@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

נאך וואס 72% האבן געשטימט יא אויף זיין אנקעטע, זאגט מאסק אז די אמנעסטיע הייבט זיך אן קומענדיגע וואך.
IMG_20221124_154004_103.jpg
IMG_20221124_154004_103.jpg (276.27 KiB) געזען 11392 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אילאן מאסק זאגט אז טוויטער וועט צוריק אנהייבן מיט די וועריפיקאציעס קומענדיגע וואך פרייטאג. די יעצטיגע בלויע טשעקל וועט זיין גאלד פאר פירמעס, גרעי פאר רעגירונגען און בלוי פאר אינדיווידועלן. מענטשן וועלכע זענען אפילירט מיט א קאמפאני וועלן האבן נאך א גאר קליינע לאגא פון קאמפאני נעבן זייער נאמען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אמווייניגסטנס 3 זענען אומגעקומען און 11 זענען פארוואונדעט געווארן נאך א שיסעריי אין 2 שולעס אין בראזיל. פאליציי זוכט דעם שיסער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פרישע עפנטליכע אויספארשונג איבער די רעכטן פון די קאנאדישע רעגירונג צו נוצן עמערדזשענסי מאסנאמען צו אפשטעלן די טראקער פראטעסטן צייגט אז די ביידען אדמיניסטראציע האט געלייגט דרוק אויף די ארטיגע רעגירונג צו אפשטעלן די פראטעסטן.

צווישן אנדערע האט פרעזידענט ביידען אום פעברואר 11 אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיטן ארטיגן פרעמיער מיניסטער טרודעאו, אין וועלכע טרודעאו האט אים געזאגט אז זיי וועלן עס אפשטעלן, און 3 טעג שפעטער האט ער אויטאריזירט די עמערדזשענסי מאסנאמען.

קאנאדישער פרעמיער מיניסטער טרודעאו איז היינט אויסגעפרעגט געווארן דורך די פאנעל וועלכע פארשט אויס די עמערדזשענסי מאסנאמען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אילאן מאסק אין א טוויט זאגט אז אויב עפל און גוגל וועלן אראפווארפן טוויטער פון זייערע עפפ סטארס וועט ער אהערשטעלן אן אלטערנאטיווע פאון.
IMG_20221126_185245_696.jpg
IMG_20221126_185245_696.jpg (182.47 KiB) געזען 6930 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א צווייטער קרבן איז אומגעקומען רח"ל פון די דאפלטע באמבע טעראר אטאקעס אין ירושלים פארגאנגענע וואך.

דער 50 יעריגער טדסה טושאמה איז דעם שבת אומגעקומען אין שפיטאל פון זיינע וואונדן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ פרובירט זיך צו פארענטפערן אויף זיין טרוט פלאטפארמע אין ליכט פון די קריטיק וואס ער שטייט אויס נאכן זיך טרעפן מיט קאניע וועסט און דער רעכטער אנטיסעמיט ניק פוענטאס.
IMG_20221126_221631_142.jpg
IMG_20221126_221631_142.jpg (235.69 KiB) געזען 6541 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

איינער איז אומגעקומען און 5 זענען פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי נעבן אטלאנטיק סטאנציע אין אטלאנטא, דזשארדזשיע.

די שיסעריי האט פאסירט נאך וואס פאליציי האט ארויסגעפירט א גרופע איגנטליכע פון די סטאנציע צוליב ווילדע אויפפירונג, נאך וואס זיי האבן זיך אביסל דערווייטערט האט א געפעכט אויסגעבראכן צווישן זיי, זיך ענדיגנדיג אין א שיסעריי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאציאנאלע אנטי קאוויד לאקדאונס פראטעסטן קומען פאר אין כינע, וואו טויזענטער ווילדע פראטעסטירער ווארפן אום די קאוויד באריקאדן און שטורמען די גאסן פראטעסטירנדיג קעגן די 'זערא קאוויד פאליסי'.

