@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
נישט לאנג נאך די אבלאווע אויף טראמפ'ס היים, האט הילערי קלינטאן ארויסגעשטעלט אירע היטלעך און טישוירטס מיט די ווערטער "אבער אירע אימעילס" צום פארקויפן אויף איר וועבזייטל.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
געוועזענער פרעזידענט טראמפ איז היינט אויסגעפרעגט געווארן אונטער שבועה אין די ציווילע אויספארשונג פון ניו יארקע אטורני דזשענעראל אין זיינע פינאנצן.
טראמפ אין א סטעיטמענט זאגט אז ער האט אויסגענוצט זיינע פיפטע אמענדמענט רעכטן און זיך אנטזאגט צו ענטפערן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
כינע ווארענט איבער א פרישע ווירוס גערופן 'לאַנגיא' (Langya), וועלכע האט שוין אנגעשטעקט 35 מענטשן אין 2 ארטיגע פראווינצן, דערווייל אן קיין פאטאליטעטן.
די ווירוס קומט ווארשיינליך ארגינעל פון בעלי חיים, און איז אריבערגעגאנגען צו מענטשן, אבער סייענטיסטן ווייסן דערווייל נישט אויב מענטשן האבן עס איבערגעגעבן פאר אנדערע מענטשן אדער עס קומט בלויז דורך בעלי חיים.
לויט די CDC איז די ווירוס פון די העפינע ווירוס פאמיליע (Henipavirus), וועלכע נעמט אריין 5 באקאנטע ווירוסן מיט הויכע פאטאליטעט ראטעס.

א סיקערט סערוויס אגענט איז פיזיש אטאקירט געווארן נעכטן פארענט פון די ווייסע הויז. פאליציי האבן ארעסטירט א פארדעכטיגטן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אינפלאציע איז אביסל געפאלן אין די פאראייניגטע שטאטן, און קאנסומער פרייזן זענען פארגאנגענע מאנאט געשטאנען ביי 8.5% פון א יאר צוריק, ווייניגער ווי די 9.1% פון יוני.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די יוסטיץ דעפארטמענט האט אנגעקלאגט א מיטגליד פון די איראנער רעוואלוציאנערע גארד צוליבן פרובירן צו אומברענגען געוועזענער נאציאנאלע סעקיוריטי עדווייזער דזשאן באלטאן, ווארשיינליך אין נקמה אויף די טויט פון סולימאני.
דער אנגעקלאגטער געפונט זיך נישט אין אמעריקע, אבער אויב ווערט ער געכאפט שטייט ער אויס לאנגע יארן טורמע פארן פרובירן צו רעקרוטירן אמעריקאנער בירגער דורכצופירן די אטענטאט.
ער האט אנגעבאטן $300,000 פאר ווער עס וועט "ערלעדיגן" באלטאן, און געזאגט אז ער האט נאך א "דזשאב" פאר וועלכע ער איז גרייט צו באצאלן א מיליאן דאלער.
דער אנגעקלאגטער געפונט זיך נישט אין אמעריקע, אבער אויב ווערט ער געכאפט שטייט ער אויס לאנגע יארן טורמע פארן פרובירן צו רעקרוטירן אמעריקאנער בירגער דורכצופירן די אטענטאט.
ער האט אנגעבאטן $300,000 פאר ווער עס וועט "ערלעדיגן" באלטאן, און געזאגט אז ער האט נאך א "דזשאב" פאר וועלכע ער איז גרייט צו באצאלן א מיליאן דאלער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
א נויזוויק באריכט געבט אן אז א פעדעראלע אינפארמאנט אינערהאלב מאר-א-לאגא האט געגעבן פאר די FBI פונקטליכע אינפארמאציע איבער וואס עס געפונט זיך דארט און וואו עס געפונט זיך.
אזוי אויך זאגן זיי אז די אבלאווע איז ספעציעל דורכגעפירט געווארן אין א צייט ווען זיי האבן געוויסט אויף זיכער אז דאנעלד טראמפ געפונט זיך נישט דארט.
די קאנסערוואטיווע דזשודישעל וואטש גרופע האט אריינגעגעבן א פארלאנג אין פעדעראלע געריכט צו ארויסגעבן די ווארענט וואס האט געפירט צו די אבלאווע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
NORAD (נארט אמעריקען עירוספעיס דעפענס) זאגט אז דורכאויס די לעצטע 2 טעג איז א רוסישע שפיאנאזש פליגער אריינגעפלויגן אין די אמעריקאנער לופט פארטיידיגונגס אידענטיפיקאציע זאנע 2 מאל, אבער איז נישט אריינגעקומען אין אמעריקאנע אדער קאנאדישע לופט זאנעס.
