיע האט עס אראפגעמאלן, נאר דער אינגערמאן האט סך הכל געוואלט דורכגיין צווישן א גרופע פרויען, און מיטגענומען דעם קינד נישט וועלנדיג גיין אליינס צווישן די פרויען, ווי די הלכה פארלאנגט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
בד"ה: מיט גרויס צער האט כלל ישראל אויפגענומען די ביטערע בשורה אז הרבנית מרת רעכיל בריינדל טייטלבוים ע"ה אשת הגה"צ ר' ליפא טייטלבוים שליט"א אב"ד בית אהרן, איז נפטר געווארן נאכן גאר שווער פארוואונדעט ווערן אין די שוידערליכע פייער פארלאפענע מאנטאג אין וויליאמסבורג.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
סטעיט טרופער האבן דערשאסן א 33 יעריגער מאן אין דעטרויט, מישיגען, וועלכער האט געשיינט מיט א שטארקע לעיזער-פוינטער אויף א פאליציי העליקאפטער, און דערנאך געעפענט פייער אויף די העליקאפטער.
ווען אפיצירן זענען אנגעקומען צו זיין אדרעס נאכן שיסן אויף די העליקאפטער, האט ער געעפענט פייער אויף די אנקומענדיגע פאליציאנטן, וועלכע האבן צוריקגעשאסן און אים אומגעברענגט.
ווען אפיצירן זענען אנגעקומען צו זיין אדרעס נאכן שיסן אויף די העליקאפטער, האט ער געעפענט פייער אויף די אנקומענדיגע פאליציאנטן, וועלכע האבן צוריקגעשאסן און אים אומגעברענגט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א שווערע 4 אלארם פייער האט אויסגעבראכן אין אן אפארטמענט געביידע אין די בראנקס. ערשטע באריכטן איבער פארוואונדעטע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א גרופע פון אמעריקאנער נעווי סיעל קאמאנדאס האבן אין אן אפעראציע אין סאמאליע אומגעברענגט בילאל אל-סודאני, א הויעכראנגיגע אייסיס פירער, און נאך 10 אייסיס אפעראטיוון.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
פרעזידענט ביידען האט היינט אפיציעל געמאלדן אז ווייסע הויז טשיף אוו סטעף ראן קליין וועט פארלאזן זיין פאזיציע קומענדיגע וואך, און דזשעף זייענטס וועט אים איבערנעמען.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אין רעאקציע צו עטליכע ראקעטן וואס עזה האט אריינגעשאסן נאך די איבערפאל אין דזשענין, האט די מדינת ישראל מיליטער אטאקירט אן אונטערערדישע ראקעט פראדוקציע ארט, און געצילט א כאמאס מיליטערישע באזע אין עזה.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אטורני דזשענעראל גארלענד האט געמאלדן אז 3 מענטשן זענען ארעסטירט געווארן צוליב וואס זיי האבן פלאנירט אן איראן-געשטיצטע אטענטאט אויף מאסיה אלינעדזשאד, אן איראנע - אמעריקאנע דזשורנאליסט און אקטיוויסט פון ניו יארק, וועלכע קריטיקירט שטארק די איראנער רעזשים.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פינף געוועזענע פאליציי אפיצירן פון מעמפיס, טענעסי, זענען אנגעקלאגט געווארן אין דעם טויט פון טייער ניקאלס, א שווארצער מאטאריסט וועלכער איז אומגעקומען דריי טעג נאך א קאנפראנטאציע מיט די אפיצירן ביי א טראפיק אפשטעל יאנואר 7. די אפיצירן זענען אנגעקלאגט געווארן אין צווייט דעגרי מארד צווישן אנדערע פארברעכנס.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די נאציאנאלע ארכיוון האט געבעטן פארשטייער פון אלע געוועזענע פרעזידענטן און וויצע פרעזידענטן איבערצוקוקן זייערע פערזענלעכע רעקארדס פאר קלאסיפיצירטע דאקומענטן, נאך וואס דאקומענטן זענען געפונען געווארן אין די היימען פון פענס, ביידען און טראמפ.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אין אן אינטערוויו מיט רעכטע אקטיוויסט טשארלי קירק זאגט פלארידע גאווארנער ראן דיסענטיס אז ער וויל זעהן א טויש אין די פירערשאפט פון די רעפובליקאנער פארטיי, נאך די גאר שוואכע מידטורם וואלן.
ביי אן אווענט אין דענא פוינט, קאליפארניע וועלן מעמבער'ס פון די RNC היינט אויסוועלן א נייע פארטיי פארזיצער. די פארמעסט קומט פאר צווישן די אמטירנדע ראָנאַ מאקדעניעל וועלכע לויפט פאר איר פערטע טערמין; מייק לינדעל פון מיי-פילאו; און אדוואקאט הערמיט דילאן, וועלכער האט די שטיצע פון דעסענטיס.
ביי אן אווענט אין דענא פוינט, קאליפארניע וועלן מעמבער'ס פון די RNC היינט אויסוועלן א נייע פארטיי פארזיצער. די פארמעסט קומט פאר צווישן די אמטירנדע ראָנאַ מאקדעניעל וועלכע לויפט פאר איר פערטע טערמין; מייק לינדעל פון מיי-פילאו; און אדוואקאט הערמיט דילאן, וועלכער האט די שטיצע פון דעסענטיס.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
10 זענען פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי אין די נווה יעקב געגענט אין ירושלים, עטליכע פון זיי אין א קריטישע צושטאנד. לויט באריכטן איז די שיסעריי פארגעקומען נעבן א שול.
דער שיסער איז אומגעברענגט געווארן אויפן פלאץ.
דער שיסער איז אומגעברענגט געווארן אויפן פלאץ.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אפדעיט איבער די שיסעריי אטאקע אין נווה יעקב אין ירושלים:אידישליך האט געשריבן:10 זענען פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי אין די נווה יעקב געגענט אין ירושלים, עטליכע פון זיי אין א קריטישע צושטאנד. לויט באריכטן איז די שיסעריי פארגעקומען נעבן א שול.
דער שיסער איז אומגעברענגט געווארן אויפן פלאץ.
לויט די מגן דוד אדום זענען 10 באטראפן געווארן, און 5 זענען ליידער דערקלערט געווארן טויט אויפן פלאץ.
3 זענען אפגעפירט געווארן אין הדסה שפיטאל: א 70 יעריגע פרוי אין א קריטישע צושטאנד, א 20 יעריגער מאן אין ערנסטע צושטאנד און א 14 יעריגער בחור אין א מעסיגע צושטאנד.
נאך 2 זענען אפגעפירט געווארן צום שערי צדק שפיטאל: א 30 יעריגער מאן אין גאר א קריטישע צושטאנד, און א 60 יעריגע פרוי אין א מעסיגע צושטאנד.
לויט די פאליציי איז די נומער פון אומגעקומענע ליידער 7.