אין פולע אוניווערסיטעטן אין שאנכאי האבן זיך טויזענטער סטודענטן פארזאמלט און געשריגן "טרעט אפ שי דזשינפינג, טרעט אפ קאמוניסטישע פארטיי!"
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די פרעזידענט פון טייוואן, סאי אינגווען, האט רעזיגנירט פון איר פאזיציע אלס פארטיי פירער, נאך וואס איר פארטיי, די פירנדע דעמאקראטישע פראגרעסיווע פארטיי, האט אריינגענומען שווערע פארלוסטן אין די ארטיגע לאקאלע מיד-טוירם וואלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ווילדע ראיאטן קומען פאר אין בעלגיע אין רעאקציע צו די 2-0 פארלוסט וואס זיי האבן געליטן צו מאראקא, אין די ווארלד קאפ פארמעסט שפילערייען.
IMG_20221127_142646_422.jpg
IMG_20221127_142646_422.jpg (262.59 KiB) געזען 4595 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סאודיע אראביע קרוין פרינץ האט פארגאנגענע וואך געמאלדן א נאציאנאלע האלידעי צו סעלעברירן זייער היסטארישע 2-1 געווינס קעגן ארגענטינע ביי די ווארלד קאפ פארמעסט שפילערייען, וואו זיי האבן קעגן אלע פארשאצונגען געזיגט קעגן דעם וועלטס בארימטער שפילער ליאנעל מעסי, פון ארגענטינע.

לויט באריכטן האט דער קרוין פרינץ אויך געמאלדן אז די 12 מיטגלידער פון זייער נאציאנאלע טיעם וועלן יעדער באזונדער ערהאלטן א טייערע ראולס רויס קאר אלס א געשאנק פארן ברענגען די געווינס. דער קאוטש פון די טיעם האט שפעטער אפגעלייקנט די באריכטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די ווייסע הויז מיט א סטעיטמענט אין רעאקציע צו טראמפ'ס מאלצייט מיט די 2 וויסטע אנטיסעמיטן, ניק פוענטאס און קאניעי וועסט.
IMG_20221127_153411_690.jpg
IMG_20221127_153411_690.jpg (90.7 KiB) געזען 4222 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פילאט און א פאסאזשיר זענען געווען געשטראנדעט הענגעדיג אין די לופטן אין מאנטגאמערי קאונטי, מערילענד, נאך וואס זייער קליינע פליגער איז פארכאפט געווארן אין די פאוער ליניעס.

אין רעזולטאט האבן 85,000 מענטשן פארלוירן עלעקטריציטעט.
IMG_20221127_213121_848.jpg
IMG_20221127_213121_848.jpg (115.23 KiB) געזען 3098 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פארידעה מאראדכאני, די פלומעניצע פון דער איראנער סופרים פירער כאמענעי, איז ארעסטירט געווארן נאך וואס זי האט גערופן אז רעגירונגען איבער די וועלט זאלן אפהאקן פארבינדונגען מיט איראן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

בד"ה: א טראגישע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט אין מאנסי וואו א 52 יעריגע היימישע פרוי, מרים סאסמאן ע"ה, איז געפונען געווארן נישט בין החיים אויף וועסט קארלטאן ראוד.

לויט באריכטן איז די פרוי לעצט געזעהן געווארן ביי א שמחה בערך 5:00 נאכמיטאג, און האט געפעלט ביז בערך 1:00 ביינאכט ווען א חברים וואלונטיר האט איר געפונען אויף די זייט פונעם ראוד נאך א לענגערע זוכעריי. ווי עס שיינט איז זי אראפגעקלאפט געווארן דורך א מאטאריסט רח"ל.

פאליציי האבן געעפענט אן אויספארשונג, און חברים וואלונטירן קוקן איבער די קעמעראס אין די געגענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

ווידעאס זענען ערשינען פון די שוידערליכע אינצידענט אין כינע וואס האט, ווי עס שיינט, געטריגערט און אנגעצינדן די פרישע כוואליע פון פראטעסטן וואס האבן זיך אנגעהויבן מערן און פארשטערקערן אין לעצטע פאר טעג איבער'ן גאנצן לאנד.