די פליגערס זענען געטרעקט געווארן די גאנצע צייט, און די צווייטע מאל האט אמעריקע ארויפגעשיקט F-22 קאמפס פליגער צו פארטרייבן די רוסישע פליגער.
די פליגערס זענען געטרעקט געווארן די גאנצע צייט, און די צווייטע מאל האט אמעריקע ארויפגעשיקט F-22 קאמפס פליגער צו פארטרייבן די רוסישע פליגער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ווייניגסטנס 3 מענטשן זענען אומגעקומען, און 39 הייזער זענען געשעדיגט געווארן נאך א מאסיווע אויפרייס אין א הויז אין אינדיאנע.
די אורזאך פון די אויפרייס איז דערווייל נישט באקאנט, און אן אויספארשונג איז געעפנט געווארן.
די אורזאך פון די אויפרייס איז דערווייל נישט באקאנט, און אן אויספארשונג איז געעפנט געווארן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
גאווערנער האוקאל האט היינט אונטערגעשריבן א ביל איבער די האלאקאסט, וואס צווישן אנדערע באפעלט עס די ניו יארק עדוקעישן דעפארטמענט צו איבערגיין ווי סאך מען לערנט אין די ניו יארקע שולעס איבער די האלאקאסט.
ביי איר רעדע בעפארן אונטערשרייבן די ביל האט זי גערופן צו די 1.77 מיליאן ניו יארקע אידן צו בלייבן אין ניו יארק און נישט גיין קיין פלארידע, זאגענדיג אז פלארידע איז 'אווער-רעיטעד' און עס הייבט זיך אן ביי גאווערנער דיסענטיס.
ביי איר רעדע בעפארן אונטערשרייבן די ביל האט זי גערופן צו די 1.77 מיליאן ניו יארקע אידן צו בלייבן אין ניו יארק און נישט גיין קיין פלארידע, זאגענדיג אז פלארידע איז 'אווער-רעיטעד' און עס הייבט זיך אן ביי גאווערנער דיסענטיס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
צפון קארעא פירער קים יאנג אן האט דערקלערט זיג קעגן קאוויד, זאגענדיג אז זיי האבן באוויזן בייצוקומען דעם ווירוס און עס אויסראטן פון לאנד.
צפון קארעא האט באריכטעט 4.7 מיליאן פאציענטן מיט 'פיבער' זינט מאי, און זאגט אז בלויז 74 זענען געשטארבן פון די 'פיבער'.
נאך וואס קים יאנג אן האט דערקלערט זיג, האט זיין שוועסטער געזאגט אז קים יאנג אן אליינס איז געווען 'ערנסט נישט געזונט' מיט א שטארקע פיבער, "אבער האט זיך נישט געקענט אראפלייגן פאר איין מינוט נישט, וויסענדיג איבער זיינע בירגער וואס ער דארף זארגן פאר, ביז די ענדע פון די אנטי-עפידעמעק קריג".

א באוואפענטער מאן אין לבנון האלט פאר'משכונט באנק ארבעטער, פארלאנגענדיג זיי זאלן אים ארויסגעבן אלע געלטער פון זיינע אקאונטס, וואס ער זאגט איז $210,000, צוליב די ארטיגע שווערע עקאנאמישע קריזיס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
לויט AAA איז גאזאלין פרייזן געפאלן צו $3.99, שטעלנדיג די נאציאנאלע עוורעדזש צו אונטער $4 צום ערשטן מאל אין 5 מאנאטן.
גאזאלין פרייזן זענען אין די לעצטע וואך געפאלן מיט 15 צענט, און מיט 68 צענט אין די לעצטע מאנאט.
גאזאלין פרייזן זענען אין די לעצטע וואך געפאלן מיט 15 צענט, און מיט 68 צענט אין די לעצטע מאנאט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א געיעג קומט פאר נאך א באוואפענטער מאן וועלכע איז אנגעקומען צו די FBI אפיס אין סינסינעטי, אהייאו, און פארגעשטעלט "א פאטענציאלע געפאר", און איז אנטלאפן פון די סצענע.
באריכטן איבער א פייער אויסטויש וואס איז פארגעקומען ביי די FBI געביידע.
באריכטן איבער א פייער אויסטויש וואס איז פארגעקומען ביי די FBI געביידע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
לויט באריכטן פון די AP איז דער מאן געקומען באוואפענט מיט א רייפל און געפאנצערטע קליידונג, און האט אויסגעטוישט פייער מיט פאליציי דורכאויס די אנגייענדיגע געיעג.
