@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אפדעיט: די טויט צאל אין טערקיי-סיריע שטייט ביי 7,266, מיט נאך ארום 30,000 פארוואונדעטע.

דער טערקישער פארטיידיגונגס מיניסטער זאגט אז איבער 7,500 טרופן פון די ארטיגע מיליטער זענען אפגעשיקט געווארן צו אפעקטירטע געגנטער צו ארויסהעלפן מיט די זוכערייען, צוזאמען מיט ארום 2,000 רעטונגס פערסאנעל פון איבער 20 לענדער פון ארום די וועלט.
IMG_20230207_152806_813.jpg
IMG_20230207_152806_813.jpg (123.13 KiB) געזען 10680 מאל
IMG_20230207_152804_151.jpg
IMG_20230207_152804_151.jpg (164.87 KiB) געזען 10680 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די פענטאגאן זאגט אז כינע האט אפגעזאגט א פארלאנג פון אמעריקע צו אפהאלטן א געשפרעך צווישן פארטיידיגונגס סעקרעטאר לואיד אויסטין און דער כינעזער פארטיידיגונגס מיניסטער, הארט נאך וואס אמעריקע האט אראפגעשאסן דעם שפיאנאזש באלון.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פרעזידענט ביידען האט היינט געגעבן די סטעיט אוו די יוניאן אדרעס אין קאנגרעס.

ביידען האט אנגעהויבן מיט א פארלאנג צו די רעפובליקאנער קאנגרעס צו ארבעטן צוזאמען. ביידען האט געבעטן די רעפובליקאנער קאנגרעס צו העכערן די חובות דאך, עפעס וואס זיי זענען דערווייל נישט מסכים.

דער פרעזידענט ארויסגעהויבן אז אינפלאציע פאלט טראץ דעם וואס אמעריקאנער פאמיליעס שפירן עס נאך, און ארויסגעהויבן די דזשאב וואוקס.

ביידען האט ביי די רעדע פארארדענט אז אלע פעדעראלע קאנסטראקשן פראיעקטן דארף נוצן בלויז מאטריאל וועלכע זענען געמאכט אין אמעריקע.

רעפובליקאנער אין זאל האבן זיך צולאכט ווען ביידען האט רעדנדיג פון אויל ווען ער האט שארף קריטיקירט אויל פירמעס, און גערעדט איבער די עלעקטראנישע קאר טעקס קרעדיט, געזאגט אז "אמעריקע וועט נאך זיין אנגעוויזן אין אויל פאר ווייניגסטנס נאך 10 יאר"...

מאנכע רעפובליקאנער האבן אריינגעשריגן דורכאויס די רעדע, א שטייגער ווי קאנגרעספרוי גרין וועלכע האט געשריגן "כינע האט שפיאנירט אויף אונז" ווען ביידען האט גערעדט איבער די קאנקורענץ מיט בעידזשינג. מעט געיטס האט געשריגן "עס איז דיין שולד" ווען ביידען האט גערעדט איבער די פענטענאל קריזיס.

ביידען האט געבעטן נישט צו שניידן קיין סאשעל סעקיוריטי געלטער און מעדיקעיר פאנדס, זאגענדיג אז געוויסע רעפובליקאנער האבן דאס אויפגעברענגט, און ווען רעפובליקאנער האבן אריינגעשריגן האט ביידען געענטפערט אז עס זעהט אויס אז יעדער איז איינשטימיג אז דאס זאל מען נישט שניידן. ווי אויך האט דער פרעזידענט שארף אראפגעריסן די מעדעצינישע פירמעס וועלכע העכערן פרייזן.

צווישן אנדערע האט ביידען גערופן צו העכערן די געהאלט פון טיטשערס, שטארק ארויסגעהויבן זיין אינפראסטרוקטור אויפטואונגען און די אומפארטייאישע בילס וועלכע ער האט באוויזן צו דורכפירן, גערעדט איבער גאן קאנטראל, אימיגראציע קריזיס, פאליציי ברוטאליטעט און רעפארם, אוקריינע און נאטא, און איבער די ענדע פון קאוויד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אדיד פאיאז, א 26 יעריגער ניו יארקער פאליציאנט וועלכער איז געשאסן געווארן ווען ער איז געווען אף-דוטי, דורכאויס א רויבעריי פארזוך ווען ער האט פרובירט צו קויפן א קאר פארלאפענע שבת, איז געשטארבן פון זיינע וואונדן.