לויט די באריכטן האט א פייער אויסגעבראכן אין א געביידע אין שינשאנג סיטי, אבער די פייערלעשער און רעטונגס קרעפטן האבן נישט געקענט צוקומען ראטעווען די פארכאפטע צוליב וואס די געביידע איז געווען אונטער א פולקאמע לאקדאון און די טירן פארשלאסן און צוזאמגעשמאלצן פון אינדרויסן לויט די גאר עקסטרעמע 'זערא קאוויד פאליסי' וואס הערשט אין לאנד.

10 מענטשן, אריינגערעכנט עטליכע קינדער, זענען פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט און אומגעקומען אין א גרויזאמע טראגישע טויט.

אין די ווידעאוס הערט מען די פאמיליעס שרייען "עפנט די טירן! עפענט די טירן! ראטעוועט אונז!"
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

עדווארד לאורענס, א BBC רעפארטער, איז ארעסטירט געווארן און געשלעפט געווארן אויף די גאסן פון שאנכאי דורך די כינעזער פאליציי, ווען ער האט געהאלטן אינמיטן באריכטן די פראטעסטן וואס קומען פאר אין לאנד.

אין א סטעיטמענט האט BBC שטארק פארדאמט די אקט און אויסגעדרוקט זארג איבער די אינצידענט, אנגעגעבענדיג אז זיי האבן נישט ערהאלטן קיין צופרידענשטעלנדער ערקלערונג דערויף.

די אפיציעלע מעלדונג פון די פאליציי לויטעט אז זיי האבן נאר געוואלט פארזיכערן אז ער ווערט נישט אנגעשטעקט מיט'ן ווירוס זייענדיג אין א הויעכע ריזיקע זאנע.

דער רעפארטער איז פריי געלאזט געווארן נאך א קורצע וויילע, און איז שוין צוריק אויף די גאסן באריכטן די פראטעסטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די וועלטס גרעסטע אקטיווע וואלקענא, מאַונא לויאַ, האוואי, האט אנגעהויבן אויפרייסן צום ערשטן מאל זינט 1984.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רוסלאנד האט געמאלדן אז זיי האבן אפגעשטופט א געפלאנטע זיצונג וואס האט געזאלט פארקומען די וואך מיט אמעריקע איבער נוקלעארע וואפן קאנטראל, צו א שפעטערדיגע דאטום.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט געטוישט די נאמען פון די מאנקיפאקס ווירוס צו 'עמפאקס' (mpox) צוליב ראסיזם זארגן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א מאכטפולע אויפרייס איז געהערט געווארן אין לאנדאן ארום 5:45 ארטיגע צייט, וואס האט נאכגעפאלגט מיט געדעכטע רויעך. שפעקולאציעס לויטען אז עס מעגליך פאראורזאכט געווארן דורך א בליץ.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין אן אפענעם בריוו צו די אמעריקאנער רעגירונג רופן 5 פראמינענטע מערב וועלט צייטונגען, די ניו יארק טיימס, די גארדיען, לע מאנדע, דער שפיגל און על פעיס, צו אפשטעלן דאס פראצעסירן דזשוליען אסאנדזש, דער גרינדער פון וויקיליעקס, זאגנדיג אז "פובליצירן איז נישט קיין פארברעך".
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אילאן מאסק אין א טוויט זאגט אז עפל האט געסטראשעט אז זיי וועלן אראפנעמען טוויטער פון זייער עפפ סטאר, אבער האבן נישט געזאגט פארוואס.

באזונדער האט ער געזאגט אז עפל האט מערסטנס אפגעשטעלט זייערע אדווערטייזמענטס אויף טוויטער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דער 19 יעריגער מערדער, פעיטאן דזשענדראן, וועלכער האט אומגעברענגט 10 מענטשן אין די באפעלא סופערמארקעט אין מאי, האט זיך דערקלערט שולדיג אויף סטעיט קלאגעס פון מארד און דאמעסטישע טעראריזם אלס א האסן פארברעכן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”