FBI סטעיטמענט איבער די אינצידענט:
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז אטורני דזשענעראל גארלענד וועט געבן א סטעיטמענט היינט 2:30.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א שוידערליכע עקסידענט האט פאסירט אויף רחוב שמגר הארט אינדרויסן פון אושר עד אין ירושלים, וואו א באס האט פארלוירן קאנטראל און אריינגעזעצט אין א געשעפט.
ערשטע באריכטן פון זק"א געבן אן 4 געשעדיגטע, 2 אין א קריטישע צושטאנד. געוויסע באריכטן געבן אבער אן פולע געשעדיגטע און 3 טויטע רח"ל.
ערשטע באריכטן פון זק"א געבן אן 4 געשעדיגטע, 2 אין א קריטישע צושטאנד. געוויסע באריכטן געבן אבער אן פולע געשעדיגטע און 3 טויטע רח"ל.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
מגן דוד אדום באשטעטיגט איין 30 יעריגע פרוי און איין 3 יעריגע מיידל וואס זענען רח"ל אומגעקומען.
אזוי אויך איבער 2 פארוואונדעטע, איינס אין א קריטישע צושטאנד און איינס אין א לייכטע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ווייסע הויז באאמטע זאגן אז די ווייסע הויז האט אויסגעפונען איבער די גארלענד סטעיטמענט פון מידיע באריכטן.אידישליך האט געשריבן:די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז אטורני דזשענעראל גארלענד וועט געבן א סטעיטמענט היינט 2:30.
גארלענד איז לויט באריכטן ערווארטעט צו אדרעסירן די אבלאווע אויף מאר-א-לאגא.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די CDC האט היינט געמאלדן פרישע קאוויד גיידליינס וואס צווישן אנדערע פארמינערט עס סאשעל דיסטענסינג און נעמט אראפ קוואראנטין פאר אומוואקסינירטע מענטשן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אטורני דזשענעראל גארלענד ביי זיין פרעסע קאנפערענץ האט געמאלדן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט אריינגעגעבן א פארלאנג אין געריכט צו ארויסגעבן פאר די פובליק די ווארענט און אזוי אויך די ליסטע פון וואס מען האט גענומען.אידישליך האט געשריבן:די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז אטורני דזשענעראל גארלענד וועט געבן א סטעיטמענט היינט 2:30.
גארלענד זאגט אז ער האט פערזענליך אויטאריזירט די אבלאווע אויף מאר-א-לאגא.
ער האט שארף פארדאמט די לעצטע אטאקעס אויף די פעדעראלע אגענטן זאגענדיג אז זיי זענען העראאישע פאטריאטן וואס טוען זייער ארבעט פון באשוצן די אמעריקאנע בירגער.
פולע רעדע
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
נאכן אויפהייבן די באס האט מען געפונען נאך א 7 יעריג קינד וועלכע איז ליידער אומגעקומען אונטערן באס.
לויט באריכטן איז דער דרייווער נישט געווען ביים רעדל, נאר די באס האט אליינס געראולט און אריינגעקלאפט אין די פוסגייער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פאליציי האבן ארויסגעלייגט א באלוינונג פון $25,000 פאר ווער עס וועט פירן צום ארעסט פון דעם פאברעכער וועלכער האט געשאסן און אומגעברענגט דעם 25 יעריגער ר' ארי' וואלף ע"ה פון באלטימאר ביי א קאנסטראקשן סייט אין וואשינגטאן די.סי, איבערלאזנדיג א ווייב און א 6 חדשים'דיג קינד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
ריקי וואלטער שיפער, דער מאן וועלכער איז געקומען היינט אינדערפרי באוואפענט צו די FBI אפיס אין סינסינעטי, איז פאטאל דערשאסן געווארן דורך די פאליציי נאך א געיעג וואס האט גענומען עטליכע שעות.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
א וואשינגטאן פאוסט באריכט געבט אן אז די FBI האט געזוכט אין טראמפ'ס מאר-א-לאגא נוקלעארע דאקומענטן וואס זיי האבן מורא געהאט וועט אריינפאלן אין די נישט ריכטיגע הענט.
די קוועלער וואס האבן דאס אנגעגעבן פאר די וואשינגטאן פאוסט האבן נישט קלארגעשטעלט אויב די דאקומענטן זענען אפגעפונען געווארן, אדער וואס פאר א סארט נוקלעארע דאקומענטן מען רעדט.