@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קאמפס פליגער זענען ארויסגעשיקט געווארן העכער וואשינגטאן די. סי. נאך וואס א פליגער איז געפלויגן אין פארבאטענע הימלען.

די פילאטן האבן באריכטעט אז זיי האבן געזעהן אז די פילאט איז נישט ביים באוואוסטזיין. די פליגער האט שפעטער געקראכט אין ווירדזשיניע, וואו לאקאלע אויטאריטעטן האבן געפונען די 4 רייזנדע נישט ביים לעבן.

IMG_20230605_005941_266.jpg
IMG_20230605_005941_266.jpg (129.07 KiB) געזען 8566 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס האט אפיציעל געפיילט די פאפירן מיט די פעדעראלע וואלן קאמיסיע צו לויפן פאר פרעזידענט אויף די רעפובליקאנער טיקעט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ראבערט הענסען, א געוועזענער FBI אגענט וועלכע האט פאר איבער 20 יאר שפיאנירט פאר די סאוויעטישע פארבאנד און דערנאך פאר רוסלאנד, שאפענדיג די מערסטע שפיאנאזש שאדן אין היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן, און איז פאראורטיילט געווארן נאכן געכאפט ווערן אין 2001 צו לעבנסלענגליכע טורמע, איז געפונען געווארן טויט אין זיין טורמע צעל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די 'נאווע קאכאווקע' היידרא-עלעקטראנישע וואסער דאמבע אין די כערסאן געגנט אין אוקריינע וועלכע איז קאנטראלירט ביי די רוסן איז אויפגעריסן געווארן, ברענגענדיג צו עוואקואציעס אויס מורא פאר מאסיווע פארפלייצונגען אין די אומגעגנט.

אוקריינע באשולדיגט רוסלאנד אין אויפרייסן די דאמבע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

עפל ביי אן אווענט האט היינט געמאלדן אז זיי וועלן ארויסקומען מיט ווירטואל ריאלעטי גלעזער, אין וועלכע מען וועט קענען זעהן פארנט פון זיך דורך די גלעזער אלעס וואס קומט ארויף אויף אן ארגינעלע סקרין, אבער וועט נישט זיין ווי ממש אין אן אנדערע וועלט.

די גלעזער וועט מען ערשט קענען קויפן קומענדיגע יאר, און וועט קאסטן $3,500 א שטיקל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

איראן האט פארגעשטעלט א פרישע מיסיל וועלכע זיי זאגן איז א הייפערסאניק מיסיל, וועלכע קען פליען אויף א שנעלקייט פון מאק 15 צו א ווייטקייט פון ביז 870 מייל, און קען נישט אראפגעשאסן ווערן דורך קיין שום מיסיל פארטיידיגונגס סיסטעם.

IMG_20230606_101920_206.jpg
IMG_20230606_101920_206.jpg (227.42 KiB) געזען 6621 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רעפובליקאנע קאנגרעספרוי עננא פאולינע לונע פון פלארידע וועלכע זיצט אויף די קאנגרעס אווערסייט קאמיטע זאגט אז די FBI האט מורא אז די אינפארמאנט איבער די אנגעבליכע ביידען שוחד סקאנדאל קען אומגעברענגט ווערן אויב ווערט יענעמ'ס אידענטיטעט אויפגעדעקט צוליב די אינפארמאציע וואס יענער באזיצט אויף די ביידען פאמיליע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א וואשינגטאן פאוסט באריכט גיבט אן אז די דיסקארד ליעקס צייגן אז 3 מאנאטן בעפאר די סאבאטאזש פון די נארד סטריעם פייפליין האט די CIA ערהאלטן דעטאלירטע שפיאנאזש אינפארמאציע פון אן אייראפעאישע אליאירטע לאנד אז אוקריינע האט פלענער צו סאבאטאזשירן די פייפליינס דורך א גרופע פון 6 ים טויכער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי האט אפיציעל אריינגעגעבן פאפירן פאר די פעדעראלע וואלן קאמיסיע צו לויפן פאר פרעזידענט אויף די רעפובליקאנער טיקעט. דאס קומט פאר א טאון האל וואס ער וועט אפהאלטן היינט נאכט אין ניו העמפשיר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 4:58 pm
טאקער קארלסאן האט היינט ארויסגעלייגט די ערשטע עפיסאוד פון זיין פרישע 'טאקער אויף טוויטער' שאו.

