@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די 'סיטי און סטעיט' מידיע ארגאניזאציע האט ארויסגעשטעלט זייער ליסטע פון די 100 מערסט מאכטפולסטע רעליגיעזע פערזאנען פון 2022 אין ניו יארק.

נומער 4 זענען האדמורי"ם מהר"א און מהרז"ל מסאטמאר שליט"א, און נומער 8 איז העסקן ר' משה דוד נידערמאן.
IMG_20221206_091158_868.jpg
IMG_20221206_091158_868.jpg (160.9 KiB) געזען 7218 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די טעכנעלאגיע וועלט דרייט זיך איבער נאך וואס די OpenAI 'ארטיפישעל אינטעלעדזשענס' גרופע האט ארויסגעשטעלט צו די פובליק ChatGPT, וועלכע איז א גאר פארגעשריטענע AI מאדעל, וועלכע קען אויסרעכענען און צוזאמשטעלן גאנצעטע זאצן, געבויעט אויף די דאטא וואס עס האט זיך אנגעזאמעלט פון ליינען די אינטערנעט.

די נייע 'טשעט' אפציע איז אויסגעשטעלט אז מען קען עס בעטן אדער פרעגן סיי וואס, און עס געבט צוריק שטוינענדע זאכליכע ענטפער אין אייניגע סקונדעס, עפעס וואס געבט א בליק אריין אין די צוקנופט, וויאזוי די וועלט וועט מעגליך אויסזעהן ווען AI וועט דאמינירן פילע אספעקטן און אינדוסטריעס.

אין די לעצטערע מאנאטן איז דא א מאסיווע דורכברוך פון AI מאדעלן וואס טוען זאכן וואס מ'וואלט זיך נישט גע'חלומ'ט קוים אפאר יאר צוריק. צום ביישפיל די Dall-E מאדעל, אויך פון OpenAI, וועלכע שטעלט אהער גאר גוטע בילדער אויף סיי וועלכע סטייל, נאך וואס מען איז עס מסביר מיט א פשוט'ע געשריבענע זאץ וואס מ'וויל אלץ זעהן אינעם בילד.

אין די גאר קורצע וויילע וואס דאס איז אפן פאר די פובליק, האט עס שוין געהאט שווערע מיליאנען באנוצער.
IMG_20221206_104022_062.jpg
IMG_20221206_104022_062.jpg (44.53 KiB) געזען 7013 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער נאציאנאלער זיכערהייט אדווייזער דזשאן באלטאן זאגט אין אן אינטערוויו מיט NBC אז ער באטראכט ערנסט צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2024 אויב עס וועט פארמיידן געוועזענער פרעזידענט טראמפ פון צוריק איבערנעמען מאכט.

צולייגנדיג "איר קענט נישט פשוט זאגן 'איך שטיץ די קאנסטיטוציע', איר מוזט זאגן 'איך וואלט מיך אנטקעגנשטעלט מענטשן וואס רייסן עס ארונטער'."
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

יאנואר 6 קאמיטע טשעירמאן, קאנגרעסמאן בעני טאמפסאן, האט געזאגט פאר רעפארטער אז די קאמיטע האט באשלאסן צו מאכן פארשלאַגן פאר קרימינאלע קלאגעס צו די יוסטיץ דעפארטמענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

ענדערסאן לי אלדריטש, דער פארדעכטיגטער שיסער אין די קאלאראדא קלאב שיסעריי, אין וועלכע 5 זענען אומגעקומען און 17 זענען פארוואונדעט געווארן, איז היינט אנגעקלאגט געווארן מיט 305 קלאגעס, צווישן זיי אויף מארד און האסן פארברעכן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רעפובליקאנער קאנגרעסמאן ענדי ביגס, וועלכער האט פארלוירן צו קעווין מעקקארטי פאר רעפובליקאנער נאמינאציע פאר ספיקער, האט אפיציעל געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר די קאנגרעס ספיקער פאזיציע.

ביגס האט נישט קיין שאנס צו געווינען, זינט מען דארף האבן א מערהייט פון די שטימען, אבער ער זוכט צו שטערן מעקקארטי פון געווינען, דורכן אוועקנעמען פון אים ווייניגסטנס 5 שטימען, וואס דאן האט ער נישט די נויטיגע מערהייט.

אויב וועט אים געלונגען אוועקצונעמען די נויטיגע שטימען פון מעקקארטי, וועט מען דארפן איבערמאכן די אפשטימונג איינמאל און נאכאמאל ביז איינע פון די קאנדידאטן באקומט די מערהייט שטימען.

