@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טראמפ גרייט זיך אריינצוגעבן א פארלאנג אין געריכט אז די געריכט זאל שטעלן א 'ספעציעלע מעסטער' וועלכע זאל איבערגיין די דאקומענטן וואס זענען פארכאפט געווארן ביי די מאר-א-לאגא אבלאווע, און באשליסן וואס די יוסטיץ דעפארטמענט מעג נוצן אין זייער אויספארשונג און וואס זיי דארפן צוריקגעגעבן.
IMG_20220820_222407_074.jpg
IMG_20220820_222407_074.jpg (133.99 KiB) געזען 6968 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די טאכטער פון א באקאנטע רוסישע פאליטיקאנט און שרייבער, אלעקסאנדער דוגין, וועלכע ווערט גערופן "פוטינ'ס מוח" איז אומגעקומען אין א קאר באמבע.

געוויסע רוסישע מידיע באריכטן אז ער איז געווען די ציל פון די אטאקע, און זיי האבן זיך אומגעקערט פון א פארזאמלונג, און ער האט אין די לעצטע רגע באשלאסן צו גיין אין אן אנדערע קאר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט צייטווייליג אפגעשטעלט די אורטייל פון א דיסטריקט געריכט וועלכע האט פארלאנגט פון רעפובליקאנער סענאטאר לינדזי גרעהעם צו אויפטרעטן פאר די דזשארדזשיע גרענד דזשורי וועלכע פארשט אויס די פרואוון צו איבערדרייען די 2020 וואלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געשעדיגטע רוסישע טאנקען און מיליטערישע עקוויפמענט זענען אויף אויסשטעל אין קיעוו, אין די צייט וואס אוקריינע גרייט זיך צו אפהאלטן זייער 'אינדעפענדענס טאג' אום אויגוסט 24.

אוקריינישע פרעזידענט זאלענסקי האט געווארענט די בירגער צו שטיין אויף די וואך זאגענדיג אז די רוסן גרייטן זיך ווארשיינליך דורכצופירן שווערע אטאקעס אין די צייט פון די אוקריינישע פייערונגען.
IMG_20220821_124158_510.jpg
IMG_20220821_124158_510.jpg (179.62 KiB) געזען 6426 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען האט היינט אפגעהאלטן א געשפרעך מיט פראנצויזישער פרעזידענט מאקראן, ענגלישער פרעימיער מיניסטער באריס זשאנסאן און דייטשער קאנצלער אלעף שולץ, אין וועלכע זיי האבן דיסקוסירט די געשפרעכן מיט איראן איבער זייער נוקלעארע פראגראם, און איבער די נוקלעארע קריזיס ביי די זאפארזשיע נוקלעארע פלענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די וואשינגטאן פאוסט, נאכן אויספרעגן מער פון 60 דעמאקראטישע קאנדידאטן פאר גאווערנער, קאנגרעס און סענאט אין וויכטיגע שטאטן, געבט אן אז א מערהייט ווילן נישט אז פרעזידענט ביידען זאל קומען קאמפיינען פאר זיי, און אויב ער קומט וועלן זיי אים פרובירן צו אויסמיידן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ברוך דיין האמת: ‏אין ארץ ישראל איז נפטר געווארן דער נשיא מועצת חכמי התורה, און ראש ישיבת פורת יוסף, הגאון מרן חכם שלום כהן זצ״ל אין עלטער פון 91 יאר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ניו יארק סיטי האט באריכטעט די ערשטע פאל פון מאנקיפאקס ביי א קינד אונטער 18 יאר.

אלעס צוזאמען האט שוין ניו יארק באריכטעט 2,798 מאנקיפאקס פעלער ביז פרייטאג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טראנפארטאציע סעקראטאר פיט בוטעדזשעדזש האט געשיקט א שארפע בריוו צו די פירער פון אמעריקאנער לופטליניעס ווארענענדיג אז די דילעיס און אפרופן פון פליגער איז אומאקצעפטירבאר, און אז די טראנספארטאציע דעפארטמענט וועט נעמען שריט קעגן די לופטליניעס אויב זיי וועלן זיך נישט פארבעסערן.
IMG_20220821_211050_321.jpg
IMG_20220821_211050_321.jpg (144.82 KiB) געזען 4761 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פאליציי אין ארקענסא האבן געמאלדן אז 3 אפיצירן זענען סוספענדירט געווארן און א ברייטע אויספארשונג איז געעפענט געווארן, נאך וואס ווידעא צירקולירט ווי די 3 באגייען זיך גאר ברוטאל ביים מאכן אן ארעסט.

פאליציי זאגט אז דער מאן האט אומגעווארפן און געשלאגן איינע פון די פאליציאנטן אין קאפ, ווען זיי זענען אנגעקומען צו א רוף אז א מאן מאכט סטראשונגען צו א לאקאלע געשעפט אייגענטומער.

דער אומאידענטעפעצירטער מאן איז אפגעפירט געווארן אין א לאקאלע שפיטאל, און שטייט אויס עטליכע קלאגעס, ווי מאכן טעראריסטישע סטראשונגען און אטאקירן פאליציאנטן, צווישן אנדערע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

רוסלאנד באשולדיגט אפיציעל אוקריינע אין שטיין אונטער די קאר באמבע וועלכע האט אומגעברענגט אלעקסאנדער דוגינ'ס טאכטער, זאגענדיג אז א פרוי וועלכע האט געארבעט פאר אוקריינע האט איר נאכגעקוקט פאר א וואך, און איז גלייך נאך די אטאקע אנטלאפן קיין עסטאניע.

דוגין האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט אין וועלכע ער טוט אויך באשולדיגן אוקריינע, און זאגט אז אלץ נקמה דארף רוסלאנד פולקאם געווינען די קריג.