פאליציי האבן נעכטן ארעסטירט דעם פארדעכטיגטן שיסער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי איז אנגעקומען אויף אן אומגעמאלדענע באזוך קיין ענגלאנד, אין זיין צווייטע רייזע אינדרויסן פון אוקריינע זינט אנהייב קריג.

זאלענסקי האט זיך געטראפן מיטן ארטיגן פרעמיער מיניסטער און געגעבן א רעדע אין די בריטישע פארלאמענט, און וועט זיך שפעטער אין טאג טרעפן מיט קעניג טשארלס דער דריטער.

זאלענסקי איז ערווארטעט נאכדעם צו רייזן קיין בריסל, בעלגיע, וואו ער וועט זיך טרעפן מיט די פירער פון די אייראפעאישע פאראיין.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אפדעיט: די טויט צאל אין טערקיי-סיריע פון די שרעקליכע ערדציטערניש שטייט ביי איבער 11,000, מיט נאך איבער 40,000 פארוואונדעטע.

טערקישער פרעזידענט ערדואן האט היינט אפגעשטאט א באזוך ביי עמערדזשענסי הילף צענטערן אין גאר שווער אפעקטירטע געגנטער.

סיריע וועלכע איז אויך גאר שווער באטראפן געווארן האט ארויסגעשטעלט א ביטע צו אמעריקע און די אייראפעאישע פאראיין אז מען זאל אראפנעמען די סאנקציעס פון זיי צוליב די ביטערע סיטואציע אין לאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

היינט נאכט וועט אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי באזוכן אין פאריז, וואו ער וועט זיך טרעפן מיטן פראנצויזישער פרעזידענט מאקראן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ווייסע הויז האט שארף אפגעלייקנט א באריכט פון סימאר הערש, אן אינוועסטיגעטיוו זשורנאליסט וועלכער האט באריכטעט אז די סאבאטאזש אויף די נארד סטריעם פייפליינס איז דורכגעפירט געווארן דורך אמעריקאנער קאמאנדאס און די CIA אויפן באפעל פון פרעזידענט ביידען, זאגענדיג אז "דאס איז דורכאויס פאלש און אינגאנצן פיקציע".
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

2 קינדער זענען אומגעקומען און 6 זענען פארוואונדעט געווארן ווען א שטאטישע באס האט אריינגעקראכט אין א דעי-קער צענטער אין מאנטרעאל. דער דרייווער איז ארעסטירט געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א שיסעריי איז פארגעקומען אין א פריוואטע הויעך שולע אין וויליאמסבורג, אויף ווערעט סט.

2 סטודענטן און 1 זיכערהייט וועכטער זענען פארוואונדעט געווארן, זייער צושטאנד איז דערווייל נישט באקאנט. דער שיסער איז אנטלאפן פון די סצענע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די ווייסע הויז זאגט אז זיי זענען אין פארבינדונג מיט אליאירטע לענדער איבער א פלאטע פון כינעזע שפיאנאזש באלונען וועלכע זענען געזעהן געווארן איבער לענדער אין 5 קאנטינענטן.

אמעריקאנער באאמטע זאגן אז די יעצטיגע באלון איבער אמעריקע איז א טייל פון א ברייטערע כינעזע שפיאנאזש פראגראם וועלכע טוט שפיאנירן אויף מיליטערישע באזעס פון לענדער ארום די וועלט.

לויט די מיליטער האט די באלון עטליכע מעלות איבער געווענליכע סעטעלייטס, צווישן זיי אז עס קען זיך אויסמיידן פון ווערן אויפגעכאפט דורך ראדארן און קען שטיין פאר א לענגערע צייט אויף איין ארט, אנדערש ווי סעטעלייטס וואס רוקן זיך גאר שנעל די גאנצע צייט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טוויטער האט געמאכט פראבלעמען פאר באנוצער איבער די וועלט, וועלכע האבן נישט געקענט טוויטן, ריטוויטן, לייקן און שיקן פריוואטע מעסעדזשעס.