די לעצטע מאל אזא זאך האט פאסירט איז געווען אין 1855, ווען פון דעצעמבער 3 ביז די נאכפאלגענדע פעברואר 2, האט מען געהאלטן אין איין איבערמאכן די וואלן פאר ספיקערשאפט ביז איינער האט ערהאלטן די דעמאלטסדיגע נויטיגע 133 שטימען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דער יוסטיץ דעפארטמענט ספעציעלער קאונסיל, דזשעק סמיט, האט געשיקט א רייע סובפינעס פאר באאמטע אין מישיגען, וויסקאנסין, אריזאנע און פענסילוועניע, פארלאנגנדיג קאמיוניקאציע אויסטוישן צווישן אדער איבער טראמפ און א רייע פון זיינע אליאירטע אין צוזאמענהאנג די פרואוון צו איבערדרייען די 2020 וואלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פאליציי האבן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט א מאן אין פארבינדונג מיט אן אינצידענט דעם פארלאפענעם פרייטאג וואו א אידישער מאן מיט זיין זון זענען געשאסן געווארן מיט א ביבי גאן פארנט פון א כשר'ע סופערמארקעט אין סטעטן איילענד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

הערץ קאר רענטל איז איינגעגאנגען אין א סעטלמענט צו באצאלן 186 מיליאן דאלער פאר 364 קליענטן וועלכע זענען ארעסטירט און פאלש באשולדיגט געווארן אין אויטא רויבערייען צוליב א פראבלעם מיט זייער סיסטעם. דאס קומט אויס ארום $460,000 פער מענטש.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

היינט ביי א צערעמאניע אין קאנגרעס צו באעהרן קעפיטאל פאליציאנטן וועלכע האבן באשיצט דעם קעפיטאל יאנואר 6, האבן די פאמיליע מיטגלידער פון א פאליציאנט וועלכער איז אומגעקומען יאנואר 6 נישט געוואלט געבן די הענט פאר רעפובליקאנער פירער מיטש מעקקאנעל און קעווין מעקקארטי זיי לאזנדיג מיט אויסגעשטרעקטע הענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א מאנהעטן דזשורי האט געפונען די טראמפ ארגאניזאציע שולדיג אויף אלע קלאגעס אין א פראצעס איבער א 15 יעריגע שטייער שווינדל וועלכע פראקורארן זאגן איז אנגעפירט געווארן דורך די העכסטע פירער אין די ארגאניזאציע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

היינט ווערט אפגעהאלטן די ראנאף פארמעסט פאר סענאט אין דזשארדזשיע, וואו רעפובליקאנער און טראמפ אליאירטער קאנדידאט הערשל וואלקער פארמעסט זיך קעגן דעם אמטירנדער דעמאקראטישער סענאטאר ראפאעל ווארנהאק.

די פארמעסט איז געגאנגען צו א ראנאף נאך וואס קיינער פון זיי האט נישט עררייכט די פארלאנגטע 50% אין די ערשטע רונדע.

טראץ וואס די דעמאקראטן האבן שוין פארזיכערט זייער מערהייט אינעם סענאט האבנדיג די וויצע פרעזידענט אלס טיי ברעיקער, איז די פארמעסט נאכאלץ גאר א וויכטיגע פאר ביידע פארטייען, צוליב וואס ווען דער סענאט איז צוטיילט 50-50 ווערן די קאמיטעטן צוטיילט אייניג צווישן די פארטייען, און כדי צו דערגרייכן פולקאמע קאנטראל אויפ'ן סענאט דארפן דעמאקראטן האבן כאטש 51 סענאטארן פון צווישן די 100 ערוויילטע סענאטארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דער דעפיוטי גענעראל קאונסיל פון טוויטער, דזשים בעיקער, וועלכער האט בעפאר טוויטער געארבעט פאר די FBI, איז אפגעזאגט געווארן דורך אילאן מאסק נאך וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז בעיקער האט אפגעהאלטן געוויסע אינפארמאציע פון די "טוויטער פיילס" צו אנקומען צו די זשורנאליסטן וואס האבן עס ארויסגעשטעלט, אן די וויסן פון די נייע טוויטער פירערשאפט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די אנקלאגע קעגן דער סאודיע אראביע קרוין פרינץ איבער די מארד פון די וואשינגטאן פאוסט זשורנאליסט דזשאמאל קאשאגי, נאך וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט געזאגט אין געריכט אז דער קרוין פרינץ דארף זיין באשיצט צוליב זיין הויכע פאזיציע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