IMG_20230606_182747_666.jpg
IMG_20230606_182747_666.jpg (330.99 KiB) געזען 5183 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מערערע געגנטער אין ניו יארק זענען פארנעפלט מיט דיקע רויעך, אין רעזולטאט פון שווערע וואלד פייערן וואס ברענען אין קאנאדע, און די ווינטן האבן אריבערגעבלאזן די רויעך.

IMG_20230606_195229_538.jpg
IMG_20230606_195229_538.jpg (42.44 KiB) געזען 5040 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

11 קאנסערוואטיווע רעפובליקאנער קאנגרעס מיטגלידער פון די פרידאם קאקוס האבן געשטימט קעגן א רעפובליקאנער ביל צו באשיצן גאזאלין אויווענעס, אלס פראטעסט קעגן מעקקארטי פארן דורכפירן די חובות דאך ביל.

די ביל איז דורכגעפאלן 206-220, צום ערשטן מאל אין איבער 20 יאר וואס א ביל אויפגעברענגט דורך די מיאריטעט פאלט דורך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

2 זענען אומגעקומען און נאך 5 זענען פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי ביי די ענדע פון א גראדואציע צערמאניע אין ווירדזשיניע. פאליציי האבן ארעסטירט א 19 יעריגער פארדעכטיגטער שיסער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט אפגעשטאט א באזוך אין סאודיע אראביע און זיך געטראפן מיטן ארטיגן קרוין פרינץ מוכאמאד בין סאַלמאַן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 11:38 am
געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס האט אפיציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט אויף די רעפובליקאנער טיקעט.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך יוני 07, 2023 11:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קריס ליכט איז אפגעזאגט געווארן פון זיין פאזיציע אלס CEO פון CNN נאך קנאפע 13 מאנאטן פון ווען ער האט איבערגענומען. אונטער זיין פירערשאפט, פרובירנדיג צו אוועקשטעלן די נעטווארק אלס אן אומפארטייאישע פלאטפארמע, האט זיך די נעטווארק געפונען אין א כאאטישע צושטאנד און די רעיטינגס זענען שטארק געפאלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דאג בורגאם, דער רעפובליקאנער גאווערנער פון נארט דעקאטע האט אין אן אפ-עד אין די וואל סטריט זשורנאל געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די פענטאגאן האט אפגעלייקנט באשולדיגונגען פון א וויסלבלויער, א דעקארירטער עיר פארס וועטעראן, וועלכע באשולדיגט אז די אמעריקאנער מיליטער האט א געהיימע פראגראם אין וועלכע זיי זאמלען געקראכטע ספעיס-קרעפטס וועלכע קומען נישט פון קיין מענטשליכע אפשטאם.

דער וויסלבלויער, דעיוויד טשארלס גראש, אין א בריוו צו קאנגרעס האט געזאגט אז ער האט קלאסיפיצירטע אינפארמאציע וועלכע באשטעטיגן אז אזא פראגראם עקזעסטירט און אז די מיליטער האט שוין געפונען טיילן און אזוי אויך גאנצע מאבילן אויף וועלכע זיי פירן דורך פארשונגען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 7:52 pm
די לופט קוואליטעט אין ניו יארק האט זיך היינט פארערגערט מיט דיקע רויעך צוליב די וואלדפייערן וועלכע בוזשעווען אין קאנאדע.