דאס קומט אין די זעלבע טאג וואס טוויטער האט צוגעלייגט די אפציע פאר טוויטער בלוי באנוצער, פון שרייבן לענגערע טוויטס פון 4,000 קערעקטערס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פענסילוועניע סענעטאר דזשאן פעטערמאן איז האספיטאליזירט געווארן נאכן זיך נישט גוט שפירן, און דאקטוירים מאכן טעסטס צו זעהן אויב ער האט געליטן פון נאך א סטראוק.
IMG_20230209_004628_380.jpg
IMG_20230209_004628_380.jpg (109.33 KiB) געזען 5022 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א 'ניוז-נעישאן' זשורנאליסט איז ארעסטירט געווארן דורכאויס א פרעסע קאנפערענץ פון אהייאו גאווערנער מייק דעוויין, ווען דער זשורנאליסט האט געהאלטן אינמיטן געבן א באריכט און פאליציי האט אים געבעטן צו זיין שטיל.

דער זשורנאליסט איז באפרייט געווארן עטליכע שטונדן דערויף און שטייט אויס קלאגעס פון 'שטערנדע אויפפירונג' און טרעספעסינג. דער גאווערנער אין א סטעיטמענט האט געזאגט אז ער האט נישט מיטגעהאלטן דעם גאנצן אינצידענט און איז זייער נישט צופרידן מיט דעם.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 1:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דזשעימס אוקיף, דער גרינדער און פירער פון די קאנסערוואטיווע מידיע גרופע 'פראדזשעקט וועריטאס' איז אויף באצאלטע אורלויב פון די גרופע, אין די צייט וואס די באורד מיטגלידער באטראכטן די מעגליכקייט פון אים אראפשטעלן פון זיין פירערשאפט פאזיציע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

היינט איז פארגעקומען א היערינג אין די קאנגרעס אווערסייט קאמיטע אין וועלכע געוועזענע טוויטער עקזעקיוטיוון זענען גערופן געווארן צו אויפטרעטן בעפאר די קאמיטע.

רעפובליקאנער אויף די קאמיטע האבן שארף באשולדיגט די געוועזענע טוויטער אדמיניסטראציע אין צענזורירן רעפובליקאנער און איבערהויפט איבער די האנטער ביידען לעפטאפ געשיכטע, וועלכע געוויסע קאנגרעסלייט האבן באשולדיגט אז טוויטער האט דאס געטון אויפן פארלאנג פון די FBI.

די FBI איז נאך די היינטיגע היערינג ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי האבן גענצליך אפגעלייקנט די באשולדיגונגען, און געזאגט אז זיי הייסן נישט פאר סאציאלע מידיע פלאטפארמעס וואס צו טון. די ווייסע הויז האט אראפגעריסן די היערינג זאגענדיג אז דאס איז "א צודרייטע פאליטישע שפיל".

רעפובליקאנער קאנגרעסמאן קלעי היגינס האט דורכאויס די היערינג געזאגט פאר די טוויטער עקזעקיוטיוון "ענק האבן זיך אריינגעמישט אין די 2020 פרעזידענטליכע וואלן, ווילנדיג און וויסנדיג. דאס איז די שלעכטע נייעס, עס וועט ווערן ערגער, ווייל דאס איז די טייל פון די אויספארשונג, דערנאך קומט די טייל פון די ארעסטן, אייערע אדוואקאטן זענען באקאנט מיט דעם".

געוועזענער טוויטער עקזעקיוטיוו יואל ראטה האט געזאגט אז זיי אנערקענען אז די פאליסי צו פארמעקן די לעפטאפ געשיכטע איז געווען א טעות, און טוויטער האט דאס טאקע נישט לאנג דערויף צוריקגעדרייט, אבער זיי וואלטן ווען יא גלייך געדארפט אויפשפארן די ניו יארק פאוסט אקאונט, עפעס וואס זיי האבן נישט גלייך געטון.

אין א קאמישע מאמענט אינמיטן די היערינג האט זיך די לעקטער אין זאל פארלאשן, און קאנגרעסמאן גערי פאלמער האט זיך אנגערופן "עס קוקט אויס ווי די גרין ניו דיעל צו מיר".

דורכאויס די היערינג האט קאנגרעספרוי נענסי מעיס זיי געטאדלט איבער זייערע פאליסיס איבער קאוויד וואקסין אינפארמאציע, זאגענדיג אז זי האט היינט חרטה פארן נעמען די וואקסין צוליב וואס דאס האט איר געברענגט אסטאמא און הארץ פראבלעמען וואס קיין איין דאקטער קען איר נישט מסביר זיין.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

ראסעל העלער, א ניו דזשערסי רעפובליקאנער קאונסיל מיטגליד, איז געפונען געווארן דערשאסן צום טויט אין זיין קאר, בלויז איין וואך נאך די מארד פון קאונסיל מיטגליד יוניס דוואמפאר.