מיט 85% שטימען געציילט, האט דעסיזשען דעסק דערקלערט אז דער אמטירנדער דעמאקראטישער סענאטאר ראפאעל ווארנהאק האט געוואונען די ראנאף פארמעסט אין דזשארדזשיע, און דערמיט געגעבן פאר די דעמאקראטן א 51-49 מערהייט אין סענאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

קאנגרעסמאן זעלדין אין א סטעיטמענט מעלדט אז ער האט באשלאסן נישט צו לויפן פאר RNC פארזיצערשאפט, אנגעבנדיג אז ווי עס שיינט איז די ווידערוויילונג פון די אמטירנדע פארזיצערין, ראננא מעקדעניעל, שוין ווי אפגעמאכט פון פאראויס, אבער רופט פאר מעקדעניעל נישט צו זוכן ווידערוויילונג פאר א 4'טע טערמין.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דער אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי, וועלכע האט איבערראשט די וועלט מיט זיין העלדישער קאמף קעגן רוסלאנד, איז באשטימט געווארן אלס די טיים מאגאזין "פערזאן פון די יאר" צוזאמען מיט די "אוקריינישער קאמף גייסט".

אלס די "העלדן פון די יאר" האט די טיים מאגאזין באשטימט די איראנע פרויען וועלכע פראטעסטירן שוין עטליכע מאנאטן צוליב די ברוטאלע מארד פון א אינגע פרוי אין די האנט פון די פאליציי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער גרינדער און געוועזענער פירער פון טוויטער, דזשעק דארסי, רופט צו אילאן מאסק צו ארויסלייגן אלע "טוויטער פיילס" אן קיין פילטער, און לאזן מענטשן אליינס זעהן און באשליסן, אריינגערעכנט די דיסקוסיעס איבער יעצטיגע און קומענדיגע באשלוסן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די CDC דירעקטארין וועלענסקי האט געזאגט אז זיי טוען שטארק רעקאמענדירן מענטשן צו גיין מיט מאסקעס זיך צו באשיצן פון RSV און פלו וועלכע דרייען זיך ארום אויף א שטארקע פארנעם.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ארום 3000 דייטשע פאליציאנטן, צוזאמען מיט ארטיגע ספעציעלע קרעפטן האבן אין א ספעציעלע אפעראציע ארעסטירט 25 מענטשן פון ארום דייטשלאנד, וועלכע זענען מיטגלידער אין אן עקסטרעם רעכטע גרופע וואס האבן געפלאנט א רעוואלוציע און צו איבערפאלן די ארטיגע פארלאמענט געביידע און אריינשטעלן זייער אייגענע רעגירונג.

צווישן די ארעסטירטע איז א ריכטערין פון בערלין, וועלכע איז געווען א פארלאמענט מיטגליד ביז 2021. אויך איז ארעסטירט געווארן דער דייטשער פרינץ היינריך דער 13'טער פון רויס, וועלכע האט געזאלט איבערנעמען די מאכט לויט זייער פלאן.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 1:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער פרעזידענט פון פערו האט געמאלדן אז ער טוט צייטווייליג אויפלעזן די ארטיגע קאנגרעס און האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי, שטונדן איידער עס האט געזאלט פארקומען אימפיטשמענט דעבאטעס איבער אים.

ער האט געזאגט אז ביז 9 מאנאטן וועט פארקומען פרישע וואלן אין וועלכע מען וועט ערוועלן פרישע געזעצגעבער וועלכע וועלן אהערשטעלן א פרישע קאנסטיטוציע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

בערנארד ארנאלט, דער CEO פון LVMH (לואי וויטאן), האט צייטווייליג איבערגענומען דעם טיטל פון אילאן מאסק אלס דער רייכסטער פערזאן אין די וועלט, מיט א ווערד פון $185.4 ביליאן, אבער מאסק האט עס קורץ דערנאך צוריקבאקומען מיט א פארמעגן פון $185.7 ביליאן.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 3:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דער פרעזידענט פון פערו, פעדרא קעסטילא, איז ארויס געווארפן געווארן פון אפיס מיט 101 שטימען אין די ארטיגע קאנגרעס, נישט לאנג נאך וואס ער האט געמאלדן אז ער לעזט אויף די ארטיגע רעגירונג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס פארשפרעכט אז ער וועט ארבעטן צו האלטן פאראנטווארטליך די פראדוצירער פון די קאוויד שאטס אויף די סייד עפעקטס וואס עס האט געברענגט פאר מענטשן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

כינעזער פירער שי דזשינפינג איז היינט אנגעקומען אויף א 4 טאגיגע באזוך אין סאודיע אראביע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”