אוקריינע לייקענט אבער שטארק צו זיין פארבינדן מיט די אטאקע, און זאגט אז זיי זענען נישט קיין טעראריסטישע לאנד אזוי ווי רוסלאנד, און טוען נישט די סארט זאכן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

לערערין'ס פון אהייאו'ס גרעסטע סקול דיסטריקט האבן געשטימט צו גיין אויף א סטרייק גלייך בעפאר די שולע יאר הייבט זיך אן, צוליב געפעכטן מיט די ארטיגע סקול בארד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פייזער האט אריינגעגעבן א פארלאנג צו די FDA פאר אויטאריזאציע פאר א וואקסין ספעציפיש פאר די אמיקראן ווארינאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פלארידע ריכטער האט אפגעווארפן די יוסטיץ דעפארטמענט ארגומענטן צו האלטן די מאר-א-לאגא עפידעיוועט אינגאנצן באהאלטן, אנרופנדיג די אבלאווע פרעצעדענטלאז. דער ריכטער געבט פאר די יוסטיץ דעפארטמענט ביז דאנערשטאג, אויגוסט 25, אריינצוגעבן א רעדאקטירטע ווערסיע.
IMG_20220822_105952_008.jpg
IMG_20220822_105952_008.jpg (105.13 KiB) געזען 4159 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אמעריקע און דרום קארעא האבן היינט אנגעהויבן זייער גרעסטע פאראייניגטע מיליטערישע מושטירונגען זינט 2018.

די מושטירונגען וועלן ארייננעמען מיליטערישע לופט קרעפטן, שיפן, טאנקען און אינפאנטרי, און וועט אנגיין ביז סעפטעמבער 1.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דר. פאוטשי מעלדט אז ער וועט אפטרעטן פון זיין אמט אלס טשיף מעדעצינישע אדווייזער פארן פרעזידענט און דירעקטאר פון NIAID, אין דעצעמבער.
IMG_20220822_111159_921.jpg
IMG_20220822_111159_921.jpg (124.46 KiB) געזען 4147 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א מאסיווע 27 ביליאן דאלאר'דיגע קלעס עקשאן אנקלאגע ווערט אריינגעגעבן דורך פאמיליעס פון אפעקטירטע פון די אָוואַלדי שולע שיסעריי, קעגן פארשידענע פאליציי ארגענעזאציעס און די פראדוצירער פון די ביקס וועלכע איז גענוצט געווארן אין די שיסעריי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פרישע NBC אנקעטע צייגט אז 74% אמעריקאנער האלטן אז דאס לאנד גייט אין די נישט גוטע דירעקציע, און בלויז 42% אמעריקאנער זענען צופרידן פון ביידען'ס ארבעט אלס פרעזידענט.

ביים ווערן געפרעגט וואס ס'איז זייער גרעסטע אישו האבן 21% פון אויסגעפרעגטע געזאגט אז "סכנה צו דעמאקראטיע" איז זייער גרעסטע אישו.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פרישע פאקס פארשאצונג לויטעט אז כאטש וואס די רעפובליקאנער וועלן ווארשיינליך איבערנעמען דעם מאיאריטעט אין קאנגרעס, וועט דאס אבער זיין מיט א שוואכערע מאיאריטעט ווי פארגעשאצט פאריגע חודש. די זעלבע איז מיט א צאל סענאט און גאווערנער פארמעסטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

בריטיש עירוועיס האט געמאלדן אז זיי וועלן שניידן ארום 10,000 רייזעס פון היטרו לופטפעלד אין לאנדאן, פון נאוועמבער ביז אריין אין מערץ, צוליב אן ארבייטער מאנגל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פאליציי אין וואשינגטאן די.סי. האבן באוויזן צו אידענטיפיצירן דעם מערדער פון ר' ארי' וואלף הי"ד פון באלטימאר, אלץ דער 27 יעריגער עיווערי מיילער פון די.סי.

די ארעסט ווארענט באשולדיגט אים אויף ערשטע גראד מארד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

טראמפ'ס לעגאלע טיעם האט אריינגעגעבן א פארלאנג אין געריכט אז די געריכט זאל שטעלן א 'ספעציעלע מעסטער' צו איבערקוקן די דאקומענטן וואס זענען פארכאפט געווארן פון מאר-א-לאגא, און אז די געריכט זאל פארבאטן די יוסטיץ דעפארטמענט פון ווייטער איבערקוקן די דאקומענטן ביז די ספעציעלע מעסטער איז געשטעלט.
IMG_20220822_173425_518.jpg
IMG_20220822_173425_518.jpg (63.62 KiB) געזען 1617 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אילאן מאסק האט געשיקט א סובפינע פאר זיין פריינט און געוועזענער טוויטער פירער, דזשעק דארסי, אין וועלכע ער פארלאנגט פון דארסי דאקומענטן אנבאלאנגט טוויטערס באנוצער באזע און ספעם אקאונטס, אין פארבינדונג מיט די געריכט איבער מאסק'ס אפקויפן טוויטער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פרוי איז ארעסטירט געווארן אין הערטספילד דזשעקסאן אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין אטלאנטא, נאכן דורכפירן 2 שיסערייען אין אטלאנטא אין וועלכע 2 זענען אומגעקומען און איינער איז פארוואונדעט געווארן.

פאליציי האבן ארעסטירט די פרוי נאך בעפאר זי איז דורך סעקיוריטי אין די לופטפעלד, און האבן געפונען א האנט ביקס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די פענטאגאן האט צום צווייטן מאל אפגעזאגט א פארלאנג פון די וואשינגטאן די.סי. מעיאר אריינצוברענגן די נעשאנעל גארד צו העלפן מיט די אימיגראנטן וואס קומען אן דארט מיט באסעס פון טעקסאס און אריזאנע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”