ארטיגע פאליציי זאגן אז זיי האבן אידענטיפיצירט די מערדער פון העלער וועלכע זיי האבן שפעטער געפונען טויט אין א קאר נאכן באגיין זעלבסטמארד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אפדעיט: די טויט צאל אין טערקיי-סיריע פון די שרעקליכע ערדציטערניש שטייט ביי איבער 19,300, איבערשטייגענדיג די טויט צאל פון די 2011 יאפאנעזישע אומגליק ווען אן ערדציטערניש האט געברענגט א צונאמי וועלכע האט געקאסט די לעבנס פון 18,400 מענטשן.

דער טערקישער פרעזידענט ערדואן האט אנערקענט אז זיין רעגירונג האט נישט גוט געהאנדעלט די קריזיס, נאכן אויסשטיין גרויס קריטיק פון מענטשן אין לאנד.

די ארטיגע פאליציי האט געזאגט אז זיי האבן ארעסטירט 18 מענטשן וועלכע זיי האבן אידענטיפיצירט אז זיי האבן פובליצירט "פראוואקירנדע פאוסטס" אויף סאציאלע מידיע איבער די ערדציטערניש, מיטן ציל צו פארשפרייטן פאניק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די סטעיט דעפארטמענט אין א סטעיטמענט זאגט אז בילדער וועלכע זענען גענומען געווארן פון אמעריקאנער U2 שפיאנאזש פליגערס צייגן אז די כינעזע באלון איז געקומען אויסגעשטאט מיט ספעציעלע אנטענעס צו קענען אויפכאפן קאמיוניקאציעס.

די סטעיט דעפארטמענט זאגט אז די באלון איז א טייל פון א פלאטע פון שפיאנאזש באלונען וועלכע זענען שוין ארום געפלויגן העכער 40 לענדער אנגעפירט דורך די כינעזע מיליטער.

די דעפארטמענט האט געווארענט אז אמעריקע וועט אונטערנעמען שריט צו באשטראפן די וואס זענען פאראנטווארטליך און האבן געשטיצט דאס אריינדרינגען אין די אמעריקאנער הימלען, און וועט אונטערנעמען ברייטע שריט צו אויפדעקן און אדרעסירן די כינעזע שפיאנאזש אקטיוויטעטן וועלכע זענען א געפאר צו די נאציאנאלע זיכערהייט פון אמעריקע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

קאנגרעס האט איינשטימיג דורכגעפירט א רעזאלוציע וועלכע טוט פארדאמען די כינעזע באנוץ פון שפיאנאזש באלונען העכער אמעריקע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רעפובליקאנער קאנגרעסמאן מעט געיטס טוט פארשלאגן א רעזאלוציע אין קאנגרעס וועלכע רופט צו די ביידען אדמיניסטראציע צו ענדיגן די פינאנציעלע און מיליטערישע הילף פאר אוקריינע, און רופט צו ביידע זייטן אינעם קאנפליקט צו קומען צו א שלום אפמאך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

מעטא האט צוריקגעשטעלט די פעיסבוק און אינסטעגרעם אקאונטס פון געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די אפיס פון דעמאקראטישע קאנגרעספרוי פון מינעסאטע, ענדזשי קרעיג, אין א סטעיטמענט זאגט אז זי איז אנגעגריפן געווארן אין אן עלאוועיטאר אין איר אפארטמענט געביידע אין וואשינגטאן וועלכע האט איר איבערגעלאזט מיט צייכענעס, אבער זי איז אין א גוטע פיזישע צושטאנד.

לויט ווי זיי געבן אן איז דערווייל נישט דא קיין באווייזן אז די אטאקע איז געווען פאליטיש מאטיווירט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א באריכט פון ABC גיבט אן אז דזשעק סמיט, דער ספעציעלער קאונסיל איבער די טראמפ אויספארשונגען האט געשיקט א סובפינע צו געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס. עס איז דערווייל נישט קלאר וועלכע אינפארמאציע די ספעציעלע קאונסיל זוכט פון פענס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דאקטוירים זאגן אז טעסטס צייגן אז דער דעמאקראטישער סענאטאר דזשאן פעטערמאן האט נישט געליטן פון קיין צווייטע סטראוק. דער סענעטאר איז דערווייל נאך האספיטאליזירט אין די צייט וואס דאקטוירים פירן דורך טעסטס צו זעהן אויב ער האט מעגליך געליטן פון א סיעדזשער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”