די לופט קוואליטעט איז ערווארטעט זיך צו פארבעסערן שפעטער אין טאג אין ניו יארק, אבער וועט זיך היבש פארערגערן אין אנדערע ערטער ווי באסטאן, פיטסבורג, נארט קאראליינע און פילאדעלפיע וועלכע איז אונטער א 'קאוד רעד' צוליב די פארפעסטיגטע לופט.

IMG_20230607_143443_319.jpg
IMG_20230607_143443_319.jpg (40.55 KiB) געזען 3171 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 6:29 pm
אן אקסיאס באריכט גיבט אן אז פאקס האט געמאלדן פאר טאקער קארלסאנ'ס אדוואקאטן אז זיין פרישע שאו אויף טוויטער האט געבראכן זיין קאנטראקט מיט פאקס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:38 pm
פרעזידענט ביידען האט היינט וועטאאירט די ביל וואס האט געזאלט בלאקירן סטודענטן חובות פארגעבונג, וועלכע איז אדורך אין סענאט פארגאנגענע וואך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א וואל סטריט זשורנאל באריכט גיבט אן אז כינע און קובא האבן געשלאסן אן אפמאך אין וועלכע כינע וועט אויפבויען א מולטי ביליאן דאלער'דיגע געהיימע שפיאנאזש 'עלעקטראנישע אונטערהער' צענטער אין קובא.

די צענטער וועט לויט אמעריקאנער באאמטע ערמעגליכן כינע צו דורכפירן 'סיגנאל שפיאנאזש' אויף אמעריקע, וועלכע נעמט אריין מאניטערן א רייע קאמיוניקאציעס א שטייגער ווי אימעילס, טעלעפאן געשפרעכן און סעטעלייט טראנסמישאנס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

וואטסעפפ האט אנאנסירט טשעננעלס, די לעצטע אין א סעריע זאכן וואס זיי מאכן דירעקט נאך פון טעלעגראם.

מען וועט קענען סורטשן פאר טשעננעלס צו פאלאוען, און די טשעננעלס האבן נישט קיין לימיט וויפיל מענטשן ס'קענען פאלאוען. מען וועט נישט קענען זעהן די נומער פון דער וואס שטייט דערונטער, און קיינער וועט נישט וויסן אויב מ'פאלאוט א טשעננעל. זאכן אויף טשעננעלס וועלן זיך נאר האלטן פאר 30 טעג, און זענען נישט ענד-טו-ענד ענקריפטעד.

טשעננעלס וועלן זיך געפונען אונטער די סטאטוס אפדעיטס, אונטער די פרישע 'אפדעיטס' טעב. די טעבס וועלן זיך געפונען אונטן, אנשטאט אויבן ווי ביז יעצט, און וועלן רעפרעזענטירט ווערן בלויז מיט אייקאנס (אייפאון באנוצער וועלן נישט באמערקן קיין גרויסע חילוקים).

עס איז דערווייל נאר אוועיליבל פאר באנוצער אין סינגאפור און קאלאמביע, אבער וועט זיך פארשפרייטן צו יעדעם אין די נעקסטע פאר חדשים.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אוקריינע האט געלאזט אין גאנג א מאסיווע קאנטער אפענסיווע אויף וועלכע זיי גרייטן זיך שוין פאר עטליכע מאנאטן אויף עטליכע פראנטן.

אמעריקאנער באאמטע האבן געזאגט פאר CNN אז אוקריינע האט זיך אנגעשטויסן אין א שווערע ווידערשטאנד פון די רוסן, שטערקער ווי געראכטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ זאגט אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן פאר זיינע אדוואקאטן אז ער איז קרימינאל אנגעקלאגט געווארן אין פארבינדונג מיט איבער 100 קלאסיפיצירטע דאקומענטן וואס ער האט מיטגענומען צו מאר-א-לאגא.

טראמפ זאגט אז ער וועט דארף ערשיינען בעפאר א פעדעראלע ריכטער קומענדיגע דינסטאג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”